דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם


ליינער שטויסן זיך צומאל אן אין געריכטליכע טערמינען וועלכע זענען ווילד-פרעמד, אדער היבש-פרעמד פאר זייערע אויגן. וואס מיינט ערשטע קרייז געריכט? וואס איז א דיסטריקט געריכט? א מאגיסטראט ריכטער? ווי אזוי ארבעט די גאנצע אמעריקאנער געריכט סיסטעם?
גם אני בחלומי, איך האב מיר אויך געוואונדערט ס'זעלביגע, און נאך מיינע געבעטן פאר הסברה זענען געפאלן אויף טויבע אויערן, האב איך באשלאסן אליין צו מאכן אביסל ריסוירטש, און מיטטיילן די אינפארמאציע פארן ברייטערן ציבור.

נו, לאמיר אנהייבן.

די אמעריקאנער געריכט סיסטעם איז צעטיילט אין דריי הויפט חלקים, 1) דער דיסטריקט געריכט – דאס איז וואו אלע קלאגעס ווערן געברענגט. 2) קרייז געריכט – דאס איז די ערשטע לעוועל פון אפעלערן. 3) דער סופרים קאורט – דאס איז די לעצטע און העכסטע געריכט וואס איר'ס א פסק קען מען נישט אפעלירן.
עס זענען פארהאן 94 דיסטריקט געריכטן, און 13 קרייז געריכטן מיט נאר איין סופרים געריכט אויפן גאנצן לאנד.
די פעדעראלע געריכט סיסטעם קען נאר אויסהערן קעיסעס וועלכע זענען אין פארלעצונג פון פעדעראלע געזעצן, אויב א געוויסע געזעץ איז פארבאטן סיי אונטער פעדעראלע, און סיי אונטער סטעיט, געזעצן, דאן קען מען אריין טראגן דעם קעיס אין סיי וועלכע פון די געריכטן.
דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע פארזיכערט אז מען קען נישט אנקלאגן א מענטש 2 מאל אויף די זעלבע קלאגעס, אפילו מיט צוגעקומענע באווייז וכדו', ד.מ. אז איינמאל דער מענטש איז ריינגעוואשן געווארן אויף די קלאגע קען מען אים נישט נאכאמאל אנקלאגן דערויף. די ציל דערפון איז צו פארזיכערן אז די פּראָקוראָרן קענען זיך נישט אנלייגן אויף א מענטש מיט איין קלאגע מער ווי איין מאל.
די דאזיגע פארזיכערונג איז נאר אין די זעלבע געריכט סיסטעם, דעריבער קען מען יא אנקלאגן א מענטש אויף די זעלבע חטא איינמאל אין סטעיט געריכט, און איינמאל אין פעדעראלער געריכט.
די פעדעראלע געריכט סיסטעם קען אויך אויסהערן קלאגעס אויף סטעיט געזעצן אויב אלע קלעגער און אלע אנגעקלאגטע וואוינען אין אנדערע סטעיטס, און די געלט סומע איבער וואס מען אמפערט זיך איז העכער $75,000 (די זאך איז אביסל מער קאמפליצירט אבער וועל מיר עס לאזן ביי דעם.)
פעדעראלע ריכטער ווערן באשטימט דורכ'ן פרעזידענט מיט די באשטעטיגונג פונעם סענאט, און דינען לעבנסלענגליכע טערמינען. זיי קענען אימפיעטשט ווערן דורך קאנגרעס. (דורכאויס די אמעריקאנער היסטאריע זענען 15 ריכטער אימפיטשט געווארן) – אויסער א מאגיסטראט ריכטער, וואס ווערט לכתחלה באשטימט דורך די דיסטריקט ריכטער פאר א ספעציפישע טערמין.


דיסטריקט געריכט

דער דיסטריקט געריכט איז די ערשטע און פשוט'ע פעדעראלע געריכט סיסטעם, עס זענען פארהאן 94 דיסטריקט געריכטן, מיט איבער 670 דיסטריקט ריכטער אויסגעשפרייט איבערן לאנד. יעדע דיסטריקט געריכט האט כאטש איין דיסטריקט ריכטער, די דיסטריקטס לויפן צוזאמען מיט די יו עס דיסטריקט אטוירני'ס דיסטריקטס, און דער דיסטריקט אטוירני איז דער הויפט פעדעראלער פּראָקוראָר אין זיין געגנט.
דיסטריקט ריכטער זענען פאראנטווארטליך פאר די דיסטריקט געריכט הויז, און זיי דארפן האלטן קאפ – סופערווייזן (אידישע ווארט ביטע?) די געריכט ארבעטער. זיי קענען אימפיטשט ווערן דורך קאנגרעס ווי אויבנדערמאנט.
געוויסע קלענערע אויפגאבעס פונעם דיסטריקט געריכט קענען איבער געגעבן ווערן פאר מאגיסטראט ריכטער, א מאגיסטראט ריכטער ווערט געשטעלט דורך א מערהייט פון די דיסטריקט ריכטער אינעם דיסטריקט. און ער האט געצוימטע פאראנטווארטליכקייטן געוואנדן אין וואס די דיסטריקט ריכטער טיילן אים צו. א מאגיסטראט ריכטער דינט אן 8 יעריגער פול-טיים טערמין, אדער א 4 יעריגער פארט-טיים טערמין.
יעדע דיסטריקט געריכט האט אויך א באנקראט געריכט. און די געריכטן פאר שטייער, קלאגעס קעגן די פעדעראלע רעגירונג, און אינטערנאציאנאלע האנדל קלאגעס, זענען נישט אנגעהאנגען אין קיין דיסטריקטס נאר זיי האבן יודיסריקציע איבערן גאנצן לאנד.
אן אורטייל פון א דיסטריקט געריכט איז נאר גילטיג אין יענע דיסטריקט, א צווייטע דיסטריקט דארף זיך בכלל נישט רעכענען מיט דעם אורטייל.


קרייז געריכט

נאך א דיסטריקט געריכט האט געאורטיילט אויף א קעיס, קען מען עס אפעלירן. די אפעלאט גייט אריין אינעם קרייז געריכט. עס זענען פארהאן 12 קרייז געריכטן איבערן לאנד, און די קלאגעס פון די דיסטריקט געריכטן וועלכע ווערן אפעלירט קומען אן צום קרייז געריכט אונטער וועמענס געגנט זיי זענען.
קרייז געריכט ריכטער ווערן אויך געשטעלט דורכ'ן פרעזידענט מיט סענאט באשטעטיגונג אויף לעבנסלענגליכע טערמינען. יעדע קרייז געריכט האט עטליכע קרייז ריכטער.
פאטענט רעכטן, און נאך טעליכע געצוימטע זאכן איז נאר דא איין אפעלאט געריכט פארן גאנצן לאנד און נישט 12 קרייז געריכטן – וואס דאס איז די 13'טע קרייז געריכט.
עס זענען פארהאן עקסטערע אפעלאט געריכטן פאר די ענינים ווי "וועטעראנען קלאגעס", און "מיליטערישע קלאגעס".
יעדע קרייז געריכט ווערט אנגעפירט דורך איינע פון די 9 סופרים קאורט ריכטער, איך ווייס נישט פונקטליך וואס זייערע מאכטן דארט זענען, איינער מיט דעטאלן זאל ביטע אריין פילן.
אורטיילן דורך די קרייז געריכטן זענען בינדענד אויף אלע דיסטריקט געריכטן אונטער זייער קרייז. אבער אנדערע קרייז געריכטן דארפן זיך נישט רעכענען מיט זייער אורטייל.
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: יעדע קרייז געריכט פארמאגט א 'הויפט ריכטער', ער באשליסט וועלכע ריכטער וועט אויסהערן די אפיל (אז מ'ליינט צומאל אין @הבל'ס באריכטן זעהט מען אז 'די קעיס האט געלאנדעט אויפן טישל פון ריכטער ....' איז אייך מעגליך שווער געווען ווער איז דער וואס האט עס אהין געשליידערט... איז די תשובה די הויפט ריכטער פונעם קרייז)

אויך איז אינטערסאנט צו אנווייזן אז אין אלגעמיין ווערן די אפעלאט געריכטן באטראכט אלס די געריכטן מיט די גרעסטע מאכט און איינפלוס, זינט גאר ווייניג קעיסעס ווערן אנגענומען דורכ'ן העכסטן געריכט און ווערן דעצידירט ביים אפעלאט שטאפל וואס יעדע קרייז געריכט דעקט צענדליגע מיליאנען אמעריקאנע בירגער.


סופרים געריכט

דער סופרים קאורט איז דער העכסטער געריכט אינעם לאנד, און אירע אורטיילן זענען בינדענד אויף אלע קרייז געריכטן און דיסטריקט געריכטן איבערן לאנד.
עס באשטייט פון 9 ריכטער געשטעלט דורך דער פרעזידענט און באשטעטיגט דורך סענאט, און עס קען נאר אויסהערן קלאגעס וואס זענען שוין אריבער די דיסטריקט געריכט, און די קרייז געריכט. עס קען אויך אורטיילן אויף קלאגעס וועלכע זענען געברענגט געווארן אין סטעיט געריכטן, און זענען דן אויף פעדעראלע געזעצן (צ.ב.ש. קאנסטיטוציעלע אמענדמענט קלאגעס געברענגט אין סטעיט געריכטן), אויך די קלאגעס דארפן קודם האבן אדורכגעגאנגען די גאנצע סטעיט געריכט סיסטעם.
אנדערש ווי די קרייז געריכטן איז די סופרים קאןרט נישט פארפליכטעט אויסצוהערן אלע קעיסעס וועלכע ווערן אפעלירט צו איר, און א קעיס וואס ווערט נישט אנגענומען בלייבט שטיין די אורטייל פונעם קרייז געריכט. דער סופרים קאורט נעמט אן אונטער 1% פון די קלאגעס געברענגט צו איר, זי וועט בעיקר אננעמען אזעלכע קעיסעס וואס האבן אנדערע אורטיילן אין אנדערע קרייזן פונעם לאנד.

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: אויך האט די העכסטע געריכט 'אריזשענעל זשוריסדיקשאן' אויף געפעכטן צווישן סטעיטס, ווי אויך אין פאל וואס א סטעיט וויל קלאגן די פעדעראלע רעגירונג קענען זיי, טעארעטיש, גיין גראד צום העכסטן געריכט.



אינפארמאציע פאר די דאזיגע ארטיקל איז בעיקר גענומען געווארן פונעם וועבזייטל פונעם יוסטיץ דעפט. ותשוחח"ל
לעצט פארראכטן דורך פאליטישע עקספערט אום דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 2:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

זייער אינטערסאנט.

מיר ווארטן אויף נאך!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:זייער אינטערסאנט.

מיר ווארטן אויף נאך!

וואס נאך מיינסטע האבעך צו פארקויפן?
המלך שלמה
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 26, 2019 9:16 am

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המלך שלמה »

א גרויסן יישר אינטרעסאנט צו הערן
וואס איז מיט אלע סטעיט געריכטן און לאקאלע קארט סיסטעם וויפיל און וויאזוי ארבעט עס מיט א גלאבאלע בליק וואלט געווען אינטרעסאנט
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

המלך שלמה האט געשריבן:א גרויסן יישר אינטרעסאנט צו הערן
וואס איז מיט אלע סטעיט געריכטן און לאקאלע קארט סיסטעם וויפיל און וויאזוי ארבעט עס מיט א גלאבאלע בליק וואלט געווען אינטרעסאנט

יעדע סטעיט האצעך אייגענע געזעצן. און לאקאל איז נאר ערגער, אבער ס'ליגט מיר אין קאפ אז אנדערש ווי אין פעדעראלע געריכט (עכ"פ אין ניו יארק) ברויכן זיי וואטשן זייערע ביינער ווייל ס'דא א שטייפע איבערזיכט און מ'קען פליען אויב צופיל פון דיינע אורטיילן ווערן איבערגעדרייט.

די לאקאלע ארבעט געווענליך דורך וואלן
המלך שלמה
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 26, 2019 9:16 am

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המלך שלמה »

נא, לייג א געהעריגע שיינע באריכט וויאזוי עס ארבעט אזויווי די ערשטע תגובה ...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

המלך שלמה האט געשריבן:נא, לייג א געהעריגע שיינע באריכט וויאזוי עס ארבעט אזויווי די ערשטע תגובה ...

ווייסעך דאך נישט, אינעם ערשטן תגובה האבעך אויך נישט געוויסט, ב'האט מיר פשוט געקרענקט האב איך עס נאכגעזוכט, און משום אל תמנע טוב האב איך עס מיטגעטיילט, אבער ווילאנג די לאקאלע אינטערעסירט מיר נישט (ווייל ס'קטמט נישט אריין אין די טאג טעגליכע פאליטיק) האלטעכניש ביים ארבעטן דערפאר.

אפשר א צווייט מאל..

אדער א צווייטער
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

יישר כח הרב עקספערט
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע פארזיכערט אז מען קען נישט אנקלאגן א מענטש 2 מאל אויף די זעלבע קלאגעס, אפילו מיט צוגעקומענע באווייז וכדו', ד.מ. אז איינמאל דער מענטש איז ריינגעוואשן געווארן אויף די קלאגע קען מען אים נישט נאכאמאל אנקלאגן דערויף. די ציל דערפון איז צו פארזיכערן אז די פּראָקוראָרן קענען זיך נישט אנלייגן אויף א מענטש מיט איין קלאגע מער ווי איין מאל.
די דאזיגע פארזיכערונג איז נאר אין די זעלבע געריכט סיסטעם, דעריבער קען מען יא אנקלאגן א מענטש אויף די זעלבע חטא איינמאל אין סטעיט געריכט, און איינמאל אין פעדעראלער געריכט.
כמדומה לי אז ס'לעצטענס געווען אזא פאל ווען ניו יארק סטעיט האט פרובירט אנצוקלאגן פאול מענעפאורט אויף קלאגעס וואס ער איז שוין געווארן אנגעקלאגט אויפן פעדעראלען שטאפל, און די ניו יארק סטעיט קאורט אוו אפיעלס האט עס נישט ערלויבט צוליב וואס אונטער די סטעיט געזעץ איז עס געקומען אונטער די 'דאבל זשעפארדי' מען קען נישט אנקלאגן צוויי מאל אויף די זעלבע פארברעכן.

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:קרייז געריכט
נאך א דיסטריקט געריכט האט געאורטיילט אויף א קעיס, קען מען עס אפעלירן. די אפעלאט גייט אריין אינעם קרייז געריכט. עס זענען פארהאן 12 קרייז געריכטן איבערן לאנד, און די קלאגעס פון די דיסטריקט געריכטן וועלכע ווערן אפעלירט קומען אן צום קרייז געריכט אונטער וועמענס געגנט זיי זענען.
יעדע קרייז געריכט פארמאגט א 'הויפט ריכטער', ער באשליסט וועלכע ריכטער וועט אויסהערן די אפיל (אז מ'ליינט צומאל אין @הבל'ס באריכטן זעהט מען אז 'די קעיס האט געלאנדעט אויפן טישל פון ריכטער ....' איז אייך מעגליך שווער געווען ווער איז דער וואס האט עס אהין געשליידערט... איז די תשובה די הויפט ריכטער פונעם קרייז)

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:קרייז געריכט ריכטער ווערן אויך געשטעלט דורכ'ן פרעזידענט מיט סענאט באשטעטיגונג אויף לעבנסלענגליכע טערמינען. יעדע קרייז געריכט האט עטליכע קרייז ריכטער.
פאטענט רעכטן, און נאך טעליכע געצוימטע זאכן איז נאר דא איין אפעלאט געריכט פארן גאנצן לאנד און נישט 12 קרייז געריכטן – וואס דאס איז די 13'טע קרייז געריכט.
עס זענען פארהאן עקסטערע אפעלאט געריכטן פאר די ענינים ווי "וועטעראנען קלאגעס", און "מיליטערישע קלאגעס".
יעדע קרייז געריכט ווערט אנגעפירט דורך איינע פון די 9 סופרים קאורט ריכטער, איך ווייס נישט פונקטליך וואס זייערע מאכטן דארט זענען, איינער מיט דעטאלן זאל ביטע אריין פילן.
כ'מיין אז היינט צוטאגס איז די גאנצע 'אנפירערשאפט' בלויז אז געוויסע פארלאנגן וואס ווערן אריינגעגעבן ביי די סופרים קאורט (א שטייגער ווי א עמערזשענסי אינזשאנקשען וכדו') ווערט צוגעטיילט צו א ספעציפישע סופרים קאורט ריכטער, יעדע ריכטער איז צוגעטיילט אנאנדערע קרייז געריכט (למשל, די צווייטע קרייז געריכט -וואס נעמט אריין מעסעטשוסעטס, ווערמאנט און ניו יארק- ליגט ביי ריכטערין סאטאמאיער. די פערטע קרייז געריכט -וואס נעמט אריין מערילענד, די קאראליינעס, און ביידע ווירזשיניעס- ליגט ביי די טשיף זשאסטיס ראבערטס. די זיבעטע קרייז -וואס נעמט אריין וויסקאנסין אילינאוי און אינדיאנע- ליגט ביי ריכטערין בערעט.)
אויך איז אינטערסאנט צו אנווייזן אז אין אלגעמיין ווערן די אפעלאט געריכטן באטראכט אלס די געריכטן מיט די גרעסטע מאכט און איינפלוס, זינט גאר ווייניג קעיסעס ווערן אנגענומען דורכ'ן העכסטן געריכט און ווערן דעצידירט ביים אפעלאט שטאפל וואס יעדע קרייז געריכט דעקט צענדליגע מיליאנען אמעריקאנע בירגער.

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:סופרים געריכט
דער סופרים קאורט איז דער העכסטער געריכט אינעם לאנד, און אירע אורטיילן זענען בינדענד אויף אלע קרייז געריכטן און דיסטריקט געריכטן איבערן לאנד.
עס באשטייט פון 9 ריכטער געשטעלט דורך דער פרעזידענט און באשטעטיגט דורך סענאט, און עס קען נאר אויסהערן קלאגעס וואס זענען שוין אריבער די דיסטריקט געריכט, און די קרייז געריכט. עס קען אויך אורטיילן אויף קלאגעס וועלכע זענען געברענגט געווארן אין סטעיט געריכטן, און זענען דן אויף פעדעראלע געזעצן (צ.ב.ש. קאנסטיטוציעלע אמענדמענט קלאגעס געברענגט אין סטעיט געריכטן), אויך די קלאגעס דארפן קודם האבן אדורכגעגאנגען די גאנצע סטעיט געריכט סיסטעם.
אויך האט די העכסטע געריכט 'אריזשענעל זשוריסדיקשאן' אויף געפעכטן צווישן סטעיטס, ווי אויך אין פאל וואס א סטעיט וויל קלאגן די פעדעראלע רעגירונג קענען זיי, טעארעטיש, גיין גראד צום העכסטן געריכט.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 9:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זייער אינטערעסאנט הרב עקספערט. ביסט דאך טאקע אן עקספערט, אז מ'קען נישט גייט מען לערנען...

כ'האב קיינמאל געהערט אז א פסק פון די קאורט איז נאר וועליד אין זייער יוריסדיקציע, דאס איז שוין א חידוש.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

א צייט צוריק איז געווען א קורצע איבערזיכט פון די נושא אין די מאמענט
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:

ש'כח פאר די דעטאלן וואס די יוסטיץ דעפט. האט אויסגעלאזט פונעם וועבזייטל
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

.
די דאזיגע פארזיכערונג איז נאר אין די זעלבע געריכט סיסטעם, דעריבער קען מען יא אנקלאגן א מענטש אויף די זעלבע חטא איינמאל אין סטעיט געריכט, און איינמאל אין פעדעראלער געריכט.

Are you sure about that?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

Wow a1 האט געשריבן:.
די דאזיגע פארזיכערונג איז נאר אין די זעלבע געריכט סיסטעם, דעריבער קען מען יא אנקלאגן א מענטש אויף די זעלבע חטא איינמאל אין סטעיט געריכט, און איינמאל אין פעדעראלער געריכט.

Are you sure about that?

זוי שטייט אויפן זייטל פון וואו כ'האבעס גענומען, לינק אינעם ערשטן תגובה
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פון וויקי:
מען קען יא אנקלאגן באזונדער אויף די פעדעראלע שטאפל און דערנאך אויפן סטעיט שטאפל
מען קען יא אנקלאגן באזונדער אויף די פעדעראלע שטאפל און דערנאך אויפן סטעיט שטאפל
Screenshot 2021-09-14 024816.jpg (117.16 KiB) געזען 761 מאל

אבער טראץ וואס די פעדעראלע פראטעקשאן איז טאקע נישט גילטיג ווען ס'איז צוויי באזונדערע געריכטן, קען אמאל זיין אז די סטעיט געזעצן זאלן זיין שטרענגער, ע"ע פאול מענעפאורט.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פון וויקי:
Screenshot 2021-09-14 024816.jpg

אבער טראץ וואס די פעדעראלע פראטעקשאן איז טאקע נישט גילטיג ווען ס'איז צוויי באזונדערע געריכטן, קען אמאל זיין אז די סטעיט געזעצן זאלן זיין שטרענגער, ע"ע פאול מענעפאורט.

אה, ש'כח פארן קלארשטעלן
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ממה נפשך האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט הרב עקספערט. ביסט דאך טאקע אן עקספערט, אז מ'קען נישט גייט מען לערנען...

כ'האב קיינמאל געהערט אז א פסק פון די קאורט איז נאר וועליד אין זייער יוריסדיקציע, דאס איז שוין א חידוש.

דאס איז איינע פון די הויפט זאכן וואס האבן מיר געשטופט צו מאכן די ריסוירטש, איין טאג העריך אז די פעדעראלע געריכט האט אפגעשטעלט פלארדיא'ס מאסק בען - בען, א טאג דערויף האטעס דער קרייז געריכט צוריק געשטעלט. און אין א צווייטער סטעיט שטעלט עס א פעדעראלער ריכטער אפ, האבעך געוואלט פארשטיין הלמאי די אפעלאט געריכט האט שוין אנדערש געאורטיילט?! וועריך געוואויר אז ס'אונטער אנאנדער קרייז
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

בעצם די גאנצע אז מ'קעניש זעצטמענזיך לערנען האט שוין מיינקיטע אלעף רעבי געזאגט, מ'ברוך ניש זויפיל קספערטיז דערצו
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

זייער שיין, אריין אינעם מעגא שרייבער!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עפעס א מענטש האט געשריבן:זייער שיין, אריין אינעם מעגא שרייבער!

לייגאבער צו אלעקסיי'ס וויכטיגע הערות!

נישווי געווענליך וואסדי הערות ווערן אויסגעלאזט
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

דער איז קוים דא א חודש, און שוין מהנה געווען דעם עולם מיט זיינע 'עקספערטיז' אויף א ברייטע פארנעם אין "אלע" ענינים
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אושפיזין האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-

דער איז קוים דא א חודש, און שוין מהנה געווען דעם עולם מיט זיינע 'עקספערטיז' אויף א ברייטע פארנעם אין "אלע" ענינים

דא אסאך אזעלכע, איך האב פשוט נישט אינוועסטירט אין אסאך ניקלעך זעט זיך עס שטערקער אן

________

אגב, ש'כח פאר ס'קאמפלימענט
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3723
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

הכל הבל האט געשריבן:

אין פאל האסט נישט באמערקט די אשכול
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דער אמעריקאנער געריכט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: יעדע קרייז געריכט פארמאגט א 'הויפט ריכטער', ער באשליסט וועלכע ריכטער וועט אויסהערן די אפיל (אז מ'ליינט צומאל אין @הבל'ס באריכטן זעהט מען אז 'די קעיס האט געלאנדעט אויפן טישל פון ריכטער ....' איז אייך מעגליך שווער געווען ווער איז דער וואס האט עס אהין געשליידערט... איז די תשובה די הויפט ריכטער פונעם קרייז)

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:יעדע קרייז געריכט ווערט אנגעפירט דורך איינע פון די 9 סופרים קאורט ריכטער, איך ווייס נישט פונקטליך וואס זייערע מאכטן דארט זענען, איינער מיט דעטאלן זאל ביטע אריין פילן.

כ'מיין אז היינט צוטאגס איז די גאנצע 'אנפירערשאפט' בלויז אז געוויסע פארלאנגן וואס ווערן אריינגעגעבן ביי די סופרים קאורט (א שטייגער ווי א עמערזשענסי אינזשאנקשען וכדו') ווערט צוגעטיילט צו א ספעציפישע סופרים קאורט ריכטער, יעדע ריכטער איז צוגעטיילט אנאנדערע קרייז געריכט (למשל, די צווייטע קרייז געריכט -וואס נעמט אריין מעסעטשוסעטס, ווערמאנט און ניו יארק- ליגט ביי ריכטערין סאטאמאיער. די פערטע קרייז געריכט -וואס נעמט אריין מערילענד, די קאראליינעס, און ביידע ווירזשיניעס- ליגט ביי די טשיף זשאסטיס ראבערטס. די זיבעטע קרייז -וואס נעמט אריין וויסקאנסין אילינאוי און אינדיאנע- ליגט ביי ריכטערין בערעט.)

אפשר איז די סופרים קאורט ריכטער פון יעדע קרייז געריכט די הויפט ריכטער פון יענעם קרייז??
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”