אסיפת התאחדות הרבנים בנוגע שיטת רבינו תם לעניני זמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

אסיפת התאחדות הרבנים בנוגע שיטת רבינו תם לעניני זמנים

תגובה דורך קרעמער »

עס איז מיר יעצט נוגע צו וויסן א קאפיטל היסטאריע איבער די התאחדות הרבנים מיטינג וואס איז פאררופן געווארן דן צו זיין וועגן די זמנים פון ליכט צינדן און דאס גלייכן.

איך בעט ווער עס קען בייהילפיג זיין מיט קראנטע אינפארמאציע, וועלכע יאר איז דאס פארגעקומען, וואס איז געווען די רעזאלוציע, און אלעס ארום. יישר כחכם.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובה דורך יאסל »

קוק אין די BACK פון זמירות דברי יואל, דארט איז אריינגעדריקט דער קול קורא מיט אלע חתימות פון די רבנים.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

דארף איך דערפאר קויפן דעם זמירות?..
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובה דורך בן בוזי »

ד' לסדר טהרה ד' ניסן תשי"ד
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

א שיינעם דאנק יאסל און בן בוזי.

אויך פאר הרב הפלאי וואס פילט מיר אביסל אן מיט אינפארמאציע דורכן טרייבל.

תשואת חן לכולכם, תמשיכו בעבודתכם.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובה דורך אלף בית »

לויט וויפיל איך דענק, איז דעמאלט נאך נישט געווען אזא ארגעניזאציע ווי "התאחדות הרבנים", עס איז בלויז געווען אז דער סאטמאר רבי בעל דברי יואל זי"ע האט צוזאמגערופן אן אסיפה פון אלע רבנים.

כהאב געהערט פון ר' מרדכי דוד קאהן אז ער איז געווען ביי די אסיפה, פשוט, ווייל דעמאלט איז די ישיבה געווען אין רבי'נס בית מדרש'ל אויף 500 בעדפארד. און די אסיפה איז פארגעקומען אין רבי'נס ביהמ"ד דעריבער זענען אלע (14) בחורים דארט געווען.

מיין טאטע האט אונדערהיים די זמירות, אולי וועל איך אהינגיין און נעמען די זמירות און אריינסקענען, (אבער נישט פאר מארגן)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובה דורך בן בוזי »

ס'איז ארויס געקומען די קריאה מטעם 'מרכז התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדה'
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

איך אפעליר צו אלע אינפארמאציע געבער, אל תמנעו טוב, שרייבטס אלעס אראפ ברבים, זאל די נושא ווערן געהעריג אויסגעשמועסט בדיבוק חברים ולאפוקי בשיחת גוגל.

א דאנק פארן אויסהערן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובה דורך יאסל »

בן בוזי האט געשריבן:ס'איז ארויס געקומען די קריאה מטעם 'מרכז התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדה'

אפשר שפעטער נישט תשי"ד דאן האט נאך קיין התאחדות נישט עקזעסטירט, אין דער קול קורה לויט מיין זכרון האט נישט קיין לעדערהעד פון אן ארגענעזאציע,
אזוי אויך איז דארט אינטערגעשריבן היבש רבנים וואס האבן שפעטער כלל נישט באלאנגט צי די התאחדות ווי דער באבובער רב ר' שלמה ז"ל אין נאך.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובה דורך בן בוזי »

כ'האב קיינע גרויסע ידיעות דערוועגן איך האב בלויז געשריבן פון דא
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובה דורך אלף בית »

אויף די קול קורא ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט פון התאחדות הרבנים
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובה דורך פליגל »

כבוד הרב א"ב הי"ו אנטשולדיג פארן דיר אויסכאפן, כ'אב עס געטאהן פאר דיר
ואתכם הסליחה
אטעטשמענטס
Zmaan Rabini Taam.JPG
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח פליגל.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובה דורך נחמן נתן »

ענדליך האט זיך שוין איינער מרחם געווען, ופליגל שמו. תשו"ח חן לו.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובה דורך אלף בית »

יישר כח פליגל
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובה דורך נחמן נתן »

געהערט פון הרה"ח ר' זושא פריעדמאן שליט"א מחשובי חסידי וויזשניץ מאנסי, אז ער האט אמאל געהערט פון זיין רבי'ן (מוויזשניץ מאנסי) שליט"א אז דער סאטמארער רבי זי"ע האט אמאל געשיקט צו איהם (צו ר' מאטעלען - נאך ווען ער האט נאך געוואוינט אין וויליאמסבורג) א שליחות, אז ער זאל מסכים זיין צו קובע זיין דעם זמן כשיטת ר"ת. דער וויזשניצער רבי, דאן וויזשניצער רב, האט זיך שטארק געקווענקעלט איבער דעם, ווי נישט ווי האט ער געהאלטן ביים ממשיך זיין כמסורת בית אבותיו, און דא האט ער באקומען א פערזענליכען שליחות פונעם רבי'ן איבער דעם.
דאך האט ער שפעטער געזאגט, אז ווען דער רבי וואלט איהם דאס אליין געזאגט וואלט ער אפשר געביטן, נאר וויבאלד דער רבי האט איהם דאס געבעטן דורך א שליח, איז א סימן אז דער רבי האט איהם נישט געוואלט אינגאנצן נייטן ממש צו דעם, און איהם געגעבן א מקום זיך ארויסצודרייען צו קענען ממשיך זיין לעשות כרצונו.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

ווייסט איינער די פונקטליכע מימרא פון בעלזא רב זצ"ל בנוגע א קינד וואס איז געבוירן בין השמשות, אז אויב עס איז געווען אין די צייט וואס ער האט געדאווענט מנחה (אדער לכמה גירסאות די צייט וואס מען זאגט יצוה ביי שלש סעודות) איז נאך טאג?
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובה דורך נחמן נתן »

קרעמער, כ'האב נישט קיין תירוץ אויף דיין פראגע, אבער מענין לענין האב איך מיר דערמאנט מה ששמעתי פעם מפי הגה"צ אב"ד וויען שליט"א אז בצעירותו האט ער זיך אמאל נישט גוט געפילט און האט געהאלטן פאר שחרית, האט איהם זיין פאטער הגה"צ אב"ד סאמבאטהעלי זצ"ל געזאגט אז ער זאל קיין קוקן ווי דער רבי (סאטמארער רב זצ"ל) האלט מיטן דאווענען; אויב האט דער רבי נאכנישט געדאווענט שחרית, דעמאלסט קען ער דאווענען שחרית מיט-איהם, אבער אויב האט דער רבי שוין יא געדאווענט, דאן דארף ער דאווענען צוויי מנחה'ס!
לחיים ולברכה!
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

תגובה דורך מאטקע »

קרעמער

וואס מ'זאגט נאך, אז דער בעלזער רב ר' ישכר בער זי"ע, פלעגט צו זאגען בנוגע א קינד וואס איז געבוירען שבת, טאמער איז ער געבוירען פאר יצוה זאל מען איהם מל'ען אין שבת, נאך יצוה זאל שוין זיין דער ברית זונטאג. [דרך אגב, דער סאטמערער רב זי"ע האט זיך געוואונדערט וואס פאר א מין זמן איז דאס עפעס "יצוה" !!!].

דער מימרא האב איך געהערט פון פארשידענע מקורות, אבער ס'איז דא א ספר - כ'האף שפעטער וועל איך דאס אפירזוכען - וואס ברענגט א בריוו פון א תושב פון שטאט בעלזא תרס"ו, ווי ער שרייבט אז אין בעלזא, כאטש מ'נעמט אן רבינו תם אינגאנצען, אבער לגבי מל'ען א קינד, טאמער איז ער געבוירען אן האלבע שעה נאכן שקיעה, מאכט מען שוין דעם ברית זונטאג, אזוי אז ס'עפעס נישט גלאטיק דעם נושא.
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

תגובה דורך ליסקא »

געהערט אמאל (אבער איך ווייס נישט פון קראנטע מקור) אז הרב מיכאל בער ווייסמאנדל איז אויך געווען ביי די מיטינג אין ווען מען האט פארלאנגט אז מען זאל אינטערשרייבן האט ער א קלאפ געגעבן אויפן טיש "ח"ו אז מיינע אבות הק' זענען געווען מחללי שבתים" ווי באקאנט איז אינדערהיים ובפרט ביי אשכנזים "נישט" געווען איינגעפירט שיטת ר"ת אשר ע"כ האט ער נישט געוואלט אינטערשרייבן.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

יישר כח פארן עפענען אזא אשכול וואס וועט האפנטליך האבן אי"ה אסאך ווערדפולע היסטארישע אינפארמאציע

מענין לענין איבער א קינד וואס איז געבוירן נאך די שקיעה
האב איך געהערט נישט לאנג צוריק, אז ס'איז געווען אזא מעשה ביים שינאווער רב (נישט זיכער אזוי מיין איך), ער האט געענדיגט מנחה און ער האט זיך געהאלטן פארן וואשן צו שלש סעודות, און מען איז אים געקומען פרעגן אויף א קינד וואס איז יעצט געבוירן געווארן ווען מען זאל מאכן דעם ברית, האט ער געזאגט ער וועט ענטפערן באלד, ער האט זיך געוואשן ער האט געגעסן א כזית, און ער האט געזאגט מען זאל מאכן די ברית זונטאג, הפנים ער האט נישט געוואלט אזוי פסק'נען פארן עסן שלש סעודות, ווייל לפי זה ווי אזוי קען ער זיך יעצט וואשן.
כך שמעתי לפני כמה שבועות, וכמדומה שהמעשה הי' עם הרה"ק משינאווא
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח אלע מגיבים, ובפרט מאטקע. ביטע זוך אפיר יענעם ספר און לאז מיך וויסן.

אין ספר נשמת שבת חלק ו' שרייבט ער אז דער מנהג דאהי איז אז א קינד וואס ווערט געבוירן שבת פארנאכטס צווישן די שקיעה און צאת הכוכבים מל'ט מען נישט אום שבת.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובה דורך נחמן נתן »

ליסקא, זייט אזוי גוט, און זייט מברר וויאזוי די 'אשכנזים' האבן זיך געפירט אינדערהיים, אין דעם נושא. (החל ממרן רשכבה"ג החתם סופר זי"ע ותלמידיו הקדושים ותלמידי תלמידיהם).
לחיים ולברכה!
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

ספר בין השמשות לר' וואלף גערסטעל ז"ל

תגובה דורך מאטקע »

קרעמער האט געשריבן:מאטקע. ביטע זוך אפיר יענעם ספר און לאז מיך וויסן.



דא האסטו

עמוד 26
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

א שיינעם דאנק.
פארשפארט

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”