לשון רבים
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- ערנסטער
- שר חמש מאות
- תגובות: 583
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
- לאקאציע: פון יעהופעץ
לשון רבים
ווי איז דער לשון רבים פון:
א פערד - די פערד(ן) ?
א פיש - די פיש(ן) ?
אן אמעריקאנער - די אמעריקאנער(ס) ?
א פוילישער - די פוילישער(ס) ?
א טעלער - די טעלער(ס) ?
א פערד - די פערד(ן) ?
א פיש - די פיש(ן) ?
אן אמעריקאנער - די אמעריקאנער(ס) ?
א פוילישער - די פוילישער(ס) ?
א טעלער - די טעלער(ס) ?
די וואָר הענגט אויף א האָר
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
א אידעלע האט געשריבן:אגב, אז מען רעדט שוין פון לשון רבים, וואס איז די כלל ביים דעם, ווען זאגט מען
פישן-פישעלעך
פערדן-פערדלעך
מעסערס-מעסערלעך
מענטשן-מענטשעלעך
דאס ווענדט זיך ווי גרויס די זאך איז, א גרויסע פיש, אדער אסאך גרעסערע פיש, זענען "פיש", א קליינע איז א "פישעלע" און אסאך קליינטשיגע זענען "פישעלעך", ומהן תדון להשאר.
- מעסטערמיינד
- שר האלף
- תגובות: 1514
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm
- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
זארעכפעפער האט געשריבן:מעגליך, אז ווען מען לייגט צו דאס ווארט "די" דאן הערט זיך דער ווארט בלשון רבים, און עס פעלט שוין נישט אויס צוצישטעלן דעם לשון רבים צום עצם ווארט.
די פערד זענען געלאפן
פערדן זענען געלאפן
די פיש אין וואסער ציטערן
פישן אין וואסער ציטערן
מעגלעך?
כ'זעה אין דיעזע ווערטער א שטארקע גערעכטיגקייט, וואס זאגסטו מאשקע? דיזער?
- מעסטערמיינד
- שר האלף
- תגובות: 1514
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm
- ערנסטער
- שר חמש מאות
- תגובות: 583
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
- לאקאציע: פון יעהופעץ
מעסטערמיינד האט געשריבן:די פיש אין וואסער, אללוועיס.
אגב קען מיר איינער נאכקוקען/הערן ר' יום טוב עהרליך תורה ווי ער זינגט די אמעריקאנע/ר די תורה ווייזט ער און ער פרעגט צו בעלן איז ווער
מיינסט "אידישע אוצרות"?
דאכט זיך מיר, אז פריד זינגט דארט "די אמעריקאנער" - מיט א רי"ש און אן קיין סמ"ך.
די וואָר הענגט אויף א האָר
-
- שר העשר
- תגובות: 29
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 11:40 am
מעסטערמיינד האט געשריבן:אמעריקאנער, איז לאוו דוקא לשון רבים, אמעריקאנע, אנעם ריש איז בעסער,
דוגמה,
די אמעריקאנע זענען געלט גייציג, ארר וואט עווער,
כ'טראכט נאר אזוי.
כלל: יעדע לאנד און אזוי אויך יעדע חסידות קומט מיט רי"ש צום סוף, אפגעזען אויב עס איז לשון יחיד אדער לשון רבים. נאר דער איינציגסטער חילוק איז, אז ביי לשון יחיד וועט מען שרייבן דער און ביי רבים די:
דער אמעריקאנער/די אמעריקאנער
קריסטאל-קלאר האט געשריבן:מעסטערמיינד האט געשריבן:אמעריקאנער, איז לאוו דוקא לשון רבים, אמעריקאנע, אנעם ריש איז בעסער,
דוגמה,
די אמעריקאנע זענען געלט גייציג, ארר וואט עווער,
כ'טראכט נאר אזוי.
כלל: יעדע לאנד און אזוי אויך יעדע חסידות קומט מיט רי"ש צום סוף, אפגעזען אויב עס איז לשון יחיד אדער לשון רבים. נאר דער איינציגסטער חילוק איז, אז ביי לשון יחיד וועט מען שרייבן דער און ביי רבים די:
דער אמעריקאנער/די אמעריקאנער
דער רוס, די רוסן; דער פאלאק, די פאלאקן; דער אונגארישער, די אונגארישע (אדער די אונגארן); דער ארץ-ישראל'דיגער, די ארץ-ישראל'דיגע.
ווי איר זעט, איז נישט דא קיין גענויער כלל. ביי יעדן פאלק טוישט זיך דער וועג ווי אזוי מען באצייכנט א לשון רבים, און איינער פון די וועגן איז מיט א ר' צום סוף, ווי "אמעריקאנער", "קאנאדער", און "כינעזער". כמדומה לי, אבער, אז דאס איז נאר ביי זאך-ווערטער, נישט ביי אדיעקטיוון. מ'וועט צום ביישפיל זאגן "די אמעריקאנע מענטשן", "די קאנאדישע בירגער", און "די כינעזע פירמעס".
וועלכע חסידים זאגט מען מיט א ר' צום סוף?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
-
- שר העשר
- תגובות: 29
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 11:40 am
גרשון האט געשריבן:קריסטאל-קלאר האט געשריבן:מעסטערמיינד האט געשריבן:אמעריקאנער, איז לאוו דוקא לשון רבים, אמעריקאנע, אנעם ריש איז בעסער,
דוגמה,
די אמעריקאנע זענען געלט גייציג, ארר וואט עווער,
כ'טראכט נאר אזוי.
כלל: יעדע לאנד און אזוי אויך יעדע חסידות קומט מיט רי"ש צום סוף, אפגעזען אויב עס איז לשון יחיד אדער לשון רבים. נאר דער איינציגסטער חילוק איז, אז ביי לשון יחיד וועט מען שרייבן דער און ביי רבים די:
דער אמעריקאנער/די אמעריקאנער
דער רוס, די רוסן; דער פאלאק, די פאלאקן; דער אונגארישער, די אונגארישע (אדער די אונגארן); דער ארץ-ישראל'דיגער, די ארץ-ישראל'דיגע.
ווי איר זעט, איז נישט דא קיין גענויער כלל. ביי יעדן פאלק טוישט זיך דער וועג ווי אזוי מען באצייכנט א לשון רבים, און איינער פון די וועגן איז מיט א ר' צום סוף, ווי "אמעריקאנער", "קאנאדער", און "כינעזער". כמדומה לי, אבער, אז דאס איז נאר ביי זאך-ווערטער, נישט ביי אדיעקטיוון. מ'וועט צום ביישפיל זאגן "די אמעריקאנע מענטשן", "די קאנאדישע בירגער", און "די כינעזע פירמעס".
וועלכע חסידים זאגט מען מיט א ר' צום סוף?
איך הער וואס דו זאגסט, אבער עס קען זייער מעגליך זיין אז דאס איז נאר ביי די וואס מען פארקורצערט אדער מען רופט זיי מיט א צונאמען. א שטייגער ווי דער רוס, איז עפעס א נייעם דערהער אויף דעם רוסישער בירגער. אזוי אויך דער פאלאק. וואס דאן טוישט זיך עס טאקע בלשון רבים.
ווידעראום דער אונגערישער וועט מען דאכט זיך יא זאגן די אונגארישער, און איך מיין [כמעט זיכער] אז מען וועט טאקע יא שרייבן די אמעריקאנער און קאנאדישער בירגער.
לגבי חסידות'ן: וועלכע נישט? בעלזער חסיד, גורער חסיד, וויז'ניצער חסיד א.א.וו. און כפי ידיעתי איז ביי לשון רבים דאס זעלבע: די בעלזער, גורער, וויזניצער חסידים און נישט די בעלזע חסידים וכו'.
די פראגע בלייבט נאר איבער צו ווען מען זאגט אין דאטיוו צו דעם בעלזער חסיד, אויב דאן שרייבט מען יא צו דעם בעלזן חסיד, אבער אדרבה, קוקט אליין ווי דעם בעלזן חסיד שטעכט מיר אויס די אויגן, בעת וואס דעם בעלזער חסיד שיינט מיר צו זיין פיל מער אנשטענדיג.