וויליאמסבורג און איר היסטאריע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22099
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוקטובער 12, 2009 3:26 pm

רב בן בוזי דאס איז דאך קאפיש צווישן קליימער אין דיוויזשאן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוקטובער 12, 2009 3:41 pm

אהא א דאנק, איז דאס דער באסטאנער שוהל? גבעת פנחס שיינט צו זיין א באסטאנער נאמען.

ווער איז דער אויף דעם בילד? ער זעהט אויס רבניש
צוגעלייגטע
5.jpeg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » מאנטאג אוקטובער 12, 2009 3:42 pm

אפשר קאפיש בעדפארד קארנער ווילסאן געוועזע באסטן'ער שול.
תכלית הידיעה אשר לא נדע

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22099
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוקטובער 12, 2009 3:47 pm

כבוד רב בן בוזי, כבר קדמך רב מיללער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוקטובער 12, 2009 4:00 pm

farshlufen האט געשריבן:כבוד רב בן בוזי, כבר קדמך רב מיללער.

איימסארי, אבער דאפלט איז שטערקער פלעגט סקרענטענער רב צו זאגן.

פאלגענד ברענג איך עטליכע בילדער פון אידן אין וויליאמסבורג, די בילדער זענען געכאפט געווארן תשכ"ה, ווער עס דערקענט איינעם זאל ביטע מגיב זיין.
צוגעלייגטע
6.jpeg
7.jpeg
8.jpeg
9.jpeg
10.jpeg
11.jpeg
12.jpeg
13.jpeg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 8:29 am

סאטמארע בוטשער סטאר אויף וומ"ס סט. אין די כ' יארען.
צוגעלייגטע
SatmarMeat.jpg

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 4:06 pm

כ'על מוזן אפשאטן א באזוך ביים זיידן לפענח הנעלמים.
לחיים ולברכה!

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 4:11 pm

ליעבערס טשאקאלאדעס.
צוגעלייגטע
71_lee_av_683[1].jpg
לחיים ולברכה!

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 4:13 pm

וואס טוט מען דא דיסקוטירן? ווער פרובירט וועם משכנע צו זיין?
צוגעלייגטע
a_discussion_686[1].jpg
a_discussion_686[1].jpg (117.26 KiB) געזעהן 3400 מאל
לחיים ולברכה!

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 4:17 pm

וואס וועט מען זאגן פאר אונזערע קינדער איבער דעם געוועזענעם אויסגערופענעם 'לאנדא'ס רעסטאראנט'????
ליידער איז דאס שוין אויך אריין אין היסטאריע... (אין די טעג גרייט זיך 'המשביע פאלקס קיך' צו עפענען דארט א בית התבשיל).
ר' שלום מיר וועלן פון אייער ווארימע אויפנאמע קיינמאל נישט פארגעסן!
צוגעלייגטע
l_restaurent_847[1].jpg
לעצט פאראכטן דורך נחמן נתן אום מיטוואך נובעמבער 11, 2009 4:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 4:17 pm

דער רעכטס איז דאכט זיך מיר פאטער פון ר' יונה/יונתן בנימין אסטרייכער הידוע,
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 4:22 pm

בן בוזי האט געשריבן:דער רעכטס איז דאכט זיך מיר פאטער פון ר' יונה/יונתן בנימין אסטרייכער הידוע,

הואיל והזכרת אותו, עמיר איבערגעבן א גוט ווארט.
הרה"ח ר' משה אלי' עסטרייכער ז"ל איז געווען א פלאם פייערדיגען מונקאטשער חסיד פון הרה"ק בעל מנח"א זצ"ל, נאכן קריג האט ער זיך מתדבק געווען אין הרה"ק מסאטמאר זצ"ל. אין א געלעגענהייט האט ר' משה אלי' אמאל געזאגט פארן רבי'ן אז דער רבי זאל וויסן אז אפי' ער איז יעצט א סאקמערער חסיד אבער ווען משיח וועט קומען וועט ער ווערן צוריק א מונקאטשער חסיד... האט איהם דער רבי געענטפערט במתק לשונו, אוי! מיר ווארטן שוין אזוי שטארק אז משיח זאל שוין קומען....!!
לחיים ולברכה!

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 4:28 pm

איך האב געהערט אביסל אנדערש, דער רבי האט געזאגט: "איר קענט שוין יעצט גיין"...
ברם יזכר אותו האיש לטוב הרה"ח ר' משה אלי' ע"ה וועלכער האט - ע"פ פקודת קדשו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע - איבערגעדרוקט דעם געוואלדיגן קונטרס "תיקון עולם", דער רבי האט אים דאן געזאגט "איך וויל מ'זאל וויסן אז וואס איך זאג איז נישט אייגנס, דאס איז געווען די מיינונג פון אלע צדיקים הקודמים".

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 4:28 pm

יא עס קוקט אויס ווי אים , איך מיין אז ער האט סוף ימיו געוואונט אין ווייט פלעס נעבען קליימער
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 4:31 pm

נחמן נתן האט געשריבן:כ'על מוזן אפשאטן א באזוך ביים זיידן לפענח הנעלמים.


נו, ביסט שוין געווען ביים זיידן? "שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך"

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3712
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 4:35 pm

בן בוזי האט געשריבן:דער רעכטס איז דאכט זיך מיר פאטער פון ר' יונה/יונתן בנימין אסטרייכער הידוע,

דו רעדסט ביי די רינגל וואו מ'דעבאטירט, לכאורה ביזטו גערעכט ווייל זיין זון ר' פנחס, האט אזוי אויסגעזען אין די מ' יארן ווען מיר האבן געוואוינט אין וומס.
אינעווייניג ביי לאנדא'ס שטייט לכאורה איינער פון ר' אברהם הערש ע"ה'ס קינדער, זיין אייניקל יבלח"ט וואס האט דאס געשעפט אויף די דרייצנטע עוו. זעט אויס היפש ענדליך צו דעם וואס שטייט דארט אין געשעפט, אינטערעסאנט דער בחור'ל וואס שטייט פארענט פארקויפט לכאורה הדסים.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 8:18 am

lebediger berel האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:דער רעכטס איז דאכט זיך מיר פאטער פון ר' יונה/יונתן בנימין אסטרייכער הידוע,

דו רעדסט ביי די רינגל וואו מ'דעבאטירט, לכאורה ביזטו גערעכט ווייל זיין זון ר' פנחס, האט אזוי אויסגעזען אין די מ' יארן ווען מיר האבן געוואוינט אין וומס.
אינעווייניג ביי לאנדא'ס שטייט לכאורה איינער פון ר' אברהם הערש ע"ה'ס קינדער, זיין אייניקל יבלח"ט וואס האט דאס געשעפט אויף די דרייצנטע עוו. זעט אויס היפש ענדליך צו דעם וואס שטייט דארט אין געשעפט, אינטערעסאנט דער בחור'ל וואס שטייט פארענט פארקויפט לכאורה הדסים.


דאס איז לכאו' ר' שלום אליין. זיין זון וואס זעהט אויס ענדליך צו דער אינעם בילד האט טאקע געהאט דעם געשעפט אויף 13טע עווע. ס'איז נאך אפען?

אינדרויסן שטייט ר' אלי' ראטה ני"ו, בן החסיד הישיש ר' מרדכי ז"ל פון וויליאמסבורג. ר' אלי' וואוינט אין קרית יואל.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3712
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 8:51 pm

אפשר קענען מיר הערן נאך נעמען ווער די מענטשן אויף די בילדער זענען.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג נובעמבער 23, 2009 12:02 pm

אריין געקומען די ביטערע בשורה: פרויקע וואגנער ע"ה שבק לח"ח. ת.נ.צ.ב.ה.
איינער ווייסט אפשר זיין טאטענ'ס נאמען, ער האט ל"ע נישט איבער געלאזט קיין קינדער.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מאנטאג נובעמבער 23, 2009 2:00 pm

אז מ'רעד פון וויליאמסבורג און וואגנערס גראסערי/פרוכט געשעפט, ווי קען מען פארגעסן פון לאם'ס בוטשער.

די ערשטע בילד איז ר' פתחי' לאם, דער גרינדער פונעם בוטשער און אויב כ'ווייס וואס כ'רעד פוןדי גרינדער פון תורה ודעת, און די צווייטער בילד זענען זיינע קינדער פאראנט פון לאם'ס בוטשער סטאר אין וויליאמסבורג.
צוגעלייגטע
Pesachie Lam.jpg
Pesachie Lam.jpg (65.32 KiB) געזעהן 3168 מאל
Lam.jpg
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22099
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 23, 2009 2:11 pm

כבוד ר' יוסלמאן, דאס איז אלץ וואס איר האט צוזאגן אויף ר' פתחי'ן?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מאנטאג נובעמבער 23, 2009 2:31 pm

כ'דענק נישט קיין סאך דעטאלן, אבער לויט וויפיל כ'געהערט אין די אינגע יארן איז עס א איד מיט מסירות נפש. אדרבה, זייט נישט פארשלאפן, לאמיר הערן נאך עפעס!
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22099
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 23, 2009 2:42 pm

לא שמענו הרבה אודותיו, אבער מפי אידן וואס האבן אים געקאנט האבן מיר געהערט אז ער איז געווען א איד א ת"ח א שו"ב א ירא שמים מרבים, א איד וואס גדולים וטובים האבן נאר געגעסן פון זיין פלייש.

מער זעהט דא:
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22099
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 23, 2009 2:53 pm

לבקשת אלו שהדלתות סגורות להם:
צוגעלייגטע
1.JPG
2.JPG
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג נובעמבער 23, 2009 2:54 pm

א גרעיסער דאנק אייך הרב פארשלאפן,

ר' פתחי' לאם מיט וויליאמסבורג און איר היסטאריע זענען איינס, ר' פתחי' איז געווען דער וואס האט אוועק געשטעלט גלאט כשר פלייש אין וויליאמסבורג הבירה.

פון גירסא דינקותא געדענק איך צו פארציילן אז ר' פתחי' פלעגט ארויס צו גיין צוזאמען מיט די ווילהעלם'ס (הארדוועיר סטאר-דיוויזשאן עוועניו) און די פלאם'ס (עפעטייזינג-לי עוו. קאר. ווילסאן סט.) יעדן שבת קודש אויף לי עוועניו און בעטן די געשעפטן זיך צו שפרן פאר שבת וועגן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט