דער "מאנטאג" אשכול - כהנת כפונדקית
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
דער "מאנטאג" אשכול - כהנת כפונדקית
מה-דאך (אדער הואיל...) דער פארשלאפענער זונטאג טאג איז געווען אזוי לעבעדיג אזש קרעמער און סאכדעס האבן נישט געקענט נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג און מגיב זיין איבעראל, איז דאך זיכער אז מאנטאג וואס איז א 'געהעריגער' טאג, זאל זיכער זיין לעבעדיג.
נישט אזוי?
נישט אזוי?
An article a day keeps the babies away
Re: דער "מאנטאג" אשכול - כהנת כפונדקית
מאשקע האט געשריבן:מה-דאך (אדער הואיל...) דער פארשלאפענער זונטאג טאג איז געווען אזוי לעבעדיג אזש קרעמער און סאכדעס האבן נישט געקענט נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג און מגיב זיין איבעראל, איז דאך זיכער אז מאנטאג וואס איז א 'געהעריגער' טאג, זאל זיכער זיין לעבעדיג.
נישט אזוי?
אטא-דא
- abimlaibt
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3855
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
- לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ
ווי אלעמאל, אין יעצט מער ווי קיינמאל בעפאר,
אין צו דיר קרעמער, דא אין ס'קרעטשמע איז נישטא אזא זאך 'פערטיג' גענדיגט ליינען גייט מען קורוק אים מהייבט אן פריש מגיב זיין אויף עלטערע תגובות, אדער אין ערגסטען פאל, ששששששש זאג נישט קיינעם 'עפען א פרישע אשכול' מיט א נייע נאמען מיט אלא קלאפער געצייג, וויזוי דיר שמעקט,אין פטור אן עסק, שעיש?

וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12505
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
מיט די הענט אויפגעהויבן אויף ארויף צום הימל, און די פוס אראפגעלייגט צו די ערד, די מויל אפן, און שטערן צוזאמענגעקנייטשט, געבן מיר אפ א שבח והודיה צום אייבירשטען, און מיר הייבן אן מיט ווערטער עד הנה עזרינו רחמיך, און מיר טוען א תפלה אויך אויף ווייטער אז ואל תטשינו השם אליקנו לנצח, אויף די גרויסע חסדים וואס ער האט געטוען מיט אינז חברי הקרעטשמע נאכדעם וואס דער מאנטאג'דיגען טאג איז דורך מיט איר פולסטן פראכט און דער מאנטאג אשכול פארמאגט אינטער אירע פליגלען א צירקע פון צוויי זייטן שוין, קעניינע הארע,
דער היינטיגער טאג מאנטאג איז גאר אנדערש ווי דער נעכטיגער טאג זינטאג, א_ווי מאנכע וועלן נאך געדענקן פון נעכטען בין איך אני הקטן נעכטען געווען און א געוואלדיגע פארלעגענהייט, ווארום קרעמער האט אויף אינז ארויפגעלייגט די עבודה קשה שבמקדש פון שרייבן אינעם זינטאג אשכול, מיט דעם אלעם וואס איך האב נישט געהאט די מינדעסטע השגה וואס איך זאל שרייבן, יאך בין געזיצן שעות אריכות, שעות על גבי שעות, און איך זיץ נאך אפשר יעצט אויך און געטראכט וואס מ'קען שרייבן, בקיצור, טאו מעק א שארט סטארי לאנג, כאב מיך נישט געקענט ארויסדרייען און איך האב געשריבן, אבער גאר אנדערש איז עס היינט מאנטאג, א טאג וואס איך האב דייקא יא וואס צו שרייבן, נישט סתם, נאר אסאך, אבער די צייט האביך פשוט נישט,
דאס האט מיר טאקע ציגעברענגט צו די מסקנה אז איך זאל נישט שרייבן דא, פשוט, איך האב נישט די צייט היינט, איך העל טאקע שוין סטאפן, און איבערלאזן דאס איבעריגס פאר דינסטאג'דיגען אשכול וואס איז שוין דאכצעכמער דא.

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.