דער פולמוס איבער מאשין מצות

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

איישישאק האט געשריבן:און אזוי אויך פון חמץ. פילן איז דאך שלא כדרך הנאתו.

איי דאונט טינק טהיס איז טרו "אין דשזענעראל"
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איישישאק האט געשריבן:עולם הפוך ראיתי. ווי איז מען מקיל מיט קטניות פאר קטנים? נאר ביי פארמולא, ווען מקען נישט טרעפן קיין מילך פארמולא, און דאס איז ביי קטני קטנים ממש. אבער סתם אזוי פאר קטנים?! און די זעלבע מענטשן זענען גאר 'מחמיר' ביי קטנים נישט צוצולאזן מאשין מצות? ווי נעמט מען אזא מאס אמונות טפלות?

וואס איז מיט אייך, מאשין מצות א חומרא??
מאשין מצות איז חמץ גמור ואסור להחזיקו בביתו משום בל יראה ובל ימצא און ס'איז נישט שייך צי מקיל זיין פאר קטנים
משא"כ קטניות איז אסור רק באכילה ולא בבל יראה קען מען דאס האלטן אין שטוב און דן זיין להקל פאר קטנים
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

איישישאק האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
איישישאק האט געשריבן:עולם הפוך ראיתי. ווי איז מען מקיל מיט קטניות פאר קטנים? נאר ביי פארמולא, ווען מקען נישט טרעפן קיין מילך פארמולא, און דאס איז ביי קטני קטנים ממש. אבער סתם אזוי פאר קטנים?! און די זעלבע מענטשן זענען גאר 'מחמיר' ביי קטנים נישט צוצולאזן מאשין מצות? ווי נעמט מען אזא מאס אמונות טפלות?

קטניות איז נישט באשטומט דעווארן אלץ ״חמץ גמור״!

מצד השני, בדרך צחות, אזוי ווי צאנזער רב שרייבט אז מאשין מצה איז ״חמץ גמור״, אולי האט עס א דין ווי א ״גוי דמור״ וואס כידוע האט א דין ישראל, דו״ק והמב״י

דו נוצסט אכט ווערטער, אויף וואס איך האב גענוצט צוויי.

נישט געמערקט דיין תגובה
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

מישסט אויס בל יראה און איסור אכילה
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איטשע האט געשריבן:מעשה קלער איך אביסל טיעפער
צאנזער רב האט נישט געלאזט גיין קיין שייטל [אריינגערעכנט, פריזעט און שפיצל], היינט בין איך מקיל, קען איך ווערן א פרומע מיט׳ן נישט עסן מאשין מצות???

אדער איז אן אנדערע עצה, פאר די לויף פון די ימי הפסח, זאל מען ווערן אויס צאנזער, מען קען ווערן א לעמבערגער חסיד, עסן מאשין מצות ע״ד די גדולי ישראל המתירין, און און נאך פסח, צוריק טוישן... [מען מעג בלויז טוישן רעליגע ווען רבי ווערט נסתלק?]
מצד השני, איז דאך היינט א דר ווי ידער האט זיך איך בעקאפ רבי, נניח אז דער בעקאפ רבי איז נישט פונ׳ם צאנזער חדר, פילייכט קען מען אויך מקיל זיין...

און דיין רב ז"ל האט נישט געוויסט פון צאנזע רב פון שייטלעך? האט דער סאטמארער רב נישט געוויסט פון די איסור אויף שפיצלעך? טוט מיר א טובה, דער נחש הקדמוני האט שוין אויסגעטראפן דעם סארט פשעטל... ביטע, ס'ווייסט יעדער וואס געהערט צי דעם חדר, די שארפקייט און חומר וואס דער צאנזע רב האט אוועקגעשטעלט דעם איסור פון מאשין מצות, און ווי הארב ס'איז געווארן אנגענימען ביי די תלמידים. וואס פארא מין צישטעל איז דאס צי שייטלען?!

די המשך תגובה אייערע איז בלתי מובן כלל וכלל און ווארפט א שאטן אויף אייער תגובה פריער אין טאג.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איישישאק האט געשריבן:מישסט אויס בל יראה און איסור אכילה

איך קען נישט געבן פאר א קטן עפעס וואס ס'איז מיר אסור מן התורה צי האלטן אין שטוב, געניג קלאר?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

איטשע האט געשריבן:מעשה קלער איך אביסל טיעפער
צאנזער רב האט נישט געלאזט גיין קיין שייטל [אריינגערעכנט, פריזעט און שפיצל], היינט בין איך מקיל, קען איך ווערן א פרומע מיט׳ן נישט עסן מאשין מצות???

[גלייך־ווערטל אלערט!!]
אדער איז אן אנדערע עצה, פאר די לויף פון די ימי הפסח, זאל מען ווערן אויס צאנזער, מען קען ווערן א לעמבערגער חסיד, עסן מאשין מצות ע״ד די גדולי ישראל המתירין, און און נאך פסח, צוריק טוישן... [מען מעג בלויז טוישן רעליגע ווען רבי ווערט נסתלק?]
מצד השני, איז דאך היינט א דר ווי ידער האט זיך איך בעקאפ רבי, נניח אז דער בעקאפ רבי איז נישט פונ׳ם צאנזער חדר, פילייכט קען מען אויך מקיל זיין...

אז מ'רעדט פון ווערטלעך, איז ידוע די ווארט אז רח"ע האט פארגעווארפן פארן ח"ח אז מיטן זאגן אז לה"ר איז הארבער ווי חזיר מאכט ער נאר מער מענטשן עסן חזיר...

ווערטלעך אין א זייט געלייגט, האבן מיר שוין מאריך געווען פריער איבער די חילוק צווישן פסק און און גדר ומשם תדרשנו לטובה
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:מעשה קלער איך אביסל טיעפער
צאנזער רב האט נישט געלאזט גיין קיין שייטל [אריינגערעכנט, פריזעט און שפיצל], היינט בין איך מקיל, קען איך ווערן א פרומע מיט׳ן נישט עסן מאשין מצות???

אדער איז אן אנדערע עצה, פאר די לויף פון די ימי הפסח, זאל מען ווערן אויס צאנזער, מען קען ווערן א לעמבערגער חסיד, עסן מאשין מצות ע״ד די גדולי ישראל המתירין, און און נאך פסח, צוריק טוישן... [מען מעג בלויז טוישן רעליגע ווען רבי ווערט נסתלק?]
מצד השני, איז דאך היינט א דר ווי ידער האט זיך איך בעקאפ רבי, נניח אז דער בעקאפ רבי איז נישט פונ׳ם צאנזער חדר, פילייכט קען מען אויך מקיל זיין...

און דיין רב ז"ל האט נישט געוויסט פון צאנזע רב פון שייטלעך? האט דער סאטמארער רב נישט געוויסט פון די איסור אויף שפיצלעך? טוט מיר א טובה, דער נחש הקדמוני האט שוין אויסגעטראפן דעם סארט פשעטל... ביטע, ס'ווייסט יעדער וואס געהערט צי דעם חדר, די שארפקייט און חומר וואס דער צאנזע רב האט אוועקגעשטעלט דעם איסור פון מאשין מצות, און ווי הארב ס'איז געווארן אנגענימען ביי די תלמידים. וואס פארא מין צישטעל איז דאס צי שייטלען?!

די המשך תגובה אייערע איז בלתי מובן כלל וכלל און ווארפט א שאטן אויף אייער תגובה פריער אין טאג.

ס׳וואלט ווען געווען גלייך אז איר זאלט זיך וואס גיכער אויסלערנען גאליציאניש. ווי עס שיינט פארשטייט איר דאס נישט.
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

מיר דארפן מעורר זיין נאך א נקודה.

אין געוויסע חדרים, הערשט א הכנעה צו איין פוסק מער ווי אנדערע. אין אלגעמיין, למשל, איז דער חתם סופר פארהייליגט ביי אלע אידן בכל מקומות מושבותיהם. דאס מיינט אבער נישט אז הלכה כמותו בכל מקום. ווי אויך דער שו"ע הרב, דער פרמ"ג, דער אליה רבה און נאך. קיין שום פוסק האט נישט קיין פרייע טשעק אז אלס דארף זיין ווי ער זאגט. און אפילו ווען די הכרעה איז ווי איין פוסק, דאס מיינט נישט אז די אנדערע זענען ארויס פון בית המדרש.

אין ליובאוויטש, איז דער שו"ע הרב דער לעצטע פוסק. אין אנדערע קרייזן, איז ער נאר איינער פון זיי.

ווי איז עס ביים דברי חיים? טון חסידישע אונגארישע\גאליציאנער אידן אלס מיט זיין פסק? איז ער דען דער פוסק אחרון אויף אלס און אלעם? פון שייטלעך וכדו' זעט מען אז ער איז נישט. יא, ער איז פארהייליגט, פונקט ווי דער חתם סופר. איז וואס? פאר דעם איז עס שוין חמץ גמור? איינער וואס נוצט א מקוה וואס איז דלא כשיטתו זענען זיין קינדער בני נדה?

הלכה האט א מהלך, עס איז נישט קיין אמונה טפלה.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

איישישאק האט געשריבן:מיר דארפן מעורר זיין נאך א נקודה.

אין געוויסע חדרים, הערשט א הכנעה צו איין פוסק מער ווי אנדערע. אין אלגעמיין, למשל, איז דער חתם סופר פארהייליגט ביי אלע אידן בכל מקומות מושבותיהם. דאס מיינט אבער נישט אז הלכה כמותו בכל מקום. ווי אויך דער שו"ע הרב, דער פרמ"ג, דער אליה רבה און נאך. קיין שום פוסק האט נישט קיין פרייע טשעק אז אלס דארף זיין ווי ער זאגט. און אפילו ווען די הכרעה איז ווי איין פוסק, דאס מיינט נישט אז די אנדערע זענען ארויס פון בית המדרש.

אין ליובאוויטש, איז דער שו"ע הרב דער לעצטע פוסק. אין אנדערע קרייזן, איז ער נאר איינער פון זיי.

ווי איז עס ביים דברי חיים? טון חסידישע אונגארישע\גאליציאנער אידן אלס מיט זיין פסק? איז ער דען דער פוסק אחרון אויף אלס און אלעם? פון שייטלעך וכדו' זעט מען אז ער איז נישט. יא, ער איז פארהייליגט, פונקט ווי דער חתם סופר. איז וואס? פאר דעם איז עס שוין חמץ גמור? איינער וואס נוצט א מקוה וואס איז דלא כשיטתו זענען זיין קינדער בני נדה?

הלכה האט א מהלך, עס איז נישט קיין אמונה טפלה.

האסט גאנץ גוט נאכגעברענגט דעם משל פון ליובאוויטש לגבי אננעמען שטארק די פסקים פונעם בעל התניא אין שו"ע הרב.

ביי א שיינע חלק פון היימישע קרייזן און קהילות איז א פסק פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע אויף בערך אזא מדריגה ווי ביי ליובאוויטש דער פסק פון בעל התניא.

מ'האט עס אפשר נישט אזוי געקארמעט און געפרעדיגט דערוועגן ווי אין חב"ד, אבער א ווארט פון "הייליגן רב" ווי ער איז געווארן גערופן ביי פריערדיגע צדיקים, איז געווען זייער מאסגעבנד, ושום דבר לא יזיז אותו ממקומו.

איך רעד נישט דייקא לגבי יעדע קליינע עובדא אז יעדער האט זיך ממש געפירט ווי אים, אבער לגבי די גרויסע זאכן וואס צאנזער רב האט שטארק געפירט א מערכה דערמיט, איז עס זיכער געווען דער דעת תורה שהי' נר לרגלם פון די אלע קרייזן.
---
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

איטשע האט געשריבן:.....אבער אז אימיצער האט בלויז א כזית מאשין מצה יוצא צו זיין די כזיתים פסח ביינאכט, נלענ״ד אז ער זאל עסן בלויז די כזיתים ותו לא.
אבער יאך בין קיין רב. איז מילא מיין דעת לגבי זה בטל ומבוטל.

חס ושלום, און דיין דעת איז טאקע בטל ומבוטל קעגן רוב רובו פון אונזערע גדולי הפוסקים וואס האבן געהאלטן אז מאשין מצות איז חמץ גמור (אריינגערעכנט מתלמידי הכתב סופר וואס האבן געהאלטן אז ער האט דאס מתיר געווען נאר ווייל מען האט דאס ממילא געמאכט האט ער שוין געזעהן אז עס זאל זיין די מערסטע כשר וואס איז שייך, עס איז דא ביי דעם א עובדא מיט דער זכרון יהודה מסאטמאר).

און ווען איינער האט בלויז א כזית מאשין מצה, וואס לויט רוב רובן פון די גדולי הפוסקים איז דאס חמץ גמור, און אפילו בימינו איז בכלל נישט פשוט צו זאגן אז זייערע טעמים לאיסור איז אוועקגעגאנען, איז אוודאי אז שב ואל תעשה עדיף און מען טאר דאס נישט עסן.

און יאך בין קיין רב, איז מילא מיין דעת בטל ומבוטל קעגן רוב פוסקים וואס האבן געאסר'ט מאשין מצות און דאס געהאלטן פאר חמץ גמור.

(אגב, די היינטיגע מאשין חמץ המכונה מצות רירט די טייג נישט אן קיין הייסע אייזן בשעת מעשה? דאכט זיך מיר אז דאס איז געווען איינס פון די טעמים לאיסור פון די חידושי הרי"ם)

און בנוגע די טענה אז די היינטיגע מאשינען זענען בעסער און נישט אויף דעם האבן די אוסרים גערעדט, חוץ מזה וואס יתכן אז דאס איז שטותים והבלים און היינט איז נאך ארגער (ווי איך האב געהערט אין א שיעור פון ר' אשר ווייס), ברענג איך דא א בריוו פונעם מהרש"ב ווי ער באציט זיך טאקע צו די טענה, (אגרות-קודש מוהרש"ב, א, עמ' שטז-שיז)

בדבר המאשין [=מכונה] לאפיית מצה, הלא זה כמה שנים מלפנים רבו המנגדים על המאשינען, ובמה מצאו עתה שטובה היא, וגם עוד מהודר ביותר וביתרון, אשר הרבנים הגדולים ז"ל יראי ה' וחרדים לדבר הוי' אשר בדור שלפנינו אסרו את המאשין, ומהם אשר לא רצו לגלות הטעמים שלהם בכדי שלא יסתרו אותם, אבל פסקו בתוקף לאיסור, ומהם שכותבים שהוא חמץ גמור, איך ימלא לבנו לעבור ח"ו על דבריהם. ולבד החששים שכתבו בזה, שמעתי זה איזה שנים מר' יחיאל האלפערין.. שאמר לו חימיק [=כימאי] ירא-אלקים ובר-אוריין, אשר על-פי חוקי החימיע בנגיעת העיסה בהמעטאל של הוואלצין [=במתכת של הגלילים] נעשה בה חימוץ תיכף ברגע זו. ואני מאמין אשר הרבנים הגאונים הנ"ל רוח ה' נוססה בהם לאסור בתוקף את המכונה מצד החשש הנורא הנ"ל, אף שהם לא ידעו מזה, ועל-דרך מ"ש בשו"ת צמח-צדק יו"ד סי' קע"ו ח"ג בשם האורים-ותומים. וכאשר כבודו שואל מאתי, אני איני מסכים על-זה בשום אופן, ואין לנו לחדש דברים כי-אם לילך בדרך הישרה שהניחו לנו רבותינו הק' זצוקללה"ה.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אויב אזוי זענען אלע איזראעלי האנד מצות אויך חמץ.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

טראק דרייווער האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:.....אבער אז אימיצער האט בלויז א כזית מאשין מצה יוצא צו זיין די כזיתים פסח ביינאכט, נלענ״ד אז ער זאל עסן בלויז די כזיתים ותו לא.
אבער יאך בין קיין רב. איז מילא מיין דעת לגבי זה בטל ומבוטל.

חס ושלום, און דיין דעת איז טאקע בטל ומבוטל קעגן רוב רובו פון אונזערע גדולי הפוסקים וואס האבן געהאלטן אז מאשין מצות איז חמץ גמור (אריינגערעכנט מתלמידי הכתב סופר וואס האבן געהאלטן אז ער האט דאס מתיר געווען נאר ווייל מען האט דאס ממילא געמאכט האט ער שוין געזעהן אז עס זאל זיין די מערסטע כשר וואס איז שייך, עס איז דא ביי דעם א עובדא מיט דער זכרון יהודה מסאטמאר).

און ווען איינער האט בלויז א כזית מאשין מצה, וואס לויט רוב רובן פון די גדולי הפוסקים איז דאס חמץ גמור, און אפילו בימינו איז בכלל נישט פשוט צו זאגן אז זייערע טעמים לאיסור איז אוועקגעגאנען, איז אוודאי אז שב ואל תעשה עדיף און מען טאר דאס נישט עסן.

און יאך בין קיין רב, איז מילא מיין דעת בטל ומבוטל קעגן רוב פוסקים וואס האבן געאסר'ט מאשין מצות און דאס געהאלטן פאר חמץ גמור.

(אגב, די היינטיגע מאשין חמץ המכונה מצות רירט די טייג נישט אן קיין הייסע אייזן בשעת מעשה? דאכט זיך מיר אז דאס איז געווען איינס פון די טעמים לאיסור פון די חידושי הרי"ם)

און בנוגע די טענה אז די היינטיגע מאשינען זענען בעסער און נישט אויף דעם האבן די אוסרים גערעדט, חוץ מזה וואס יתכן אז דאס איז שטותים והבלים און היינט איז נאך ארגער (ווי איך האב געהערט אין א שיעור פון ר' אשר ווייס), ברענג איך דא א בריוו פונעם מהרש"ב ווי ער באציט זיך טאקע צו די טענה, (אגרות-קודש מוהרש"ב, א, עמ' שטז-שיז)

בדבר המאשין [=מכונה] לאפיית מצה, הלא זה כמה שנים מלפנים רבו המנגדים על המאשינען, ובמה מצאו עתה שטובה היא, וגם עוד מהודר ביותר וביתרון, אשר הרבנים הגדולים ז"ל יראי ה' וחרדים לדבר הוי' אשר בדור שלפנינו אסרו את המאשין, ומהם אשר לא רצו לגלות הטעמים שלהם בכדי שלא יסתרו אותם, אבל פסקו בתוקף לאיסור, ומהם שכותבים שהוא חמץ גמור, איך ימלא לבנו לעבור ח"ו על דבריהם. ולבד החששים שכתבו בזה, שמעתי זה איזה שנים מר' יחיאל האלפערין.. שאמר לו חימיק [=כימאי] ירא-אלקים ובר-אוריין, אשר על-פי חוקי החימיע בנגיעת העיסה בהמעטאל של הוואלצין [=במתכת של הגלילים] נעשה בה חימוץ תיכף ברגע זו. ואני מאמין אשר הרבנים הגאונים הנ"ל רוח ה' נוססה בהם לאסור בתוקף את המכונה מצד החשש הנורא הנ"ל, אף שהם לא ידעו מזה, ועל-דרך מ"ש בשו"ת צמח-צדק יו"ד סי' קע"ו ח"ג בשם האורים-ותומים. וכאשר כבודו שואל מאתי, אני איני מסכים על-זה בשום אופן, ואין לנו לחדש דברים כי-אם לילך בדרך הישרה שהניחו לנו רבותינו הק' זצוקללה"ה.

מער ווי מאכען באלד און גרויס געוויסע ווערטער פעלט נישט אויס ביי דער תגובה..
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

פנימחדשות האט געשריבן:

האסט מיר גארנישט אפגעפרעגט, איך האב געשריבן לשונות ווי "דאכט זיך" "יתכן" אויף זאכן וואס איך האב נישט הונדערט פראצענט מברר געווען, אבער איך האב צוגעצייכנט א מקור פון ווי איך האב דאס געהערט, פון הגאון ר' אשר ווייס. און לויט רוב גרויסע פוסקים בימיהם, חסידישע, פולישע, גאליציאנע, איז דאס טאקע נישט קיין מאשין מצה נאר מאשין חמץ, ממילא ווייס איך ווייטער נישט וואס די פרעגסט מיך דא אפ.

די מ' פון מ'תלמידי הכתב סופר פרעגט אויך גארנישט אפ, ווייל נישט ביי יעדן איז אויסגעקומען אזא מעשה ווי עס איז אויסגעקומען ביי דער זכרון יהודה, אבער פון זיין פסק זעהט מען קלאר וואס זיין רבי האט געהאלטן, אזוי ווי ער שרייבט קלאר אז די כתב סופר איז בעצם אויך נישט געווען צופרידן דערפון בכלל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

איך ווייס נישט פון קיין רוב וואס האט געאסרט מאשין מצות. ר' חיים בריסקער האט מען געדענקט אריין צו רעכענן צווישן די מתירים? און שפעטער ר' חיים עוזר?

דאס מאכן צו שפאט א פסק פון דער הייליגע כתב סופר איז א חוצפה אויף וואס מ'דארף מוחה זיין. אנשטולדיגט, לאמיר אים פארהייליגן דורכן געבן א נאמן. אפשר 'דער מיטעלער פרעשבורגער רב', אדער דער ר' שמואליק פרעשבורגער. נאר אזוי ווערט זיין פסק 'פארהייליגט' און מען טאר שוין נישט צולייגן קיין שטותים והבלים דערצו?
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

טראק דרייווער האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:.....אבער אז אימיצער האט בלויז א כזית מאשין מצה יוצא צו זיין די כזיתים פסח ביינאכט, נלענ״ד אז ער זאל עסן בלויז די כזיתים ותו לא.
אבער יאך בין קיין רב. איז מילא מיין דעת לגבי זה בטל ומבוטל.

חס ושלום, און דיין דעת איז טאקע בטל ומבוטל קעגן רוב רובו פון אונזערע גדולי הפוסקים וואס האבן געהאלטן אז מאשין מצות איז חמץ גמור (אריינגערעכנט מתלמידי הכתב סופר וואס האבן געהאלטן אז ער האט דאס מתיר געווען נאר ווייל מען האט דאס ממילא געמאכט האט ער שוין געזעהן אז עס זאל זיין די מערסטע כשר וואס איז שייך, עס איז דא ביי דעם א עובדא מיט דער זכרון יהודה מסאטמאר).

און ווען איינער האט בלויז א כזית מאשין מצה, וואס לויט רוב רובן פון די גדולי הפוסקים איז דאס חמץ גמור, און אפילו בימינו איז בכלל נישט פשוט צו זאגן אז זייערע טעמים לאיסור איז אוועקגעגאנען, איז אוודאי אז שב ואל תעשה עדיף און מען טאר דאס נישט עסן.

און יאך בין קיין רב, איז מילא מיין דעת בטל ומבוטל קעגן רוב פוסקים וואס האבן געאסר'ט מאשין מצות און דאס געהאלטן פאר חמץ גמור.

(אגב, די היינטיגע מאשין חמץ המכונה מצות רירט די טייג נישט אן קיין הייסע אייזן בשעת מעשה? דאכט זיך מיר אז דאס איז געווען איינס פון די טעמים לאיסור פון די חידושי הרי"ם)

און בנוגע די טענה אז די היינטיגע מאשינען זענען בעסער און נישט אויף דעם האבן די אוסרים גערעדט, חוץ מזה וואס יתכן אז דאס איז שטותים והבלים און היינט איז נאך ארגער (ווי איך האב געהערט אין א שיעור פון ר' אשר ווייס), ברענג איך דא א בריוו פונעם מהרש"ב ווי ער באציט זיך טאקע צו די טענה, (אגרות-קודש מוהרש"ב, א, עמ' שטז-שיז)

בדבר המאשין [=מכונה] לאפיית מצה, הלא זה כמה שנים מלפנים רבו המנגדים על המאשינען, ובמה מצאו עתה שטובה היא, וגם עוד מהודר ביותר וביתרון, אשר הרבנים הגדולים ז"ל יראי ה' וחרדים לדבר הוי' אשר בדור שלפנינו אסרו את המאשין, ומהם אשר לא רצו לגלות הטעמים שלהם בכדי שלא יסתרו אותם, אבל פסקו בתוקף לאיסור, ומהם שכותבים שהוא חמץ גמור, איך ימלא לבנו לעבור ח"ו על דבריהם. ולבד החששים שכתבו בזה, שמעתי זה איזה שנים מר' יחיאל האלפערין.. שאמר לו חימיק [=כימאי] ירא-אלקים ובר-אוריין, אשר על-פי חוקי החימיע בנגיעת העיסה בהמעטאל של הוואלצין [=במתכת של הגלילים] נעשה בה חימוץ תיכף ברגע זו. ואני מאמין אשר הרבנים הגאונים הנ"ל רוח ה' נוססה בהם לאסור בתוקף את המכונה מצד החשש הנורא הנ"ל, אף שהם לא ידעו מזה, ועל-דרך מ"ש בשו"ת צמח-צדק יו"ד סי' קע"ו ח"ג בשם האורים-ותומים. וכאשר כבודו שואל מאתי, אני איני מסכים על-זה בשום אופן, ואין לנו לחדש דברים כי-אם לילך בדרך הישרה שהניחו לנו רבותינו הק' זצוקללה"ה.

טאקע וועגן אזעלכע פלעגט אונסדארפער רב וואס איז געווען איינע פון די גרעסטע תלמידים פונעם כתב סופר און דער רבי פון כמעט אלע אונגארישע ראשי ישיבות פונעם נעקסטן דור געהאט מאשין מצות ביי זיך אין שטוב כאטשיג ער אליינס האט עס נישט גענוצט צו ווייזן אז ער נעמט נישט אן דעם פסק אז עס איז חמץ
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

הרב איישישאק
קטניות איז אין ערגעץ נאסר געווארן אלץ "חמץ" נאר אלץ גדר אדער חומרא וכו'

געבראקס
איז א חומרא

מעדיצינען מיט חמצ'דיגע אינגרידיענטס איז תערובת חמץ אדער גאר שוואכער פונדעם

מאשין מצות איז לדעת האוסרים פלעין און סימפל כאמעץ (חמץ בלש"ק) נישט קיין תערובת, נישט קיין חומרא, נישט קיין גדר נאר בלויז דאורייתא'דיגע חמץ

יעצט פארשטייטסטו שוין פארוואס קטניות איז מען מקיל פאר קטנים און מעדיצינען פאר א חולה און מאשין מצות נישט????

מוזט נישט אננעמען דעת האוסרים אבער האסט געפרעגט לשיטתם
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אה! שטיי מיר שוין יעצט אין די הייליגע הילולא פון מרן רבינו הקדוש מצאנז זי"ע. ווי פאסיג איז טאקע אין דעם גרויסן טאג דייקא, ווייטער צי פילעווען אין די הייליגע מסורה הבהירה וואס ער האט אינז איבערגעלאזט און וואס האלט אינז ווייטער אן בדורנו השפל. זיעועכי"א!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

די וואך אין ספר החינוך בנוגע די טעם האיסור פאר מאכלות אסורות
איז דא זייער שטארקע דיבורים פארוואס ביי מאכלות אסורות זאגט מען ענדערש מטעם הכמוס ווי איידער זאגן א טעם דערויף.

בדרך צחות = צומאל די טעם פון עס וועלן פארזיכן טרעפט שוין זיינע טריקס צו מדחה זיין די טעם האיסור.
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
איישישאק האט געשריבן:עולם הפוך ראיתי. ווי איז מען מקיל מיט קטניות פאר קטנים? נאר ביי פארמולא, ווען מקען נישט טרעפן קיין מילך פארמולא, און דאס איז ביי קטני קטנים ממש. אבער סתם אזוי פאר קטנים?! און די זעלבע מענטשן זענען גאר 'מחמיר' ביי קטנים נישט צוצולאזן מאשין מצות? ווי נעמט מען אזא מאס אמונות טפלות?

קטניות איז נישט באשטומט דעווארן אלץ ״חמץ גמור״!

מצד השני, בדרך צחות, אזוי ווי צאנזער רב שרייבט אז מאשין מצה איז ״חמץ גמור״, אולי האט עס א דין ווי א ״גוי דמור״ וואס כידוע האט א דין ישראל, דו״ק והמב״י

כמעט א יעדער מורה הוראה וועט מקיל זיין ביי חולים שאין בהם סכנה צו נעמען מעדיצינען אדער וויטאמינען פון קטניות

די גזירה אויף קטניות איז קיינמאל נישט געווען לצורך רפואה, והיינו טעמא פאר קליינע קינדער הייסען זייערע מאכלים אזויווי צורך רפואה, אזוי זעהט מען אויך אין די פוסקים לגבי הל' שבת ביי מדידה פאר פארמולא אז ס'האט א דין ווי צורך רפואה
טעיפ רעקארדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm

שמועס מיט אדמו"ר מוויזניץ זצ"ל בענין מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

שיחת ר''ח אדר תשס''ט_1.pdf
(24 KiB) געווארן דאונלאודעד 43 מאל
אטעטשמענטס
שיחת בעל תורת מרדכי1.jpg
שיחת בעל תורת מרדכי1.jpg (251.68 KiB) געזען 898 מאל
לייברערין
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייברערין »

אטעטשמענטס
1.jpg
1.jpg (113.41 KiB) געזען 461 מאל
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
do i really need to xplain again ?

רוב סאטמאר און פאפא סקווער וכו' שטאמען פון זיידעס וואס האבן געגעסן מאשין מצות און בזמנו פאר אמעריקא נישט אנגענומען דעם פסק פונעם דברי חיים אפילו וואס א יעדעס ווארט
איז געווען קודש קדשים
די באקאנטע פסקים פון:
שייטלעך
מאשין מצות
שטאפ גענז
מקואות
דברים פשוטים וואס מדארף שוין היינט מסבירן

סאיז דא א געוויסע קרייז בתוך אונזערע קרייזן וואס וואלטן ווען זייער געוואלט איבערשרייבן היסטאריע ווי כאילו אונגארן איז געווען גאליציע. סהאט גארנישט געהאט מיט קיין קלות אדער מאדערנקייט צו טון סאיז בלויז געווען א צווייטע קרייז, די תלמידי החת"ס.
זיי זענען עפ"ר נישט געווען קיין מתנגדים און זאגאר נאנט מיט די חסידים, אבער פון דארטן ביזן אננעמען אויף זיך די גאליציאנע פסקים אדער לבוש איז גאאר גאאר ווייט.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

עס איז דא א שיינע ספר "מאשין מצות" ארויסגעגעבן דורך א תלמיד חכם פון באבוב, ער צולייגט הערליך שיין די גאנצע מערכה, מיט בילדער און דאקומענטן. א הערליכע ארבעט.

צום סוף האט ער דארט א בירור אז די היינטיגע מאשין מצות איז אסאך ארגער פון די ארגינעלע, עס ווערט געמאכט אין לאנגע מאשינען וואס מאכט אז די מצה קוקי זאל ווערן אפגעבאקן קודם נאר אביסל און נישט אינגאנצן, און עס נעמט היבש א לאנגע צייט ביז עס ווערט אפגעבאקן, דאס מאכט עס פאר אן ערנסטע שאלה. ער איז שטארק מאריך דערין אז די קאמפעניס האלטן נישט געהעריג ביים מאכן תיקונים וויבאלד לויט זייער סיסטעם קומט אויס די מצה מער קריספי.

ער איז מאריך מיט נאך אסאך שיינע ידיעות אין די נושא.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
כבני מרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 9:11 pm

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבני מרון »

אין ספר אגרות מהריט ח"ב איז דא הערליכע נייע גילוים בנוגע מאשין מצות בשליחות סאטמאר רבי זי"ע,

מאשין מצות אג מרט חב  1.jpg
מאשין מצות אג מרט חב 1.jpg (153.13 KiB) געזען 130 מאל
מאשין מצות אג מרט חב  2.jpg
מאשין מצות אג מרט חב 2.jpg (205.63 KiB) געזען 130 מאל
מאשין מצות אג מרט חב  3.jpg
מאשין מצות אג מרט חב 3.jpg (213.07 KiB) געזען 130 מאל
לעצט פארראכטן דורך כבני מרון אום מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 8:36 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”