היסטאריע: ישיבת תורת חסד / בילדער
די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד
- שאץ מאץ
- שר האלפיים
- תגובות: 2875
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
לחיים ולברכה האט געשריבן:ביי בילד 25 איז מערקבאר א בחור'ל שטיין ביים טיר. דאס איז א לעצטיגע בילד פון די גאר לעצטע יארן אין היטשין (פאר די ר"י'ס פטירה), ווען מ'האט אריבערגעברענגט די אויטגואינג טעלעפאן ליינס צו דעם האל, און די בחורים פלעגן ארויסשלעפן די טעלעפאן אינדרויסן פונעם בנין צו קענען רעדן שטילערהייט (מסתם שידוכים... אדער גאר זיך אפרעדן אויף די שווארצע ברויט...).
העי, דו, ס'איז געווען טעלעפאונס אין די ישיבה? פון וואנעט האט מען געהאט געלט דערצו?
אה, סארי. טאקע א טעות פון מיינע זייט. די ישיבה האט געקויפט איינמאל א זמן ביליגע טעלעפאנס פאר 5 ענגלישע פונט א שטיק, און נאך א וואך צוויי איז איבערגליבן בלויז איין שלימה. די בעסערע בחורים פלעגן זיך קויפן טעלעפאונס און האלטן אין לאקער...
.
האסטו די ישיבה'ס טעלעפאן....
- צוגעלייגטע
-
- Picture 1153.jpg (6.68 KiB) געזעהן 2208 מאל
כ'ווייס נישט צו דער עולם כאפט....
ער רעדט נישט פון א סעלפאן וואס מען האט געהאלטן אין לאקער, מען האט געהאט אין לאקער א געהעריגע טעלעפאן וואס מען דארף ערגעץ איינפלאגן, און ווען מען האט געוואלט רעדן איז מען אהינגעגאנגען עס איינפלאגן.
די מעלה איז געווען אז די האסט נישט געדארפט ווארטן אויף א טעלעפאן אין די ליין.

- בענק טעלער
- שר העשר
- תגובות: 15
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 2:38 pm
- שאץ מאץ
- שר האלפיים
- תגובות: 2875
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
51
זומער איז דער פול געוועהן פיל מיט וואסער (אסאך מאל זויבער אויך)
דא האט מען זיך געטובל'ט דעם ערשטן ר"ה,
(ווען מ'האט אנגעפילט דעם פול האט מען געלאזט רינען דאס וואסער ג' טפחים ע"ג קרקע לשיטת הראב"ד איז דאס א כשר'ע מקוה, פון ווי קען איך דעם ראב"ד?, פון דא....)
אוי איז דאס געוועהן קאלט ר"ה צופרי.... נאך היינט בין איך קאלט דערפון...

- 49.jpg (14.89 KiB) געזעהן 2684 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2548
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
שאץ מאץ האט געשריבן:(איך רעד פון די גאז טאנקען מיט א בענקעניש ווייל מ'האט נישט קיין השגה וואס מיר האבן געשפירט ווען נאך 3 קאלטע טעג האט מען אנגעפילט דעם גאז טאנק..)
יא יא, מ'איז געווען אזוי פארפרוירן פון קעלט, אבער מיינע צייטן קומט נישט צו צו דיינע. אונז האמיר געהאט עלעקטריק היטערס וואס די פעשערע פון אונז האבן דאס אויסגעלאשן שרייענדיג אז ס'איז הייס, און מיר זענען פארפרוירן געווארן איבער נאכט.
ווער רעדט נאך פון די מקוה... אה, דאס איז שוין אנאנדער מעשה אינגאנצן. אז נישטא קיין געז, איז נישטא קיין הייסע מקוה, געווענליך איז דאס געווען פארפרוירן קאלט, ווען די שטיבל זיך צו איבערטוהן איז אויך געווען שרעקליך קאלט פון די שפאלטענעס אין די וואנט און פענסטער.
מי יתן לנו ירחי קדם...
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
- שאץ מאץ
- שר האלפיים
- תגובות: 2875
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
56
היות ס'קומט ראש השנה דערמאנט עס מיר פון ר"ה אין ישיבה, קיין פיקשטער אידעך נישטא, אבער עפעס האבעך געפינען במקום...
תשליך..... יא דא האט מען אריין געווארפן צוויי דריי פיצי פישלעך און מ'האט געזאגט תשליך....
ווי אויך האט דעי פלאץ געדינט איין טאג פאר מקוה, (ווי געשריבן אין מיין טאג בוך פון היטישין) אז מ'האט געוואלט מאכן א פעוועזארישע מקוה דא מיט וואסער, למעשה איז עס געבליבן קלאט, און צו ווערן געטובלט האט מען זיך אויסגעצויגן בפישוט ידים ורגלים,
אני הקטן בין געוועהן פון די געטובלט'ע מיט א גדול עומד על גבי צו איך בין גענצליך אריין אונטערן וואסער,
דאכט זיך דער רויטע רינגעלע בין איך אליין, אבער איך קען נישט זאגן פאר זיכער.....

- 54.jpg (23.06 KiB) געזעהן 2307 מאל
צום פראגע פונעם ציבור וועל איך אויסרעכענען אלע מגידי שיעור ור"י כהיום יום, תשס"ט-תש"ע אינעם בנין הישיבה הק' 118 קעזענאוו רד. קארנער פאונטאון רד.
הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א, נשיא הישיבה
הרה"ג ר' חיים יהודה לייביש באב"ד, ראש ישיבה (לערנט פאר סוגיא פאר שיעור ד', פארמיטאג), ר' יוסף שווימער מגי"ש שיעור ג', ר' צבי הירש לאנגבערג שו"מ שיעור ג', ר' מיכל קאהן מגי"ש שיעור ג', ר' שמואל לעוו מגי"ש שיעור ג', ר' שלום יצחק קרויס מגי"ש שיעור ב', ר' יחזקאל אינזליכט מגי"ש שיעור ב', ר' שלמה סאבאוויטש מגי"ש שיעור ב', ר' אברהם הויט שו"מ שיעור ב', ר' ארי' לייב כהנא מגי"ש שיעור ד', ר' לייבל גאטטעסמאן שו"מ שיעור ד', ר' פנחס גאלדשטיין שו"מ שיעור ד', ר' שאול שעהר שו"מ שיעור ד', ר' מרדכי לייב פרענקל שו"מ שיעור ד', ר' אהרן גליק מגי"ש (ור"מ) שיעור א'-קול יהודה, ר' ישראל יעקב עקשטיין מגי"ש שיעור א' ומשגיח כללי דישיבה, ר' משה פעלבערבוים מגי"ש שיעור א' (יעצט געווארן מנהל ת"ת סאטמאר-לאנדאן)
אצינד תש"ע לערנען אין ישיבה: 118 בחורים בליעה"ר, (דערונטער אייניגע יונגעלייט וועלכע לערנען אינדערפרי שיעור סוגיא ביים ר"י, און לערנען בחברותא מיט בחורים).
עוד חזון למועד בעז"ה

ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט