"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

פרישע רעקארד פון 2.92 מיליאן (רענט אריין 240,000 פון J&J).

אלעס אינאיינעם האט מען שוין פארטיילט מער פון 101 מיליאן וואקסינען אין אמעריקע.
אטעטשמענטס
Screenshot_20210312-154448_Chrome.jpg
Screenshot_20210312-154448_Chrome.jpg (316.87 KiB) געזען 2042 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

:!:

(מעגליך א דאטע דאמפ)
אטעטשמענטס
Screenshot_20210313-201658_Chrome.jpg
Screenshot_20210313-201658_Chrome.jpg (289.38 KiB) געזען 1971 מאל
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נארמאליזעם »

געטראפן נאך מעיל אין בעלעטס. :o
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

:lol:
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

האלאנד איז די לעצטע אין א רייע לענדער וועלכע האבן אין די לעצטערע וואכן צייטווייליג סוספענדירט דאס באנוץ פונעם בריטישע אקספארד-אסטרא זענעקא וואקסין אויס מורא פון מעגליכע סייד-עפעקטס,
ענליכע שריט איז גענומען געווארן אין נאך לענדער אריינגערעכנט דענמארק, נארוועגיע, אייסלאנד, בולגאריע, קאנגאו, און טיילאנד. איטאליע און עסטרייך האבן אויך מינימיזירט דאס באנוץ דערפון.
ארום 17 מיליאן מענטשן אין יוראפ און אין ענגלאנד האבן גענומען די אויבענדערמאנטע וואקסין און אונטער 40 האבן געוויזן סימטאמען פון בלוט-קלאטס.
די פירמע פון איר זייט אזוי אויך די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע זאגט אז ס'נישט פאראהן קיין שום באווייז אויף בלוט-קלאטינג און נאך פארשידענע סייד-עפעקטס דעריבער קען די וואקסינאציע ראול-אוט אנגיין געהעריג ווי געפלאנט.
לעצט פארראכטן דורך עירוב תבשילין אום מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך כ'וויל »

בלי שום ספק איז דאס נאר כדי צו צשיטעכען ענגלאנד נאכדעם וואס זיי זענען אזוי מצליח מיטן וואקסינען די עולם אנטקעגען די צוריקגעבליבענע אירפושע לענדער וואס האלטען אויף א מצב וואו מבאשילדיגט שוין אגאנצע צייט ווער איז שילדיג אין זייערע מצב אז זיי האבען נישט קיין וואקסינ'ס צו טיילען פאר זייערע עולם.
פלאצען זאלען זיי!!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

עירוב תבשילין האט געשריבן:האלאנד איז די לעצטע אין א רייע לענדער וועלכע האבן אין די לעצטערע וואכן צייטווייליג סוספענדירט דאס באנוץ פונעם בריטישע אקספארד-אסטרא זענעקא וואקסין אויס מורא פון מעגליכע סייד-עפעקטס,
ענליכע שריט איז גענומען געווארן אין נאך לענדער אריינגערעכנט דענמארק, נארוועגיע, אייסלאנד, בולגאריע, קאנגאו, און טיילאנד. איטאליע און עסטרייך האבן אויך מינימיזירט דאס באנוץ דערפון.
ארום 17 מיליאן מענטשן אין יוראפ און אין ענגלאנד האבן גענומען די אויבענדערמאנטע וואקסין און אונטער 40 האבן געוויזן סימטאמען פון בלוט-קלאטס.
די פירמע פון איר זייט אזוי אויך די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע זאגט אז ס'נישט פאראהן קיין שום באווייז אויף בלוט-קלאטינג און נאך פארשידענע סייד-עפעקטס דעריבער קען די וואקסינאציע ראול-אוט אנגיין געהעריג ווי געפלאנט.

דייטשלאנד און פראנקרייך זענען יעצט נאכמיטאג געווארן די לעצטע אין א רייע לענדער וואס האבן אפגעשטעלט דאס באנוץ פונעם אקספארד-עסטרע זענעקא וואקסין.
די ענגלישע מעדיצין ראגולעיטאר (MHRA) אזוי אויך די וועלט געזונהייט ארגאניזאציע טוט ווייטער ענקארידשען די בירגער זיך צו וואקסינירן און עס איז נישטא קיין באווייזן אז די וואקסין ברענגט בלוט-קלאטס.
די קאנאדישע פרעמיער טרודאו זאגט היינט אז די אלע וואקסינס וואס ווערן אדמיניסטרירט קיין קאנאדע זענען סעיף און מ'קען זיין רואיג.
אין טיילאנד וועט מען היינט ווידער אנהייבן דאס באנוץ פונעם וואקסין נאך א צייטווייליגע אפשטעל.
קאוונע
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2020 11:36 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך קאוונע »

קולמע זאגט אז פלארידע האט נישט געהאט % מער טויטע ווי קאלארפאניע ווי קען איך דעס זעהן?
איוואן
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:07 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך איוואן »

קאוונע
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2020 11:36 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך קאוונע »

איוואן האט געשריבן:https://apnews.com/article/public-health-health-florida-coronavirus-pandemic-ron-desantis-889df3826d4da96447b329f524c33047


וואס זאגסטו צו דעם?
https://www.latimes.com/california/stor ... hs-economy
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

די אייראפעאישע פאראיין צייגט צו האבן אנגעהויבן א פרישע קראנא כוואליע. דייטשלאנד ווארנט אז די כוואליע איז דא. איטאליע גרייט זיך פאר פרישע לאוקדאונס.

געוויסע זאגן אז דאס איז אין רעזולטאַט פון די בריטישע וועריאנט ווייכע פארשפרייט זיך איבער אייראפע, הגם ענגלאנד זעלבסט האט באוויזן אויסצומיידן דאס ערגסטע צוליב זייער אגרעסיווע וואקסין דרייוו.
אטעטשמענטס
Screenshot_20210315-204431_Chrome.jpg
Screenshot_20210315-204431_Chrome.jpg (307.42 KiB) געזען 1463 מאל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

עירוב תבשילין האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:האלאנד איז די לעצטע אין א רייע לענדער וועלכע האבן אין די לעצטערע וואכן צייטווייליג סוספענדירט דאס באנוץ פונעם בריטישע אקספארד-אסטרא זענעקא וואקסין אויס מורא פון מעגליכע סייד-עפעקטס,
ענליכע שריט איז גענומען געווארן אין נאך לענדער אריינגערעכנט דענמארק, נארוועגיע, אייסלאנד, בולגאריע, קאנגאו, און טיילאנד. איטאליע און עסטרייך האבן אויך מינימיזירט דאס באנוץ דערפון.
ארום 17 מיליאן מענטשן אין יוראפ און אין ענגלאנד האבן גענומען די אויבענדערמאנטע וואקסין און אונטער 40 האבן געוויזן סימטאמען פון בלוט-קלאטס.
די פירמע פון איר זייט אזוי אויך די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע זאגט אז ס'נישט פאראהן קיין שום באווייז אויף בלוט-קלאטינג און נאך פארשידענע סייד-עפעקטס דעריבער קען די וואקסינאציע ראול-אוט אנגיין געהעריג ווי געפלאנט.

דייטשלאנד און פראנקרייך זענען יעצט נאכמיטאג געווארן די לעצטע אין א רייע לענדער וואס האבן אפגעשטעלט דאס באנוץ פונעם אקספארד-עסטרע זענעקא וואקסין.
די ענגלישע מעדיצין ראגולעיטאר (MHRA) אזוי אויך די וועלט געזונהייט ארגאניזאציע טוט ווייטער ענקארידשען די בירגער זיך צו וואקסינירן און עס איז נישטא קיין באווייזן אז די וואקסין ברענגט בלוט-קלאטס.
די קאנאדישע פרעמיער טרודאו זאגט היינט אז די אלע וואקסינס וואס ווערן אדמיניסטרירט קיין קאנאדע זענען סעיף און מ'קען זיין רואיג.
אין טיילאנד וועט מען היינט ווידער אנהייבן דאס באנוץ פונעם וואקסין נאך א צייטווייליגע אפשטעל.


-די וועלט געזונהייט ארגאניזאציע מיט די אייראפעאישע מעדיצין אגענטור וועלן זיך היינט צאמקומען אין ווידער אמאל ריוויו'ען די אסטרא-זענעקא וואקסין.
-11 אייראפעאישע לענדער האבן דערווייל סוספענדירט דאס באנוץ דערפון.
-ענגלאנד'ס אויסערן מיניסטער דאמיניק ראב האט אויך היינט באשטעטיגט אז די וואקסין איז סעיף.
-די פרעמיער פון טיילאנד האט זיך היינט פאטאגראפירט נעמענדיג די וואקסין צו ווייזן פאר די בירגער אז די וואקסין איז פארזיכערט.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נארמאליזעם »

די אי יו האט געמאלדן אז די בריטישע אקספארד-אסטרא זענעקא וואקסין איז סעיף צו ניצן
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

נאך וואס די געזוטנהייט באאמטע אין אייראפע האבן היינט באשטעטיגט אז די בריטישע עסטרע זענעקא - אקספארד וואקסין איז סעיף האט איטאליע געמאלדן אז זיי גייען צוריק אנהייבן דאס באנוץ דערמיט.
שוועדישע באאמטע זאגן אז זיי דארפן נאך עטליכע טעג און דערנאך וועלן זיי פון פריש אנהייבן דאס נוצן.
אין ענגלאנד איז ערווארטעט א רעדוקציע אין די וואקסינען נאך א דילעי אין א שיפמענט וואס האט געזאלט אנקומען פון אינדיע די וואך (א חלק פון די וואקסינען ווערן דארט פרודעצירט) וואס וועט טיילווייז פארשטאטערן די וואקסין דרייוו.

פאלגענד זענען די נומערן פון לענדער און טעריטאריעס וואס באנוצן זיך מיט יעדע וואקסין:

_117580591_optimised-vaccines_by_country_15mar-nc.png
_117580591_optimised-vaccines_by_country_15mar-nc.png (125.44 KiB) געזען 1243 מאל
לעצט פארראכטן דורך עירוב תבשילין אום דאנערשטאג אפריל 01, 2021 7:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

The United States is preparing to send millions of doses of the AstraZeneca coronavirus vaccine to help neighboring Mexico and Canada, the White House said

(די וואקסין איז נישט באשטעטיגט פאר באנוץ אין אמעריקע, און האט א היפשע וויילע ביזן באקומען אפראוועל)
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

פראנקרייך אין די פיסטריט פון איטאליע

France is imposing a lockdown in several regions, including the Paris area, to contain the coronavirus
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך הײמישער זײגער »

נארמאליזעם האט געשריבן:די אי יו האט געמאלדן אז די בריטישע אקספארד-אסטרא זענעקא וואקסין איז סעיף צו ניצן


מער פונקטליך, אפילו עס זענען דא חששות איז די בענעפיט נאך אלס שטערקער.

“may be associated with very rare cases of blood clots,” but the vaccine is “safe and effective” and countries should continue to use it.

https://www.ema.europa.eu/en/news/covid ... lood-clots

exact.JPG
exact.JPG (130.34 KiB) געזען 1135 מאל
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

יש ברירה האט געשריבן:די אייראפעאישע פאראיין צייגט צו האבן אנגעהויבן א פרישע קראנא כוואליע. דייטשלאנד ווארנט אז די כוואליע איז דא. איטאליע גרייט זיך פאר פרישע לאוקדאונס.

געוויסע זאגן אז דאס איז אין רעזולטאַט פון די בריטישע וועריאנט ווייכע פארשפרייט זיך איבער אייראפע, הגם ענגלאנד זעלבסט האט באוויזן אויסצומיידן דאס ערגסטע צוליב זייער אגרעסיווע וואקסין דרייוו.

אפשר איז עס ווייל אמעריקא האט שוין מער נאטירליכע אימיוניטי און בצירוף מיטן וואקסין איז עס מסתם שוין רוב פון באפעלקערונג, משא"כ אייראפע?
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

עטליכע אייראפעאישע מדינות האבן צוריק אנגעהויבן דאס באנוץ פונעם אקספארד-עסטרע זענעקא וואקסין נאך וואס די אייראפעאישע געזונטהייט מיניסטעריום האט באשטעטיגט אז ס'איז אקעי, אריינגערעכנט דייטשלאנד, איטאליע, פראנקרייך, ליטא און לאטוויע.

האלאנד וועט צוריק אנהויבן נעקסטע וואך, שפאניע קומענדיגע מיטוואך, דענישע באאמטע וועלן היינט באשליסן און אין שוועדן איז דערווייל נאכנישט געמאכט געווארן קיין באשלוס,

די בריטישע פרעמיער באריס דזשאנסאן איז ערווארטעט צו נעמען די וואקסין היינט פרייטאג.

אזוי אויך איז די פראנצויזישע פרעמיער דזשיען קאסטעקס ערווארטעט זיך צו לאזן שטעכן היינט פרייטאג.

אין פאריז וועט איינגעשטעלט ווערן א לאקדאון פאר א חודש צייט נאך וואס אין פראנקרייך איז נעכטן באשטעטיגט געווארן 35,000 קעיסעס פונעם וויירוס. 21 מיליאן מענטשן זענען פארארדענט געווארן צו בלייבן אין די הייזער.

פוילישע געזונטהייט באאמטע באריכטן א פרישע וואוקס אין די צאל קעיסעס מיט 25,998 קעיסעס א 38 פראצענט וואוקס פון א וואך פריער מייסטנס אנגעשטעקטע איז פון די בריטישע סטרעין (54 פראצענט). א טיילווייזע לאקדאון ווערט איינגעטעלט ביזן קומענדיגע 9'טע אפריל.

די דייטשע געזונהייט מיניסטער האט היינט געווארנט אז ס'לאנד איז נאכנישט גענוג אימיונט צום וויירוס צו צוריק האלטן א דריטע כוואליע און די נומערן האלטן אין איין ארויפגיין.
17,000 קעיסעס זענען נעכטן באשטעטיגט געווארן אין דייטשלאנד וואס דאס ברענגט זארג אז מ'וועט דארפן איינשטעלן פרישע באגרעניצונגען.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

די דייטשע געזונהייט מיניסטער Jens Spahn לינקס, האט אפגעהאלטן א פרעס קאנפערענץ היינט פרייטאג צוליב די זארג אויף א פרישע כוואליע

8a041987-2006-49f2-9250-0cb9ff6fc28a.jpg
8a041987-2006-49f2-9250-0cb9ff6fc28a.jpg (33.37 KiB) געזען 993 מאל
נארגוטס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 22, 2018 11:05 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נארגוטס »

אקספארד-עסטרע זענעקא וואקסין טרייעל און אמעריקע ווייזט גוטע רעזולטאטן
Results from the long-awaited US trial of the Oxford-AstraZeneca Covid vaccine are out and confirmed that the shot is both safe and highly effective
More than 32,000 volunteers took part, mostly in America, but also in Chile and Peru.
The vaccine was 79% effective at stopping symptomatic Covid disease and 100% effective at preventing people from falling seriously ill.
And there were no safety issues regarding blood clots.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

די אפאזיציע פירער פון די פרעזידענטליכע קאנדידאטן פארמעסט אין דאס אפריקאנער לענד'ל קאנגאו Guy Brice Parfait Kolélas (איך ווייס נישט וויאזוי מען זאגט עס ארויס..) איז היינט געשטארבן נאכן אנגעשטעקט ווערן מיט קאראנע עטליכע שעה נאך וואס די פאולס האבן זיך געשלאסן.

unnamed.jpg
unnamed.jpg (81.45 KiB) געזען 746 מאל
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נארמאליזעם »

דר' פאטשו זאגט אז ער גלייבט אביסעל אין די ספוטניק ווי וואקסין

איך גלייב אין די טשייניזע וואקסין אויך
די אינפארמעישן וויאזוי צו מאכן איז זעכער פון אמעריקא
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
קאוונע
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2020 11:36 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך קאוונע »

קען א קענעדישע סיטיזען מיט א גרין קארד אנקומען די וואך פון אמעריקע צו בעלגיע?
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נארמאליזעם »

עירוב תבשילין האט געשריבן:די אפאזיציע פירער פון די פרעזידענטליכע קאנדידאטן פארמעסט אין דאס אפריקאנער לענד'ל קאנגאו Guy Brice Parfait Kolélas (איך ווייס נישט וויאזוי מען זאגט עס ארויס..) איז היינט געשטארבן נאכן אנגעשטעקט ווערן מיט קאראנע עטליכע שעה נאך וואס די פאולס האבן זיך געשלאסן.

unnamed.jpg



איז ער נישט דער וואס האט חוזק געמאכט פון קראונע?
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”