משפט שאווין

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

משפט שאווין

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 08, 2021 11:19 am

ברוכים הבאים!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 08, 2021 11:20 am

היינט הויבט זיך אן די פארהערן איבער די דזשורי אויסוואל אין די פאליציי אפיציר דעריק שאווין וועלכע ווערט באשולדיגט אין די מארד פון דזשארדזש פלאיד
די קעיס איז זייער סענסיטיוו און מען איז באזארגט אז סיי וועלכע אנטוויקלונגען אין לויף פון די פראצעס זאל נישט פירן צו באנייטע אומרוען און געוואלדטאטן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 08, 2021 11:20 am

די שולד אדער אומשולד אורטיייל וועט ווערן באשלאסן דורך 12 דזשורארס וועלכע קומען פון הענעפין קאונטי און די פראצעדור פון קלויבן די דזשוראס קען געדויערן ארום דריי וואכן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 08, 2021 11:20 am

שאווין'ס אדוואקאט עריק נעלסאן האט ארגינעל געהאט פארלאנגט אז די דזשורארס זאלן קומען פונדרויסן פון הענעפין צוליב די שטארקע פרי טרייעל פובליסטי די קעיס האט באקומען אינערהאלב די קאונטי און אזוי אויך פון די נאכפאלגענדע ראיאטן אין מינעאפאליס וועט אוממעגליך מאכן צו קענען טרעפן אן אומפארטייאישע דזשורי
אבער ריכטער פיטער קאהיל האט עס אפגעווארפן זאגנדיג אז די פובליסיטי איבער די קעיס איז אנגעקומען צו יעדע ווינקל פון די סטעיט און מען וועט נישט טרעפן עפעס בעסער אינדרויסן פון הענעפין ווי אינערהאלב די קאונטי

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 08, 2021 11:21 am

א ליסטע פון פראגן איז געווארן ארויסגעשיקט צו א גרופע פון פאטענציאלע דזשורי קאנדידאטן און אויסער ביאגראפישע און דעמאגראפישע אינפארמאציע זענען זיין געווארן אויסגעפרעגט וויפיל זיי האבן געהערט איבער די קעיס און צו זיי האבן שוין א מיינונג איבער דעם
זיי זענען געפרעגט געווארן וויפיל מאל זיי האבן געזעהן די ווידעא פונעם מארד און צו זיי האבן שוין בעפאר אנגעקערט מיט די פאליציי, אויב זיי האבן שוין פראטעסטירט אקעגן פאליציי ברוטאליטעט און צו זיי האלטן אז די יוסטיץ דעפארטמענט איז יושר'דיג, צו זיי האבן געהאלטן שילדן ביי פראטעסטן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 08, 2021 11:21 am

אנדערש ווי געווענליך וועלן דאסמאל די קאנדידאטן ווערן אויסגעפרעגט יעדער באזונדער וואו איידער אין א גרופע (און לאו דוקא צוליב סאושעל דיסטענס)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 08, 2021 11:21 am

די פארטיידיגונג קען פארלאנגען אז מען זאל פסל'ן ביז 15 קאנדידאטן אן אנגעבן סיי וועלכע אורזאך און די זעלבע קען די פראקוראר טוהן ביז 9 קאנדידאטן און ביידע זייטן קענען אפזאגן וויפיל קאנדידאטן זיי ווילן אזוי לאנג ווי זיי גיבן אן א פארשטענדליכע ערקלערונג

יעדע מאל וואס איין זייט זוכט צו פסל'ן עימיצן קען די אנדערע זייט עס אפעלירן אויב זיי גלויבן אז די מאטיוו איז ראסע אדער גענדער און דער ריכטער איז דער וועלכע באשליסט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 08, 2021 11:21 am

עווענטועל וועלן 14 קאנדידאטן ווערן אויסגעקליבן און 12 פון זיי וועלן זיין אקטיוו אין די פארהאנדלונגען ווען די אנדערע צוויי בלייבן אינדרויסן בלויז אויף סטענדביי אין פאל מען דארף ערזעצן איינעם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 08, 2021 11:22 am

די נעמען וועלן געהאלטן ווערן אין געהיים אויסער אויב דער ריכטער באשליסט אנדערש

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 08, 2021 11:32 am

יומא קמא לא אמר ולא מידי

ריכטער קאהיל שיקט אהיים די דזשורי קאנדידאטן מעלדט אז ער לייגט אפ די פארהער מיט אמווייניסגנסט איין טאג וועלנדיג אויסווארטן אן אורטייל פון די מינעסאטע אפעלאט געריכט אויב מען זאל צוריקשטעלן די דריטע גראד מארד קלאגעס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 08, 2021 11:56 am

די אפשטופונג קען מעגליך זיין אזוי לאנג ווי 30 טאג

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13637
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: משפט שאווין

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג מארטש 08, 2021 11:59 am

שכח הבל.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: משפט שאווין

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג מארטש 08, 2021 12:05 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:שכח הבל.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: משפט שאווין

תגובהדורך בעסער אזוי » מאנטאג מארטש 08, 2021 12:12 pm

דער הבל איז עפעס נישט נארמאל, ארויפגעברענגט די ניווא פון קנ"א צו נעקסט לעוועל
פארשפרייט דעם מעסעדזש, עס קען ראטעווען לעבנ'ס פון אידישע מאמעס, ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11975
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

Re: משפט שאווין

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג מארטש 08, 2021 12:19 pm

ישר כח אייך הכל הבל
אויב מען קען ביטע א איבערזיכט איבער די קלאגעס ביז איצט
דאכצמער שוין אויסגעשמועסט אין אנדערן אשכול
אידישע לוח
גמטריא קאלקולעיטאר
send any zip code to 845-209-2361 and get the ZMANIM for today

כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

Re: משפט שאווין

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מאנטאג מארטש 08, 2021 12:38 pm

בעסער אזוי האט געשריבן:דער הבל איז עפעס נישט נארמאל, ארויפגעברענגט די ניווא פון קנ"א צו נעקסט לעוועל

Rt
Sorry for my misspellings

הגות תבונות
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:39 pm

Re: משפט שאווין

תגובהדורך הגות תבונות » מאנטאג מארטש 08, 2021 1:03 pm

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:דער הבל איז עפעס נישט נארמאל, ארויפגעברענגט די ניווא פון קנ"א צו נעקסט לעוועל

Rt

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: משפט שאווין

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג מארטש 08, 2021 1:57 pm

הכל הבל האט געשריבן:יומא קמא לא אמר ולא מידי

ריכטער קאהיל שיקט אהיים די דזשורי קאנדידאטן מעלדט אז ער לייגט אפ די פארהער מיט אמווייניסגנסט איין טאג וועלנדיג אויסווארטן אן אורטייל פון די מינעסאטע אפעלאט געריכט אויב מען זאל צוריקשטעלן די דריטע גראד מארד קלאגעס

דאס אפשטופן די זשורי אויסוואל מיט א טאג איז געקומען נאך וואס עריק נעלסאן -דער אדוואקאט פאר שאווין- האט געמאלדן פאר'ן געריכט אז ער וועט אפעלירן א אורטייל פון די סטעיט אפעלאט געריכט איבער צוריקשטעלן דריטע גראד מארד קלאגעס.

די פראסעקיוטאר האבן פארלאנגט אז צוליב וואס עס איז נאכנישט קלאר איבער וועלכע קלאגעס די זשורי מיטגלידער וועלן דארפן אורטיילן, זאל די טרייעל ווערן אפגעלייגט. פון די אנדערע זייט האט שאווין'ס אדוואקאט גע'טענה'ט אז די זשורי אויסוואל קען ווייטער גיין, און זיי זאלן פארהאנדלען אמווייניגסטענס אויף די אנדערע קלאגעס.

דער ריכטער איז געווען גענויגט צו אננעמען די ווערטער פון נעלסאן, אבער געמאלדן אז ער לייגט אפ די קעיס מיט א טאג מאך וואס די פראסעקיוטאר האבן געמאלדן אז זיי ווילן די אפעלאט געריכט זאל אורטיילן צו די זשורי אויסוואל קען פאראויסגיין אין די צייט וואס די קלאגעס זענען נאך אומקלאר.

אוועטאר
שטומפיג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: משפט שאווין

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג מארטש 08, 2021 3:19 pm

שכח @הכל הבל און @אלעקסיי
להראות בנפשנו החפץ הגדול אל היום הנכבד הנכסף ללבנו כעבד ישאף צל, וימנה תמיד מתי יבוא העת הנכסף אליו שיצא לחרות, כי המנין מראה לאדם כי כל ישעו וכל חפצו להגיע אל הזמן ההוא.
(ספר החינוך, מצוה ש"ו, ספירת העומר)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 08, 2021 4:07 pm

16 פון די ערשטע 50 מעגליכע קאנדידאטן גע'פסל'ט נאך וואס ביידע זייטן האבן איינגעשטימט

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11975
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

Re: משפט שאווין

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג מארטש 08, 2021 6:45 pm

די קלאגעס זענען זייער אומקלאר
סאיז דא צווייטע גראד מארד וואס איז יעצט אויפן טרייעל
און סאיז דא דריטע גראד מארד וואס איז יעצט אין געריכט צו די סטעיט האט עס געמעגט ארויסווארפן צו נישט
די מעין חילוק צווישן ביידע איז צווייטע גראד מוזן די סטעיט פראסעקיוטערס אויפווייזן אז שאווין האט געוואלט בכוונה הרגענען ווידעראוים דריטע גראד מוז נישט זיין
און נאכדעם איז דא צווייטע גראד מענסלאטער (וואס אויב ווערט ער געפונען שולדיג נאר פאר דעם איז די סטעיט א ריזיגע דורכפאל..)
אידישע לוח
גמטריא קאלקולעיטאר
send any zip code to 845-209-2361 and get the ZMANIM for today

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 10, 2021 4:59 pm

מינעסאטע סופרים קאורט ווארפט אפ אפעלאט פון שאווין
דאס באדייט אז ריכטער קאהיל וועלכע האט ארגינעל ארויסגעווארפן די דריטע גראד מארד קלאגע וועט איצט פארפיגן אויף א פראצעס וועלכע וועט יא באטראכט נעמען א מעגליכע שולד אורטייל אויף אזא קלאגע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 11, 2021 10:42 am

הכל הבל האט געשריבן:מינעסאטע סופרים קאורט ווארפט אפ אפעלאט פון שאווין
דאס באדייט אז ריכטער קאהיל וועלכע האט ארגינעל ארויסגעווארפן די דריטע גראד מארד קלאגע וועט איצט פארפיגן אויף א פראצעס וועלכע וועט יא באטראכט נעמען א מעגליכע שולד אורטייל אויף אזא קלאגע

ריכטער קאהיל איצט צוריקגעשטעלט דריטע גראד מארד קלאגע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 11, 2021 10:46 am

5 דזשורארס שוין געזעצט אויפן קעיס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 11, 2021 11:10 am

א זעקסטע דזשוראר אויסגעקליבן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: derech eretz, KEWL, winner, yid101, אפעטיט, בעריש'ל, דובי'ס א פען, חלה, ענוותן, ער האט געלט???, ר' זעקל, שכל טוב און 47 געסט