HelpMe האט געשריבן:עס איז מיר א חידוש אז עס איז נישט קיין קליינע ספר תורה
שמעתי עמעצער האט אמאל אנגעטראגן דעם רבין צו קויפן א קליינע ספר תורה (נישט ביים יעצטיגן ווי דער רבי האט געלאזט שרייבן א נייע ספר),
דער רבי האט געפרעגט וואס איז די מעלה פון א קליינע ספר וואס ס'איז שווער צו לייענען דעראין,
יענער האט געזאגט אז ער וויל דער רבי זאל עס קויפן אויף צו טאנצן, נישט אויף צו לייענען...
דער רבי האט שטארק אוועקגעמאכט דעם געדאנק, זאגנדיג אז א ספר תורה איז געמאכט צו לערנען / לייענען דעראין, און אז מ'פריידט זיך מיט די תורה טאנצט מען דערמיט. אבער ער גייט נישט קויפן א ספר תורה אויף צו טאנצן...
ריעל עסטעיט האט געשריבן:טשאלענט האט געשריבן:ס'קוקט אויס זייער פראקטיש צו טאנצן הקפות דערמיט
ביי הקפות פון יעצט און ווייטער וועט רבינו שליט"א טאקע לכאורה נאר טאנצן מיט די נייע ספר תורה אבער צו וועם געהער די אלטע ספר תורה?
ביז היינט פלעגט דער רבי טאנצן (לויט ווי איך ווייס) מיט די ס"ת השייך להחברה קדישה, וואס זיי האבן א קליינע ס"ת ס'זאל זיין פראקטיש פאר טרעוול.