יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעכערט - אדר תשפ״א
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:41 am

יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך געלעכערט - אדר תשפ״א » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:46 pm

די זייגער קלאפט 8:55 אינדערפרי, איך שפאציר אריין אין אפיס גרייט אנצוהייבן די טאג, איך צינד אן די לייט און איך שפאציר צו צום קאמפיוטער, איין מינוט...
די סקרין איז געלעכערט!
איך קוק בעסער...
עס האט אזא שיינע לאך, געלעכערט דורך און אדורך!!!
ווער האט דאס געטאן?
איינער האט זיך געדרייט ביי מיר אין אפיס די נאכט?
די מחשבות פאנגן אן צו ווירבלען...
מיין הארץ ציהט איין פון פחד...
איך לויף צו צום סעיף...
אן טאטשד!
וועלכע שוטה האט זיך איינגערבאכן אין מיין אפיס?
די סעיף האט ער נישט אנגערירט, מיין טשעק בוק איז אויפן פלאץ, נאר דייקא די סקרין?
און נאך געלעכערט?
איך קוק זיך ארום, וויאזוי איז דעיס געלעכערט געווארן??
איך זעה נישט קיין ברוכווארג אדער איבערבלייבעניש אז מ'האט דא געהאקט אדער געארבעט...
זייער א מאדנע געשעניש...
איך פרוביר זיך צו דערמאנען, וואס איז געווען די לעצטע זאך וואס איך האב געטון אויף די קאמפיוטער נעכטן ביים פארלאזן די אפיס?
אה... איך דערמאן זיך שוין...
און איך שיס אויס אין א געלעכטער...
איך קען דאס אטעם נישט כאפן...


- - -

בעזר יוצר כל יצור

א לאכעריי אויסברוך האט געפלאצט אין סמעדרעש. די אייגעלעך פונעם עוילעם זענען געוואנדן צום ארון קודש, ווי דער איינציגער כהן האט נארוואס געפארטיגט מיטן דוכענען. ער בליקט שוין ארויס פונעם טלית'ל. ער שטרעקט שוין אויס זיין רעכטע פיס צום ערשטן טרעפ'ל, ווען מיטאמאל שיסט די עוילעם ווידער אויס אין א געלעכערט! דער כהן קעניש פארשטיין וואס גייט דא פאר? ער באמערקט אז יעדער קוקט, נשמע און נישט נעשה, אויף זיינע זאקן!!! ווען מיטאמאל ווערט ער רויט...

יאפ! ס'איז
געלעכערט!!!


- - -

א ריזיגע טרעפיק גייט פאר אויפן צענטער פון שטאט. פארפערייען און געשרייען הער'צעך פון יעדע ווינקל. די נערוון פון די דרייווער'ס זענען שוין געלעכערט און האלטן שוין ביים פלאצן. די גאנצע שטאט איז אויף געלעכערטע רעדער!! די דרייווער'ס קענען זיך נישט איינהאלטן און לויפן ארויס פון די קאר'ס צו זעהן וואס גייט דא פאר, מי זה ורייזע הוא אשר שטעלט אפ ס'גאנצע געפארעכטס. זיי קומען צו צום קאר וואס מאכט די טרעפיק, זיי לויפן צו צום דרייווער עפענען די טיר און ציהען איהם ארויס פון זיין בענקל... ביסטו נארמאל? זעהסט נישט וואס גייט דא פאר?? וואס ווילט עט'ס, כ'טריי צו פארן מיט מיינע רעדלעך אבער עפעס פארט נישט גלאטיג... ער קומט ארויס און קוקט אויף די רעדלעך...

יאפ! ס'איז
געלעכערט!!!


- - -

זיצן די גאנצע אידישע וועלט און פלאצן אויס אין א היסטערישן לאכעריי אויסברוך, א געלעכערט וואס הערט'צעך מהודו ועד כוש, פון ברוכים הבאים צו ולאחיו יאמר חזק און אלץ ארום. ס'גאנצע אידישע וועלט איז אויף געלעכערטע רעדער!! בעלי בתים ווערן היסטעריש פון די געלעכערטע ארבעטער, פון יעדע בית הכבוד איבער די גארער אידישע וועלט שפראצן ארויס א געלעכערט אויסברוך... יעדער דרייט'צעך ארום מיט א ברייטן שמייכל און סטאפט נישט צו פלאצן אין געלעכערט!! וואס גייט דא פאר, וואונדערן זיך די יחידים...

יאפ! ס'איז
געלעכערט!!!


- - -

זיצן די חשוב'ע ניק'ס וואס האבן אריינגעלייגט כוחות און מוחות פון פרוכת מיט ריח ניחוחות אינעם געלעכערט פראיעקט. און ארבעטן און שוויצן טאג טעגליך וויפל ס'מעגליך צו צאמקראצן מיט די נעגלעך פיינע געלעכערטע סחורה. מ'וועקט אויף פארשלאפענע שמייכלדיגע שרייבער'ס, מ'צינדט אן אקטיווע שמייכלען ברענגער'ס. מ'שטעלט צאם מ'האקט מ'שווייגט נישט. ביז ענדליך רענדליך קומט מען צום געלעכערטן ציל און ס'זעהט'צעך אזא געלעכערטן פראיעקט!
ווער אויפן אידישע וועלט קען פארשטיין וויפל ארבעט ס'אריינגעלייגט דערינען? ווער קען זיך פארשטעלן וויפל שלאפלאזע מעת לעת'ן האט מען אריינגעבראקט אינדעם? ווער ווייסט וויפל שווייס זענען געפלאסן ביז מ'האלט שוין דא? ווער דערקענט וויפל מוח @איינס האט אריינגעלייגט אין די גרע-פיקסן? וכו' וכו' וכו'?
אבער כאפנדיג א בליק אויפן געלעכערטן מאגאזין, דארף מען גארנישט צולייגן. ס'שרייט ארויס מיט צעקות די געוואלדיגע ארבעט וואסיז איינגעקריצט אין יעדע אות, יעדע שורה, יעדע בילד וכו' וכו'. גארנישט קען זיך נישט באהאלטן. אלעס זעהט'צעך ארויס פון ציווישן די שפאלטן.

יאפ! ס'איז
געלעכערט!!!




:lol: :lol: :lol:

העי! וואס לאכסטע שוין... האסטעכעס נאכניש געליינט...

זאזוי!
אנגעהויבן האצעכעס נאך אינמיטן דעם שוואונג פונעם ברייט באקאנטן שרייבעריי פארמעסט, פארגעקומען דעם פארלאפענעם ווינטער, ווען פרישע קוגל האט געקאנטעקט דעם מייסטער גראפיקער און ארגאנאזירער איינס און מיט א גראדן פרצוף איהם אנגעפרעגט אויב ער איז אין פאר א אדר פארמעסט, א פארמעסט וואו עס וועלן זיך פארמעסטן די לייבן פון געלעכטער ארויסברענגער...

ווען איינס איז איינגעגאנגען דעראויף האט מען איינגעשפאנט דעם מומחה בעניני שרייבעריי בלא בלא בלא אויף צו העלפן אויספלאנירן דעם צוגאנג.

ווען זאכן האבן זיך אנגעהויבן רוקן, און מ'האט געדארפט אנהייבן צו שמירן די רעדער, אנהייצן און אריינשלעפן די הויפט מחותנים די מייסטערהאפטיגע שרייבער כל אחד בניקו הטוב יבורך האט מען איינגעשפאנט דעם געוועזענעם ציקונפטיגן ראשע-קאאל כאניש וואס צו טון ער זאל הייבן די געמיטער און זיי האלטן אינדערהייך...

נאכן דורכגיין אפאר טאג, און זאכן זענען טיילווייז איינגעשלאפן, האט מען דערווישט דעם ריכטיגן סוחר... ובא הנמ"ש והחזיר היושנה לעטרה...
דער אלעמאל פרישער נאר מיט שמחה איז דורך א אומשילדיגע אישי וועגן א אשכול געווארן אריינגעשלעפט אין די אנטוויקלונגען, און האט אויפגעלעבט די זאך בבחינת תחיית המתים...

און דאן האט פאר בלא בלא בלא איינגעטראסקעט דעם געדאנק צו טוישן פון א פארמעסט צו א אויס-גבאי (עפעס א חשבון האט ער מיטן גבאי'ן אין זיין שול... ואכמ"ל...) און ווען איינס האט אנגענומען די ארבייט אלס גרעפיקער האבן זאכן אנגעהויבן צו פארן אויף גוטע רעלסן.

רעדנדיג פון ארויסגעבן א געהעריגע אויסגאבע האבן מיר געקלערט 'צו-וואס זאלן מיר זיך אליינס פלאגן ווען מ'קען דאך ניצן איינעמס עקספיריענס'... האבן מיר זיך פארבינדן מיט דעם גרינדער פון דעם געדאנק, דער ערשטער ארויסגעבער פון א 'אייוועלט אויסגאבע' און טשאלענט וועלכע האט אויף זיין קאנטע דעם ברייט באקאנטע 'לאמטערנע' איז אריינגעקומען אין אפיס.

למעשה נאכדעם וואס מ'האט געלאזט דעם עולם הערן אביסל פון די פלענער האבן זיך אסאך גאר געלונגענע שרייבערס אנגעשלאסן אינעם פראיעקט, און עס האט זיך אויסגעפעלט נאך כחות, האט מען איינגעשפאנט קלאצקאפ מיט שטומפיג זאלן ארויסהעלפן מיט די הגה.
אויך האט מען לכבוד דעם געמוזט אפשטיפן דעם אויסגאנג מיט א וואך.
אבער ס'האט זיך געלוינט!
מיט אזא צוזאמענארבייט, פון איינס מיט זיין טאלאנט, פרישע קוגל מיט זיינע געדאנקען, בלא בלא בלא מיט זיין רעדאגירערישן קאפ, כאניש וואס צו טון מיט זיין גראד.. כ'מיין קרומע שפראך, נאר מיט שמחה מיט זיין קריעטיוועטי, טשאלענט מיט זיין פעסטע עקספיריענס און שרייבערישן כח, קלאצקאפ מיט זיין געניט אויג, און שטומפיג מיט זיין שטענדיגע גרייטקייט, זעמער צום סוף אנגעקומען צו אהערשטעלן דעם דבר השלום!

און אוודאי לאמיר דא דערמאנען די נעמען (?...) פון די הויפט מחותנים, די געלונגענען שרייבער פון די ארטיקלען ה"ה:
א קליינע וועלט, אור אייניקל, איינס, חבקוק, חוח בין השושנים, זאג א גוטס, טעם וריח, טשאלענט, ליקעריש, מתמודד, סיפורי צדיקים, נאר מיט שמחה, עומד מן הצד, פופציגער, פרישע קוגל, שטומפיג, שלום פ., שמארטיקל, שמחת עולם, און פאר איך פארגעס... פישי...

אצינד נאכן שליכטן אלע אונזערע אמת'ע און געשפילטע שטרייטן, האבן מיר דעם כבוד ארויסצושטעלן דעם פארטיגן פראיעקט לכבוד חודש אדר

יאפ! ס'איז
געלעכערט!!!



:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אזוי! יעצט קענסטו שוין לאכן וויפל דו ווילסט...



Gelechert - ivelt Uder 5781-1.jpg
Gelechert - ivelt Uder 5781-1.jpg (633.86 KiB) געזעהן 2105 מאל






כדי ליתן ריוח בין הפרשיות וועט מען לאזן דעם עולם ליינען די ארטיקלען ביז נאך שבת, אי"ה קומענדיגע וואך וועט מען ארויף לייגן אלע ארטיקלען דא אויפן וועלטל אויף די נעמען פון די שרייבער און דעמאלטס זאל מען אריינקומען מיט פידבעק אויף יעדע ארטיקל באזונדער.
למען יעמדו ימים רבים


לעצט פאראכטן דורך געלעכערט - אדר תשפ״א אום מאנטאג פאברואר 22, 2021 3:43 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
לאמיר אלע גיין אויף א לאכעריי!

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 16435
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:46 pm

Wאאאאאאאאף!!!!!!!!
געלעכערט איט איז!!!!
לעצט פאראכטן דורך כאניש וואס צו טון אום דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
טשאלענט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3702
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:46 pm

עעעעעעעעעעעענדליך!!!!!!!!!!!!!!!

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלפיים
תגובות: 2114
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:47 pm

woooooooooooooooooooooooooooooooooooooooooooow!

יאפ! ס'איז געלעכערט!! כ'פלאץ אוועק!!!!!!!!

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 10988
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:47 pm

יאללא ביי!
איך דארף גיין ארבעטן!

און פליז קיינער זאל מיר נישט קומען אפפערן א אויסגאבע אויף פסח, ווייל איך ענטפער שוין יעצט א רייייייייזןןןןןן לא מיט א אללללללעף!

לאכטס און האטס הנאה!

אוועטאר
פרינדזשעס..
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך פרינדזשעס.. » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:48 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:woooooooooooooooooooooooooooooooooooooooooooow!

יאפ! ס'איז געלעכערט!! כ'פלאץ אוועק!!!!!!!!
זאג איך צו אייך מיינע טייערע ברודער אין אמעריקא
איר קאנט האלטן שבת!!! (הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצוקללה"ה)

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלפיים
תגובות: 2114
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:49 pm

קוויטשעט'ס אלע:

טענק יו @איינססססססססססס!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 16435
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:49 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:קוויטשעט'ס אלע:

טענק יו @איינססססססססססס!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

;l;p- ;l;p- ;l;p-
איינס אין דער וועלט!

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2839
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:51 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-

האסט מיין פעי-פעל אינפאו?
כ'גיי דאס יאר אנרייסן די ביינער פון ווער ס'זינגט "א גאנץ יאר פורים!" וואס וויל ער? כ'זאל גיין נאך א יאר מיטן מאסקע?

אוועטאר
טשאלענט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3702
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:51 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:קוויטשעט'ס אלע:

טענק יו @איינססססססססססס!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

;l;p- ;l;p- ;l;p-
איינס אין דער וועלט!

גם אני מצטרף!!

סיי פארן נעמען דעם עול, און פאר די מאסיווע הערליכע גרעפיקס!!!

נישטא קיין ווערטער

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך בעסער אזוי » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:52 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:קוויטשעט'ס אלע:

טענק יו @איינססססססססססס!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
פארשפרייט דעם מעסעדזש, עס קען ראטעווען לעבנ'ס פון אידישע מאמעס, ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2943
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:53 pm

בעסער אזוי האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:קוויטשעט'ס אלע:

טענק יו @איינססססססססססס!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

אוועטאר
מאנסי'ייט
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 11, 2020 4:52 pm

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך מאנסי'ייט » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:55 pm

וואף! ש'נארמאל!

אוועטאר
טשאלענט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3702
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:56 pm

ס'האט זיך געמאכט א טעכנישע פראבלעם מיט די אויסגאבע, די לינקס וועלן שוין ווערן אפדעיטעט
לעצט פאראכטן דורך טשאלענט אום דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלפיים
תגובות: 2114
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:57 pm

נאכאמאל וועגן געלט זאכן...

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2943
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:58 pm

כ'האב נאך אריינגעכאפט צו ליינען בלאט 1
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

אוועטאר
מאנסי'ייט
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 11, 2020 4:52 pm

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך מאנסי'ייט » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:59 pm

איינס האט געשריבן:יאללא ביי!
איך דארף גיין ארבעטן!

און פליז קיינער זאל מיר נישט קומען אפפערן א אויסגאבע אויף פסח, ווייל איך ענטפער שוין יעצט א רייייייייזןןןןןן לא מיט א אללללללעף!

לאכטס און האטס הנאה!


נו, אפשר טאקע איינס אויף פסח..

אוועטאר
מאנסי'ייט
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 11, 2020 4:52 pm

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך מאנסי'ייט » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:59 pm

אוטש! די פראסק האט נישט געדארפט זיין אזוי קלינגעדיג! אקעי, איך צו צוריק...

אוועטאר
געלעכערט - אדר תשפ״א
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:41 am

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך געלעכערט - אדר תשפ״א » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:00 pm

טשאלענט האט געשריבן:ס'האט זיך געמאכט א טעכנישע פראבלעם מיט די אויסגאבע, די לינקס וועלן שוין ווערן אפדעיטעט

געפיקסט

ואתכם הסליחה
לאמיר אלע גיין אויף א לאכעריי!

אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך simcha » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:01 pm

איך ווייס נישט פארוואס, אבער איינס האט ארויסגעלאזט מיין נאמען בטעות.

ווי מען קען זען אויף די דעקל בין איך, מיט אלע מיינע סארט תנועות און באוועגונגען, די הויפט גבאי, איך רוף אויס און איך שריי אויס און שטעל יעדן אויף זיין פלאץ.

און טענקס איינס פארן הערליכן אויסגאבע און פארן מיך געבן א פראמינענטע ארט אינעם געלעכערטן אויסגאבע!!

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2978
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:04 pm

כ'האב נאר געזען די ליסט פון שרייבערס און תיכף אויסגעפלאצט די גאנצע רעדל מיט געלעכטער

יישר כח אייך אלע פון פראנויס קודם
המשך יבוא בעזרת השם

ומשמחה זו ישפע שפע
הא הא הא
טשולדיגט וואס זוכסטע דא?

אוועטאר
נקודהלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך נקודהלע » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:05 pm

wow wow wow
איינס, טאלאנט איינס אין די וועלט!!!
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 16435
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:06 pm

Wאאאאאפס!!!
שמחי איז דא!!!!
פאר דעם אליינס זיך געלוינט!!!!!

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלפיים
תגובות: 2114
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:11 pm

די גאנצע וועלט איז שטיל! דאס שטילקייט פארן אויסברוך!!!!!!

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר האלף
תגובות: 1647
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: יאפ! ס'איז געלעכערט! - אדר תשפ״א

תגובהדורך בלעכענער פנים » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:13 pm

וואאאאאאאאאאאאףףף!!!!!!!!!!!!!

שכח אלע מסדרים!!!!! בפרט פאר ידידי ה"ה ר' איינס!!!
ווען 'רגַלי' זאל ווען טאקע מיינען 'מיי-פוט' - וואלט די וועלט ווען געשטאַנען אויף 'הינער' פוס. אזוי?! "מיי פוט..."


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: sheetrock, אזוי גוט, נעם אין אכט און 10 געסט