רעזיגאנציע בריוול
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- גרויזאמער
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3628
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
- לאקאציע: מאלי הויז ארעסט
רעזיגאנציע בריוול
איר מיינט אוודאי אז איך רעד דא פון רעזיגנירן פון מיין ראש הקהל פאסטן. הא? אזוי וואלט איר געוואלט!!
גוט, איך וואלט אויך אזוי געוואלט, און דערפאר בין איך דא. איך געב דא אריין מיין רעזיגאנאציע בריוול... און יא! איך וויל רעזיגנירן פונעם ראשהקוהעלשאפט. ציפט אייך נישט די אויגן, ווייל ממילא דו, אבער וואס זענען אייערע אויגן שולדיג?
ווי פארשטענדליך גייט עס אויטאמאטיקלי אריבער צום סגן ראש הקהל, דער וואס האט באמת געווינען די וואלן, נאר די אומאויסגעהאלטענע און אומפאראויסגערעכענטע מהלך האט מיר אוועקגעגעבן די מאכט.
יא דער ראש הקהל, דער מיט די האנט אויף די שטערן פארקלערט. ער האט זיך באקלערט אזוי.
פארוואס? ווייל דער ראש הקהל האט זיך בארעכנט אז זעסטאך, יענטאש זצוקלקוצ"ז נאכדעם וואס ער איז געווארן א ראש הקהל איז ער געווארן אן עושר אדיר, ער האט ניטאמאל קיין צייט צו שרייבן דא (ליינען? או יע! יעדעס פינטעלע ליינט ער אפ), דעריבער מאן יימר אז ער איז געווארן אן עושר און דעריבער האט ער עס אויפגעגעבן, אפשר פארקערט, ווייל ער איז געווען ראש הקהל איז ער געווארן אן עושר, האט ער געמוזט אויפגעבן.
איך פארשטיי אז איך טאר נישט אויפגעבן ווילאנג איך זעה אז איך בין א עושר, אבער א מחשבה'לע גנבט זיך אריין, אפשר איז די סגולה צו ווערן אן עושר טאקע דורכן ווערן ראש הקהל, אבער עס קומט מיט מיט דעם דאס אויפגעבן די ראש הקהל אמט?
הקיצור די שאלה איז -אויב יענטאש איז בכלל געווארן א עושר- ווען איז ער געווארן אן עושר, צו נאכדעם וואס ער האט אויפגעגעבן, אדער פארדעם. נו, יענטאש שמייכל זיך אונטער, ענטפער נישט.
אבער איך מוז טון השתדלות, און איך מוז אויסטרייען דעם מהלך פון אויפגעבן. אויב וועט עס נישט גיין וועל איך טאקע נישט קענען צוריק ווערן, אבער עס איז דאך א ספק פון אפאר מיליאן דאלער! (יענטאש, איא?) נו, די פאנטאזיע פון האבן א ביפער איז ביי מיר ווערד אלעס! אפילו אויפצוגעבן די ראשעקוהעלשאפט.
איך בין וויליג צו הערן פארשלאגן וויאזוי מיין נייע טיטול זאל זיין, און זאל דער עולם זאגן צו דער ראש הקהל בילד זאל בלייבן לדורות עולם פאר די ראשי הקהילה, צו דאס זאל איך אויך מיטנעמען.
יחי יגר!!!!

איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3686
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
אוי גרויזאמער, גרויזאמער, צו וואס איך האב נאר נישט דערלעבט.. איי איי, זאג מיר נישט דאס.
דיינע רעיונות - מיט א שטערן צו אנעדעם - דיינע בליציגע שארפע געדאנקן דאס וועלן מיר מער נישט האבן. איך וועל פרובירן צו ערלעדיגן אויב ס'איז מעגליך פארשטייטזיך, אז זאלסט קענען זיין אי א עושר אי א ראשקאהל, סיי א העלפער און סיי א דיקטיטער.. אבער איך בעט דיך.
זאג, אזוי הייבסטו אן חודש אדר? ווי קענען מיר פרייליך זיין אזוי, דו ציהסט אן די געמיטער.
מיר ווארטן צו הערן ווי דיין גריצציגער קול וועט אויסשרייען א הילכיגן:
קאחלערוואטר
דיינע רעיונות - מיט א שטערן צו אנעדעם - דיינע בליציגע שארפע געדאנקן דאס וועלן מיר מער נישט האבן. איך וועל פרובירן צו ערלעדיגן אויב ס'איז מעגליך פארשטייטזיך, אז זאלסט קענען זיין אי א עושר אי א ראשקאהל, סיי א העלפער און סיי א דיקטיטער.. אבער איך בעט דיך.
זאג, אזוי הייבסטו אן חודש אדר? ווי קענען מיר פרייליך זיין אזוי, דו ציהסט אן די געמיטער.
מיר ווארטן צו הערן ווי דיין גריצציגער קול וועט אויסשרייען א הילכיגן:
קאחלערוואטר
- גרויזאמער
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3628
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
- לאקאציע: מאלי הויז ארעסט
אנדערש ווי יענטאש, האב איך נישט געזאגט אז איך פארלאז דאס פלאץ. איך בלייב ווייטער דא. נאר איך רעזיגניר!
ווער הערט נישט? איך רעזיגניר! וואס אי דאס? ווילאנג דארף איך שרייען? נעמט שוין אראפ דעם ראש הקהל טיטול, און געבט עס איבער פאר יגר'ן!
יגר, הער אויף צו פארפירן, גזירה הוא ואין לך רשות להרהר אחריה
ווער הערט נישט? איך רעזיגניר! וואס אי דאס? ווילאנג דארף איך שרייען? נעמט שוין אראפ דעם ראש הקהל טיטול, און געבט עס איבער פאר יגר'ן!
יגר, הער אויף צו פארפירן, גזירה הוא ואין לך רשות להרהר אחריה
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
און ס'ווילט זיך איינעם דאכטן אז עס גייט גיין א קרעטשמע אן א פירער? אטנאח ראש הקהל?
פארשטיי איך נישט, ס'מוז דאך זיין איינער אין ריטשארדזש, מען קען נישט אלעס לאזן הפקר. איך העלט געהאלטן אז קרוינען זאל מען טאקע יגר'ל, ער איז גאר גוט, בתנאי אז ער וועט כסדר פארפיגן מיט אלע געברויכן פון דעם דערפל.
יחי יגר'ל, יחי!

-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
חחח... דו ווילסט רעזיגנירן... ככככ... הוי לאך איך פון דיין אומגעלונגענע רעזעגנאציע... הא... הא... הא...
כ'מיין, מ'שטיינס געזאגט, אזוי צו זאגן, חז"ל לערנען דאך אונז "כבולעו כך פולטו", אזוי ווי מיר האבן דיר איינגעשליגן, אקוראשט, גענוי אזוי וועלן מיר דיר אויסשפייען...
נו, וויאזוי? אה, גוטע קשיא.
און אויף דעם איז שוין דא עטליכע פשטים. וזה החלי:
1. ביסט אריינגעקומען מיט וואלן. ס'הייסט די הנהלה האט לכבוד דעם געגרינדעט; א קאנסטעטוציע; געעפנט א וואל פורום; דורכגעפירט אומגעראטענע, אומגעלונגענע, פאריאנטשיטע, אומאויסגערעכנטע און אומפאראויסגעזענע, וואלן וכו' וכו'. און צו קענען אנקומען צו דיין אמט האסטו געמוזט ארבעטן; קאמפיינען; פארפירן וכו' וכו'. אלזא, אז דו ווילסט רעזיגנירן מוז קודם די נעהאלע גרינדן קאנסטעטוציעס פאר רעזעגנוציעס, דערנאך זאל מען מאכן וואלן צו דערוילעם איז מסכים דערצו. און פארשטייט זיך אז דו וועסט מוזן קאמפיינען און פארפירן צושטעלן שטאף אקוראשט ווי ביי דיין בליעה...
2. ואידך פרישא זיל גמור. והמשך יבוא.

- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12505
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
זארעכ, וואס מיינסטו צו זאגן ? אז ער קען נישט אויפגעבן, ?
כ'מיין מ'שטיינס געזאגט, ער איז דער ראשעקאאל דא, ער איז די פילשטענדיגע בעל הבית, זיין ווארט דארף אינז בינדען, און מיר דארפן פאלגן וואס ער הייסט, אזוי איז עס אלץ געוועזן, אזוי איז עס, און אזוי וועט (כ'זאג נישט צי) עס זיין, סארא חוצפה אידאס, זיך קריגן מיטן הויעך געשעצטן ראשעקאל, אז ער זאגט רעזאגנירן, מיינט דאס אז מיר דארפן אלע אראפבייגן די קעפעלע און אויפגעבן, דער רעשעקאל האט געהייסן!.... שטיל !
אבער, אה דא קומט טאקע א אבער, פון די אנדערע זייט מטבעה (ווענט זיך וועלכע סטעיט, נישט יעדע האט די זעלבע בילד) איז זארעכ ביטער גערעכט,
די גמרה זאגט דאך אין איינע פון די מסכתת פון ש"ס אויף איינע פון די טויזענטער בלעטער, א זייער באקאנטע און באלערנדע כלל, וואס קומט זעיער שטארק דא ביינונז ציניץ, די גמרה זאגט זייער אפן קלאר און ער זאגט עס ארויס ברחל און בבתך און הקטנה, אז "מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחל" און ווער נאך איז אזא מלך אזוי ווי די ראשעקאל פון "היימישע קרעטשמע", כ'מיין, כ'רעדט פון די כבוד מלכים וואס מ'באקומט דא, די גמרה האט עס נישט געקענט זאגן אויף קיין בעסערע פלאץ ווי אטע דא, נו, ווי נעמט דער עולם די היתר אזוי שנעל מוחל צו זיין אויפן כבוד פונעם מלך ?
נאר וואדען ?, דרייט מיט די פינגער, כ'העל איינזעצען די תגיבות אז בהא קמיפלגי, מר סבר (רש"י מפרש דמקרעמער עסקינן) דמלך שמחל על כבודו איז כבודו מחל, און וועגן דעם זאגט ער, אז וואס אז,,, שוין ס'נישט קיין חילוק, און מר סבר (רש"י מפרש דבזארעכפעפער עסקינן) דמלך שמחל על כבודו, פארשטייט איר שוין אליין אז....כבודו, כ'מיין, אין כבודו מחל,
ודו"ק כי כתבתי

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
- גרויזאמער
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3628
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
- לאקאציע: מאלי הויז ארעסט
מיט א רואיגע געמיט האב איך היינט צופרי פארלאזט דעם קרעטשמע, געגאנגען אין מארק און געהאנדלט מיט פעדערנע קישענעס, ס'טייטש, איך בין שוין אויס ראש הקוהעל, פון היינט און ווייטער בין איך די עושר פון שטעטל.
אזוי צווישן די שמועסן מיט די קונדן האב איך נישט איינמאל באמערקט ווי דער עולם האלט זיך ביי די זייטן, מענטשן האבן נישט געגלייבט וואס זייערע אויגן זעען, מאנכע האבן מיר פארגעווארפן "ווייסט קוקסט אויס פונקט ווי דיין ברודער דער ראש הקהל, אינטערסאנט".
איך קען אפשרייבן א גאנצע ביכל נאר פון די ערשטע טאג וויאזוי עס האט זיך געשפירט היינט אלץ אויס-ראש-הקהל. וויאזוי איך הער האט זיך באהאלטן אונטער די ברויט-האקער'ס (וועא"מ) בודקע און געקוקט מיט פארגעניגן ווי דער ראש הקהל איז אויס ראש הקהל, אדער ווי דער דאיען איז אדורך און מיך נישט געגריסט, נאר אנשטאט איז ער געווען בלייך ווי די באקסל אין וואס איך טייפ יעצט. אדער וויאזוי די פלוניתטע איז אריינגעפארן פאר קרעמערן אין פארנט פון מיר "נו קרעמער? איך מיין זאלסטוך אויך ארויפשארן די ארבל". אויך ווי יאנאש האט מיר געווינקן מיטן בעזעם, ווי צו זאגן "די קינדער וועלן דיך נאך אמאל נאכלויפן". מעסטערמיינד ווען ער האט אדורכשפאצירט האט ער מיך אריינגערוימט אין אויער: "איך האב געהערט שמועות אז דאס גייט פאסירן (דא האב איך געזען פון זיינע אויגן ווי מיטן "דאס" מיינט ער צו זאגן -כאפן א נערוון אטאקע), איך האב נישט געוואוסט אז עס האלט שוין ממש דארט". אדער ווי יגרל האט אדורכגעוואקט מיט די צוויי הענט אויף די שטערן, -יעדער ווייסט שוין וואס עס מיינט. עס איז א קרעטשמע סימבאל פון א געוויסן אמט.
בקיצור עס איז געווען הויעך האלידעי. קיינער זאל מיך נישט טרייען צו בארואיגן, מוטב שיהיה שוטה כל ימיו, איך וועל טון וויאזוי מען האט מיר אנגעוויזן מן השמים. זאל די גאנצע שטאט לאכן.
וואלן, וואס וואלן, ווען וואלן, קיינער זאל מיך נישט פראבירן אנצורירן! איך וועל זיך ארויסרייסן מיט אלע כוחות! די אלע למדנים זאלן איינזיצן, יגרל האק מיך נישט אונטער די פיסלעך, געזאגט איז געזאגט, ה' נתן וה' לקח, יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני אדם, ליב האבן א איד אין יעדע מצב, דער ראש הקהל מוהל צו דער קצב.
יחי יגר!
אזוי צווישן די שמועסן מיט די קונדן האב איך נישט איינמאל באמערקט ווי דער עולם האלט זיך ביי די זייטן, מענטשן האבן נישט געגלייבט וואס זייערע אויגן זעען, מאנכע האבן מיר פארגעווארפן "ווייסט קוקסט אויס פונקט ווי דיין ברודער דער ראש הקהל, אינטערסאנט".
איך קען אפשרייבן א גאנצע ביכל נאר פון די ערשטע טאג וויאזוי עס האט זיך געשפירט היינט אלץ אויס-ראש-הקהל. וויאזוי איך הער האט זיך באהאלטן אונטער די ברויט-האקער'ס (וועא"מ) בודקע און געקוקט מיט פארגעניגן ווי דער ראש הקהל איז אויס ראש הקהל, אדער ווי דער דאיען איז אדורך און מיך נישט געגריסט, נאר אנשטאט איז ער געווען בלייך ווי די באקסל אין וואס איך טייפ יעצט. אדער וויאזוי די פלוניתטע איז אריינגעפארן פאר קרעמערן אין פארנט פון מיר "נו קרעמער? איך מיין זאלסטוך אויך ארויפשארן די ארבל". אויך ווי יאנאש האט מיר געווינקן מיטן בעזעם, ווי צו זאגן "די קינדער וועלן דיך נאך אמאל נאכלויפן". מעסטערמיינד ווען ער האט אדורכשפאצירט האט ער מיך אריינגערוימט אין אויער: "איך האב געהערט שמועות אז דאס גייט פאסירן (דא האב איך געזען פון זיינע אויגן ווי מיטן "דאס" מיינט ער צו זאגן -כאפן א נערוון אטאקע), איך האב נישט געוואוסט אז עס האלט שוין ממש דארט". אדער ווי יגרל האט אדורכגעוואקט מיט די צוויי הענט אויף די שטערן, -יעדער ווייסט שוין וואס עס מיינט. עס איז א קרעטשמע סימבאל פון א געוויסן אמט.
בקיצור עס איז געווען הויעך האלידעי. קיינער זאל מיך נישט טרייען צו בארואיגן, מוטב שיהיה שוטה כל ימיו, איך וועל טון וויאזוי מען האט מיר אנגעוויזן מן השמים. זאל די גאנצע שטאט לאכן.
וואלן, וואס וואלן, ווען וואלן, קיינער זאל מיך נישט פראבירן אנצורירן! איך וועל זיך ארויסרייסן מיט אלע כוחות! די אלע למדנים זאלן איינזיצן, יגרל האק מיך נישט אונטער די פיסלעך, געזאגט איז געזאגט, ה' נתן וה' לקח, יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני אדם, ליב האבן א איד אין יעדע מצב, דער ראש הקהל מוהל צו דער קצב.
יחי יגר!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
צייטליך האט געשריבן:זארעכ, וואס מיינסטו צו זאגן ? אז ער קען נישט אויפגעבן, ?
כ'מיין מ'שטיינס געזאגט, ער איז דער ראשעקאאל דא, ער איז די פילשטענדיגע בעל הבית, זיין ווארט דארף אינז בינדען, און מיר דארפן פאלגן וואס ער הייסט, אזוי איז עס אלץ געוועזן, אזוי איז עס, און אזוי וועט (כ'זאג נישט צי) עס זיין, סארא חוצפה אידאס, זיך קריגן מיטן הויעך געשעצטן ראשעקאל, אז ער זאגט רעזאגנירן, מיינט דאס אז מיר דארפן אלע אראפבייגן די קעפעלע און אויפגעבן, דער רעשעקאל האט געהייסן!.... שטיל !
אבער, אה דא קומט טאקע א אבער, פון די אנדערע זייט מטבעה (ווענט זיך וועלכע סטעיט, נישט יעדע האט די זעלבע בילד) איז זארעכ ביטער גערעכט,
די גמרה זאגט דאך אין איינע פון די מסכתת פון ש"ס אויף איינע פון די טויזענטער בלעטער, א זייער באקאנטע און באלערנדע כלל, וואס קומט זעיער שטארק דא ביינונז ציניץ, די גמרה זאגט זייער אפן קלאר און ער זאגט עס ארויס ברחל און בבתך און הקטנה, אז "מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחל" און ווער נאך איז אזא מלך אזוי ווי די ראשעקאל פון "היימישע קרעטשמע", כ'מיין, כ'רעדט פון די כבוד מלכים וואס מ'באקומט דא, די גמרה האט עס נישט געקענט זאגן אויף קיין בעסערע פלאץ ווי אטע דא, נו, ווי נעמט דער עולם די היתר אזוי שנעל מוחל צו זיין אויפן כבוד פונעם מלך ?
נאר וואדען ?, דרייט מיט די פינגער, כ'העל איינזעצען די תגיבות אז בהא קמיפלגי, מר סבר (רש"י מפרש דמקרעמער עסקינן) דמלך שמחל על כבודו איז כבודו מחל, און וועגן דעם זאגט ער, אז וואס אז,,, שוין ס'נישט קיין חילוק, און מר סבר (רש"י מפרש דבזארעכפעפער עסקינן) דמלך שמחל על כבודו, פארשטייט איר שוין אליין אז....כבודו, כ'מיין, אין כבודו מחל,
ודו"ק כי כתבתי
שוין לאנג נישט אזוי גוט געלאכט פון א תגובה, נאדיר
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
ס'איז דא א באקאנטע וויץ, וואס מ'הייבט אן און מ'קען עס ציען און ציען ווי לאנג מ'וויל, די מעשה איז אזוי.
א מענטש קומט אריין אין א הארדווער סטאר, און וויל קויפן א שרויף פאר א דעקל פון א טאפ, דער מוכר געט אים א שרויף און זאגט אים דא האסטו, טענה'ט דער מענטש אז ס'איז נישט די גוטע שרויף, נו, ס'איז דא א סעיאינג, אז דער קאסטומער איז אלוועיס רייט, קומט דאך אויס אז די שרויף איז טאקע נישט די ריכטיגע, אויב אזוי איז ער שוין נישט קיין קאסטומער, ווייל ער קויפט דאך נישט דעם שרויף, אויב אזוי (עטץ האלטס נאך מיט?) איז דאך דער מוכר גערעכט, און אויב דער מוכר איז גערעכט מיינט דאס, אז ס'איז יא דער גוטער שרויף, און אויב ס'איז יא דער גוטער שרויף, איז דאך דער מענטש יא א קאסטומער, ווייל ער גייט דאך דאס קויפן, אבער אין יענע מינוט גייט שוין ווייטער ארויף אויף אים דער כלל, אז דער קאסטומער איז אלוועיס רייט, און אזוי ווייטער וחוזר חלילה.
משל למה הדבר דומה.
צייטליך ברענגט ארויס אזוי גוט, אז גרויזאמער איז ראש הקהל, און ממילא קען ער זאגן וואס ער וויל, אפילו רעזיגנירן, אבער אויב ער רעזיגנירט, איז ער דאך שוין נישט ראש הקהל קען ער דאך נישט זאגן וואס ער וויל, ממילא קען ער נישט רעזיגנירן, אבער אויב ער רעזיגנירט נישט, איז ער דאך יא ראש הקהל, קען ער דאך שוין ווייטער זאגן וואס ער וויל, און אפילו רעזיגנירן, און אזוי ווייטער, וחוזר חלילה, ווער ס'וויל קען ווייטער ציען.

אהאאא... דו רעדסט פון מארק דארט...
נו לאמעך אייך איבערגעבן וואס איך האב צו געזען, דארט אין ווינקל פון מארק.
שפאציר איך מער אזוי רואיג ארום אין מארק, מדאשקע-לעמאשקע, פון דעקל-צו-טישל, און פלוצים מערק איך זוי, ווי דארט אין ווינקל, כ'מיין ס'געווען צפונית מערבית... אוי, ניין... נישט זיכער... קען זיין ס'געווען... דרומית... נע אפשר נישט... עמממ... שוין, איך וויייס נישט... וואסי דען א חילוק? עניוועי, זעה איך א_ווי דער אלטער ראשעקול, יענטאאש זאל זיך גליען, אפסס... אוי... וואס זאג עך?... כ'מיין... עממ... נישט גליען זאל ער זיך, באדן זאל ער זיך אין געלט... שוין, יא, נו, וואו האלט עך נאר?... וואס האבעך נאר געוואלט זאגן?... עמממ... אה יא... כ'דערמאן זיך שוין... איז אזוי, איז זע איך וואו ס'שטייען, דארט אין ווינקל, אזוי פארשטעקט צוויי מענטשן און ס'טיצעך דארט אויף קעסט און כלים. זיי רעדן מיט די הענט און פיס. די קולות זענען געגאנגען אויף הויכע טענער.
הקיצור, באטראכטנדיג די סצענע פונדערווייטנס איז מיר די נייגער געוואקסן. ווער? וואס? וואס גייט דארט פאר? כ'אב אזוי צושפאצירט נענעטער און כ'זע נישט מער און נישט ווייניגער, ווי יענטאאש שטייט און דינגט זיך אויס מיט אונזער זוי באליבטן, זוי בארימטן, זוי, זוי, זוי, ראשעקול.
כ'מיין אז יענטאאש האט אים מסביר געווען, אז ס'לוינט זעך נישט אויפצוגעבן דעם זוי פרעסטיזשפולן פאסטן... כ'בין נישט זיכער... זוי האט זעך מער אויסגעדאכט פון די מאשענס...

יוי גייט דא זיין שווער צו האלטן ארדערונג.. גרויזאמער האסט מיר געזאגט ס'גייט נישט זיין גרינג צווישן די פויערן צו מאכן שלום, אבער אזעלכע מהומות וקולי קולות, דאס איז דאך ביטער.
פויערן זאג איך? געטס א קוק, ש"ס וד' חלקי שו"ע זענען אויפן טיש, מ'איז דן צו מ'קען יא מוחל זיין צו נישט, מ'לייגט דעם גאנצן חודש אדר אין א זייט די משנכנס סיין לאזט מען איבער אויפן טיש האלב געמאלענט, די המן טאשן שוין טאקע אפגעבאקן, אבער אן די רויטע דזשעים וואסערע טעם האט עס דען?
דערפאר בעט איך, צושטערט נישט דעם הלך ילך, לאמיר לאזן ווייטער מאשקע זאל ווארטן אויף זרכ'ן, די פיילאטן זאלן צוריקגיין צו זייערע עריפלאנען וועט טאגליכט ווייטער קענען אנגיין מיט'ן אפשיקן פעקליך פלייש פון איין מדינה צום צווייטן, קרעמער זאל צוריקגיין צו זיינע שיעורים אין הל' נבל.., און מ'זאל צולאזן אז יאנאש זאל שוין ענדליך מעגן ארויסבלאזן די רויעך פונעם צוגערעטל וואס שטיקט אים זייט נעכטן ווען די מלחמתה של תורה'ס האבן דא אויסגעבראכן.
איך בעט ברחמים, די סדרנים זאלן טון אלעס ווי מ'האט אפגעשמועסט, מ'קען ווייטער נישט אזוי אנגיין

יגרסהדותא האט געשריבן:קרעמער זאל צוריקגיין צו זיינע שיעורים אין הל' נבל..,
עס האט מיר גענומען ביז איך האב געכאפט וואס דער פרישער ראש הקהל (יגר'ל) מיינט דערמיט, וויל איך דאס אויך ערקלערן פאר די איבריגע מיטגלידער: ער רעדט פון הלכות פידל, וואס אויף זיין איידעלע שפראך רופט ער דאס בלשון המקרא "נבל" וכנור.
- גרויזאמער
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3628
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
- לאקאציע: מאלי הויז ארעסט
איך ווער מוראדיג נתפעל פון די נייע ראש הקהל'ס איידעלע שפראך. ווער וואלט היינט אנגערופן אזוי א שיעור אין הלכות פידל?
יגרל, יגרל!!!!
יגרל, יגרל!!!!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
- גרויזאמער
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3628
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
- לאקאציע: מאלי הויז ארעסט
היי יודעלעך, וויאזוי גייט עס אייך? היינט האב איך פערדינט אפאר מאגערע גראשען, אבער זארגט נישט, די פלוניתטע האלט אז מיט די געלונגענע הענט וועל איך פעבריצירן קישענעס וואס וועט פערקויפט ווערן פון לייפציג ביז האמבורג. דערווייל פלאגט מען זעך נאך, אזוי, עהעההה, איי איי איי, ניש'קשה, עך זאג נישט, איך בין געווען גערישט, אבער איך קלער... שוי, לאמיר נישט קלערן הויעך.
ביי מנחה זייענדיג אין בית המדרש זענען מיר די קינדער נאכגעלאפן "מ. ראש הקהל - מ. ראש הקהל", איך האב נישט געוואוסט וואס דאס מיינט, איינער זאגט מיר איך האב אזא סטיקער אויפן רוקן. מה זה? איינער ווייסט? וואס מיינט דאס די "מ"?