א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

הכל הבל האט געשריבן:
אימפעט האט געשריבן:ווער איז דאס "יענער"? (מיטן תנועה הידוע)

נאמען געהיטן אין די רעדאקציע

;l;p- ;l;p- ש'כח הבל! איי אללוועיס קנאו דעט יו אר דע בעסט, עקספעשעלי Wען איט קאמס טא סופרים קאורט ראללינגס!
עס ע סייד נאוט, wי וואד לאוו טא סי יו הער מאר אפטען.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מיטוואך וארא
.

א ספעציעלע דאנק פאר דיינע קורץ און שארפע באריכטן! אונז באלעק מיר זעך!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

א גרויסער ישר כח הרב אלעקסיי
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

טענק יו ווער מאטש מיסטער אלעקסיי! זשאב וועל דאן.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

זונטאג משפטים

פרעזידענט ביידען זאגט היינט אז איראן מוז זיך פריער האלטן צו די טערמינען פון די נוקלעארע אפמאך, איידער אמעריקא וועט זיך אומקערן דערצו - דאס קומט בלויז עטליכע שעה נאך וואס די איראנער הויפט פירער, ווי אויך די ארטיגע אויסערן מיניסטער, האבן געזאגט אז אמעריקא איז דער וואס דארף באליסן איר קומענדיגע שריט.
* * * *
פרעזידענט ביידען האט פרייטאג געמאלדן זיין שטיצע פאר נגאזי אקאנזשאו-איוועלא'ס נאמינאציע צו ווערן די דירעקטאר פון די "ווארלד טרעיד ארגענייזעישאן" (דאבעליו.טי.או.), אויספלאסטערענדיג די וועג פאר איר באשטעטיגונג צום פאזיציע - פרעזידענט טראמפ האט בלאקירט די נאמינאציע זינט די נאמינאציע מוז באשטעטיגט דורך אלע מיטגלידער אין די ארגעניזאציע.
* * * *
פרעזידענט ביידען זאגט אז די סי.די.סי. וועט מיטוואך ארויסשטעלן די סייענס-באזירטע "מינימום רעקווייערמענטס" פאר סקולס איבער'ן לאנד זיך צו קענען ווידערעפענען.
* * * *
ביידען אדמיניסטראציע געמאלדן אז זי וועט אנולירן די א.ג. "זיכערע דריטע לאנד" אפמאכן מיט האנדוראס, על-סאלוואדאר, און גואטעמאלא - אונטער די אפמאכן האבן פליטים פון צענטראל אמעריקא זיך געמוזט איינגעבן פאר אזיל-רעכט אין איינע פון דעיע לענדער איידער זיי קענען ווערן קוואליפיצירט דערפאר אין אמעריקא.
* * * *
טרעזשורי סעקרעטאר פרוי יעללען זאגט אז א 50,000 אינקאם טראעשאלד אויף די סטימילוס טשעקס וואלט געווען צו נידעריג - זי איז ענדערש גענויגט צו ערלויבן ביז 60,000.
* * * *
טרעזשורי סעקרעטאר יעללען זאגט אז "אינפלעישאן איז א זארג מיט וואס מיר דארפן זיך רעכענען" ביים אדורכפירן די פרישע סטימילוס פעקעזש - זי זאגט אבער גלייכצייטיג אז אמעריקא האט די נויטיגע כלים זיך צו ספראווענען מיט אן אינפלאציע קריזיס.
* * * *
סענאטאר ראן ווידען -פארזיצער פון דיסענאט פינאנץ קאמיטע- זאגט אז ער וועט פאקוסירן אויף דאס רעפארמירן די שטייער געזעצן אין לאנד - ווי אויך וועט ער אויספארשן וויאזוי עס קען זיין אז געוויסע רייכע לייט זענען רייכער געווארן דורכאויס די וויירוס עפאכע.
* * * *
סענאטאר טעד קרוז געמאלדן אז ער שטעלט א האלד אויף די נאמינאציע פון ראוד איילענד גאווערנאר צו סערווירן אלס קאממערס סעקרעטאר אין די ביידען אדמיניסטראציע.
* * * *
סענאטאר ביל האגערטי (רעפ.-טעננעסי) האט אפגעשיקט א בריוו צום פרעזידענט אין וועלכע ער בעט דער פרעזידענט זאל קלארשטעלן אז די אמבאסאדע אין מדנ"י וועט פארבלייבן אין ירושלים - דאס איז געקומען נאך די ווייסע הויז פרעססע סעקרעטאר האט נישט געגעבן קיין קלארע אנטווארט ביים ווערן אנגעפרעגט דערוועגן.
* * * *
דעמאקראטישע סענאטארן מארק ווארנער (ווירזשינעי), היראנאו (האוואי), און קלאבאשור (מינעסאוטע) האבן פרייטאג אויפגעברענגט א געזעץ פארשלאג וואס וועט טיילווייז צוריקדרייען די סעקשאן 230 באשיצונג פון וואס סאציאלע מידיע פלאטפארמעס געניסן זינט 1996.
* * * *
רעפובליקאנער סענאטאר ביל קעסידי פון לואיזיאנא זאגט אז די אימפיטשמענט אפשטימונג אין די האוז איז געווען מער ענליך צו א סאוויעטישע סטיל "שאו פראצעס".
* * * *
א פרישע אנקעטע ווייזט אז ארום 55% אמעריקאנע האלטן אז טראמפ ברויך געפונען ווערן שולדי ביי די אימפיטשמענט טרייעל, און אויך פארבאטן פון לויפן פאר אפיס אין די צוקונפט - די מיינונגען איז מער-ווייניגער אויף פארטיי ליניעס.
* * * *
אין אנדערע נייעס, ווייזט א צווייטע אנקעטע אז ארום צוויי-דריטל רעפובליקאנע וואלטן איבערגעלאזט די פארטיי און מיטגעגאנגען מיט טראמפ, אויב זאל ער עפענען א דריטע פארטיי.
* * * *
טראמפ ראטגעבער זשעיסאן מיללער זאגט אז ער ערווארטערט אז דער געוועזענע פרעזידענט וועט זיך ווידער לאזן הערן אויף סאציאלע מידיע - ווי ער זאגט טוט מען באטראכטן מערערע אפציעס, אריינגערעכענט דאס גרינדן א פרישע פלאטפארמע.
* * * *
א פרישע שאצונג וויזט אז די אמעריקאנע עקאנאמיע וועט דערלייגן צווישן 14-25 טריליאן דאללער אין די צוקונפט, אין רעזולטאט פון דעם וואס קינדער האבן נישט שטודירט געהעריג דורכאויס די וויירוס עפאכע.
* * * *
א וואשינגטאן פאוסט באריכט ווייסט צו פארציילן אז דאס אריינברענגען די נעשאנעל גארד טרופן קיין וואשינגטאן די.סי. -אין רעזולטאט פון די קעפיטאל אומרוען- האט אפגעקאסט העכער 480 מיליאן דאללער.
* * * *
פיר זענען אומגעקומען דורכאויס א שניי גליטש ביי די "מילל-קריק קעניאן" אין יוטא - די ארטיגע גאווערנאר, ספענסער קאקס, זאגט אז דאס איז א שוידערליכע טראגעדיע.
* * * *
פעדעראלע ריכטער אין מאסאטשוסעטטס האט ארויסגעווארפן א לאוסוט אריינגעגעבן דורך ארבעטער ביי די האול-ודס גראסערי.
די ארבעטער האבן באשולדיגט די פירמע אין דיסקרימינרן קעגן זיי ווען זיי זענען געווארן אהיים געשיקט פאר'ן טראגן "בלעק לייווס מעטטער" מאסקעס, אין די צייט וואס אנדערע פאליטישע סלאגאנען ווערן ערלויבט - טראץ וואס אונטער די אפיציעלע סטאר פאליסי זענען סיי וועלכע פאליטישע סלאגאנען פארבאטן.
אין די אורטייל שרייבט די ריכטער אז טראץ וואס די פירמע האט נישט אייניג אינפארסירט אירע אייגענע פאליסיס, איז דאס נישט קיין אומלעגאלע באהאנדלונג אונטער די געזעץ.
* * * *
דער פרעזידענט פון עי.עף.על.סי.איי.או. יוניאן -וואס פארטרעט העכער 12 מיליאן ארבעטער- באדויערט דאס וואס פרעזידענט ביידען האט אפגעשטעלט די קיסטאון פייפליין פראיעקט - ווי ער זאגט וועט "באשאפן פרישע זשאבס אין קאליפארניע נישט העלפן פאר די באטראפענע אין פענסילוועניע".
* * * *
די "נעשאנעל לעיבאר רילעישאנס באורד" -ען.על.אר.בי.- האט אפגעווארפן א פארלאנג פון עמעזאן צו מעגן אפשטופן א וואוט ביי א צענטער אין אלבאמע.
די רעדע איז איבער א וואוט דורך ארבעטער ביי א א.ג. עמעזאן פולפילמענט צענטער, ווי די ארבעטער וועלן שטימען צו זיי זאלן זיך אנשליסן אין די אר.דאבעליו.די.עס.יו. יוניאן - עמעזאן האט פארלאנגט אז די אפשטימונג זאל ווערן אפגעלייגט, כדי עס זאל קענען ווערן אפגעהאלטן אין-פערסאן.
* * * *
נעוואדע גאווערנאר סטיוו סיסעלאק שלאגט פאר א געזעץ וואס וועט ערלויבן געוויסע טעכנעלאגיע פירמעס צו גרינדן אייגענע מוניציפאלע רעגירונגען אין די סטעיט - די א.ג. "אינאוועישאן זאון" וועט זיין גילטיג פאר פירמעס וואס באזיצן העכער 50,000 אקער לאנד, פארמאגן העכער 250 מיליאן דאללער, און זענען גרייט צו אינוועסטירן א ביליאן דאללער דורכאויס צען יאר.
* * * *
ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיו האט פארארדענט אן אויספארשונג קעגן ארגעניזאציעס וואס פארפיגן מיט די סיטי'ס האומלעס שעלטער'ס - נאך וואס א ניו יארק טיימס אויספארשונג ציגט אז איינע פון די גרעסטע האבן אויסגענוצט זייער פאזיציע זיך רייך צו מאכן און אויסנוצן אומשולדיגע געניסער.
* * * *
העקער'ס האבן ארויסגעשטעלט פריוואטע פאציענטן אינפארמאציע פון צוויי שפיטעלער סיסטעמס - איינער פון פלארידא, און די צווייטע איז א טעקסאס שפיטאל נעץ.
* * * *
געוועזענער סעקרעטארי אוו סטעיט זשארזש שולץ איז נעכטן געשטארבן אין עלטער פון 100 יאר.
שולץ איז אין 1969 געווארן סעקרעטארי אוו לעיבאר -אונטער די ניקסאן אדמיניסטראציע- ווי ער האט אויסגעפירט די "פילאדעלפיע פלאן" וואס האט פארלאנגט פעדעראל רעגירונג'ס קאנטראקטאר'ס זאלן מוזן אויפנעמען א צאל מינאריטעטן ארבעטער. אין 1970 איז ער געווארן "דירעקטאר אוו בודזשעט ענד מענעזשמענט".
אין 1972 האט איהם ניקסאן געשטעלט אלס טרעזשורי סעקרעטאר ווי ער האט גשטיצט די אדמיניסטראציע'ס פאליסי פון אפשאפן די גאלד סטאנדארט.
אין 1982 איז ער געווארן סעקראטערי אוו סטעיט אונטער פרעזידענט רעיגען, אונטער וואס ער האט בארואיגט די אנגעצויגענקייט מיט טשיינע, סאוויעטן רוסלאנד, און פארשידענע מערב-אייראפע רעגירונגען - אויך האט ער געהאלפן ברענגען א ענדע צו די ערשטע מדנ"י-לבנון קריג.
אין זיינע שפעטערע יארן האט ער סערווירט אלס ראטגעבער פאר פארשידענע פעדעראלע סטעיט, און נאן-פראפיט גרופעס.
ער איז איינער פון בלויז צוויי וואס האבן געהאלטן פיר פארשידענע קאבינעט פאזיציעס אין די אמעריקאנער רעגירונג.
סא"ס ענטאני בלינקען זאגט אז שולץ איז א לעגענדע, און אז אלע נאכפאלגענדע סא"ס האבן שטודירט זיין ארבעט און זיין צוגאנג - אויך האט בלינקען ארויסגעברענגט אז שולץ האט שוין דאן -אין די 1980'ער- געפאדערט די רעגירונג זאל נעמען שריט איבער קליימעט טשעינזש.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יישר כח, הערליך.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

צוקער וואסער האט געשריבן:יישר כח, הערליך.
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א דאנק אלעקסיי!!!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

שכח אלעקסי! פיינע פרישע ווארע
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג נצבים וילך

*
עס איז לעבעדיג אינערהאלב די מאכטפולע טשעימבערס אף קאמערץ וועלכע פלעגט אין פרידנס צייטן אינדארסירן רעפובליקאנע קאנדידאטן
אין א לעצטיגע אפנויג פון די לאנגיעריגע טראדיציע האט די טשעימבער פירערשאפט געמאלדן אז זיי וועל אינדארסירן א רייע דעמאקראטישע קאנדידאטן פאר קאנגרעס פירנדיג צו א שטיקל רעוואלט פון די רענק און פייל מיטגלידער
הויז מינאריטעט פירער האט אפילו געהאט זיך אויסגעדרוקט אז ער דארף נישט זייער אינדארסירונג ווייל זיי פארקויפן זייערע אינטערעסן (א סטעיטמענט פון אזא פראמינענטע רעפובליקאנער איז עפעס וואס מען האט זיך נישט געקענט פארשטעלן איידער די טראמפ עפאכע ווען גרויסע ביזנעס אינטערעסן/לאביאונג איז געגאנגען סינאנים מיט די רעפובליקאנע פארטיי)
די אויל און גאז אינדוסטריעס שוימען געפערליך אויף די לעצטיגע טויש און אן אינדארסירונג וועלכע האט זיי ממש ארויסגענומען פון די הויט איז איינס פאר ערשט טערמיניגע קאנגרעספרוי קענדרא הארן וועלכע לויפט פאר ווידערערוויילונג אין אקלאהאומא'ס פיפטע קאנגרעסיאנעלע דיסטריקט
אצינד קומט די נייעס אז דעוואן ענערגיע עקזעקוטיוו אלען רייט האט אפגעטרעטן פון זיין פירערשאפט ראלע פון די טשעימבערס באורד אין ליכט פון די באשלוס צו אינדארסירן די דעמאקראטישע קאנדידאטן
רייט פלעגט האבן איבערזיכט אויף די טשעימבערס פאליטישע אדוואקאסי קאמיטע
*


קעווין מעקלאלין פון די נאציאנאלע רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע רייסט אפן אראפ די טשעימבער זאגנדיג אז עס איז שווער צוצוקוקן צו די אמאליגע גאלדענע סטאנדארד פון איינפלוס טוט איינזונקען מער און מער דורכאויס די לעצטע פאר יאר און אצינד פארלירט זי איר לעצטע ביסל רעלעוואנץ מיטן שיפטן לינקס

די טשעימבער'ס לאנגיעריגע וועטעראן פאליטישע קאנסאולטענט סקאט ריעד האט איבערגעלאזט די גרופע זאגנדיג אז ער קען מער נישט זיין א טייל פון די אינסטיטוציע וועלכע רוקט זיך לינקס אבער די טשעימבער טענה'ט אז ריעד איז געווארן אויפגעזאגט נאכן פארלעצן קאנפידענשיאליטי,פארדרייען פאקטן צו זיין אייגענע בענעפיט, צוריקהאלטן אינפארמאציע פון די טשעימבער פירערשאפט און ליעקן אינערליכע אינפארמאציע צו די פרעסע


די מאכטפולע טשעמבער טונקט ווייטער אין קריזיס צו טרעפן איר פאליטישע אידענטיטעט

אין די לעצטע מאנאטן האט די טשעימבער גענומען א רייע ערנסטע פאזיציעס אין שטיצע פון די ביידען אדמיניסטראציע וועלכע האט גאר שטארק אויפגעברויזט אירע טראדיציאנאלע רעפובליקאנע אליאירטע

זיי האבן אפלאדירט א גרויס טייל פון די אדמיניסטראציע'ס 1.9 טריליאן דאלער סטימיולוס פארשלאג, אויסגעלויבט די באשלוס צוריק אנצושליסן אמעריקא אין די פארזי קלימאטן אפמאך און געשטיצט די נאמינאציע פון נירא טענדען צו די אפיס אוו בודזשעט און מענעדזשמענט און אפילו איבער העכערן די מינימום געהאלט האבן זיי זיך אויסגעדרוקט גונסטיג זאגנדיג אז זיי זענען אפן צו די געדאנק אבער גלויבן אז 15 דאלער איז צופיל

רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דזשעיסאן סמיט האט אפן אראפגעריסן די טשעימבער פארן שטיצן דעם לינקן טענדען זאגנדיג אז זיי האבן פארגעסן פון מעינסטריעם אמעריקא און דארפן באשליסן וואס זיי ווילן זיין אין ביידען'ס אמעריקא און צו זיי ווילן שטיצן די רוקנביין פון קליינע ביזנעסער און זייער וואוקס אדער ווילן זיי זיך זיך מער פארלייגן סאציאלע יוסטיץ

די טשעימבער פארטיידיגט זיך זאגנדיג אז זיי נעמען גענוי די זעלבע צוגאנג צו די ביידען אדמיניסטראציע ווי זיי האבן גענומען די צו די טראמפ אדמיניסטראציע, נעמליך, שטיצן די אדמיניסטראציע וואו זיי זענען איינשטימיג און זיך ארויסשטעלן דערקעגן אויף אישוס וואו זיי זענען נישט

זיי זאגן אז זיי האבן קיינמאל נישט פארשפראכן צו שטיצן רעפובליקאנער און דאס וואס טייל האבן פארשטאנען אז די טשעימבער איז טייל פון אן ארעם פון א פאליטישע פארטיי איז איינפאך אומריכטיג

זיי זאגן אז זיי זעען גארנישט אומגעווענליך מיטן שטיצן די טענדען נאמינאציע אנווייזנדיג אז די נאמינאציע איז אויך געשטיצט געווארן דורך די געוועזענע רעפובליקאנע אינדיאנא גאווערנאר מיטש דעניעלס וועלכע האט געפירט די אפיס וועלכע טענדען גייט איצט אנפירן אין די בוש יארן צוליב וואס זי באזיצט די קוואליפיקאציעס צו פירן די אפיס טראץ וואס זיי קענען זיין אומאיינשטימיג מיט איר געדאנקגאנג

די טשעימבער טוט אבער נישט שטיצן יעדע פאליסי אויף די ביידען אגענדע און האט זיך ארויסגעשטעלט אקעגן בלאקירן די קיסטאון עקסעל פייפליין און אנדערע ענווייראמענט רעגולאציעס

אויך איבערן העכערן די מינימום געהאלט צו 15 דאלער א שטונדע איז געווארן קריטיקירט דורך די טשעימבערס ארויסגייענדע הויפט עקזעקוטיוו דורכאויס אן אוועל אפיס זיצונג מיט פרעזידענט ביידען אפיס אבער דער אריינקומענדער עקזעקוטיוו הויפט סוזען קלארק האט יא געזאגט אז כאטש וואס 15 דאלער קוקט נישט אויס צו זיין די ריכטיגע ציפער איז מעגליך יא צייט צו העכערן די געהאלט מינימום
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דאנערשטאג ויקהל פקודי



מען שטייט שוין נאנט צו פסח און ביים אויסרייניגן די חמץ טרעפט מען דאך אלץ עטליכע רעפטלען דא אין דארט האט מען פרובירט צוזאמצוקלאפן עפעס א קוכן
פאר די וועלכע ליינען רעגלמעסיג די פאליטישע אשכולות איז מעגליך געוואונטשן איצט ארויסצוטשעקן פון דא ווייל א מערהייט פון די באריכטן וועלן ווערן פלאצירט אויך אין די טעגליכע אשכולות און מען קען נעוועז ווערן זעענדיג די זעלבע באריכט מער ווי איין מאל




אין צוגרייטונג צו די ווינטער אלימפיק שפילן אין 2022 למספרם וועלכע זענען געסקעדזשועלט צו ווערן אפגעהאלטן כינע און א דעבאטע האט זיך אנטוויקלט צווישן אנטי כינע פאליטיקאנטן אין וואשינגטאן ווי אזוי צוצוגיין דערצו

מייק פאמפעיא, ניקי העילי און אנדערע זענען ארויסגעקומען רופן אז די ביידען אדמיניסטראציע זאל איינפאך באיאקאטירן די שפילן און נישט שיקן אהין אמעריקאנע שפילער צו קאנקורירן און דערמיט באשטראפן כינע פאר זייערע מענטשן רעכט פארלעצונגען

סענאטאר קרוז שרייט אבער אז עס וואלט געווען א געפערליכע גרייז צו נעמען דעם ריכטונג און דערמאנט וואס עס האט פאסירט צוריק אין 1980 למספרם ווען פרעזידענט קאטער האט באיאקאטירט די זומער אלימפיקס אין מאסקווע צוליב רוסלאנד'ס אנוועזנהייט אין אפגאנסיטאן

קארטער האט דאן געסטראשעט די אמעריקאנע שפילער אז אויב זיי וועלן פרובירן צו רייזן קיין רוסלאנד וועט ער אפרופן זייערע פאספארטן

ביי יענע פאל האבן זיך 65 לענדער אנגעשלאסן אין די אמעקריקאנע באיאקאט אריינגערעכענט דייטשלאנד, קאנאדא און די איזראעליס אבער 80 לענדער אריינגערעכנט ענגלאנד, אוסטראליע האבן יא געשיקט זייערע שפילער

פיר יאר דערויף האט רוסלאנד רעבאיאקאטירט די שפילן אין לאס אנדזשעלעס און די אנגענומענע שטעלונג אויף די קארטער באיאקאט איז געווען אז עס איז געווען אומסוקסעספול און געברענגט מער שאדנס ווי פארדינסטן

קרוז זאגט אז באיאקאטירן די שפילן וועלן בלויז באשטראפן די אמעריקאנע שפילער וועלכע אינוועסטירן יארן פון טרענירונג

סענאטארן רוביא און סקאט פון פלארידא רופן אוועקצונעמען די גאסטגעבער לאקאל פון כינע און עס גיבן אר א צווייטע לאנד אבער ווילן דערווייל נישט רופן פאר א באיאקאט אין פאל די אינטערנאציאנאלע אלימפיק קאמיטע שטייט ווייטער שטאנדהאפטיג מיט איר באשלוס עס צו לאזן אין כינע

רוביא זאגט אז א באיאקאט מיינט אז די שפילער זענען די וועלכע וועלן צאלן די פרייז און עס איז א שווערע רוף פאר אים צו מאכן און איז דעריבער דערווייל אומבאשלאסן

סענאטאר ראמני רופט פאר עקאנאמישע און דיפלאמאטישע באיאקאטן אבער איז נישט גרייט צו רופן פאר א פולע באיאקאט מיטן נישט שיקן קיין שפילער
די זומער שפיל בעפאר די כינע אלימפיק וועט ווערן אפגעהאלטן אין יאפאן און איז שוין איינמאל אפגעשטופט געווארן צוליב די ווירוס אויסברוך אבער מיט די וואקסין דיסטריביוציע איז דא מער האפענונג אז די שפילן וועלן נישט דארפן ווערן נאכאמאל אפגעשטופט

*

פרעזידענט ביידען וועט היינט אין אוונט אדרעסירן דאס פאלק צום ערשטן מאל איבער די ווירוס אויסברוך
די רעדע וועט געגעבן ווערן אינעם מזרח צימער און וועט געדויערן צוואנציג מינוט

*
אויף די פראגע אויב פרעזידענט ביידען שטיצט ווייטער איינצושטעלן די אויסגעברייטערטע קינדער שטייער קרעזידט אויף פערמענאנט זאגט פרעסע סעקרעטארשע פרוי סאקי אז זי פארשפרעכט פאר אלע אז דער פרעזידענט פארשטייט די בענעפיט דערפון
ווערנדיג געפרעגט אויב ער וועט שטופן עס צו באשטעטיגן זאגט זי אז די אדמיניסטראציע איז נישט זיכער אז אלע פארשטייען די בענעפיט דערפון און ווי אזוי עס בענעפיטירט זיי

*

נו, ווען גייען ארויס די טשעקס?
די ווייסע הויז זאגט איצט נאכאמאל בלויז אז עס גייט נאך ארויס אין מערץ למספרם

*

אין זיין ערשטע טאג אויפן דזשאב האט אטוירני דזשענעראל מעריק גארלענד זיך פולשטענדיג קאנצעטרירט אויף די קאפיטאל איבערפאל אריינגערעכנט צו ווערן רעפערירט דורך עף בי איי דירעקטאר קריסטאפער רעי איבער די אנגעלעגנהייט

*

גארלענד וועט היינט רעדן ביים יוסטיץ דעפארטמענט און שפעטער ווערן אפיציעל איינגעשוואוירן דורך וויצע פרעזידענט העריס

*

קאנגרעס שטימט אין די מינוטן אויף די גאן בעקגראונד טשעק ביל

*

דעמאקראטן וועלן זוכן צו באשטעטיגן א ביל וועלכע וועט באשוצן סטימיולוס געלטער פון ווערן איינקאסירט דורך חובות קאלעקטאר
די ארגינעלע ווערסיע פונעם ביל האט געהאט אזא פראוויזיע אבער עס איז געווארן ארויסגעשניטן דורך די פארלאמאנטעריען אבער איצנד איז דא האפענונג אז א באזונדערע ביל בלויז אויף די פראגע וועט קענען אריבערגיין אין סענאט מיט רעפובליקאנע שטיצע

*

נעכטן האט סענאטאר וויקער ארויסגעהויבן א טייל פון די סטימיולוס ביל און ווערנדיג געפרעגט ווי אזוי ער קען פייערן אן אויפטוה אינעם ביל נאכן שטימען דערקעגן זאגט ער אז ער מוז נישט לייקענען די אויפטוהען פונעם ביל טראץ וואס ער שטימט דערקעגן צוליב אנדערע טיילן און אלץ איין גרויסע פעקל איז עס א פראבלעם אבער די גוטע טיילן בלייבן באגריסנד

*

ווי באריכטעט נעכטן אין אוונט איז די בעסערא נאמינאציע אפשטימונג אין קאמיטע געווען 14-14 און סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער האט געפיילט פאר א מאושען צו באפרייען די נאמינאציע צום פולן סענאט און מען וועט שטימען היינט אום 12 אזייגער אויף די מאושען
סענאטאר ראמני איז ארויסגעקומען אקעגן די בעסערא נאמיניצא פאר געזונטהייט סעקרעטאר, בעת וואס מענשין ,קאלינס און מורקאוסקי זענען אומבאשלאסן
אויב אלע אנדערע דעמאקראטן שטימען יא דארף בעסערא בלויז איין פון די דריי פארקלערטע

*

רעדנדיג פון אינפראסטרוקטור זאגן סענאטארן קינג (א) און טעסטער (ד) אז כאטש טייל פון די פאנדינג וועט מוזן ווערן פון ערגעצוואו געדעקט

*

איין מעגליכע נאמען וועלכע ווערט שוין געלופטערט צו ערזעצן מעריק גארלענד אויפן די סי סירקוט איז קאטאנדזשי בראון דזשעקסאן וועלכע איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא צום די סי דיסטריקט געריכט און באשטעטיגט איינשטימיג דורך א וואויס וואוט אין סענאט
זי איז אן אפריקאנע אמעריקאנע און איר מאן איז א צווילינג ברודער מיט א שוואגער פון פאול רייען

*

אויסער גארלענד זיץ האט שוין ביידען שוין באקומען א צווייטע ליידיגע זיץ אויפן זעלבן קריטישן באנק ווען ריכטער דוד טאטעל נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן האט געמאלדן אז ער גייט אננעמען א סיניאר סטאטוס וועלכע באדייט אז ביידען קען אים ערזעצן מיטן נאמינירן א פרישע אקטיווע ריכטער
ריכטער טאטעל איז געווען דער וועלכע האט געשריבן די מאיאריטעט אורטייל אז א קאנגרעס קאמיטע קען באקומען צוטריט צו פינאנציעלע אינפארמאציע פון פרעזידענט טראמפ
די סופרים קאורט האט שפעטער ארויסגעווארפן די אורטייל

*

די פערטע אמענדמענט באגרעניצט פאליציי ארעסטן און באווייז זאמלעריי צו פעלער אין וועלכע זיי האבן ווארשיינליכע פארדאכטן (גערופן פראבעבל קאוס) אז א קרימינאליטעט קומט פאר/איז פארגעקומען

עס זענען דא געוויסע אויסנאמען צו די סטאנדארט ווי צום ביישפיל די סטאפ און פריסק פראגראם און נאך וואס אזלעכע פעלער קומען בלויז נאך א שוואכערע סטאנדארט גערופן פארשטענדליכע פארדאכט אבער אין אלגעמיין איז די ערשטע באצייכענונג דאס וואס פאליציי דארף נאכקומען און אויב זאמלט מען באווייזן נאכן פארלעצן די באגרעניצונג קען מען עס נישט נוצן אין געריכט

אין צוגאב צו די פליכט פון אויטאריטעטן צו פארמיידן און פארשן קרימינאליטעטן איז פארהאן נאך א פליכט וועלכע די געריכט האט באשטעטיגט אז פאליציי זאלן זיך אפגעבן דערמיט און דאס איז זיך אפגעבן מיט די געמיינדע און אירע פראבעלעמען וואס באדייט אז פאליציי וועלן פרובירן צו פארמיידן ווייטאג פון באטרעפן מענטשן טראץ וואס עס מוז נישט קומען פון א קרימינאלן ווינקל

ווען א פאליציי מאן וועט זיך אפגעבן מיט א פארוואונדעטן אדער גייסטיש צורודערטן ביז ערשטע הילף קומט וועט עס נישט בלויז זיין וואלאנטורישע העראאיזם וואס ציווילע בירגער קענען אויך טוהן נאר עס איז אויך טייל פון זיין ארבעט און די זעלבע איז ווען פאליציי וועט ארבעטן צו עלימינירן א געפאר וועלכע לויערט אויפן פובליק טראץ וואס די געפאר קען קומען פון א נאטורליכע ערשיינונג און נישט פון עימיצן מיט קרימינאלע מאטיוון

איין אזא פאל איז געווען ווען אן אויטמאמאביל איז געווען פארמישט אין אן עקסידענט און פאליציי האבן געפונען א דרייווער וועלכע איז שוין נישט געווען געהעריג ביי זיך און דער אפיציר האט גיך אנדעקט אז דער דרייווער איז גאר זעלבסט א פאליציי מאן

דער אפיציר האט גערופן פאר הילף אוועקצושלעפן די קאר אבער בעפאר מען האט עס אוועקגעשלעפט האט ער זיך געכאפט אז דער דרייווער מוז דאך האבן אין זיין באזיץ א רעוואלווער אלץ טייל פון זיין פאליציי ארבעט

נאך אן אונטערזוכונג אויף יענעם האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער טראגט עס נישט אויף זיך האט זיך דער אפיציר א לאז געטוהן צום אויטא נישט פארשטייענדיג אז דער אוצר געפונט זיך אינווייניג און נישט געוואלט אז די אויטא וועלכע גייט ווערן אוועקגעפירט צו א פריוואטע גאראדזש זאל ליגן האלטן אין זיך א רעוואלווער נישט וואוסנדיג אין וועמענס האנט עס קען אנקומען

אז מען נישטערט טרעפט מען און זוכנדיג אין די קאר האט ער געפונען באווייזן אז דער פאליציי/דרייווער איז געווען פארמישט אין א מארד מיט א צייט פריער
די געריכט האט געליינט די באווייזן און באטראכט צו מען קען עס נוצן זינט עס איז נישט געווען קייין קרימינאלע פארדאכטן וועלכע האבן ערלויבט דעם אפיציר אונטערצוזוכן די אויטא

די געריכט איז אבער געקומען צום אויספיר אז דער אפיציר האט געטוהן זיין פליכט מיטן באצושן די געמיינדע האבנדיג רעכט צו טראכטן אז א רעוואלווער איז אינווייניג און קען אנקומען צו אומגעוואונטשענע הענט און צוליב דעם קען מען נוצן די באווייזן אנדעקט און עס איז אין איינקלאנג מיט די פערטע אמענדמענט

אין 1973 למספרם האט די אמעריקאנע סופרים קאורט באשטעטיגט די אורטייל און זינט דאן האבן פארשידענע געריכטן באזירט זייערע שטעלונגען באזירט אויף דעם אין פארשינדארטיגע קאנטעקסטן ווי ווען פאליציי גיבן זיך אפ מיט קראנקע מאטאריסטן, זוכן פארלוירענע קינדער, און ווארענען דעם פובליק איבער מעגליכע געפארן און ענליכע פעלער קענען זיי נוצן באווייזן געפונען אונטער אזעלכע אומשטענדן

בלייבט איבער זיך צו וואונדערן פארוואס מען ברענגט אויף א קעיס פון אזויפיל יארן צוריק

די ענטפער איז צוליב א פרישע געשיכטע וועלכע איז זיך לעצטנס פארלאפן ווען די פרוי פון א מאן מיטן נאמען עדווארד קאניגליע
האט אריינגעקלונגען צו די פאליציי ווארענען אז איר מאן איז אין געפאר פון באגיין זעלבסטמארד

פאליציי זענען ערשינען און אריין אין די אפארטמענט און עס אונטערזוכט און געפונען געווער וועלכע זיי האבן אוועקגעפירט פון דארט

די פאליציי האט אנגעגעבן אז זיי האבן געמוזט אבלאווירן די וואוינונג צוליב זארג אז קינגיליע קען זיין געפארפול פאר זיך און פאר אנדערע און זיך פארלאזט אויף די "העלפן די געמיינדע" אויסנאם און איז דעריבער נישט קיין פארלעצונג צו די פערטע אמענדמענט

קאניגליע האט געקלאגט די פאליציי אויפן פארלעצן זיינע פערטע אמענדמענט רעכטן אבער די דיסטריקט געריכט האט אנגענומען די "העלפן די געמיינדע" אין שטיצע פון די פאליציי

קאניגליע האט עס אפעלירט צום ערשטן קרייז געריכט וועלכע האט באשטעטיגט די אורטייל פונעם נידריגן געריכט אבער אנדערע סירקוט קאורטס האבן געשריבן אז די "העלפן די געמיינדע" אויסנאם פרעצעדענט איז באגרעניצט צו בלויז באווייזן געפונען אין אויטאמאבילן אזוי ווי אין די פאל פון די 1973 למספרם סופרים קאורט אורטייל אבער ערליובט נישט צו אבלאווירן היימען פון מענטשן אן ערנסטע פארדאכטן איבער קרימינאליטעטן

קאניגליע האט אפעלירט זיין קעיס צום סופרים קאורט וועלכע וועט עס אויסהערן אום מערץ 24 למספרם



א לעכטיגן שבת!
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ברעקינג.................
הבל איז בעק..

ישר כוח הרב הבל פארן נעמען די צייט צו מחיי זיין די הונדערטער אייוועלט ליינער.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ר' זעקל האט געשריבן:ברעקינג.................
הבל איז בעק..

ישר כוח הרב הבל פארן נעמען די צייט צו מחיי זיין די הונדערטער אייוועלט ליינער.

יישר!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א דאנק הכל הבל, ביי מיר איז עס געוועהן דאפעלט! עס איז אבער סך בעסער ווי גארנישט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מטעמים האט געשריבן:א דאנק הכל הבל, ביי מיר איז עס געוועהן דאפעלט! עס איז אבער סך בעסער ווי גארנישט.

יישר! בין באמת דאנקבאר פאר די פידבעק!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יישר כח.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ש’כח @הכל, שוין לאנג נישט באקומען מיין טעגליכע שפיאנאזש רעפעראט.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

א דאנק אייך @הבל פאר די שיינע באריכט,

דיין קלארע שפראך אין צוגעפאסטע לשונות, איז סאמטינג ספעשל, האמיר שטארק הנאה געהאט,
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ווייסעך נישט פארוואס דעראוילעם רופט אים הבל ווען באמת איז הכל, איינער קען ערקלערן?
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
קוגל מאכער
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגל מאכער »

ווייל מיט א גלאז קאווע און א רעפטל קאקאש קעיק,
שלונגט זיך בעסער אראפ א הבל ווי א הכל
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יש לו מנה האט געשריבן:ווייסעך נישט פארוואס דעראוילעם רופט אים הבל ווען באמת איז הכל, איינער קען ערקלערן?

איך רוף אים טאקע בדרך כלל אדער הכל, אדער הכל הבל.

------

וועלקאם בעק מיט די קאקאש!
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

יש לו מנה האט געשריבן:ווייסעך נישט פארוואס דעראוילעם רופט אים הבל ווען באמת איז הכל, איינער קען ערקלערן?


ער איז ווייסט טאקע הכל אבער אונז פרומע אידן ווילן אלעמאל געדענקן אז דאס איז אלעס הבל, ס'איז גוט אויף זיך אויסצוליפטערן און גיין ווייטער

.........

בד"וו @הכל, די קאקאש פון די וואך קוקט בכלל נישט אויס ווי אלטע שריים קאקאש, דאס פילט זיך פריש אין געשמאק
(--ווערטערלאז--)
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שכח הבל, עקסטער א שכח פאר די קלארע קאורט קעיס באריכט!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

הכל הבל האט געשריבן:


העיוועל? איז דיס יו? די קאקאש איז בעק!! קיפיט אפ!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מאנטאג ויקרא




אין די צייט וואס די פאדלאגע אונטער די טענדען נאמינאציע האט אנגעהויבן צייגן ערשט שפאלטנס האבן מיר אנגעהויבן ווארפן נעמען וועלכע קענען מעגליך ווערן נאמינירט אנשטאט איר צום אפיס אוו בודזשעט און מענעדזשמענט

די ערשטע נאמען איז געווען דזשען ספערלינג אבער נאך א קורצע צייט האט די ווייסע הויז אנגעהויבן באקומען דרוק פון קעפיטאל היל אז מען זאל ליבערשט גיין מיט א געוועזענע קאנגרעס שטאב מיטגליד שאלאנדא יאנג וועלכע איז אן אפריקאנע אמעריקאנע פרוי

ספערלינג וועלכע האט לאנגיעריגע ערפארונג אלץ עקאנאמיסט פאר פרירקדיגע דעמאקראטישע אדמיניסטראציעס זוכט שטארק צו באקומען א הויכראנגיקע פאזיציע און האט זיך זיינע פארבינדונגען אינערהאלב קאנגרעס אבער געזעצגעבער האבן געהאלטן אז עס איז צייט צו גיין מיט א מינאריטעט אויסוואל

ספערלינג איז לאנג באצייכנט אלץ מער צענטריסט וועלכע האט פלעגט נעמען בודזשעט דעפעציט אלץ זארג און פלעגט האבן געפעכטן מיט די לינקערע עלעמענט ווען עס איז געקומען צו ספענדינג האט אין די לעצטע צייט ארומגעדרייט זיינע פלוס פעדערן מיטצושווימען מיטן שטראם פארשטייענדיג וואס עס פארלאנגט זיך פון אים צו באקומען שטיצע פאר א פאזיציע אין וואשינגטאן

ספערלינג האט אנגעהויבן אדוואקאטירן פאר גרוסצוגיקע ספענדינג צו אדרעסירן די ווירוס אויסברוך און קורץ נאך וואס לערי סאמערס איז ארויסגעקומען ווארפן קאלט וואסער אויף די מאסיווע ספענדינג פלענער האט ספערלינג רעאגירט שריבנדיג אז ער איז נישט באזארגט און האלט אז עס איז די ריכטיגע וועג פאראויס

עווענטועל האט די אדמיניסטראציע אנערקענט אז צו ערזעצן טענדען וועט מען ווארשיינליך מוזן נעמען יאנג און מען ווארט נאך אצינד אז זי זאל ערשט ווערן באשטעטיגט אלץ דעפיוטי איידער מען נאמנירט איר צו ווערן דירעקטאר אבער מען האט גליך אנגעהויבן זוכן א פאזיציע פאר ספערלינג

פארגאנגענע וואך האבן מיר באריכטעט אז די אדמיניסטראציע גרייט זיך צו מעלדן אז זיי וועלן שטעלן עימיצן אנצופירן מיט די אימפלעמענטירונג פון די סטימיולוס ביל צו פארזיכערן אז זי ווערט ריכטיג אויסגעפירט און פארטיילט

קומט איצט אריין די נייעס אז פרעזידענט ביידען האט געשטעלט ספערלינג פאר די פאזיציע

*

ווי פאריגע וואך באריכטעט גייט אן א שטרייט אינערהאלב די רעפובליקאנע אנטי כינע לאגער איבער ווי אזוי צו אדרעסירן די אלימפיק שפילן פון ווינטער 2022 למספרם
היינט זענען סענאטארן קרוז און ראמני ארויסגעקומען מיט קאנקורירנדע אפ עדס אקעגן פולשטענדיג באיאקאטירן די שפילן

*

קאנגרעס מינאריטעט פירער קעווין מעקאראי קומט היינט אן אויף א סאזוך ביים טעקסאס גרעניץ מיט מעקסיקא אין באגלייטונג פון קאלעגע רעפובליקאנע קאנגרעסלייט

*

וועסטו לויפן נאכאמאל צו זיין די פירער פון די רעפובליקאנע קאקוס אין 2022 למספרם?
מעקאנעל: איך גלויב אז איך וועל נישט ענטפערן דיין פראגע צו די איצטיגע צייט

*

די סענאט וועט היינט 5:30 שטיצען ענדגילטיג צו באשטעטיגן קאנגרעספרוי דעב האלאנד אלץ אינטעריאר סעקרעטארשע

*

די קאליפארניע אגריקולטור לעיבאר רילעישאנס באורד האט איינגעשטעלט א רעגולאציע וועלכע פארלאנגט אז אז מען זאל מוזן געבן צוטריט פאר יוניאן ארגאנאזירער זיך צו קענען טרעפן מיט אגריקולטור ארבעטער אין זייערע ארבעטס פלעצער

דאס באדייט אז אייגנטומער מוזן ערלויבן די יוניאן מענטשן איינטריט צו זייערע פעלדער און אנדערע איינריכטונגען אונטער געוויסע ספעציפישע אומשטענדן אבער עס איז באגלייט מיט א רייע באגרעניצונגען אריינגערעכנט ווילאנג זיי מעגן זיך דארט אויפהאלטן און עס קומט אויס דריי שטונדן פער טאג (120 טעג א יאר) די יוניאן מענטשן דארפן אויך אריינשיקן א געשריבענע מעלדונג בעפאר זיי ערשיינען

סידער פוינט איז אן ארעגאן באזירטע פלאנצונג קארפארעישאן אפערירט א פעלד אין דאריס קאליפארניע וואו עס וואקסן יאגדעס מיט 10 פול טיים ארבעטער און נאך 400 סעזאן ארבעטער ביי יענע לאקאל

אין אקטאבער 29 2015 למספרם האבן זיך א גרופע יוניאן ארגאנאזירער אנגערוקט אויפן פעלד אומגעראכטן אן קיין פריערדיגע מעלדונג און ארומגערודערט מיט הויכהילכער און אנגעבליך געפירט צו דעם אז טייל ארבעטער האבן איבערגעלאזט זייערע סטאנציעס זיך אנצושליסן אינעם פראטעסט בעת וואס א מערהייט זענען פארבליבן אויף זייערע פאזיציעס און פארגעזעצט מיט די ארבעט

סיער פוינט האט נאך א געראנגל מיט די יוניאן ביים באורד באשלאסן זיך צו ווענדן צום געריכט מיט די טענה אז די רעגולאציע צו מוזן אריינלאזן די יוניאן אויף זייער באדן באדייט אז זיי קענען ווערן אינוואדירט אן קיין מעגליכקייט פאר קאמפענצאסיע פאר די שאדנס און גייט אקעגן די פיפטע אמענדמענט און דאס ערלויבעניש פאר די יוניאן צו קענען איבערטרעטן פריוואטע אייגנטום איז אין קעגנזאץ צו די פערטע אמענדמענט

די דיסטריקט געריכט און שפעטער די ניינטע קרייז געריכטן זענען געקומען צום אויספיר אז א באגרעניצטע ערלויבעניש פאר צוטריט אזוי ווי די באורד האט ערלויבט פארלעצט נישט קיינע פון די צוויי אמענדמענטס

סידער פוינט האט גענומען זייער קעיס צום סופרים קאורט שרייבנדיג אז עס איז גאר וויכטיג פארן געריכט אויסצוהערן די שטרייט קומענדיג פון א סטעיט ווי קאליפארניע וועלכע איז די גרעסטע אין פראדוצירן אגריקולטור און גיבט ארויס די מערסטע פון א רייע ניס ווי אלמאנדס, פיסטעטשוס און וואלנאטס און קען מעגליך האבן א ווירקונג אויף אנדערע פריוואטע פראפערטי רעכטן אין א צייט וואס די רעגירונג קריגט זיך ארום מיט פריוואטע לאנד באזיצער איבער צוטריט צו ביעטשעס און אנדערע פלעצער

די צוויי זייטן זענען אויך אומאיינשטימיג אויב די אורטייל פון די ניינטע קרייז געריכט איז אין קאנפליקט מיט אן אורטייל אין א צווייטע קעיס פון אן אנדערע סירקוט קאורט

די סטעיט טענה'ט אויך אז די יוניאן אינוואזיע האט אין פאקט נישט געברענגט קיין עקאנאמישע שאדנס צו סידער פוינט

די סופרים קאורט האט אקצעפטירט די קעיס און וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין מערץ 22 למספרם
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”