חיש נישט האט געשריבן:קעדילעק האט געשריבן:חיש נישט האט געשריבן:בשבילי נברא האט געשריבן:חיש נישט האט געשריבן:
אה... די פרייע היטן אויך נישט קיין שבת.
אויב אזוי זאלן אונז אפשר אויך מחלל שבת זיין?
די מצוה פון היטן אויף א צווייטנס געזונט איז נישט תלוי אין די רעגירונג, און נישט תלוי אין וואס די פרייע אין תל אביב טוען יא אדער נישט
חיש מיר ביטע נישט ארום.., דאס איז בכלל נישט די נושא דא
וואס איז א מער ווייטאגליכע נושא אין די יעצטיגע טעג ביי כלל ישראל?
די צרות / מהומות וואס די פאליציי מאכט פאר די פרומע אידן, אדער די ביטערליכע יסורים וואס הונדערטער אידן ליידן נעבעך נאכ'ן ווערן אנגעשטעקט מיט די וויירוס?
דאס קומט נישט דא אריין, א גוטע התעוררות אין די קאראנע א"י אשכול, נישט דא, דא רעדט מען פון רדיפת הדת, פארוואס אין תל אביב איז אלע שבירת גדרי הבריאות בסדר, נישט קיין ארעסבטן און בואש, ביי די הפגנות בלפור פארמאכט מען די אויגן, ליתר שאת האבן זיי נאך פאליצייאישע שוץ, משא"כ ווען עס קומט צו חרדים טוען די רשעים האקן און שלאגן, און שפריצן אויס זייערע שטונק וואסער נוסח געסטאפא,פארוואס? וועגן "שמירת הבריאות".. איזה צחוק!
ס'דא קאראנע אין ארץ ישראל?
ווענדט זיך וואו,
אין ירושלים יא, אין תל אביב נישט,
אין בית שמש יא, אין אילת נישט,
אין בני ברק יא, אין בלפור נישט..