ספרים חדשים שיצאו לאור
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
קאן זיין, כ'האב מיר נישט גענוג מעמיק געווען דערין. ליידער איז אבער געווען משיחי שקר ביי חסידים, קודם די לעצטערע צייט און נאך יארן פריער איז געווען א חסידות וואס האבן געזאגט אז דער רבי איז משיח וועגן זיין נאמען איז בגימטריא אזוי און אזוי. דער רבי איז געווען א קדוש וטהור און די חסידים זענען ל"ע געווען...
מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע איז שוין אביסל שווערער מיט די באבקאס.
מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע איז שוין אביסל שווערער מיט די באבקאס.
אין די ערשטע מהדורא (וואס יאך האב) האט נישט אריינגעדרוקט גארנישט קעגן חסידים בכלל נאר קעגן די אויבנדערמאנטע חסידות, איצטער איז ער ארויס געשפרינגן פון זאק מטיל צו זיין ספיקות בכלל אין דעם גאנצן ענין און שייכות פון בעשטה"ק צי די מערכה קייגן די פראנקיסטן (אין בח"ח איז ערגעץ דא א מדובר וועגן דעם נייעם 'משיחי השקר' ביכל, היות איך בין זיך מונע צו באזוכן דארט וגדר גדרתי בעדי, העלעך נישט לייגן קיין לינק אהין,)
וזאת למודעי, פאר א יאר לערך האט ארויס געגעבן האברך החשוב מוה"ר ר' חיים שמואל גליקמאן ני"ו דער צווייטער באנד פון דעם הפלא'דיגן ספר 'מפיהם ומפי כתבם' ומצורף לזה ספר 'דברי בינה' האט ער דארט אין די הקדמה א גאנצער אריכות בנוגע דאס שייכות פון בעשטה"ק צו די פראנקיסטן מערכה, דער ויכוח בראש פון הגאון רבי חיים ראפאפאפרט פון לבוב, הקיצור מען דארף די צוויי צאמשטעלן און באהאנדעלן, (אולי אין א עקסטרע אשכול, אויב עס זענען דא בעלנים דערויף).

יוסלמאן האט געשריבן:סארי, אבער זיי האבן ארויסגעווארפן א רב פון שטאט מיטן ווייב און קינדער ווייל ער האט געזאגט אז מ'טאר נישט משתף פעולה זיין. לאמיר בעסער נישט רעדן. ס'איז אלץ געווען צעדרייטע מענטשן.
רעד ווייניגער, ווייל אני הקטן בינעך מיוצאי חלציהם, און איך האלט מיך און מיינע זיידעס פאר גאנץ נארמאלע מענטשן...........
יוסלמאן האט געשריבן:און ווייטער למעב"ק שטאמען משפחת לאנדא פון גאר חשוב'ע משפחות מרביצי תורה בישראל, ווער געדענקט נישט הרה"ח ר' אלימלך הגדול לאנדא ז"ל, ואחיו הרה"ח ר' לעמל ז"ל ובניו החשובים מחשובי תלמידי רביה"ק מסאטמאר זצ"ל, אזוי אויך ר' יונה'ס ברודער הרה"ג ר' זאב וואלף ר"מ בישיבות סאטמאר, ביז ארויף צו די לאנדא-גינצלער משפחות אין איהעל און דעברעצין.
איר האט אויסגעלאזט א חשובער ברודער פון משפחת לאנדא וואס איר האט לכאו' נישט געקענט. הרה"ח ר' חיים משה ע"ה. ר' חיים משה איז ר' יונה'ס פאטער און ער איז נפטר געווארן תשל"ז. ער איז געווען דער איינציגער פון משפחת לאנדא צו ווערן אוועקגעפירט ביי די מלחמה.
ר' הערשל ע"ה פון קאנטינענטאל איז געווען א גאר חשובער איד. אלץ בחור האט ער געלערנט אין גאלאנטא און געווען א פיינער בחור. ער איז ליידער געווען א אינג בחור ביי די מלחמה און פארפאסט זיינע זיסטע יארן. ער איז אלע יארן שפעטער געווען א רחים ומוקיר רבנים.
אז מ'רעדט שוין יא. די שוואגערס זענען אויך געווען יראים ושלימם. הרה"ח ר' שלום יוסף גראס ז"ל. מחשובי חסידי מונקאטש און א תלמיד פון מרן המנחת אלעזר זי"ע. ער איז געווען א ריכטיגער קובע עיתם לתורה. ער האט מער געלערנט ווי געארבייט (נישט ווייל ער האט נישט געארבייט...).
הרה"ח ר' הערשל שווארטץ ע"ה. בארימט פאר זיינע אתרוגים און וויין. ווער ס'האט אים געקענט דארף מען אפילו נישט זאגן וועגן אים. געווען א איד א תמים וצדיק במעשיו. און אין די זייט א שיינע תלמיד חכם.
עניוועי, דער מחבר האט אין וועם צו ראטען...
ר' יוסלמאן,
איך בין נישט דייקא אויסען געווען אריינצוגיין בשושלת החסידים 'לאנדא' (וועלכע איז לויט איין מקור אפשטאמיג ממשפחת בעל האגור), אבער אז איר דערמאנט ר' חיים משה, פארוואס זאגט איר נישט אז דער פאטער זייערער ר' זאב וואלף איז געווען פון די געציילטע אלטע אידען נאך די קריג, איבערלעבנדיג מיט די דעברעצינער טראסנפארט קיין עסטרייך אלס א חלק פון א אפמאך, אין יענעם טראנספארט האט זיך טאקע אפגעפונען נאך אן עלטערער סאטמארער חסיד ר' חיים צבי גאלדבערגער ע"ה.
דער ר' חיים משה האט פארלוירען א ווייב אין קינדער אין די קריג זייענדיג אן איידעם בזוו"ר אין דעבערעצין טאקע ביי ר' אייזיק וויינבערגער ע"ה, ער אליינס אין געווען אין מונקא-טאבור מיט נאך הונדערטער אידן מיטמאכענדיג עטליכע יאר שבעה מדורי גיהנם ביז נאך די קריג, ווען ער האט נאכאמאל אויפגעשטעלן א משפחה הגונה וישרה, יהא זכרם ברוך.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

רב מילער איר האט איין טעות. ר' חיים משה האט נישט געהאט קיין קינדער פאר די קריג. זיין ווייב איז נפטר געווארן נאך פארן קריג. אינטערסאנט איז אז פאר די קריג איז ער געווען א שיינער בעל פרנסה אבער ער האט ליידער נישט געהאט קיין קינדער. נאכן קריג האט ער זיך געפערליך געפלאגט אויף א שטיקעל ברויט אבער ער האט ב"ה זוכה געווען אויפצושטעלן א שיין דור. אינעם טאג וואס ער איז אוועק איז זיין בנין ווי ער האט געהאט זיין פעקטארי ווערט געווארן מיט א שיינע פאר דאלער מער און ס'האט געשטעלט די ביזנעס אויף די פוס. פאר אים איז דאס נעבעך געווען באשערט.
ספר אורח לחיים פון הרה"ק רבי אברהם חיים מ'זלאטשוב זי"ע. א תלמיד פונעם רבי ר' שמעלקא אין ניקעלשבורג וואס האט אים גענומען צום מגיד. געווען א איידעם בזוו"ר ביים הפלאה און ליידער נישט זוכה געווען צו קיין קינדער.
די ספר איז לעצטנס (היי יאר תשס"ט) איבערגעדרוקט געווארן. ס'האט עפעס מוראדיגע הסכמות צדיקי דורו. אויך איז דא א לענגערע הסכמה והקדמה פון ש"ב בגאון רבי אפרים זלמן מבראד זי"ע.
די ספר איז לעצטנס (היי יאר תשס"ט) איבערגעדרוקט געווארן. ס'האט עפעס מוראדיגע הסכמות צדיקי דורו. אויך איז דא א לענגערע הסכמה והקדמה פון ש"ב בגאון רבי אפרים זלמן מבראד זי"ע.
כ'האב מיר לעצטנס איינגעהאנדלט א נייעם ספר מיט'ן נאמען "חיים באמונתם". דאס איז א ליקוט פון ראשונים און אחרונים איבער דער קדושה פון יעדעס ווארט פון חז"ל אפילו באגדה און אין חכמת הטבע. דער ספר איז ארויסגעגעבן געווארן דורך הרב ראובן מרדכי שמעלצער, וועלכער איז א תלמיד פון הגאון רבי משה שפירא שליט"א, און האט קורם געווען גידין בעת די מערכה קעגן הרב נתן סליפקין.
אין דעם ספר וועט איר כמעט נישט געפינען קיין פולמוס, און סליפקין ווערט דארטן בכלל נישט דערמאנט. עס איז בלויז א ליקוט פון די אלע ספרים וועלכע שטעלן אוועק דעם קעיס אז אין לנו לזוז מדברי רבותינו אפילו אין עניני אגדה און וויסנשאפט. די ראיות פון הרב סליפקין צו זיין שיטה ווערן אין דעם ספר איגנארירט אדער אפגעפרעגט בדרך אגב אין די הערות.

farshlufen האט געשריבן:די וואך האב איך מיר איינגעהאנדעלט אן אינטערעסאנט קונטרס מיטן נאמען "השמש בגבורתו", נתחבר געווארן דורך האב "יוסף זלמן בלאך" פון מאנסי , ווי ער גייט אריין און די נושא פון חכמת התכונה לפי חז"ל און ווייזט אויף אז רוב הנחות פון די חכמי האמות העולם זענען בלויז אוועקגעשטעלט געווארן מיטן ציל צו כופר זיין רח"ל במעשי בראשית.
איך וואלט רעקאמענדירט פאר א יעדן וואס האט ליעב די נושאים עס איינצוהאנדלען.
דער קונטרס "השמש בגבורתו" איז גאר שטארק צענומען געווארן אין א זעלטן-הערליכן ארטיקל וואס איז ערשינען דעם פארגאנגענעם פסח אין דער אויסגאבע "צייטשריפט". איך וויל צושטעלן צו דער פריערדערמאנטער רעקאמענדאציע אז נאכ'ן לייענען דעם קונטרס זאל מען אויך זיך שאפן דעם ארטיקל און עס דורכלייענען בעיון.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
סעיגען האט געשריבן:כ'האב מיר לעצטנס איינגעהאנדלט א נייעם ספר מיט'ן נאמען "חיים באמונתם". דאס איז א ליקוט פון ראשונים און אחרונים איבער דער קדושה פון יעדעס ווארט פון חז"ל אפילו באגדה און אין חכמת הטבע. דער ספר איז ארויסגעגעבן געווארן דורך הרב ראובן מרדכי שמעלצער, וועלכער איז א תלמיד פון הגאון רבי משה שפירא שליט"א, און האט קורם געווען גידין בעת די מערכה קעגן הרב נתן סליפקין.
אין דעם ספר וועט איר כמעט נישט געפינען קיין פולמוס, און סליפקין ווערט דארטן בכלל נישט דערמאנט. עס איז בלויז א ליקוט פון די אלע ספרים וועלכע שטעלן אוועק דעם קעיס אז אין לנו לזוז מדברי רבותינו אפילו אין עניני אגדה און וויסנשאפט. די ראיות פון הרב סליפקין צו זיין שיטה ווערן אין דעם ספר איגנארירט אדער אפגעפרעגט בדרך אגב אין די הערות.
איר מיינט דעם זאא ראביי, איך ווייס נישט ווער עס האט אים כלל באקרוינט אלס ראביי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
יעצט געזען אז הרב סליפקין האט גענומען דעם ספר צום הארצן. זע א סעריע פאוסטס אנגעפאנגען דא.www.rationalistjudaism.com/2009/08/rewriting-jewish-intellectual-history-1.html
איך האב לעצטנס געקויפט א ספר מיט'ן נאמען "והשבות אל לבבך", דורך הרב מרדכי דוד נויגרשל, דער באקאנטער מחזיר תשובה, גרינדער און פירער פון דער ארגאניזאציע "יהדות מזוית שונה".
הרב נויגרשל איז באקאנט מיט זיינע ספרים וועלכע זענען געווידמעט פאר סעקולערע אידן, דאס מאל האט ער געמאכט דעם ספר דירעקט פאר חרדי'שע אידן. דער ספר האט געזאלט זיין א רעוואלוציע צוליב דעם וואס עס אדרעסירט צום ערשטן מאל פארשידענע פראגעס וועלכע קענען בייפאלן אפילו די חרדי'שסטע אידן.
מיט עטליכע וואכן צוריק האט דער ישראל'ישער מאגאזין "משפחה" געהאט אן אינטערוויו מיט הרב נויגרשל צוזאמען מיט הרב משה גרילק. גרילק האט געהאלטן אז אזא ספר איז נישט אויסגעהאלטן, אן אז נויגרשל האט מיט דעם געבראכן א גדר וואס האט עקזיסטירט ביים יהדות החרדית. נויגרשל איז אבער נישט שולדיג געבליבן, און מען קען זאגן אז לויט דעם אינטערוויו האט ער אראפגעשטעלט א שטארקן קעיס.
אלנפאלס, האב איך מיר איינגעהאנדלט דעם ספר. נאכ'ן לייענען גרויסע חלקים דערפון, און דורכבלעטערנדיג דעם גאנצן ספר, בין איך געקומען צו דער מסקנה אז עס איז א שאד דאס געלט. שוואך באארבעט, און די פראגעס איז ער מער-ווייניגער דוחה בקש.
כ'קען דא אנצייגן לאנגע ליסטעס פון סתירות און אויבערפלעכליכע טעותים וואס פילן אן דעם ספר, אפשר א צווייט מאל אויב איינער וועט זיין אינטערעסירט.

עס איז נישט קיין ניי ספר, אבער יש בה משום חידוש.
אעס איז ארויס געקומען דער וואך, משניות סיעתא שמיא "פאקעט סייז", מען קען עס קויפן און ביהמ"ד דבאבוב אין בארא פארק.
עס איז ארויס געקומען לכבוד ע"פ בקשת באבובער רב שליט"א אז מען זאל לערנען יעדען טאג לכה"פ איין משנה.
דער מהדורא הייסט נר פרידא, לע"נ דער באבובער רביצין.