צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

בוש השני איז א פערזאן וואס איז געווארען ״דעסטרויד״ דורעך די מידיע און עד היום הזה האט ער נישט צוריק באקומען זיין רעספעקט.

טראמפ נאך אלע חסרונות און בובוס שטייט טויזענט מאל בעסער ווען ער גייט יעצט ארויס ווי בוש שטייט היינט צוועלף יאר נאך זיין געזעגענונג פון די ווייסע הויז.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

מטעמים וואלסט געוואוט פאר טראמפ נאכאמאל?
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

מטעמים האט געשריבן:בוש השני איז א פערזאן וואס איז געווארען ״דעסטרויד״ דורעך די מידיע און עד היום הזה האט ער נישט צוריק באקומען זיין רעספעקט.

טראמפ נאך אלע חסרונות און בובוס שטייט טויזענט מאל בעסער ווען ער גייט יעצט ארויס ווי בוש שטייט היינט צוועלף יאר נאך זיין געזעגענונג פון די ווייסע הויז.

ווענד זיך אין וועלכע הינזיכט.
אלץ חכמה האבן זיי מצליח געוועהן אים צו אפמאלן ווי א געזונטע שוטה.

אבער אלץ מענטש שטייט ער גאר הויעך אלץ שטאטסמאן אין נובלמאן פון דעם אלטן סארט ווי דזשאו ליבערמאן וכדומה להם, אמת'ע פאטריאטן
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

כאפסט וואס דא גייט פאר, די וואס רעדן זיך נעבעך איין אז די מידיעס פראבלעם מיט טראמפ איז אז ער איז א שלעכטע פערזאן זאלען גוט קוקען וואס זיי האבען געטוהן צום העכסטען שטאטסמאן און זשענטעלמאן.

קאמענטארען זענען איבעריג.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פערפלוואל
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 4:47 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפלוואל »

מטעמים האט געשריבן:כאפסט וואס דא גייט פאר, די וואס רעדן זיך נעבעך איין אז די מידיעס פראבלעם מיט טראמפ איז אז ער איז א שלעכטע פערזאן זאלען גוט קוקען וואס זיי האבען געטוהן צום העכסטען שטאטסמאן און זשענטעלמאן.

קאמענטארען זענען איבעריג.

עקזעקטלי
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

בס"ד

אל כבוד אלע טייערע חברים דאהי אין טראמפ-לאגער:

דער אשכול רופט זיך טאקע דער "פרא טראמפ אשכול", אבער.. באמת איז דאס נישט די ריכטיגע ווארט צו דעסקרייבן די איינוואוינער אין דעם אשכול.

מיר זענען נישט קיינע טראמפ שטיצער, מיר האבן מיט דעם בריה 'דאנאלד טראמפ' קיין שייכות קיינמאל געהאט - און מיר האבן ווייטער נישט. עס איז א געוויסע מיינדסעט וועלעכע מיר אלע פארמאגן - און מיר זעהען 'דאנאלד טראמפ' אלץ דער מענטש וועלעכע זאל שטעלן דעם טאן וועלעכע מיר שפירן אלץ דער 'נאטורליכער' טאן פון יושר און צדק און נארמאלקייט און קאמאן סענץ.

מיר זענען נישט 'פרא טראמפ!' טראמפ איז 'פרא אונז'!

און מיר זענען:

'פרא מענטשהייט!'

'פרא מענטשליכע פרייהייט!'

'פרא מענטשליכע ווירדן און מאראל!'

'פרא אנטי הפקירות'דיגע ווירדן!'

'פרא רעליגיעזע פרייהייט!'

פרא פרייהייט פון אויסדריק פאר יעדן איינעם!'

'פרא יוסטיץ פאר יעדן איינעם!'

'פרא פרייהייט פאר יעדן יחיד ויחיד!'

וכו' וכו' וכו'.

שוין פון לאנג פארביי זענען די צייטן אין וועלעכע די צוויי הויפט פארטייען אין אמעריקא קריגן זיך ארום אין די פאליטישע מהלכים ווי אזוי צו פירן דאס לאנד. די פאליטישע מלחמה אין אמעריקע איז שוין פון לאנג נישט קיין פאליטישע!

עס איז א מלחמה פון 'מענטשהייט - קעגן אומ-מענטשהייט!'

א מלחמה פון 'פרייע פרייהייט - קעגן געצוואונגענע פרייהייט!'

א מלחמה 'צו דו זאלסט אליין קענען באשליסן ווי אזוי צו זיין פריי - קעגן דעם אז מען זאל דיך איינטיילן ווי אזוי צו זיין פריי!'

א מלחמה צו 'דו' זאלסט זיין 'דיין' אייגענע בעל הבית - קעגן דעם אז א ליבעראל געטריבענע רעגירונג זאל זיין דיין בעל הבית!'

וואס זאל איך אייך זאגן, איך זעה די וועלט פארן אין א ריכטונג - וואס ווען מען וועט הערשט אנהייבן כאפן אין וועלעכע ריכטונג עס פארט וועט שוין פון לאנג זיין צו שפעט צוריק צו דרייען דאס רעדל!

א וועלט אין וועלעכע נישט אזוי ווייט אז מען וועט נישט לאזן זיך אננעמען פאר זיך אליין, נאר מען וועט דאס בכלל נישט וועלן. מען וועט זיין איבערצייגט אז די ריכטיגע זאך איז זיך צו בייגן און ליידן - בכדי צו קענען דינען די טובה פון די מלכות של חסד פון ליבעראלע קומיניזם.

'זיץ איין', 'רודער נישט', 'זיי נישט אן קיין כאאס', 'דריי נישט איבער', 'שטעל דיך נישט קעגן', 'זיי נארמאל', 'מאך דיך נישט צו-נער', 'קום נישט מיט קיין קאנספיראציעס און חלומות', 'פאר די טובה פון די סאסייעטי לאז די מצב רואיג'.

דאס זענען שוין היצט די אויסדריקן וועלעכע מען הערט אינעם ריכטונג פון די וועלעכע פרובירן צו שטעלן דעם טאן פון די רעכטע ווירדן אויף די פיס. און דאס וועט נאר ערגער ווערן.

פאר פיר יאר האט 'דאנאלד טראמפ' אפגעהאלטן די וועלט בכלל אין דאס לאנד אמעריקע בפרט - פון ארונטערפאלן אונטער די גזירה פון די ליבעראלן וועלעכע ווילן פארקנעכט'ן די גאנצע וועלט אונטער איין שירעם אידאלאגיע הנקרא 'די ליבעראלע אידאלאגיע'. און צוליב דעם טאקע האט ער פארמאגט אזויפיל שונאים פון די גאנצע פרייע ליבעראלע וועלט, 'אלע' האבן אים געוואלט זעהן אראפ.

דאנאלד טראמפ האט טאקע באוויזן אפצוהאלטן דאס לאנד פון די גזירת הליבעראלים פאר פיר גאנצע יאר - ארויפברענגענדיג אויפן אויבערפלאך פילע פון די ליבעראלע פראבלעמען, דערמיט אויפרייצענדיג אויף זיך די גאנצע ליבעראלע וועלט - מבית ומבחוץ.

אבער.. דאס אלעס האבן מיר היצט פארלוירן! די לעצטע פיר יאר איז נאר געווען א ישועה והצלה פורתא, אין די בחינה פון 'נדחה הגזירה - אבל לא בטלה'.

פון דא און ווייטער 'אזיל גברא דמיסתפינא מיניה'... און פון היצט אין ווייטער איז כמעט נישט פארהאן דער זאך וועלעכע זאל אפהאלטן די וועלט פון גיין מטה מטה - אראפ אינעם תהום הליבעראלי!

מיר האפן טאקע אלע אויף זייער גוטע צייטן, אבער בו בזמן זענען מיר באוואוסטזיניג און מיר האלטן די אויגן אפן צו זעהן און זיך צוצוקוקן צום לאך וועלעכע מענטשן בעלי דעת גראבן אויס פאר זעך אליין און פאר יעדן ארום.

ותפילותינו בפינו - אז דער כל יכול זאל שוין 'אחת ולתמיד' מאכן א סוף צו די פארשאלטענע ליבעראלן און זייערע פינסטערע אגענדעס! און ביז דערווייל בלייבט אונז בלויז איבער צו גלויבן באמונה שלימה אז הקב"ה איז דער קלארער מנהיג העולם, און אז די אלע הצלחות פון די פארשאלטענע ליבעראלן איז אויך נאר דורך זיין האנט! און אז ער האט א קלארע חשבון ווי אזוי ער פירט דאס אלעס צו צום תיקון השלם - במהרה ובקרוב ממש. אמן.

נ"ב: התגובה הזו נכתב רק לאותן המבינים ומשיגים ויורדים לעומק הסכנה המרחפת על פני העולם מאותן הליבעראלים - סכנה אשר כמוהו לא נהייתה!
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום מיטוואך יאנואר 13, 2021 3:17 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

20210111_075341.png
20210111_075341.png (61.94 KiB) געזען 2336 מאל

בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

געוואלדיג! ;l;p-
(--ווערטערלאז--)
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

;l;p- ;l;p- @נשמת השכל

האסט ממש ארויסגעשריבן מיינע געפילן
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

@נשמת השכל

זייער קלאר ארויסגעברענגט
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

נשמת השכל האט געשריבן:בס"ד

אל כבוד אלע טייערע חברים דאהי אין טראמפ-לאגער:

דער אשכול רופט זיך טאקע דער "פרא טראמפ אשכול", אבער.. באמת איז דאס נישט די ריכטיגע ווארט צו דעסקרייבן די איינוואוינער אין דעם אשכול.

מיר זענען נישט קיינע טראמפ שטיצער, מיר האבן מיט דעם בריה 'דאנאלד טראמפ' קיין שייכות קיינמאל געהאט - און מיר האבן ווייטער נישט. עס איז א געוויסע מיינדסעט וועלעכע מיר אלע פארמאגן - און מיר זעהען 'דאנאלד טראמפ' אלץ דער מענטש וועלעכע זאל שטעלן דעם טאן וועלעכע מיר שפירן אלץ דער 'נאטורליכער' טאן פון יושר און צדק און נארמאלקייט און קאמאן סענץ.

מיר זענען נישט 'פרא טראמפ!' טראמפ איז 'פרא אונז!' און מיר זענען:

'פרא מענטשהייט!'

'פרא מענטשליכע פרייהייט!'

'פרא מענטשליכע ווירדן און מאראל!'

'פרא אנטי הפקירות'דיגע ווירדן!'

'פרא רעליגיעזע פרייהייט!'

פרא פרייהייט פון אויסדריק פאר יעדן איינעם!'

'פרא יוסטיץ פאר יעדן איינעם!'

'פרא פרייהייט פון יעדן יחיד ויחיד באזונדער!'

וכו' וכו' וכו'.

שוין פון לאנג פארביי זענען די צייטן אין וועלעכע די צוויי הויפט פארטייען אין אמעריקא קריגן זיך ארום אין די פאליטישע מהלכים ווי אזוי צו פירן דאס לאנד. די פאליטישע מלחמה אין אמעריקע איז שוין פון לאנג נישט קיין פאליטישע!

עס איז א מלחמה פון 'מענטשהייט - קעגן אומ-מענטשהייט!'

א מלחמה פון 'פרייע פרייהייט - קעגן געצוואונגענע פרייהייט!'

א מלחמה 'צו דו זאלסט אליין קענען באשליסן ווי אזוי צו זיין פריי - קעגן דעם אז מען זאל דיך איינטיילן ווי אזוי צו זיין פריי!'

א מלחמה צו 'דו' זאלסט זיין 'דיין' אייגענע בעל הבית - קעגן דעם אז א ליבעראל געטריבענע רעגירונג זאל זיין דיין בעל הבית!'

וואס זאל איך אייך זאגן, איך זעה די וועלט פארן אין א ריכטונג - וואס ווען מען וועט הערשט אנהייבן כאפן אין וועלעכע ריכטונג עס פארט וועט שוין פון לאנג זיין צו שפעט צוריק צו דרייען דאס רעדל!

א וועלט אין וועלעכע נישט אזוי ווייט אז מען נישט לאזן זיך אננעמען פאר זיך, נאר מען וועט אליין נישט וועלן. מען וועט זיין איבערצייגט אז די ריכטיגע זאך איז זיך צו בייגן און ליידן - בכדי צו קענען דינען די טובה פון די מלכות של חסד פון ליבעראלע קומניזם.

'זיץ איין', 'רודער נישט', 'זיי נישט אן קיין כאאס', 'דריי נישט איבער', 'שטעל דיך נישט קעגן', 'זיי נארמאל', 'מאך דיך נישט צו-נער', 'קום נישט מיט קיין קאנספיראציעס און חלומות', 'פאר די טובה פון די סאסייעטי לאז די מצב רואיג'.

דאס זענען שוין היצט די אויסדריקן וועלעכע מען הערט צו די וועלעכע פרובירן צו שטעלן דעם טאן פון די רעכטע ווירדן אויף די פיס. און דאס וועט נאר ערגער ווערן.

פאר פיר יאר האט 'דאנאלד טראמפ' אפגעהאלטן די וועלט בכלל אין דאס לאנד אמעריקע בפרט - פון ארונטערפאלן אונטער די גזירה פון די ליבעראלן וועלעכע ווילן פארקענכט'ן די גאנצע וועלט אונטער איין שירעם אידאלאגיע הנקרא 'די ליבעראלע אידאלאגיע'. און צוליב דעם טאקע האט ער געהאט אזויפיל שונאים פון די גאנצע פרייע ליבעראלע וועלט, 'אלע' האבן אים געוואלט זעהן אראפ.

דאנאלד טראמפ האט טאקע באוויזן אפצוהאלט דאס לאנד פון די גזירת הליבעראלים פאר פיר גאנצע יאר - ארויפברענגענדיג אויפן אויבערפלאך פילע פון די ליבעראלע פראבלעמען, דערמיט אויפרייצענדיג אויף זיך די גאנצע ליבעראלע וועלט - מבית ומבחוץ.

אבער.. דאס אלעס האבן מיר היצט פארלוירן! די לעצטע פיר יאר איז נאר געווען א ישועה והצלה פורתא, אין די בחינה פון 'נדחה הגזירה - אבל לא בטלה'.

מכאן ואילך 'אזיל גברא דמיסתפינא מיניה'... און פון היצט אין ווייטער איז כמעט נישט פארהאן דער זאך וועלעכע זאל אפהאלטן די וועלט פון גיין מטה מטה - אראפ אינעם תהום הליבעראלי!

מיר האפן טאקע אלע אויף זייער גוטע צייטן, אבער בו בזמן זענען מיר באוואוסטזיניג און מיר האלטן די אויגן אפן צו זעהן און זיך צוצקוקן צום לאך וועלעכע מענטשן בעלי דעת גראבן אויס פאר זעך אליין.

ותפילותינו בפינו - אז דער כל יכול זאל שוין 'אחת ולתמיד' מאכן א סוף צו די פארשאלטענע ליבעראלן און זייערע פינסטערע אגענדעס! און ביז דערווייל בלייבט אונז בלויז איבער צו גלויבן באמונה שלימה אז הקב"ה איז דער קלארער מנהיג העולם, און אז די אלע הצלחות פון די פארשאלטענע ליבעראלן איז אויך נאר דורך זיין האנט! און אז ער האט א קלארע חשבון ווי אזוי ער פירט דאס אלעס צו צום תיקון השלם - במהרה ובקרוב ממש. אמן.

נ"ב: התגובה הזו נכתב רק לאותן המבינים ומשיגים ויורדים לעומק הסכנה המרחפת על פני העולם מאותן הליבעראלים - סכנה אשר כמוהו לא נהייתה!

זייער שיין און קלאר צום פונקט ארויסגעברענגט.
יישר כוח.
דאס מערסטע האבעך הנאה געהאט:
מיר זענען נישט 'פרא טראמפ!' טראמפ איז 'פרא אונז!'
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

קריספ און קלאר!!
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

געוואלדיג און אמת
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1221
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

געשריבן מיט שכל און נשמה!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

WOW נשמת, שטארק שטארק! ;l;p- ;l;p- ;l;p-

#מיר זענען נישט פרא טראמפ, טראמפ איז פרא אונז WOW!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

@נשמת צום פינטל
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

גא״מ
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

בלינצע האט געשריבן:געשריבן מיט שכל און נשמה!
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
מנהיג הדורות
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 7:15 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנהיג הדורות »

נשמת השכל האט געשריבן:בס"ד

אל כבוד אלע טייערע חברים דאהי אין טראמפ-לאגער:

דער אשכול רופט זיך טאקע דער "פרא טראמפ אשכול", אבער.. באמת איז דאס נישט די ריכטיגע ווארט צו דעסקרייבן די איינוואוינער אין דעם אשכול.

מיר זענען נישט קיינע טראמפ שטיצער, מיר האבן מיט דעם בריה 'דאנאלד טראמפ' קיין שייכות קיינמאל געהאט - און מיר האבן ווייטער נישט. עס איז א געוויסע מיינדסעט וועלעכע מיר אלע פארמאגן - און מיר זעהען 'דאנאלד טראמפ' אלץ דער מענטש וועלעכע זאל שטעלן דעם טאן וועלעכע מיר שפירן אלץ דער 'נאטורליכער' טאן פון יושר און צדק און נארמאלקייט און קאמאן סענץ.

מיר זענען נישט 'פרא טראמפ!' טראמפ איז 'פרא אונז!' און מיר זענען:

'פרא מענטשהייט!'

'פרא מענטשליכע פרייהייט!'

'פרא מענטשליכע ווירדן און מאראל!'

'פרא אנטי הפקירות'דיגע ווירדן!'

'פרא רעליגיעזע פרייהייט!'

פרא פרייהייט פון אויסדריק פאר יעדן איינעם!'

'פרא יוסטיץ פאר יעדן איינעם!'

'פרא פרייהייט פון יעדן יחיד ויחיד באזונדער!'

וכו' וכו' וכו'.

שוין פון לאנג פארביי זענען די צייטן אין וועלעכע די צוויי הויפט פארטייען אין אמעריקא קריגן זיך ארום אין די פאליטישע מהלכים ווי אזוי צו פירן דאס לאנד. די פאליטישע מלחמה אין אמעריקע איז שוין פון לאנג נישט קיין פאליטישע!

עס איז א מלחמה פון 'מענטשהייט - קעגן אומ-מענטשהייט!'

א מלחמה פון 'פרייע פרייהייט - קעגן געצוואונגענע פרייהייט!'

א מלחמה 'צו דו זאלסט אליין קענען באשליסן ווי אזוי צו זיין פריי - קעגן דעם אז מען זאל דיך איינטיילן ווי אזוי צו זיין פריי!'

א מלחמה צו 'דו' זאלסט זיין 'דיין' אייגענע בעל הבית - קעגן דעם אז א ליבעראל געטריבענע רעגירונג זאל זיין דיין בעל הבית!'

וואס זאל איך אייך זאגן, איך זעה די וועלט פארן אין א ריכטונג - וואס ווען מען וועט הערשט אנהייבן כאפן אין וועלעכע ריכטונג עס פארט וועט שוין פון לאנג זיין צו שפעט צוריק צו דרייען דאס רעדל!

א וועלט אין וועלעכע נישט אזוי ווייט אז מען נישט לאזן זיך אננעמען פאר זיך, נאר מען וועט אליין נישט וועלן. מען וועט זיין איבערצייגט אז די ריכטיגע זאך איז זיך צו בייגן און ליידן - בכדי צו קענען דינען די טובה פון די מלכות של חסד פון ליבעראלע קומניזם.

'זיץ איין', 'רודער נישט', 'זיי נישט אן קיין כאאס', 'דריי נישט איבער', 'שטעל דיך נישט קעגן', 'זיי נארמאל', 'מאך דיך נישט צו-נער', 'קום נישט מיט קיין קאנספיראציעס און חלומות', 'פאר די טובה פון די סאסייעטי לאז די מצב רואיג'.

דאס זענען שוין היצט די אויסדריקן וועלעכע מען הערט צו די וועלעכע פרובירן צו שטעלן דעם טאן פון די רעכטע ווירדן אויף די פיס. און דאס וועט נאר ערגער ווערן.

פאר פיר יאר האט 'דאנאלד טראמפ' אפגעהאלטן די וועלט בכלל אין דאס לאנד אמעריקע בפרט - פון ארונטערפאלן אונטער די גזירה פון די ליבעראלן וועלעכע ווילן פארקענכט'ן די גאנצע וועלט אונטער איין שירעם אידאלאגיע הנקרא 'די ליבעראלע אידאלאגיע'. און צוליב דעם טאקע האט ער געהאט אזויפיל שונאים פון די גאנצע פרייע ליבעראלע וועלט, 'אלע' האבן אים געוואלט זעהן אראפ.

דאנאלד טראמפ האט טאקע באוויזן אפצוהאלט דאס לאנד פון די גזירת הליבעראלים פאר פיר גאנצע יאר - ארויפברענגענדיג אויפן אויבערפלאך פילע פון די ליבעראלע פראבלעמען, דערמיט אויפרייצענדיג אויף זיך די גאנצע ליבעראלע וועלט - מבית ומבחוץ.

אבער.. דאס אלעס האבן מיר היצט פארלוירן! די לעצטע פיר יאר איז נאר געווען א ישועה והצלה פורתא, אין די בחינה פון 'נדחה הגזירה - אבל לא בטלה'.

מכאן ואילך 'אזיל גברא דמיסתפינא מיניה'... און פון היצט אין ווייטער איז כמעט נישט פארהאן דער זאך וועלעכע זאל אפהאלטן די וועלט פון גיין מטה מטה - אראפ אינעם תהום הליבעראלי!

מיר האפן טאקע אלע אויף זייער גוטע צייטן, אבער בו בזמן זענען מיר באוואוסטזיניג און מיר האלטן די אויגן אפן צו זעהן און זיך צוצקוקן צום לאך וועלעכע מענטשן בעלי דעת גראבן אויס פאר זעך אליין.

ותפילותינו בפינו - אז דער כל יכול זאל שוין 'אחת ולתמיד' מאכן א סוף צו די פארשאלטענע ליבעראלן און זייערע פינסטערע אגענדעס! און ביז דערווייל בלייבט אונז בלויז איבער צו גלויבן באמונה שלימה אז הקב"ה איז דער קלארער מנהיג העולם, און אז די אלע הצלחות פון די פארשאלטענע ליבעראלן איז אויך נאר דורך זיין האנט! און אז ער האט א קלארע חשבון ווי אזוי ער פירט דאס אלעס צו צום תיקון השלם - במהרה ובקרוב ממש. אמן.

נ"ב: התגובה הזו נכתב רק לאותן המבינים ומשיגים ויורדים לעומק הסכנה המרחפת על פני העולם מאותן הליבעראלים - סכנה אשר כמוהו לא נהייתה!

wow סאיז געוואלדיגע שטארקע דיבורים ס'האט זיך געלוינט צו האלטן אפן די אשכול נאר פאר דעים אליין חזק ואמץ כי ישועה קרובה לבא [ישועה בגימטריא תשפ''א]
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

;l;p- נשמת
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

;l;p- נשמת
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
פערפלוואל
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 4:47 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפלוואל »

;l;p- נשמת
אוועטאר
פערפלוואל
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 4:47 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפלוואל »

WhatsApp Image 2021-01-11 at 12.56.04 PM.jpeg
WhatsApp Image 2021-01-11 at 12.56.04 PM.jpeg (30.89 KiB) געזען 1495 מאל
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

Breaking: Republican Blocks House From Bringing up 25th Amendment Resolution
קרוב ה׳
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 5:17 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרוב ה׳ »

מטעמים האט געשריבן:בוש השני איז א פערזאן וואס איז געווארען ״דעסטרויד״ דורעך די מידיע און עד היום הזה האט ער נישט צוריק באקומען זיין רעספעקט.

טראמפ נאך אלע חסרונות און בובוס שטייט טויזענט מאל בעסער ווען ער גייט יעצט ארויס ווי בוש שטייט היינט צוועלף יאר נאך זיין געזעגענונג פון די ווייסע הויז.

אמת .נאר בּוש .שטײט שוין אסאך בּעסער לפי מדריגתו .נאך מער נאך אבּרעק פון טראמפּ װעלן זיך די אנטי בּארוהיגן
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”