כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »



רבי, בין איך נישט גערעכט?!

נאך ווי - ענטפערט דער רבי, און זיין מיטגעפיהל הערט זיך אין זיין ענטפער - אבער פארוואס דארפסטו א פארמיטלער? גיי גראד צו איהם און שמועס זיך דורך מיט איהם, מיט אזא קלארע טענה איז לכאורה נישט דא אויף דעם קיין מענה, ער וועט דיר זיכער נאכגעבן.

באגלייט מיט׳ן רבי׳נס ברכה גייט ער ארויס צום וועלדל אינדרויסן פון דארף, ווייט פון יעדן נפש חיה ובריה שפרייט ער אויס זיין הענט, פארמאכט זיך די אויגן און פתוח׳ט זיין תפלה מיט א זיכערקייט אז לא תשוב ריקם.

״אתה הוא ה׳ לבדך, ברוך יחיד ומיוחד היה הוה ויהיה, ה׳ אלקי ישראל מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, אלקים חיים מלך חי וקים לעד ולעולמי עד, קל אלקי הרוחות שליט בעליונים ובתחתונים, באתי לעמוד לפניך הרוצה בתפלת עבדו ותחנוניו.

איך באהאלט גארנישט פון דיר ווייל הכל גלוי וידוע לפניך, דו ווייסט דאך אלעס און זעהסט אלעס, היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם, דו ווייסט דאך את אשר התהלכתי לפניך יושר דרכי ואמונתי. איך האב קיינמאל קיין שלעכטס נישט געוואלט טון, ומכל שכן נישט געטון, איך דין דיר געטריי און איך היט דיין תורה ערליך. איך געב זיך אפ מיט מיין געזונדל און קינדער מיטן פולן מאס ליבשאפט און געטריישאפט. איך בין נושא ונותן באמונה, מיט יושר ורצון באדין איך מיינע קונדן אין מיין ארענדע, מיינע וויין זענען קיינמאל געמישט און מיינע געקעכטס זענען די בעסט.

הלא הנגלות אתה יודע, וגם הנסתרות הנך מכיר, און טאקע גם אתה לעמותי אייביג מיר צוגעשטעלט מכל טוב וטב. בני, קינדער געזונט בכח ונפש באומץ וגבורה, אזעלכע וואס בהם יברך ישראל. געזונט און לעבן אויפן העכסטן שטאפל, על מי מנוחות נהלתני, בנאות דשא הרבצתני. און מזוני בריווח, די השפעות האבן אייביג געטראפן דעם וועג צו מיר, און גראד פון צינור השפע מיר דערגרייכט.

אבער דא עקא, אזא בראך!!

צוויי טעג צוריק איז געווען דער דאטום וואס איך דארף באצטאלן די ארענדע פארן פריץ, איך האב געהאט גרייט דאס געלט און נאר געדארפט אריבערגיין צופרי ביים באשטימטן צייט און איהם איבערגעבן דעם זעקל און סיינען קאנטראקט פאר נאך א יאהר. איז מיר אבער אונטער געקומען א שמחת חתן וכלה, וכדבעי נהגתי א גאנצע נאכט זיי משמח געווען בחמשה קולות ויותר.

איז פארוואס קומט זיך מיר דאס?!

צופרי האב איך פארשפעטיגט דאס אויפשטיין און אנגעקומען צום פריץ מיט בלויז איין שטונדע שפעט, אוי האט ער זיך געריבן זיינע הענט, יארן וואס ער ווארט שוין אויף די מינוט, געהאפט האט ער דאס וועט געשעהן שוין נאך א קארגן יאהר, אבער איך האב קיינמאל פארשפעטיגט דעם דאטום און שעה, יעדעס יאהר אויפן טאג ניינע צופרי בין איך געווען ביי איהם און באצאלט דעם באשיידענעם אפגעמאכטן פרייז. דאסמאל בין איך פארשלאפן און פארשפעטיגט מיט בלויז איין שטונדע.

א פארשעמטער בין איך אריין ווען ער באהאלט נישט זיין פרייד: ״100 טויזנט רובל! קלונגעדיגע און גאלאנציגע, קיין איינס וויניגער! חא... חא... חא...״

איך האב ניטאמאל פראבירט איינבעטן, אונז האבן דאך א קלארער אפמאך, איין שעה שפעט און איך צאהל דעם ריזן סכום!

און יעצט שטייי איך כעני בפתח של עניות, אלעס גייט דא גיין צום גרינד. און פארוואס?

איך בין קיין עוסק בנסתרות, אין גלגולים האב איך קיין השגות און איך פרעג נישט קיין קשיות, איך ווייס דו ביסט הטוב ומיטיב, אם לרעים כל שכן לטובים. אבער טאטע איך בעט דיר נישט גרויסע זאכן, איך ברויך נישט פון דיר איך ווייס וואס, איך בעט נישט דער פריץ זאל דער׳הרג׳ט ווערן, איך בעט נישט די הימל זאל געשפאלטן ווערן!

איך בעט דיר נאר איין גראצער, בלויז איין נישטיגע גרייצער!״

זיין הארץ כאפט א קלאפעריי און זיין קאפ א שווינדלעריי, ווען מיטאמאל פילט ער א שטארקן זעץ אין קאפ! ער וויל עפעס טון אבער זיינע כוחות זענען אלע פארלוירן געגאנגען.
מאכטלאז ליגט ער אויסגעצויגן אויפן ערד, ער פראבירט שרייען פאר הילף אבער קיין שום קול לאזט זיך נישט ארויס פון זיין מויל, ער וויל זיך אויפהייבן און דערשלעפן אפשר אזוי וועט ער קענען רופן הילף, אבער ער קען זיך נישט קיין ריר טון, זיינע כוחות לויפן איהם אויס ער שפירט ווי ער גייט פשוט אויס...

פלוצים הערט ער א דינער וואס גייט מסוף העולם ועד סופו ״חיים משה בן נחמה יבוא ויעלה, ויעמוד לפני בית דין של מעלה!״
וואס?! ווען? ווי אזוי איז דאס געשעהן?! ער וויל נישט אהין גיין, ס׳עפעס אזאנס?! ער האט נאך אסאך צו ערלעידיגן דא אויף די וועלט!
אבער זיינע פעולות קאפערירן מער נישט מיט זיינע רצונות, זיין בחירה איז פון איהם אוועק גענומען געווארן, ״ולא כל יורדי דומה״ בליצט איהם אין קאפ, ״בעל כרחך אתה מת ועתיד ליתן דין וחשבון״ דיין בחירה איז געבליבן דארט בעולם השפל, דארט וואו מ׳ווייסט נישט איהם צו שעצן.

זיינע פיס פירן איהם קעגן זיין רצון, ער ווייסט נישט וואו אהין, וואלט ער ווען געוואוסט וואלט דאס ווייניג אויסגעמאכט, זיי גייען מיט זייער אייגן גאנג און דרייען זיך ווי כאילו זיי קענען ווען מאכן אייגענע החלטות.

״ובכן, מענטשעלע קליינער, דיינע טענות לאז דיר הערן, אפשר וועט מען דיר דאס באגערן!״

ער וויל שוין צוריקציען און צוריק גיין, איך האב קיין טענות און נישט קיין מענות, לאמיר נאר צוריק גיין צו מיין ווייב און קינדער, ס׳פיין ס׳וואויל, איך וויל נאר צוריק גיין געשווינדער.
אבער קיינער פרעגט איהם נישט וואס ער וויל, ניטאמאל זיין אייגן מויל, ער הערט זיך זאגן:
רבון העולמים, אנת הוא מלכא דעלמא, לי הכסף והזהב נאמת, ובכתבי קדשך כתבת כי אלף שנים בעיניך כיום אתמול, איין טאג פאר׳חשבונ׳ט זיך אויף טויזנט יאהר. נקי הייתי עם ה׳ וישראל, אזוי פיל קומט זיך מיר נאך איין נישטיגע גרייצער, און אויפן חשבון פון אלף שנה ליום וועל איך שוין פון דעם האבן די והותר פאר מיינע שבעים שנה אף גם בגבורות״.

א שטילקייט באהערשט דעם בית דין של מעלה, ער ווארפט זיך פאר שרעק ווארטנדיג אויף זיין פסק, והנה נזרקה מפי חבורה, כולם פה אחד בהסכמה: ״הצדק עמך גיבור החיל, עס קומט זיך דיר ריכטיג! נישט נאר איינס, אפילו צוויי איז וויכטיג!״.

נאס און שמוציג טרעפט ער זיך ליגן אינעם קאלטן פארפרוירענעם וואלד צוריק דא אויפן עולם השפל, ציטערנדיג פון קעלט קוקט ער זיך ארום זוכנדיג דעם פעקל מלא וגדוש, וואו איז דער צוגעזאגטער ׳גרייצער׳? אבער ניין נישטא צום געפינען, נישט קיין גרייצער און נישט קיין זכר פון-איהם...

טאטע! יעצט איז דאך שוין בהסכמה מוחלטת פון בית דין של מעלה, יעצט איז דאס שוין בזכות ולא בחסד! וואו איז מיין גרייצער?!

די שטילקייט ווערט צושטערט מיט א בת קול שאומרת: הן אמת צדקת! געב מיר נאר א מינוט...

***

אמרה כנסת ישראל לפני הקדוש ברוך הוא: רבונו של עולם ׳כלו עיני לאמרתך׳, נביאך ישעיהו נחמנו לאמר באמירה רכה ונעימה: ביום ההוא יושר השיר הזה בארץ יהודה עיר עז לנו ישועה ישית חומות וחל, פתחו שערים ויבא גוי צדיק שמר אמנים, ה׳ בצר פקדוך צקון לחש מוסרך למו, יחיו מתיך נבלתי יקומון הקיצו ורננו שכני עפר כי טל אורת טלך וארץ רפאים תפיל.

אבער מתי תנחמנו?! ווען וועט דאס שוין זיין?!

האסטו פאר דעם אויך געענטפערט מיט א קלארקייט: לך עמי בא בחדריך - מיין פאלק ישראל גיי אריין פארמאך זיך אין דיין צימער, וסגר דלתיך בעדך - פארשפאר זיך אונטער דיינע טירן, באהאלט זיך פון דעם דרויסנדיגן גלות, אבער נישט צו לאנג ׳חבי כמעט רגע עד יעבור זעם׳ - באהאלט זיך פאר ׳כמעט- זמן מועט (אבן עזרא)׳, נאך איין זמן מועט פון א רגע, עד יעבור זעם!, כי הנה ה׳ יצא ממקומו לפקד עון ישב הארץ עליו וגלתה הארץ את דמיה ולא תכסה עוד על הרוגיה!

אבער טאטע! כלו עיני - צופים תמיד עד כי כלו (רש״י), איך קוק ארויס אויפן רגע כי יעבור, איך האף יעדע מינוט אז אט-א-דאס איז שוין דער געוואונטשענע רגע, אט אט איז שוין דער זמן מועט וואס וועט מעביר זיין דעם זעם, אבער כלתה נפשי לישועתך וכלו עיני לאמרתך, איך גיי אויס יעדן מאל איך זעה אז מיין האפפענוג ווערט נישט ערפילט און דער צייט קומט נישט אן, נאך א רגע גייט פארביי, נאך א כמעט איז שוין פאריבער אבער מתי, מתי תנחמני?!

אלא מאי? רגע כמימיריה, די כמעט רגע חשבונ׳ט זיך מיט׳ן אומר, דער וואס זאגט דאס און ביי איהם איז דאך אלף שנה כיום אתמול.

אבער טאטע כמעט, אין דיין קורצן זמן מעט, כילוני בארץ, אונז גייען אויס און ווערן פארניכטעט בארץ!
וויפל האבן אונז שוין דורכגעמאכט אינעם קורצן רגע הזעם!

קאנטאניסטן באלשעוויקן און קאמאניסטן,
מ׳האט פון אונז שטיקער געריסן!

עלילות דם,
פארגיסונגען פון בלוט א ים!

אן א צאל גזירות ורדיפות,
באגלייט מיט רוצח׳ישע שחיטות!

גירושים און וואנדערונגען
כי אתם המעט, געטון איינשרינקען!

כי עליך הורגנו אין וואסער,
און פאר דיר זיך געווארפן אין פייער!

אונטער מעסערס און שווערדן,
אלע מיני מיתות בית-דין!

גם מה שעל הדעת לא יעלה,
שוין געטון מיט אונז, אלע!

כמעט.. כמעט.. כמעט.. כילוני בארץ!


השיבה כנסת ישראל תשובה ניצחת:
אוי... אוי... אוי... ואני.... לא עזבתי פקודיך!

אשרי משכיל אל דל ווערט געברענגט, צומאל ווען ס׳קומט אונטער א דל וואס בעט זיך בדמעה, א שטיקל ברויט צו מחיה זיין זיין נשמה, דל ורש בפתח, א קלייניקייט ער בעט-זיך, הייבט מען אן מאכן חשבונות בדרוש ופלפול הלמאי איך זאל איהם געבן, ס׳איז דאך באשערט פון אויבן, אלעס איז דאך אפגעשריבן מ׳דארף דאך גלויבן, מיט בטחון ואמונה איז ער זיך מחזק, הלא כך גזרה חכמתו יתברך ער זאל זיין א כעני ודל און נישט האבן צו עסן, קען איך דעם דעם רצון הבורא פארגעסן?!

שאלה זו שאל טורנוסרופוס הרשע את רבי עקיבא (בבא בתרא י.) אם אלוקיכם אוהב עניים הוא, מפני מה אינו מפרנסם? אמר ליה כדי שניצול אנו בהן מדינה של גיהנם.
אמר ליה טורנוסרופוס אדרבה אתם מקלקלים בנתינת הצדקה, משל למלך שכעס על עבדו וחבשו בבית האסורים וציווה שלא להאכילו ולא להשקותו, והלך אחד והאכילו והשקהו, כששמע המלך האם לא יכעס על אותו אדם שהימרה את פיו?!

על זה אמר הכתוב ״אשרי משכיל אל דל״ ווען עס קומט צום דל דארף מען זיין א משכיל, דעמאלטס לייגט מען די אמונה אין א זייט און מ׳נעמט ארויס דעם געפיל!
אוי אז, איז קיין גלייבן פארהאנען, דעמאלטס טוט מען קיין בטחון נישט פראווענען!
ביי דעם מצב ווייסט מען נאר פון פשוט׳ן פסוק, לא תאמץ את ידך נאר פתוח תפתח!
ווען ער בעט זיך דארף מען איהם מפרנס זיין, די אמונה און בטחון לאז איבער ווען דו ביסט דער דל!

האט אזוי שרייבט דער אבן עזרה אין זיין הקדמה, קלארע ווערטער אן קיין פשרה:
ויש דרש הפך דרש, ויש לו סוד ואינו מפורש. כדרש שהתורה קדמה אלפיים שנה קודם העולם, וזה אמת - רק על דרך סוד הנעלם, ורבים לא יבינוהו כן. ואם מדרך ישרה, אין דרש יום נדרש כדרך המקרא, כי אלו היה הטעם לאלפיים היה כתוב יומיים, כי פירוש יום יום בכל יום ויום, גם סוף הפסוק יוכיח והנה אחריו כתוב לשקוד על דלתותי יום יום, אם כן נשמור התורה הנאמנה עד אלפיים שנה!?

אויב לערנען מיר אריין בדרש דעם זמן מועט, אם כן נשמור התורה הנאמנה עד אלפיים שנה!? לא יעלה על הדעת כן בסברה!

ואני לא עזבתי פקודיך!, איך ווייס אז ווען ס׳קומט צו טון למעשה כאטש וואס ׳זה אמת׳ ווייס איך אז ס׳איז על דרך סוד הנעלם, ווער איך אבער דארט א משכיל וואס גלייבט נאר דעם פשוט׳ן פשט, און אויב אזוי פארוואס ביסטו נישט קיין משכיל אל דלים ורשים, אמרת כמעט רגע זמן מועט אבער מתי תנחמנו?!

טאטע טוה שוין מיין תפלה צוהערן,
קוק שוין צו מיינע טרערן,
טוה שוין מיין ווייטאג איבערקערן,
לאמיר שוין פון גלות פטור ווערן!

כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודך!

***

זאגט אבער דער בורא כל עולמים:
לך עמי בא בחדריך וסגר דלתיך בעדך חבי כמעט רגע עד יעבור זעם והיה ביום ההוא יתקע בשופר גדול ובאו האבדים בארץ אשור והנדחים בארץ מצרים והשתחוו לה׳ בהר הקדש בירושלם.

כי אלף שנה בעיניך כיום אתמול, נישט די היינטיגע טאג איז אלף שנה כיום, נאר די נעכטיגע!
ווען מ׳וועט זיין ביום ההוא, ווען ס׳וועלן זיך צוזאמטרעפן זושא׳לע דער צדיק, חנניה׳לע דער נידח און דוד׳דל דער אובד, דענסמאל וועט מען צוריק קוקן אויפן יום אתמול און דו וועסט זעהן אז ס׳איז אמת און וואר, ריכטיג און קלאר, געווען טאקע נאר א רגע כמימריה, נישט קיין דרש רמז אדער סוד נאר פשוט מפשוטו רגע כמימריה, ווי א חלום וואס נעמט נישט מער פון איין סעקונדע און זעהט אויס ווי עס ציהט זיך יארן לאנג, בשוב ה' את שיבת ציון היינו כחולמים!

אבער טאטע נאך אלעס: כלו עיני, מתי תנחמני? לאמיר שוין פון גלות פטור ווערן, לאמיר שוין קענען לערנען פשט און נישט קיין סוד.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג יאנואר 10, 2021 11:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

No comment!!!

וויפיל איך וועל נאר זאגן אדער שרייבן, וועט עס זיין ווייניג געזאגט, בלייב איך ענדערש ביים "נישט זאגן"!
---
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

די שרייבער ווארטן אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג און לאזט אייך הערן!!

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א


ווי איז דער רעיטינג???
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א משוגענע הערליכע ארטיקל - נישטא קיין ווערטער - מלא רגש ותוכן
אשאד אז איז נישט אריין אין די פארמעסט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 3:56 pm

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פוינט »

זייער א שיינע ארטיקל. בכלל האב איך זייער ליב די שרייבער וואס שרייבן א געמיש פון אידיש מיט לשון הקודש. (כ'רעד פון די וואס ווייסן וואו ס'קומט אריין - אזוי ווי ס'איז ביי אונזער פאל)
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

wow!!!!!!

אזא דערהויבענע הייליגע ארטיקל ש'לאנג נישט געליינט!

אזוי הויעך... אזוי פשוט... אזוי טיף... אזוי קלאר......

ס'עפעס נישט נארמאל!!!!!!!!!!!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

נאך עפעס... אזא ארטיקל ברויך נישט קיין רעיטינג! ס'שרייט פון זיך אליין.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

אין מילים!

נאר איינס קען אזאנס
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

הערליך שיין!
[אשאד נאר אז איך האב עס געליינט ווען כ'האב נאך געהאט די ביטערע נאך-טעם פון די דערמאנטע קלי"פ(ה)]
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

איינס!!!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איינס ;l;p-
א קנאק פון א ארטיקל.






אבער דארפסט דאס ארויס געבן אין א קליפ מיט אפאר שקצים...
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

אין איין ווארט איינס

כה לחי!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

איינס!
א עקסטרע ייש"כ פארן מיך צופירן צו דעם קלחפ
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

Wow
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אזא הערליכע של"ס תורה
געגועים געגועים
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

איי איי איי איינס!!!!!!!!
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

איי איי איי. ווי שאפט מען אזעלעכע איינס׳ערס??
אנבעליוועבל טאלאנט!! יישר כח.
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

הערליך שיין איינס!

גראד פון הארץ ארויס!
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17015
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הערליך ווארעם..

דערמאנט מיר פונעם חיזוק ניגון אשכול...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

הערליכער ארטיקל!!! ;l;p- ;l;p- ;l;p-

נישטא וואס צוצולייגן!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אין מילים!!!.... נישטא!!!...

מוראדיג מוראדיג מוראדיג.
הייליג הייליג הייליג!.... אה.
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

:-e;/ :-e;/
שפראכלאז. פילינגס. הארץ שפראך.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

נשמת השכל האט געשריבן:הערליכער ארטיקל!!! ;l;p- ;l;p- ;l;p-

נישטא וואס צוצולייגן!
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

הערליך! הערליך!,

די גראמען וואס די ווארפסט אריין, זענען עפעס אויסערגעווענליך גוט,

איין(ס) שטיק טאלאנט!
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: כמעט כילוני בארץ, ואני לא עזבתי פקודיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

הייליג!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”