נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
אין אנדערע ווערטער: טוויטער'ס רעגולאציעס זענען לינק גענויגט.
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
ערשטענס וועט מען מוזן עפענען א נייע פלעי סטאר אדער א נייע פאון פלאטפארם
- בארואיגט-אייך
- שר האלף
- תגובות: 1279
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
איך הייב אן טראכטן אז די ראיאטן פארגאנגענע וואך איז נאר געווען די אונהייב פון א נייע דערהער, אין דאס וועט פיל מער אופהעצן די שוין געהעצטע רעכטע לאגער.
רבותי זייט גערישט פאר א בריגער קריג.
מע וועט נאר קענען פינפויטן די שולד אויף די פרעס.

אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים

- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9090
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:מיכל הירש האט געשריבן:סאיז א געפערליכע עוולה אבער סאיז נישט קאמוניזם.
אויב עפעס איז עס קאפיטאליזם בתפארתו. א פריוואטע קאמפאניע טוט זיך וואס זיי ווילן אן ברויכן אפגעבן דין וחשבון.
די רעגירונג ברויך אריינקומען מאכן סדר דא. אפשר גאר איבערנעמען טוויטער.
דו רופסט פאר מער רעגירונג קאנטראל? קאמוניזם?
טראמפ פארלעצט שוין טוויטער'ס רעגולאציעס פאר לאנגע יארן. די פירמע מאכט אן אויסנאם מיט ערוויילטע באאמטע און איז אביסל מער בויגזאם. איינמאל די אומאויפהערליך העצערישע ליגנט פירט צו א ווילדע אנטי-דעמאקראטיע אויפשטאנד, אן איבערפאל אויף די הארץ פון אמעריקאנער דעמאקראטיע און פינף טויטע, איז נישט מער ווי רעכט אז די סאציאלע מידיע פירמעס האקן אפ די העצערישע און געפארפולע קאנטעס.
דער אמעריקאנער טוריסט האט למעשה אויך פארלעצט א צפון קאריער געזעץ. פארוואס האבן טענות אז מ׳האט אים גע׳הרג׳ט?
רשעות קאלטע סעלצער
- הערינג מיט ברוינפען
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3589
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:מיט סטראשענען וויילענס, פארשפרייטן פריוואטע אינפארמאציע, פארשפרייטן ליגנט איבער די אמעריקאנער וואל סיסטעם און העצע וואס פירט צו געוואלדטהאטן.הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ פארלעצט שוין טוויטער'ס רעגולאציעס פאר לאנגע יארן.
מיט וואס למשל?
טוויטער פארשפארט טויזנטער אקאונטס יעדן טאג פאר אסאך קלענערע פארלעצונגען. ס'איז מעשים בעל יום אז אויסגעשפראכנע לינקע אקטיוויסטן ווערן פארשפארט פאר א טאג אדער א וואך, ס'איז בכלל נישט זעלטן צו הערן אז טוויטער פארמעקט גענצליך אן אקאונט (אפט אומריכטיג, צוליב א מיספארשטענדעניש).
די איינציגסטע סיבה פארוואס מען הערט נישט פון גרויסע לינקע שישקעס און זיכער נישט ערוויילטע דעמאקראטן, איז ווייל זיי פארלעצן נישט די רעגולאציעס פון טוויטער.
ברענג א מעשה ווי ער האט פארשפרייט פריוואטע אינפארמאציע, און לגבי ליגנט איבער די וואל סיסטעם וויל איך דיר פרעגן וואס רופסטו אן ליגנעט? די אלע מעשה'ס פון פראוד וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין שטותים? דעס הייסט נישט ליגנט דעיס הייסט אומבאשטעטיגטע זאכן וואס יעדע מידיע נעץ זאגט צוואנציג אזעלכע נייעס'ן א טאג, און לגבי די עצם זאך אז עס איז געווען פראוד - איז אויך נישט ליגנט, עס איז קיינמאל נישט אויף געוויזען געווארען אז עס איז נישט געווען קיין פראוד.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 840
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:מיט סטראשענען וויילענס, פארשפרייטן פריוואטע אינפארמאציע, פארשפרייטן ליגנט איבער די אמעריקאנער וואל סיסטעם און העצע וואס פירט צו געוואלדטהאטן.הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ פארלעצט שוין טוויטער'ס רעגולאציעס פאר לאנגע יארן.
מיט וואס למשל?
טוויטער פארשפארט טויזנטער אקאונטס יעדן טאג פאר אסאך קלענערע פארלעצונגען. ס'איז מעשים בעל יום אז אויסגעשפראכנע לינקע אקטיוויסטן ווערן פארשפארט פאר א טאג אדער א וואך, ס'איז בכלל נישט זעלטן צו הערן אז טוויטער פארמעקט גענצליך אן אקאונט (אפט אומריכטיג, צוליב א מיספארשטענדעניש).
די איינציגסטע סיבה פארוואס מען הערט נישט פון גרויסע לינקע שישקעס און זיכער נישט ערוויילטע דעמאקראטן, איז ווייל זיי פארלעצן נישט די רעגולאציעס פון טוויטער.
ברענג א מעשה ווי ער האט פארשפרייט פריוואטע אינפארמאציע, און לגבי ליגנט איבער די וואל סיסטעם וויל איך דיר פרעגן וואס רופסטו אן ליגנעט? די אלע מעשה'ס פון פראוד וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין שטותים? דעס הייסט נישט ליגנט דעיס הייסט אומבאשטעטיגטע זאכן וואס יעדע מידיע נעץ זאגט צוואנציג אזעלכע נייעס'ן א טאג, און לגבי די עצם זאך אז עס איז געווען פראוד - איז אויך נישט ליגנט, עס איז קיינמאל נישט אויף געוויזען געווארען אז עס איז נישט געווען קיין פראוד.
נאך איינער האט פראבלעמען מיט סירטשען אויף גוגעל?
קעיעמביעיזשען
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
איך האב געשריבן מיטוואך בשעת די מהומות אז איך גיי מער קיינמאל נישט שטימען פאר טראמפ, און אזוי האבן אויך געזאגט נאך מיליאנען אנדערע.
די דעמאקראטן האבן זיכער געמאכט אז די מיליאנען רעפובליקענס זאלן שנעל צוריקטוישן זייער מיינונג. נאר מיט אזעלכע שריט וועט טראמפ האבן 80 מיליאן וויילער אין 2024.

- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4655
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האב געשריבן מיטוואך בשעת די מהומות אז איך גיי מער קיינמאל נישט שטימען פאר טראמפ, און אזוי האבן אויך געזאגט נאך מיליאנען אנדערע.

מיליונען האבן נישט ג’טוישט מיינונג. די מידיע טרייט צו פארדרייען די מוחות.
צוריק צום שמועס
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
דערשאוויץ רופט אז מען זאל אוועקנעמען די סעקשן 230 באשיצונג פון טוויטער און פעיסבוק נאכן בענען טראמפ׳ס אקאונט
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4320
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
איך קוק עס אן ווי א צודרייטע זאך פון טוויטער, ממש נאריש. אן קיין פשט, און איך האלט עס וועט זיי נאר בעקפייערן.
פון די צווייטע זייט זאג איך אויף דעם "ענדליך", נישט ווייל איך האלט אז עס דארף פאסירן, נאר פאר א צווייטע סיבה. - ווייל יעצט וועט טראמפ צי א צווייטער עפענען א נארמאלע סאציאלע מידיע אקאונט פאר רעפובליקאנער, און פארטיג. רעפובליקאנער אין די לעצטערע יארן האבן זיך אויסגעלערנט קאמפלעינען, אנשטאט טון צום זאך, טוויטער איז נישט געראונט ביי די גאווערמענט, און ווען א פריוואטע קאמפעני טוט עפעס איז עס דעמעקראטיע בתפארתו, אז דער צודרייטער האט אפגעמאכט צו מסדר זיין דעם פרעזידענט, האט ער עס געטון! און ער מעג! און אין אמעריקע קען ער עס טון, ווייל אין אמעריקע קען יעדער טון וואס ער וויל, אנשטאט קאמפלעינען אויף פאלטשע נייעס, סאציאלע מידיע, טאג און נאכט, שרייען זיי דערשטיקען פרידאם אף ספיטש בלא בלא, טוט צו די זאך, און עפענט א אייגענע פירמע, נייעס קאנאל וכדומה.
סעקשאן 230 קומט נישט דא אריין, ווייל אויב עס ווערט סוספענדירט איז פארלער דער ערשטער צו פליען. איך האלט אז עס איז א גוטע זאך פון א געוויסע פונקט, ווייל יעצט וועלן זיך קאנסערוואטיוון אויסלערנען אז פון בלאזן קומט מען אין ערגעץ נישט אן, נאר פון טון צום זאך, עפענען אליין. סאציאלע מידיע, נייעס נעטווארקס וכו'.

איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".
וואס מיינט היימיש? היימיש!
וואס מיינט היימיש? היימיש!
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4655
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
@עכט היימיש גוט געזאגט.
אבער ער קען נישט עפענען קיין עפפ, מ’וועט עהם בענען פון דארטן אויך.
אבער ער קען נישט עפענען קיין עפפ, מ’וועט עהם בענען פון דארטן אויך.
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4655
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
איך זעה עס איבעראל, אבער ס’ליגט נאך אין די עפפ סטאר
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האב געשריבן מיטוואך בשעת די מהומות אז איך גיי מער קיינמאל נישט שטימען פאר טראמפ, און אזוי האבן אויך געזאגט נאך מיליאנען אנדערע.
די דעמאקראטן האבן זיכער געמאכט אז די מיליאנען רעפובליקענס זאלן שנעל צוריקטוישן זייער מיינונג. נאר מיט אזעלכע שריט וועט טראמפ האבן 80 מיליאן וויילער אין 2024.
גם אני בחלומי.
אויב דאס איז די אנדערע אפציע אנשטאט טראמפ, איז מיר סאך בעסער מיט טראמפ.

פארשפארן אקאונטס מיט די תירוץ וועגן מהומות איז נישט קיין ענטפער כאטש ווילאנג די איראנע און אנדערע פיינט פון אמעריקע האבן א פרייע האנט און שרייבן וואס זיי ווילן, מיט אפענע העצע און רופן צו הרגענען אמעריקאנע בירגער און שטיצע פאר טעראר אטאקעס נאכאנאנד.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4320
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
פער בריסטאו האט געשריבן:@עכט היימיש גוט געזאגט.
אבער ער קען נישט עפענען קיין עפפ, מ’וועט עהם בענען פון דארטן אויך.
איך גלייב אז אינאיינעם מיט עטליכע ביליאנערן קען ער זיך א עצה געבן.
אבער מיין פוינט איז 100 פארצענט רעלעוואנט, קיינער נישט טוויטער, פעסבוק, פארלער, פאקס, נויזמעקס, OAN, סי ען ען, איז קיינעם גארנישט שולדיג, עכ"פ אין א דעמעקראטיע. קיינער פון זיי ווערט נישט געראונט ביי די גאווערמענט, אויב איינער איז שולדיג אין דער מצב איז עס קאנסערוואטיוון פארן וואוינען אויף קעסט ביי די ליבעראלן און פארלאנגען פון זיי אויפריכטיגקייט.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".
וואס מיינט היימיש? היימיש!
וואס מיינט היימיש? היימיש!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 840
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
לכבוד ד ימי השובבי"ם האט טראמפ מקבל געווען אויף זיך א קבלה טובה און פארמאכט זיין טוויטער אקאנט,
קעיעמביעיזשען
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
איך בין א שטארקע אנטי טראמפער, מיט דעם אלעם בין איך זייער נישט צופרידן וואס טוויטער טוט. יעדע אנטיסמיט אין רוצח קען שרייבן וואס ער וויל, כומעני קען שרייבן די ערגסטע, טוה מיר א טובה..
מארגן וועלן זיי מחליט זיין אז ביבי איז א סכנה פאר עזה אין אין פארקנאקן.
יא טראמפ איז א סכנה פאר דעמאקרעסי אבער ס'איז דא זייער אסאך ביפאר אים.
#צוויי סענט.
מארגן וועלן זיי מחליט זיין אז ביבי איז א סכנה פאר עזה אין אין פארקנאקן.
יא טראמפ איז א סכנה פאר דעמאקרעסי אבער ס'איז דא זייער אסאך ביפאר אים.
#צוויי סענט.
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
ממש בהשגחה פרטית זענען אלע דריי קאמוניסטיש געשטימטע החלטות, פון טוויטער פעיסבוק און אפפל (אדער: עפפ?) סטאר, געקומען די זעלבע צייט.
דאס איז פונקט די זעלבע ווי ארדואן האט געטאהן נאך די דורכגעפאלענע פוטש קעגען עם, אז ער האט זיך אינגאנצען צולאזט מיט דיקטאטורישע שריט ווי קיינמאל ביפאר, די זעלבע איז דא, נאך די דורגעפאלענע ראיאטן, שפירען זיך די דעמאקראטן און די מידיע אז זיי האבען א פרייע האנט צו טאהן סיי וואסארא קאמוניסטישע אנטי דעמאקראטיע שריט זיי ווילען נאר.
דאס איז פונקט די זעלבע ווי ארדואן האט געטאהן נאך די דורכגעפאלענע פוטש קעגען עם, אז ער האט זיך אינגאנצען צולאזט מיט דיקטאטורישע שריט ווי קיינמאל ביפאר, די זעלבע איז דא, נאך די דורגעפאלענע ראיאטן, שפירען זיך די דעמאקראטן און די מידיע אז זיי האבען א פרייע האנט צו טאהן סיי וואסארא קאמוניסטישע אנטי דעמאקראטיע שריט זיי ווילען נאר.
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
בלינצע האט געשריבן:אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האב געשריבן מיטוואך בשעת די מהומות אז איך גיי מער קיינמאל נישט שטימען פאר טראמפ, און אזוי האבן אויך געזאגט נאך מיליאנען אנדערע.
די דעמאקראטן האבן זיכער געמאכט אז די מיליאנען רעפובליקענס זאלן שנעל צוריקטוישן זייער מיינונג. נאר מיט אזעלכע שריט וועט טראמפ האבן 80 מיליאן וויילער אין 2024.
גם אני בחלומי.
אויב דאס איז די אנדערע אפציע אנשטאט טראמפ, איז מיר סאך בעסער מיט טראמפ.
גא"מ להנ"ל
הגם איך בין נישט געווען אזוי שארף ווי רב אסדר
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
כמה פרשת דרכים היה יעצט מיט דעם פרעצעדענטלאזער געשעעניש פון די בענונג פון טראמפס אקאונטס.
- עס איז א מכה בפטיש פאר אסאך קאנסערוואטיוו געשטימטע מענטשן איבערן לאנד
- קאנסערוואטיווע איבערן לאנד וועלן אנהייבן מער פיינט האבן די מידיע און די דעמאקראטישע לאגער. אגב לויט שטודיעס איז דאס מערהייט פון לאנד רעפבליקען.
- צוטיילט דאס שוין ביז יעצטיג צוטיילט לאנד אויף צוויי גראבע טיילן מיט א גרויסע בוטשער מעסער
- הוברר הדבר למפרע ווער עס טוט צוטיילן דאס לאנד אין צוויי
- מען איז נענטער צו א ברודער קריג ווי סיי ווען
- געוויזן אז מען קען טון שאנדפולע זאכן בלויז ווייל מען האט די מאכט און מ׳האלט אנדערש
און נאך.

- שר מאה
- תגובות: 229
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
עמרם האט געשריבן:דערשאוויץ רופט אז מען זאל אוועקנעמען די סעקשן 230 באשיצונג פון טוויטער און פעיסבוק נאכן בענען טראמפ׳ס אקאונט
סעקשאן 230 איז וואס באשיצט דעם וועלטל.
אן דעם וואלטן אלע מיני מענטשן געקענט דא שרייבן פרייערהייט.
אפיקורסים, גוים, פרויען, איבער אלעס וואס זייער הארץ באגערט.
יעדע שמויגער וואלט געקענט סוען אויב מען באשמיצט זיין קאמפעני אדער זיין נאמען.
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
די רעכטע לאגער אריינגערעכנט די אויפגעקלערטע וואס ערלויבן זיך אראפרייסן טראמפ יעדע שני וחמישי
ווייל זיי האלטן זיך צום אמת.... וועלן באוויינען אין זיך בענקן צו די גוטע טראמפ צייטן...
מיט א פרעזידענט ביידען אין דעמעקראטישע געפירטע הויז אין סענעט... ועל כולם א שרעקליכע איינזייטיגע מידיע קוואל... אוי גייען זיי באוויינען זייערע נארישע שריט פון זיין קלוגער פון טראמפ...
עס קומט גוטע (ליידער גאר גאר שרעקליכע אינטערדריקטע יארן) צייטן...
Wait and see

עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
בלינצע האט געשריבן:אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האב געשריבן מיטוואך בשעת די מהומות אז איך גיי מער קיינמאל נישט שטימען פאר טראמפ, און אזוי האבן אויך געזאגט נאך מיליאנען אנדערע.
די דעמאקראטן האבן זיכער געמאכט אז די מיליאנען רעפובליקענס זאלן שנעל צוריקטוישן זייער מיינונג. נאר מיט אזעלכע שריט וועט טראמפ האבן 80 מיליאן וויילער אין 2024.
גם אני בחלומי.
אויב דאס איז די אנדערע אפציע אנשטאט טראמפ, איז מיר סאך בעסער מיט טראמפ.
די ווייטאג איז אז די מיט נאך האבן דאס נישט איינגעזעהן ביז יעצט...
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2698
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm
Re: נעקסט לעוועל קאמוניזם-טוויטער און פעיסבוק פארמאכען טראמפ'ס אקאונטס
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האב געשריבן מיטוואך בשעת די מהומות אז איך גיי מער קיינמאל נישט שטימען פאר טראמפ, און אזוי האבן אויך געזאגט נאך מיליאנען אנדערע.
די דעמאקראטן האבן זיכער געמאכט אז די מיליאנען רעפובליקענס זאלן שנעל צוריקטוישן זייער מיינונג. נאר מיט אזעלכע שריט וועט טראמפ האבן 80 מיליאן וויילער אין 2024.
גא"מ
כהאב געשטימט פאריגע וואך אז איך וועל מער נישט שטימען קיינמאל פאר טראמפ
יעצט האט ער צוריק מיין שטימע!!
נישט ווייל איך האלט אז סאיז נישט קיין סכנה וואס ער האט געטיען נאר דאס וואס טוויטער אין די אנדערע סאשעול מידיא קאמפעניס האבן יעצט געטיען איז סך א גרעסערע סכנה