פרעזידענט טראמפ - אימפיעטשמענט 2.0 -נייעס און נאטיצן-

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

פרעזידענט טראמפ - אימפיעטשמענט 2.0 -נייעס און נאטיצן-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

קומט אריין די נייעס אז לאור די נעכטיגע ראיאטן אין וואשינגטאן די סי, און צוליב די מיינונג אז טראמפ איז שולדיג אין אנרייצן דעם המון עם, ווילן טייל קאנגרעסלייט אימפיעטשן דעם פרעזידענט טראמפ - צום צווייטן מאל.
קאנגרעספרוי אילהאן אומאר גרייט שוין צו די פאפירן. פעלאסי זאגט אז זי שטיצט עס. און אונזער היימישער באטשי נאדלער זאגט אז ער איז גרייט.
זיי זאגן אז אויב וועלן די פרעזידענט קאבינאט מעמבערס ובתוכם דער וויצע פרעזידענט פענס נישט אקטיווירן די 25 אמענטדמענט און אראפווארפן טראמפ פון בענקל, דאן גייען זיי זיך שוין נעמען צום אימפיעטשמענט.
די חילוק פון היינט ביז די פריערדיגע מאל, איז אז היינט האבן די דעמאקראטן סיי די קאנגרעס און סיי די סענאט.
זיי מוזן אריינכאפן שנעל צווישן היינט און די 20סטער יאנואר ווען דער פרעזידענט גייט ממילא גיין. (אדער גיין אדער ווערן ארויסגעפירט...)
לעצט פארראכטן דורך יידישע קהילות אום דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 7:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

און וואס איז דער קריים?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

די דעמאקראטן באגייען אצינד א גרויסע טעות.
זיי פירן זיך אויף ווי טראמפ סתם פאר נקמה, נצחון און רשעות'דיגע בלוט טרינקעריי.
ווארט אויס נאך די קארגע צוויי וואכן. וואס איז די געיעג.
זיי באווייזן זייער אמת'ע פרצוף אז זיי קענען אימפיעטשן א מענטש אן ראיות אן א פעיר טרייעל אבי נקמה צו נעמען אין איהם.
דאס וועט שפילן אסאך מער לטובת טראמפ ווי קעגן איהם. בעסער געזאגט: עס וועט אסאך מער שאטן פאר די דעמאקראטן ווי פאר טראמפ.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

זארג נישט האט געשריבן:און וואס איז דער קריים?

אנרייצן ראיאטן.
פארשפרייטן פאלשע אינפארמאציע וואס ברענגט אונטער די גאווערמענט.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

איך האלט אז עס איז א גרויסע פאליטישע טעות, ווייל טראמפ איז זייער פארשעמט יעצט און א ריזיגער חלק פון פאלק וויל זיך נישט אידענטיפיצירען מיט אים, לאז אים ארויס גיין פון אפיס פארשעמטערהייט סאיז די זיסטע נקמה, אבער טאמער גייסטו אנהייבען מיט דיינע דעמאקראטישע רציחה'דיגע שריט, גייט עס ארויפברענגען די שוים פון אלע ריפאבליקאנער, און סוועט בעקפייערען, אבער שנאה מקלקלת השורה, אז פעלאסי מיט די אנדערע בליט צאפערס קענען טרינקען נאך אביסל בליט, איז א מחי'
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

סארקאזי האט געשריבן:איך האלט אז עס איז א גרויסע פאליטישע טעות, ווייל טראמפ איז זייער פארשעמט יעצט און א ריזיגער חלק פון פאלק וויל זיך נישט אידענטיפיצירען מיט אים, לאז אים ארויס גיין פון אפיס פארשעמטערהייט סאיז די זיסטע נקמה, אבער טאמער גייסטו אנהייבען מיט דיינע דעמאקראטישע רציחה'דיגע שריט, גייט עס ארויפברענגען די שוים פון אלע ריפאבליקאנער, און סוועט בעקפייערען, אבער שנאה מקלקלת השורה, אז פעלאסי מיט די אנדערע בליט צאפערס קענען טרינקען נאך אביסל בליט, איז א מחי'

דאס ממש האב איך פריער געשריבן!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

יידישע קהילות האט געשריבן:די דעמאקראטן באגייען אצינד א גרויסע טעות.
זיי פירן זיך אויף ווי טראמפ סתם פאר נקמה, נצחון און רשעות'דיגע בלוט טרינקעריי.
ווארט אויס נאך די קארגע צוויי וואכן. וואס איז די געיעג.
זיי באווייזן זייער אמת'ע פרצוף אז זיי קענען אימפיעטשן א מענטש אן ראיות אן א פעיר טרייעל אבי נקמה צו נעמען אין איהם.
דאס וועט שפילן אסאך מער לטובת טראמפ ווי קעגן איהם. בעסער געזאגט: עס וועט אסאך מער שאטן פאר די דעמאקראטן ווי פאר טראמפ.

ריכטיג, דא קען יעדער הערן דער דרשה פון טראמפ און קומען צום זעלבן מסקנה, אז קיין קריים איז נישט דא. מען קען אונז נשיט פארדרייען די קאפ און עס קומט ארויס קריסטאל קלאר אז עס איז ריינע (שמיציגע) נקמה.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

יידישע קהילות האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:און וואס איז דער קריים?

אנרייצן ראיאטן.
פארשפרייטן פאלשע אינפארמאציע וואס ברענגט אונטער די גאווערמענט.

ווי זעהסטו אנרייצען רייאטען?

רופען פאר פראטעסט איז נישט די זעלבע ווי רופען פאר רייאטען. נאר אין דריטע וועלט לענדער באשליסט מען לאחר המעשה וואס מען וויל עס זאל האבען געווען. דא איז אמעריקע און מען טאר נישט הינריכטען אויף פאלשע קלאגעס.
לעצט פארראכטן דורך זארג נישט אום דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 7:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דו קענסט נישט אנציין אין ערגעץ וואו ער האט דירעקט אנגעהעצט ראיאטן. פארשפרייטן פאלשע אינפארמאציע איז נישט קיין קריים.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

עס איז אלעמאל דא א געגנט וואס איז נישט ממש א קריים אבער אויך נישט קיין מותר לכתחילה. דארט קען זיך די גאווארמענט ארויפלייגן און לאזן לויערס פון ביידע זייטן זיך האקן און קריגן. זאל דער קארט דעצידירן.
די גווערמענט וועט דאס אבער געווענטליך טוהן נאר ביי קעיסעס וואס די דעת הקהל איז מיט זיי.
היינט איז די "גאס" אויפגעברויזט אויף טראמפ. ממילא קענען זיי זיך ארויפכאפן אויף די אלע ספק עבירות.
דער פראבלעם איז אז איינמאל זיי וועלן אנהייבן דעם פראצעס וועט זיך די דעת הקהל אביסל טוישן. די רעפאבליקאנער וועלן זען ווי די דעמקראטן ווילן נאר שינדן די הויט און פאניגן טראמפ לשם פאניגן. דאס וועלן זיי נישט פארשווייגן.
עס וועט בעקפייערן.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

יידישע קהילות האט געשריבן:קומט אריין די נייעס אז לאור די נעכטיגע ראיאטן אין וואשינגטאן די סי, און צוליב די מיינונג אז טראמפ איז שולדיג אין אנרייצן דעם המון עם, ווילן טייל קאנגרעסלייט אימפיעטשן דעם פרעזידענט טראמפ - צום צווייטן מאל.
קאנגרעספרוי אילהאן אומאר גרייט שוין צו די פאפירן. פעלאסי זאגט אז זי שטיצט עס. און אונזער היימישער באטשי נאדלער זאגט אז ער איז גרייט.
זיי זאגן אז אויב וועלן די פרעזידענט קאבינאט מעמבערס ובתוכם דער וויצע פרעזידענט פענס נישט אקטיווירן די 25 אמענטדמענט און אראפווארפן טראמפ פון בענקל, דאן גייען זיי זיך שוין נעמען צום אימפיעטשמענט.
די חילוק פון היינט ביז די פריערדיגע מאל, איז אז היינט האבן די דעמאקראטן סיי די קאנגרעס און סיי די סענאט.
זיי מוזן אריינכאפן שנעל צווישן היינט און די 20סטער יאנואר ווען דער פרעזידענט גייט ממילא גיין. (אדער גיין אדער ווערן ארויסגעפירט...)


דריי הערות.

א. די אשכול וואלט געדארפט געפענט ווערן דורך כאפצעם. די קעפל וואלט געדארפט ענהאלטן פיל מעכטיגערע אויסדרוקן, א שטייגער ווי ערד ציטערניש, באמשעל, אדער לכל הפחות קעפיטעל היל-געיט.

ב. די קראנקהאפטיגע אומאר איז ממש אויפגעברויזט צום ביין, העי, סך הכל האבן "געוויסע מענטשן עפעס געטון". (אגב, די געוויסע מענטשן וואס האבן עפעס געטון 9/11/01 האבן גראדע געפלאנט עפעס צו טהון צום קעפיטאל געביידע, אבער האבן בטעות זיך גענומען צום פענטיגאן).

ג. די דעמאקראטן קאנטראלירן נאכנישט די סענאט.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א מחי' - א כיטרע שטיקל דאס, ווארשיינליך אונטערגעשטעלט דורך טראמפ און זיינע דזשיניעס חברה

דאס וועט אים נאר מאכן פאר א מער היסטארישע פרעזידענט! טאלק אבאוט לעגעסי

דער איינציגסטער פרעזידענט צו ווערן אימפיטשט מער ווי איין מאל, צו פארלירן ווידערוויילונג נאכ'ן באקומען די מערסטע צאל שטימען ווי סיי וועלכער פארלירער אין די היסטאריע, און ערשטער וואס קען זיך נישט ברענגען צו מודה זיין אז ער האט נעבעך פארלוירן די וואלן
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

פעיק ניוז האט געשריבן:דו קענסט נישט אנציין אין ערגעץ וואו ער האט דירעקט אנגעהעצט ראיאטן. פארשפרייטן פאלשע אינפארמאציע איז נישט קיין קריים.

פאלשע נייעס, אויב עס איז געזאגט אויף א אופן פון אנרייצן די געמיטער פון עולם, און מיט די כוונה, איז עס יא א קריים!
וואס איז "עס ברענט א פייער אין טיאטער" אויב נישט פאלשע אינפארמאציע?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יידישע קהילות האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:דו קענסט נישט אנציין אין ערגעץ וואו ער האט דירעקט אנגעהעצט ראיאטן. פארשפרייטן פאלשע אינפארמאציע איז נישט קיין קריים.

פאלשע נייעס, אויב עס איז געזאגט אויף א אופן פון אנרייצן די געמיטער פון עולם, און מיט די כוונה, איז עס יא א קריים!
וואס איז "עס ברענט א פייער אין טיאטער" אויב נישט פאלשע אינפארמאציע?

ווען איינער זאגט פאלשע סטעיטמענטס ווייל ער האלט אז אזוי איז טאקע וואס האט פאסירט, קענסטו נישט אנצייגן אז ער האט עס געטון אויפצורייצן די געמיטער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

איך מיין אז דאס מאל דארף מען נישט א דערשעוויץ זאל אים דיפענדן, עהני חדר אינגל פון זיבען יאר קען עס טוהן.

ווי איז דער קוויד פרא קווא, אדער וואטעווער די געים איז דאס מאל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

און צום מיליאנסטן מאל,
ווען ער האט געלאדנט דעם עולם, האט ער געשריבן WILD PROTEST.

נישט גענוג?
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

בלינצע האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:קומט אריין די נייעס אז לאור די נעכטיגע ראיאטן אין וואשינגטאן די סי, און צוליב די מיינונג אז טראמפ איז שולדיג אין אנרייצן דעם המון עם, ווילן טייל קאנגרעסלייט אימפיעטשן דעם פרעזידענט טראמפ - צום צווייטן מאל.
קאנגרעספרוי אילהאן אומאר גרייט שוין צו די פאפירן. פעלאסי זאגט אז זי שטיצט עס. און אונזער היימישער באטשי נאדלער זאגט אז ער איז גרייט.
זיי זאגן אז אויב וועלן די פרעזידענט קאבינאט מעמבערס ובתוכם דער וויצע פרעזידענט פענס נישט אקטיווירן די 25 אמענטדמענט און אראפווארפן טראמפ פון בענקל, דאן גייען זיי זיך שוין נעמען צום אימפיעטשמענט.
די חילוק פון היינט ביז די פריערדיגע מאל, איז אז היינט האבן די דעמאקראטן סיי די קאנגרעס און סיי די סענאט.
זיי מוזן אריינכאפן שנעל צווישן היינט און די 20סטער יאנואר ווען דער פרעזידענט גייט ממילא גיין. (אדער גיין אדער ווערן ארויסגעפירט...)


דריי הערות.

א. די אשכול וואלט געדארפט געפענט ווערן דורך כאפצעם. די קעפל וואלט געדארפט ענהאלטן פיל מעכטיגערע אויסדרוקן, א שטייגער ווי ערד ציטערניש, באמשעל, אדער לכל הפחות קעפיטעל היל-געיט.

ב. די קראנקהאפטיגע אומאר איז ממש אויפגעברויזט צום ביין, העי, סך הכל האבן "געוויסע מענטשן עפעס געטון". (אגב, די געוויסע מענטשן וואס האבן עפעס געטון 9/11/01 האבן גראדע געפלאנט עפעס צו טהון צום קעפיטאל געביידע, אבער האבן בטעות זיך גענומען צום פענטיגאן).

ג. די דעמאקראטן קאנטראלירן נאכנישט די סענאט.


ג. - גערעכט. וועט זיין אינטערסאנט צו זעהן וואס פענס און/אדער ראמני וועלן טוהן.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4407
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

יידישע קהילות האט געשריבן:די דעמאקראטן באגייען אצינד א גרויסע טעות.
זיי פירן זיך אויף ווי טראמפ סתם פאר נקמה, נצחון און רשעות'דיגע בלוט טרינקעריי.
ווארט אויס נאך די קארגע צוויי וואכן. וואס איז די געיעג.
זיי באווייזן זייער אמת'ע פרצוף אז זיי קענען אימפיעטשן א מענטש אן ראיות אן א פעיר טרייעל אבי נקמה צו נעמען אין איהם.
דאס וועט שפילן אסאך מער לטובת טראמפ ווי קעגן איהם. בעסער געזאגט: עס וועט אסאך מער שאטן פאר די דעמאקראטן ווי פאר טראמפ.

טאטעלי אגרי
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
קומט אריין קלאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 05, 2020 5:05 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קומט אריין קלאר »

יעדער קומעדיגע פרעזידענט גייט האבן דער זעלבע זאך. דער פארטיי וואס איז קעגן וועט ארויסשטעלן אימפיטשמענט, סיבה? ווער דארף דאס ער איז דאך פון דער אנדערע פארטיי! נישט גענוג?
אוועטאר
פיינעוויין
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 3:10 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינעוויין »

בעצם בין איך אויך מסכים צו דברי יידישע קהילות, נאר עס באדערט מיר בכלל נישט אז די דעמאקראטן וועלן שאדן האבן דערפון, ווייל איך מיין אז יעצט זעט שוין יעדער אז הוכיח סופו על תחילתו אז די גאנצע פיר יאר איז געווען פייניגען לשם פייניגען, געב נאר למשל דעם נייעם יר"ה, איז ער אפילו איינמאל ארויס געקומען פארדאמען די בל"מ "פרידליכע" פראטעסטן אויף אזא פארנעם ווי ער האט פארדאמט די יעצטיגן יר"ה ??, עס איז פשוט היפעקטרוזעם און בלידנע האס און שנאה
אוועטאר
פיינעוויין
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 3:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינעוויין »

הוספה: איין לימוד זכות (אויב מען קען עס בכלל אזוי אנרופן) האב איך אויף די דעמקארטן איז, אז זיי ווילן פשוט אז טראמפ זאל ארויס גיין מיט בזיונות אזוי זאל ער נישט קענען צוריק קומען אין 4 יאר ארום, עס וועט הייסן די פרעזידענטענט וואס מען האט 2 מאל אימפיטשט.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

פיינעוויין האט געשריבן:בעצם בין איך אויך מסכים צו דברי יידישע קהילות, נאר עס באדערט מיר בכלל נישט אז די דעמאקראטן וועלן שאדן האבן דערפון, ווייל איך מיין אז יעצט זעט שוין יעדער אז הוכיח סופו על תחילתו אז די גאנצע פיר יאר איז געווען פייניגען לשם פייניגען, געב נאר למשל דעם נייעם יר"ה, איז ער אפילו איינמאל ארויס געקומען פארדאמען די בל"מ "פרידליכע" פראטעסטן אויף אזא פארנעם ווי ער האט פארדאמט די יעצטיגן יר"ה ??, עס איז פשוט היפעקטרוזעם און בלידנע האס און שנאה

זייער גיט געזאגט
אזאנע שלעכטע אין ביטערע מענטשן
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

בלינצע האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:קומט אריין די נייעס אז לאור די נעכטיגע ראיאטן אין וואשינגטאן די סי, און צוליב די מיינונג אז טראמפ איז שולדיג אין אנרייצן דעם המון עם, ווילן טייל קאנגרעסלייט אימפיעטשן דעם פרעזידענט טראמפ - צום צווייטן מאל.
קאנגרעספרוי אילהאן אומאר גרייט שוין צו די פאפירן. פעלאסי זאגט אז זי שטיצט עס. און אונזער היימישער באטשי נאדלער זאגט אז ער איז גרייט.
זיי זאגן אז אויב וועלן די פרעזידענט קאבינאט מעמבערס ובתוכם דער וויצע פרעזידענט פענס נישט אקטיווירן די 25 אמענטדמענט און אראפווארפן טראמפ פון בענקל, דאן גייען זיי זיך שוין נעמען צום אימפיעטשמענט.
די חילוק פון היינט ביז די פריערדיגע מאל, איז אז היינט האבן די דעמאקראטן סיי די קאנגרעס און סיי די סענאט.
זיי מוזן אריינכאפן שנעל צווישן היינט און די 20סטער יאנואר ווען דער פרעזידענט גייט ממילא גיין. (אדער גיין אדער ווערן ארויסגעפירט...)


דריי הערות.

א. די אשכול וואלט געדארפט געפענט ווערן דורך כאפצעם. די קעפל וואלט געדארפט ענהאלטן פיל מעכטיגערע אויסדרוקן, א שטייגער ווי ערד ציטערניש, באמשעל, אדער לכל הפחות קעפיטעל היל-געיט.

ב. די קראנקהאפטיגע אומאר איז ממש אויפגעברויזט צום ביין, העי, סך הכל האבן "געוויסע מענטשן עפעס געטון". (אגב, די געוויסע מענטשן וואס האבן עפעס געטון 9/11/01 האבן גראדע געפלאנט עפעס צו טהון צום קעפיטאל געביידע, אבער האבן בטעות זיך גענומען צום פענטיגאן).

ג. די דעמאקראטן קאנטראלירן נאכנישט די סענאט.

אויב די דעמאקראטן קאנטראלירן נאכנישט די סענאט, דעמאלס וואס איז דא בכלל די משוגעת יעצט פון אימפיטשמענט?
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קאנטראל פון דעם סענאט העלפט גארנישט פאר רעמאוול, מען דארף צוויי דריטל סענאט, דאס איז היינטיגע צייטן 66 פון די 99 סענעטארן. אדער 67 פון די 100 סענאטארן אויב עס וועט זיין נאכן איינשווערונג פון די צוויי נייע דזשארדזשיע סענעטארן.

אבער טייל דעמאקראטן האלטן/האפן, אז זיי גייען/קענען האבן די נויטיגע 17-18 רעפאליקאנער סענעטארן.


בנוגע קאנטראל, יעצט איז דער סענאט 51 רעפאליקאנער קעגן 48 דעמאקראטן, ערגעץ נאך יאנואר 15 גייען אריינקומען די צוויי נייע סענעטארן און עס וועט ווערן 50/50.

קאנטראל איז אבער יא נוגע לגבי ווי אזוי די פראצעדור זאל צוגיין אין דעם סענאט, אויך איז דא א שיטה אז דער סענאט קען שטימען נישט צו לאזן דעם פרעזידענט לויפן לעתיד מיט א שמאלע רוב.


יעצט כאפ איך אז לגבי אימפיעטשמענט האבן די דעמאקראטן נישט קיין קאנטראל אין דעם סענאט נאך וואס די נייע סענעטארן קומען אריין אויך נישט, ווייל דער וויצע פרעזידענט ווערט דאך דעמאלסט איבערגענומען דורך דעם טשיעף דזשאסטיץ.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: אימפיעטשמענט 2.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

זיי דארפן איצט נישט רעמאוול. עס גייט ממילא געשען.
זיי דארפן דעם שאו פון אימפיטשען. און אז דער רעפאבליקאנער טראמפ איז צוויי מאל, נישט בלויז איינמאל, געווארן אימפיטשד.
און, אז אונזער קלינטאן איז בלויז איינמאל געווארן אימפיטשד, איזער דאך א צדיק קאמפעירד צו דעם טראמפ.
און בעיקר צו שטעלן די אלע רעפאבליקאנער קאנגרעסלייט אין אומבאקוועמע מצב.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”