שיעלע בהמה האט געשריבן:חיימאוויטש האט געשריבן:שיעלע בהמה האט געשריבן:חיימאוויטש האט געשריבן:און אפשר פארקערט: אויב איינער וויל באשולדיגן - אומריכטיגערהייט - אויף פעלשערייען, איז דא א געריכט וואס שטעלט דאס אפ?
אז דו רעדסט אזוי ברייט
וויפיל געריכטן האבן בכלל אויסגעהערט די טענות?
איך רעד נישט פון קיין באבע תירוצים פון סטענדינג, צו פריה, צו שפעט וכו'
לויט נקדימון'ס באריכטן אין די געריכט-קאמפן אשכול האבן א שיינע צאל ריכטר ארויסגעווארפן קעיסעס צוליב די שוואכקייט פון די טענות, עיי"ש ותמצא
איינער האט שוין געענטפערט עפעס א נארמאלע תירוץ אויף די ווידעאו פון סוט-קעיסעס מיט בעלעטס וועלכע ווערן געציילט?
כרעד נישט פון א איגנאראנטע סטעיטמענט אז "אלעס איז אקעי און גארנישט איז נישט אויסערארנדליך"
דער סא"ס - אדער סטערלינג - האט זייער זאכליך ערקלערט די א.ג. רענצלעך מאכרייקא, דא אויפן וועלטל איז געווען באריכטעד איבער די אינטערוויא, איך האב במקומו [כ'געדענק נישט אין וועלכע אשכול, געריכט-קאמפן, אדער וואלן-פראוד, אדער גאר א דריטע] אנגעפרעגט וואס ער ענטפערט אויף די שאקירנדע אויפדעקונג און איינע פון די חשוב'ע ניקים האט אראפגעברענגט תוכן דבריו, זייער פארשטענדליך און קלאר פאר יעדער וואס ווילן וויסן די אמת, און האט נישט אויף שפעקולאציעס און ראמערס אפגעמאכט אז ס'געווען שווינדלערייען.
אדרבה, מראי מקומות וואלט געווען עפרישיעיטעד
און וואס טוט זיך מיט די אלע עפידעיוויטס?
כ'האב גראדע לכתחילה שווער געוואלט גלייבן אז מענטשן קענען זיך שטעלן עדות זאגן הוילע שקרים, די יעצטיגע סומאטוכע האט מיר היבש אנדערש איבערצייגט.
כ'געדענק אנפאנג איז געווען א ווידיאו ווי עפעס א א.ג. פראפעסאר קומט ארויף אויף איינע פון די קאנספיראציע טולק-שאוס, קוקט אריין די אויגן אינעם סקרין און זאגט מיט א פעסטקייט: דאס איז א סטינג-אפעראציע פון טראמפ, יעדע בעלאט איז וואטער-מארקט און מ'גייט אויפפיקן חברה די נאכט...
דא האט מען אפגעלאכט דערפון, אני כשלעצמי האב נישט געקענט קויפן אז איינער האט נישט קיין דאגה צו זאגן אין פובליק א שקר דעבודי לגלויי, כ'האב געטראכט, אפשר יא... אקיצור, די אויספיר דארף איך דיר נישט זאגן...
די זעלבע זאך מיט די רענצלעך, ווען ס'איז מכלומרשט געווען א באמבע-אויפדעקונג, איינע פון די ציילערס האבן קלאר געזאגט. מ'געבט עס א טשעק אויס, מ'זעט לא דובים ולא יער, יענער האט געזען, געמיינט, צוזאמגעשטעלט און עס דערציילט מיט טרערן...
אקיצור: אזעלכע האלבע סאשעל-מידיא באריכטן, אזעלכע עפידעיוועטס פון א טראק דרייווער וואס דערציילט עפעס וואס ס'כמעט נישט מעגליך אים אויפצו-ווייזן אז ס'האט נישט פאסירט - אים צו קענען שטראפן אויב ער איז משקר, האט ביי מיר באקומען זעראו קרעדיבילעטי.
נאכן זיך איבערקלערן איינמאל און נאכאמאל האט מען לאגיק גרינגער פארנומען צו עקסעפטן אז די עדות'ער בלאזן אויף פאקטן, אדער נעמען האלבע זאצן און מאכן דערפון א קעיס ווי כאילו ס'פארגעגאנגען ווער-ווייסט-וואס, ווי גיין אפקויפן א טעאריע אז אזויפיל וואל-באאמטע, פון אזויפיל באזונדערע פלעצער, האבן אויף אזויפיל סארט-מהלכים, אלע אייניג געארבעט צו פארדרייען שטימען פאר דעמאקראטן, און טאקע נאר אין די סטעיטס וואו טראמפ האט שמאל פארלוירן.
ובנוסף. כ'האב א שטיקל טראסט, אויב וואלט טאקע געווען עפעס ממשות'דיג, עפעס וואס מ'קען מיט די הענט אנטאפן, וואלט כאטש געווען 'איין ריכטער' פון די אלע אלע אלע ריכטער וואס האבן געקוקט אויף די קעיס, ארויסצו-ווייזן עפעס ערנסקייט פאר די קלאגעס, כאטש א פליטת פה אז מ'דארף טאקע מברר זיין, עפעס עפעס. ביזדערווייל גאאאארנישט, קייננער. קאם אן.
דאס אז 'סקען נישט זיין איך האב פארלוירן די עלעקשאן'ס ווייל ווייל ווייל' איז נישט ווערד די טוויט אויף וואס ס'איז אויסגעשפיגן געווארן. ס'קען קלאר יא זיין, און ס'איז אזוי געווען.