שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

מיללער האט געשריבן:עס איז ארויסגעקומען א ספר 'אבני אור' לתולדות משפחת ליכטענשטיין, מעשי ידי אומן, אברהם שלמה, פרוביר דאס צו פארשאפן, עס איז זייער גוט אראפגעשריבען פונקטליך אלע אייניקלעך ממשפחת ליכטענשטיין המפוארה.

-

האט ר' דוד לייב זאלצער פון הומנא געהאט א שייכות מיט די מונקנאטשער דיינים ממשפחת זאלצער?


ר' דוד לייב זאלצער האט צו קיין נאנטע שייכות נישט געהאט מיט די משפחה לכאורה, ווייל דער אבי המשפחה איז געווען ר' דוד זאלצער ראב"ד מונקאטש, נפטר בשנת תרס"ח, א בן דורו פון ר' דוד לייב, ר' דוד'ס טאטע האט געהייסן ר' מיכאל בן ר' מיכאל (אוועק יונגערהייט), ר' דוד אליין האט געהייסן נאך זיין זיידע הגה"ק ר' דוד דייטש שווער פון ר' מיכאל (הראשון) איז נישט אזוי מסתבר זיי זאלן זיין משפחה
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כתר ישועה האט געשריבן:ר' אהרן צבי מבריד איז נישט א 'האראוויטץ' ממקורו און שטימיט אלס בא"ב פארן שלה"ק?



ר' ישועה'לע,
איך פרוביר אייך צו ענטפערן אבער איר מוזט קודם כאטש אפירזוכען עטוואס א מקור צו אייער שאלות.

ר' אהרן צבי מבריד האט געהייסן 'טויב/טערקלטויב' ומנו"כ במונקאטש וואו ער האט געוואונט סוף ימיו, לעצטענס איז ערשינען א ספר 'כנפי יונה' וואס באשרייבט זייער שיין זיינע תולדות און אלע יוצאי חלציו.

די מצבה המחודשת אין מונקאטש
אטעטשמענטס
Rabbi Aharon Tzvi (1).jpg
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

וועגען איך קען א משפחת איצקאוויטש און אר"י וואס זיי זענען אייניקלעך פונעם רא"צ מבריד, און זיי זענען אויכעט בא"ב צונעם שלה"ק, איינער פון זייערע אבות האט עס געטאושט ביינעם קריג פון 'האראוויטץ' קיין 'איצקאוויטש'. אגב, ר' אברהם יעקב איצקאוויטש רב וואזנער'ס איידעם איז אוויכעט פון דע משפחה.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

כתר ישועה האט געשריבן:וועגען איך קען א משפחת איצקאוויטש און אר"י וואס זיי זענען אייניקלעך פונעם רא"צ מבריד, און זיי זענען אויכעט בא"ב צונעם שלה"ק, איינער פון זייערע אבות האט עס געטאושט ביינעם קריג פון 'האראוויטץ' קיין 'איצקאוויטש'. אגב, ר' אברהם יעקב איצקאוויטש רב וואזנער'ס איידעם איז אוויכעט פון דע משפחה.

ב''ה
מחותני ראי''א הוא נכד מצד אימו שהיא בת ר' אברהם יעקב כ''ץ מבריד בן ר' יוסף צבי הסופר כ''ץ שהי' חתן רא''צ מבריד .
ורא''צ מבריד "לא " הי' לוי .
פייער

בריסקער רב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער »

:mrgreen: ;l;p- :cry:
לעצט פארראכטן דורך פייער אום מיטוואך אוגוסט 05, 2009 11:37 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

סתם בריסקער רב מיינט טאקע דעם הייליגען ר' חיים בריסקער זי"ע און ביי לומדות (לימודי עיון) סתם א "ר' חיים" מיינט טאקע אויכעט ר' חיים בריסקער. אבער ביי שמועס'ן סתם א "ר' חיים" מיינט ר' חיים וואלאשזינער זי"ע.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כתר ישועה האט געשריבן:סתם בריסקער רב מיינט טאקע דעם הייליגען ר' חיים בריסקער זי"ע און ביי לומדות (לימודי עיון) סתם א "ר' חיים" מיינט טאקע אויכעט ר' חיים בריסקער. אבער ביי שמועס'ן סתם א "ר' חיים" מיינט ר' חיים וואלאשזינער זי"ע.


במחילת כבודכם, 'בריסקער רב' מיינט ר' וועלוועלע, און הגר"ח רופט מען סתם 'ר' חיים', ר' חיים וואלוזשינער רופט מען נישט סתם ר' חיים.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

badatz האט געשריבן:
אברהם שלמה האט געשריבן:badatz.

קליין איז נישט געווען ראב''ד אין סאטמאר .


בין שתי המלחמות הועלה ר יצחק קליין לדרגת ראבד (פאר דעם איז ער גיווען דומ"ץ) אונם קהילת ספרדים און סאטמאר. קוק און זיין ירחון המגיד.

ב''ה
אני רואה שאתה מזכיר "קהילת הספרדים" בעיר ואם בישראל סאטמאר .אולי אתה יכול להרחיב הדיבור קצת על קהילה זו .
מי יסדה .? ואת מי שימשה ? ומי היו הדיינים ששימשו בה ?
תודה מראש
בד''ץ

מיללער האט געשריבן:דאס איז (לכאורה) א 'שטאטוסקווא' קהילה,( שטימט?)

ער איז געווען דער ערשטער דומ"ץ פון די שטאטוסקווא אין סאטמאר, קאן זיין אז נאכדעם וואס מ'האט זייער רב פארשיקט האט מען אים גערופן ראב"ד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

הרה"צ ר' מנחם מענדל האלבערשטאם הי"ד אב"ד קשאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

מורי ורבותי
פארן מלחמת העולם השני האט אין שטאט קשאנוב משמש געוועהן ברבנות הרה"צ ר' מנחם מענדל האלבערשטאם הי"ד אב"ד קשאנוב בן הרה"צ ר' נפתלי זצ"ל בן הרה"צ ר' דוד זצ"ל בן הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זצוקללה"ה.
ווייסט אפשר אייער עפעס מתולדותיו וקורותיו הקדושים?
"הניגון קולמוס הלב"
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זוכענדיג א בילד פונעם אהל פון ר' יעקב ישראל ממילוואקי-הורנוסטייפל (וואס איך האב אגב דערווייל נישט געטראפן) בין איך אקעגן געקומען אן אינטערעסאנטער מציבה אין 'פאונטען הילל, פענסילוועיניע' וועלכע איז א געגנט בשכינות פון בעטלעהעפ, פא. (בית-לחם).

די ענגלישע אויפשריפט אויף די מציבה איז ISAAC TWERSKY און וויפיל איך קען אויסלייענען אויף לשה"ק (מיט פינטלעך למען השם) זעה איך "על פטירת אבינו ר' יצחק מרדכי ב"ר ? י"ג שבט תרפ"ג" אפשר ווייסט איינער ווער דאס קען זיין?
אטעטשמענטס
Twerky PA.jpg
Twerky PA.jpg (64.71 KiB) געזען 4904 מאל
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

ב"ר משה?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אויבן שטייט "אבל כבד ???? לי"
"על [נישט זיכער אויב דו שטייט פטרת אדער טפרת אדער גאר מפרת] אבי ר' יצחק מרדכי ב"ר משה ז"ל שהלך [זעהט מער אויס ווי מהלך] לעולמו י"ג שבט תרפ"ג תנצב"ה"
אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

איינער ווייסט ווער איז גיווען רב אברהם אבא ז"ל (ממגורשי ארץ רוסיא מאדעססע) מכפר נירבאגט במדינת אונגארין א תלמיד פון בע"ש
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיילעך האט געשריבן:ב"ר משה?


יא, ר' יצחק מאיר טווערסקי זאגט מיר אז ער האט פרטים פון די משפחה (פון פאנעוויזש, ליטא) אבער דערווייל ווייסט ער נישט פון קיין שייכות קיין טשערנאבל, די יחוס גייט יצחק מרדכי בן משה בן נתן בן משה, עד כאן וואס ער ווייסט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך זעה אז דער ליובאוויטשער בחור וועלכער איז געהרגט געווארן דורך רוצחים אויפן ברוקלין-בריק ארי האלבערשטאם הי"ד איז א זמיגראד-צאנזער אייניקל, זיין פאטער איז געווען פון די גבאים אין חב"ד, וועמענס זוהן איז דער פאטער צלג"י (צו לאנגע געזונטע יארען)?
אטעטשמענטס
5864739_117365730029.jpg
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

וואו שטייט ז'ימיגראד ?



ר' חס"ד איז א זוהן פון הרה"צ ר' מאיר הלברשטאם שליט"א מ'טשאקאווא-ב"ב,
בן הרה"צ ר' יעקב זצ"ל בן הרה"ק ר' סיני מ'ז'ימיגראד בן הרה"ק ר"ב מ'גארליץ זי"ע.
ועמך כולם צדיקים
יוסלמאן

הרבנית אשת רבי יעקב עמדין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

דעם שבת האט מיר א איד דערציילט אז יארן צוריק ווען ער האט געארבייט אין מאנהעטן ביי ר' חיים יודל גאלדשטיין אויף די 19סט גאס האט ער באמערקט א קליין בית החיים אויף 17סט סטריט ביי 6סט עווע. דער איד איז אריין און דארט געזעהן א מציבה פון אשת רבי יעקב עמדין. דער איד איז שוין נישט דארט געווען פאר צוואנציג יאר אבער ער איז ממש זיכער אז דאס איז ר' יעקב עמדין'ס רעבעצין.

האט איינער שוין אמאל געהערט דערפון? איז שוין דא אן אשכול דא אין ביהמ"ד? ווי איז רב אמסעל?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' יעקב עמדין אדער Jacob Javitz?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

מ'האט מיר אהערגערוקט מיין אשכול וועגן ציון פון רבי יעקב עמדין'ס רעבעצין. אתמהה? איר האט עפעס אינפארמאציע?
יוסלמאן

הרה"ק רבי נפתלי חיים הורוויטץ זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

די וואך האבן מיר זיך פערצופאל געטראפן האלטן א ספר מנחה חדשה פון הרה"ק רבי נפתלי חחים הורוויטץ זי"ע בן הרה"ק בעל אמרי נועם זי"ע ונכד מרן הדברי חיים זי"ע.
אין די הקדמה פונעם איבערדרוקער ברענגט ער אז נכדו "הרה"ץ רבי נפתלי חיים אדלער זצ"ל" האט עס איבערגעדרוקט. ווייסט איינער צו דאס איז אדלער, אן איידעם ביים אמרי חיים מוויזניץ זצ"ל, איז דער אדלער געווען א ראפשיצער אייניקעל?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

הרה"צ מהרנ"ח איז געווען א איידעם ביי דעם אמרי חיים פון וויזשניץ,
וואו אויך געווען א אייניקל און געטראגן דעם נאמען פון הרה"ק הפלאי מהרנ"ח הורוויץ זי"ע.
ועמך כולם צדיקים
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

יוסלמאן האט געשריבן:די וואך האבן מיר זיך פערצופאל געטראפן האלטן א ספר מנחה חדשה פון הרה"ק רבי נפתלי חחים הורוויטץ זי"ע בן הרה"ק בעל אמרי נועם זי"ע ונכד מרן הדברי חיים זי"ע.
אין די הקדמה פונעם איבערדרוקער ברענגט ער אז נכדו "הרה"ץ רבי נפתלי חיים אדלער זצ"ל" האט עס איבערגעדרוקט. ווייסט איינער צו דאס איז אדלער, אן איידעם ביים אמרי חיים מוויזניץ זצ"ל, איז דער אדלער געווען א ראפשיצער אייניקעל?

ב''ה
יאסעלמאן אויב דיא האסט געהאט דעם ספר אין דיא הענט שטייט ,,דארט,, בפירוש אז הגרנ''ח איז
געווען איין איידעם ביים אמרי חיים .פליז טשעק פאר ס'פאלט דיר איין ציא שרייבען .גוד בייא
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

באדאץ, כ'האב נישט באמערקט און כ'בין נישט דער איינציגער. כ'בין ארומגעלאפן אין בית המדרש פרעגן ביי אפאר אידן און פה אחד האבן געזויגן מיט די אקסלען. עניוועי, נעקסט טיים וועל איך שוין זיין וואויל.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

יוסלמאן האט געשריבן:באדאץ, כ'האב נישט באמערקט און כ'בין נישט דער איינציגער. כ'בין ארומגעלאפן אין בית המדרש פרעגן ביי אפאר אידן און פה אחד האבן געזויגן מיט די אקסלען. עניוועי, נעקסט טיים וועל איך שוין זיין וואויל.

ב''ה
דער פראבלעם איז כפי דבריך ''כ'בין ארומגעלאפען'' גייא ציא שטאט וועסטו אנקומען בשלום .
מתון ............... מתון .......
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

נעקסט טיים. הרב אדלער ז"ל איז עפעס אוועק יונג?! ווייס כ'וואס כ'רעד? עפעס ליגט מיר אין מיין ליידיגן קאפ אז דער אמרי חיים'ס טאכטער און איידעם זענען נישט בעלמא הדן. כ'האף אז כ'הארגע נישט קיינעם.
כידיע איז האדמו"ר מהרמי"ל ממונקאטש געווען אנגעטראגן פארן אמרי חיים, אפשר ביי די טאכטער?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”