שושלת טאלנא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:26 am

דער בילד פון די מצבה פון ר' מנחם דוד (מענדל) חודרוב הנ"ל ב"ר מרדכי אדמו"ר מטאלנא-וויזניץ, איז יעצט געווארן עוועיליבל ביי די קברי צדיקים סייט.
צוגעלייגטע
menachem-dovid-chodorov.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 10:52 am

יאסל האט געשריבן:לגבי די קינדער פון די טאלנער ברודער וואס זענען געקומען אהער קיין אמעריקא קיקט נישט אויס אז סאיז פון זיי געבליבן צי שטארקע סחורה,זייענדיג אין גאר א שווערע ענוויירעמענט ווי סאיז דאן געווען גאר שווער צי בלייבען אין א חסידיש געשטעל.
א חוץ ר' יוחנן דער זון פון ר' דוד מרדכי וואס ער איז טאקע געפארן לערנען קיין ארץ ישראל.


ר' דוד מרדכי מטאלנא-ניו-יארק (אבי ר' יוחנן מטאלנא ירושלים זצ"ל) האט טאקע געהאט א זוהן 'נחום מרדכי' וועלכער איז ליידער אינגאנצן אפגעפארן פון אידישקייט ער האט אמעריקאניזירט זיין נאמען צו 'ניק טאלנער' (אויך מיר א ניק...), זיין ברודער דער טאלנער רבי ר' יוחנן האט אנגעהאלטן א קשר מיט אים שפעטער אויך, בייגעלייגט איזא בילד פון ר' יוחנן מיט זיין ברודער ניק בשנת תשל"ט (קרעדיט; מתפעל בח"ח).
צוגעלייגטע
Tolne-Nick.jpg

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 12:46 pm

יא יא סאיז נישט צום גלייבן וואס אן הפקרות דא האט געהערשט פארן צווייטען קריג פון די שענסטע הייליגסטע שטובער איז נישט געבליבן קיין זכר.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 1:00 pm

דאס איז דאך א מופת געווען פון טאקע דער טאלנער רבי ר' יוחנן, ומעשה שהיה כך היה.
ר' יוחנן האט זייער שטארק געוואלט גיין לערנען אלס בחור קיין ארץ ישראל, אבער זיין פאטער ר' דוד מרדכי האט נישט געוואלט ווארום ער איז געווען א בן יחיד, האט ער אנגעוואונטשן דעם פאטער אז ער זאל האבן נאך א זוהן, וכך הוה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 1:05 pm

בן בוזי האט געשריבן:דאס איז דאך א מופת געווען פון טאקע דער טאלנער רבי ר' יוחנן, ומעשה שהיה כך היה.
ר' יוחנן האט זייער שטארק געוואלט גיין לערנען אלס בחור קיין ארץ ישראל, אבער זיין פאטער ר' דוד מרדכי האט נישט געוואלט ווארום ער איז געווען א בן יחיד, האט ער אנגעוואונטשן דעם פאטער אז ער זאל האבן נאך א זוהן, וכך הוה.

א גיטער חסידישער דמיון מדארף זעהן צי סשטימט בכלל מיט די יארן

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 1:59 pm

איך פארשטיי, דו ביזט נישט דער איינציגסטער ביי אונז און קרעטשמע מיט אט דער עדיטוט בפרט נאך א גלעזל משקה, אבער די מעשה איז אמת ויציב, און איך האב דאס געהערט פון עטליכע יודן וואס האבן דאס געהערט פון איהם אליין, ער פלעגט רעדן אזוי פון זיך מיט א פשטות.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 3:04 pm

ער איז געווען באשריבען אין המודיע אזוי האב איך געזעהן אינעם פורום בחצרות חסידים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 3:04 pm

אלע תגובות וועלכע זענען נישט דירעקט אדער אומדירעקט פארבינדן מיט שושלת טאלנא והמסתעף, זענען פארמעקט געווארן מיט די כוונה פון אנהאלטן דעם ניווא פונעם פלאץ.

מיר בעטן פארשטענדיגונג און אנטשולדיגונג.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 3:23 pm

מיללער האט געשריבן:ר' דוד מרדכי מטאלנא-ניו-יארק (אבי ר' יוחנן מטאלנא ירושלים זצ"ל) האט טאקע געהאט א זוהן 'נחום מרדכי' וועלכער איז ליידער אינגאנצן אפגעפארן פון אידישקייט ער האט אמעריקאניזירט זיין נאמען צו 'ניק טאלנער' (אויך מיר א ניק...),

דער זוהן האט געהייסן מנחם נחום.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 3:42 pm

ביקסאד, טעיתי, ביסט גערעכט.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 4:18 pm

בן בוזי האט געשריבן:דאס איז דאך א מופת געווען פון טאקע דער טאלנער רבי ר' יוחנן, ומעשה שהיה כך היה.
ר' יוחנן האט זייער שטארק געוואלט גיין לערנען אלס בחור קיין ארץ ישראל, אבער זיין פאטער ר' דוד מרדכי האט נישט געוואלט ווארום ער איז געווען א בן יחיד, האט ער אנגעוואונטשן דעם פאטער אז ער זאל האבן נאך א זוהן, וכך הוה.

B"H

YEDIDI BEB BUZI N"Y
MASEH SHLO HOYU
NICK TOLNER was older than rab yochenen
I saw him at rab duved ben rab yitzchik meskwere b-p house
he legaly changed his name in 1946.
he was in the parking buisiness.
rab yochenen learnd in ERETZ YISROEL 1926
SEE in sefer mincha chareiva on mesechet soteh.
from rab pinchas epstein.
and in the zichronos of rab yitzchok gershenkorn

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 4:26 pm

שוין האמיר נאך א ידיעה פונען געערטן בד"צ מיטגליד, ער זאגט אז דער מנחם נחום טווערסקי המכונה ניק טאלנער, איז עלטער געווען פון ר' יוחנן, ער איז געווען אין די 'פארקינג' ביזנס.

ווידער ברענגט ער א מראה-מקום דער ספר 'מנחה חריבה' פון הגר"פ עפשטיין און פון די זכרונות פון ר' יצחק גערשנקארן אז דער טאלנע רבי ר' יוחנן האט געלערנט אין אר"י בשנת תרפ"ו.

יישר-כח בד"צ.

(אגב, מיר האבן באשטעטיגט מיט אונזער חב"ר הביד"צ איז דאס אידיש ווערט אינסטאליטר אין זיין קאמפיוטער גאר בקרוב, מיר ווארטן מיט שפאנונג)

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 4:27 pm

נאפ
כמיין איר האט א טעות ר' יוחנן איז געווען דער עלטסטער

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 4:34 pm

מיללער האט געשריבן:כ'האב יעצט באמערקט אינעם קברי צדיקים זייטל נאך איינע וועלכער איז פארבינדען לשושלת טאלנא, דער טריסק-פראסקוראבער רבי ר' שלום יוסף ב"ר מרדכי זוסיא טווערסקי, וויאזוי קומט דאס צו טאלנא?


B"H he maried bezivug shlishi the almuna of rab yochenen the brother of rab duved mordchai.
who is also buried in that chelka in beth-david.
itis INTRESANT that rab duved mordchai who is buried in staten-island.
in the baron-hirsch cemetary.
but his rebetzen is buried near her brother RAB SHULEM ZUCKERMAN DER RASHKEVER REBBE
who was a ODOM GODOL.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 4:37 pm

איך וואלט מוסיף געווען אז וויבאלד די מעשה וואס בן-בוזי ברענגט, פארציילט דער טאלנא רבי פון אשדוד איז שווער צו זאגען אז די יארען שטימען נישט, על אף וואס די מעשה מוז נישט אמת זיין אבער אזא גראבע טעות וואלט איך נישט עספעקטעד פון א אייניקל.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 8:03 pm

מיללער האט געשריבן:איך וואלט מוסיף געווען אז וויבאלד די מעשה וואס בן-בוזי ברענגט, פארציילט דער טאלנא רבי פון אשדוד איז שווער צו זאגען אז די יארען שטימען נישט, על אף וואס די מעשה מוז נישט אמת זיין אבער אזא גראבע טעות וואלט איך נישט עספעקטעד פון א אייניקל.


B"H

rab duved mordchai was the 1st. rebbe that came to the u.s.a, in 1912 TRE"B.
he wrotte hemsheichim in der morgan zhurnal evry sunday in 1954.
and duved leib mekler der redakter from morgenzhurnal printed a book with the
name FIN REBBENS HUFF 2 volumes

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:09 pm

badatz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:כ'האב יעצט באמערקט אינעם קברי צדיקים זייטל נאך איינע וועלכער איז פארבינדען לשושלת טאלנא, דער טריסק-פראסקוראבער רבי ר' שלום יוסף ב"ר מרדכי זוסיא טווערסקי, וויאזוי קומט דאס צו טאלנא?


B"H he maried bezivug shlishi the almuna of rab yochenen the brother of rab duved mordchai.
who is also buried in that chelka in beth-david.
itis INTRESANT that rab duved mordchai who is buried in staten-island.
in the baron-hirsch cemetary.
but his rebetzen is buried near her brother RAB SHULEM ZUCKERMAN DER RASHKEVER REBBE
who was a ODOM GODOL.

ער איז א טאלנער אייניקל דערמיט וואס זיין זיידע ר' מנחם נחום מטוריסק בן המגיד מטוריסק (ר' שלום יוסף ב"ר מרדכי זוסיא ב"ר יעקב ארי' ב"ר מנחם נחום) איז געווען אן איידעם ביי ר' דוד'ל טאלנער, און בהיות ר' מנחם נחום איז נסתלק געווארן יונגערהייט נאך בחיי אביו הק' (ער איז אוועק אין בריסק און ס'דא געדרוקט א הספד פון בריסקער רב אויף איהם) זענען די קינדער זיינע אויפגעהאדעוועט געווארן אין טאלנא ביים זיידן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:14 pm

לויט מתפעל פון בח"ח וועלכער איז א גרויסער טאלנער חסיד און האט געהאט א קירבות ביי ר' יוחנן מטאלנא, איז די מעשה וואס בן-בוזי פארציילט אמת ויציב, זיין ברידער מנחם נחום (ניק) איז געווען פערצן יאר אינגער פון ר' יוחנן.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:21 pm

נאך א זאך האט מען פארגעסן צו דערמאנען אז נעכט כ"ה כסלו דעם ערשטן טאג חנוכה איז געווען די הילולא פונעם טאלנער רבי ר' יוחנן ב"ר דוד מרדכי זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, ער איז געווען א געוואלדיגער בעל מופת
זיין אייניקל דער טאלנער רבי פון אשדוד האט מיר פארציילט (די פריערדיגע מעשה האב איך נישט געהערט פון איהם נאר פון אנדערע) אז דער זיידע פלעגט יעדעס יאר דעם ערשטן טאג חנוכה פארציילן אז ר' חיים אנטוניער (פון די וויזניצער גזע) האט געפרעגט פארוואס מאכט מען נישט קיין שהחיינו פארן אוועק גיין צו א נייער וועלט דער עולם האמת, און ער האט טאקע געהאט א זכי' אז ער איז אוועק דעם ערשטן טאג חנוכה נאכן מאכן א שהחיינו אויף די לעכט. [ער האט מיר געזאגט אז דאס איז געווען א פלא, יעדעס יאר האט ער דאס פארציילט אזש ס'שוין ארויס געקראכן פון...].
יענעם יאר וואס ער איז אוועק איז דער טאלנער רבי געווען אין שפיטאל און מ'האט איהם דעם ערשטן נאכט חנוכה געברענגט די מנורה, ער האט געמאכט א ברכה מיט שהחיינו און געצינדן די ליכט און מער האט ער נישט גערעדט, צופרי איז ער נסתלק געווארן לחיי העולם הבא.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:24 pm

מיללער האט געשריבן:לויט מתפעל פון בח"ח וועלכער איז א גרויסער טאלנער חסיד און האט געהאט א קירבות ביי ר' יוחנן מטאלנא, איז די מעשה וואס בן-בוזי פארציילט אמת ויציב, זיין ברידער מנחם נחום (ניק) איז געווען פערצן יאר אינגער פון ר' יוחנן.

ממילא שטומט טאקע די מעשה אזוי ווי איך האב עס געהערט, ווארום די מעשה האט ער פארציילט איז געווען ביי זיין בר מצוה (צו אין די זעלבע צייט פון די בר מצוה) וואס ער האט דעמאלטס געבעטן זיין טאטע איהם צו לאזן פארן קיין ארץ ישראל און דעמאלטס האט ער איהם געוואונטשן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:38 pm

די מצבה פון הרה"צ ר' מרדכי חודרוב מטאלא-וויזניץ אין ניו-יארק.
צוגעלייגטע
mordechai-chodorov.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מאי 11, 2009 10:21 am

מיללער האט געשריבן:עס איז כדאי צו באמערקן אז אויך די אלטע טאלנא רביצין די ווייב פון ר' נחום איז נאך ארויסגעקומען קיין אמעריקא וואו זי האט זיך אויפגעהאלטן ביי די קינדער בעיקר אין פילאדעלפיא ביים ארטיגען טאלנא רבי ר' משה צבי ז"ל, זי ליגט דאהי אין אמעריקא.


מיילעך האט געשריבן:אויך האט מען לעצטנס אנדעקט דאס קבר פון 'הרבנית מטאלנא' אשת ר' מנחם נחום מטאלנא וואס מען האט גערופן דער ינוקא פון טאלנא ווערנדיג דעם ממלא מקום פון זיידן ר' דוד מטאלנא ביים זיין בר מצוה.
זיין רעביצין איז שפעטער אהער געקומען צוזאם מיט די קינדער, און האט געוואינט ביים זון ר' משולם זושא פון טאלנא.
די רעביצין איז געווען א טאכטער פון ר' משה גיטערמאן מטשיטשלניק מגזע "סאווראן" און איידעם פון ר' יוחנן מראחמיסטריווקא.
א בילד פון די מצבה אין טשעלסי:
צוגעלייגטע
IMG_2199.JPG

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך יולי 22, 2009 4:28 pm

(כ'ברענג עס דא ווייל מ'האט פון איהם גערעדט אין דער אשכול)
א גוט ווארט האט געשריבן:אינטרעסאנט אז ביי חלקת טריסק ווי עס ליגט ר שלום יוסף מטריסק-פרוסקאראוו (עס זענען פארהאן נאך 2+ טריסקע חלקה'ס אין בית דוד סעמעטרי) ליגן די מענער אפגעטיילט פון די ווייבער, א חוץ די רעביצן ליגט הארט נעבן דעם מאן אויף די מענער זייט, וד"ל.


א בילד פון דער רבי מיט די רעבעצין
צוגעלייגטע
P1020823.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך יולי 22, 2009 4:30 pm

אין דער זעלבער חלקה פון טוריסק האב איך געפונען א 4'טער זוהן פון ר' מנחם נחום מטאלנא-טאלטשין וועלכע איז אוועק יונגערהייט אין עלטער פון 33 יאר.
צוגעלייגטע
P1020819.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך יולי 22, 2009 4:40 pm

בן בוזי האט געשריבן:א בילד פון דער רבי מיט די רעבעצין
וואו יאך זעה איז דא ארום פלאץ פאר א אוהל מיט א גוטן יסוד,
נו, חברה ארויף שארן די ערמל וקדימה לעבודה.
ועמך כולם צדיקים


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], דריידל, פייווישעל און 14 געסט