צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

פון די אנדערע אשכול גאר שטארק
כתמר יפרח האט געשריבן:נאר פיר יאר צוריק....

https://www.dropbox.com/s/ecordejatwn7k ... 0.mp4?dl=0
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

געפעלט מיר וויאזוי מענטשן זאגן אז מען טאר נישט אראפקוקן אויף טראמפ שטיצער, ווייל נאך אלעס באשטייען זיי פון צענדליגער מיליאנען מענטשן.

עס איז נישט דא נאך איינער וואס קוקט אזוי אראפ די טראמפ שטיצער ווי טראמפ אליינס, און זיינע מיטארבעטער. דאס ארויסלייגן אפענע שקרים מיט די האפענונג אז די שטיצער זענען גענוג נאריש און פלאך דאס אנצונעמען איז די גרעסטע דיסריספעקט וואס קען זיין.

איין דוגמא פון יעצט
אטעטשמענטס
EnSpRZTW4AQGOss.jpeg
EnSpRZTW4AQGOss.jpeg (135.56 KiB) געזען 1287 מאל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

כאפצעם האט געשריבן:כאאס אין די טראמפ לעגאלע טיעם.

אלע 3 לויערס פארשטייער פון די טראמפ קאמפיין האבן איינגעמאלדן א געריכט אין פענסילוועניע אז זיי גייען נישט ערשיינען צום מארגענדיגן היערינג... רודי לויפט אליינס אראפ..

און די קלאגע איז ארויסגעפלויגן פון ווינדאו
אטעטשמענטס
IMG_20201121_194048.jpg
IMG_20201121_194048.jpg (142.13 KiB) געזען 1170 מאל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ס"ה ווי מ'האלט
אטעטשמענטס
Screenshot_20201121-194934_Gallery.jpg
Screenshot_20201121-194934_Gallery.jpg (102.83 KiB) געזען 1162 מאל
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13510
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

"With prejudice" ד. מ. די קלאגע איז אזוי לעכערליך אז די קלעגער קענען נישט קלאגן נאכאמאל.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13510
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

ביידען'ס אויבערהאנט איז אריבער זעקס מיליאן נאציאנאל.
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

כאפצעם האט געשריבן:ס"ה ווי מ'האלט

הד"ד "ווי אר טייערד אוו ווינינג"
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ביידען'ס אויבערהאנט איז אריבער זעקס מיליאן נאציאנאל.

די פונקטליכע נאמבער:

ביידען - 79,825,802

טראמפ - 73,787,948

חילוק - ביידען - 6,037,854
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13510
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

The short explanation of the reasons the judge tossed President Trump's Pennsylvania lawsuit is: All of them.

The plaintiffs lacked standing. They lacked evidence. They wanted an unconstitutional remedy. Their legal arguments were "strained" and "without merit."
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

Screenshot 2020-11-22 010250.jpg
Screenshot 2020-11-22 010250.jpg (33.22 KiB) געזען 1080 מאל
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
שפיצער

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

איידער מען ווערט עקסיידעט איבער דעם טראמפ דורכפאל אין פענסילוועניע איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט די פאלגענדע:
דער טראמפ טיעם האט קיינמאל נישט געגעבן קיין גרויסע האפענונג פאר א געווינס אויף די קעיס, אין די שטארק דעמאקראטישער פא קאורט סיסטעם.(הגם דער ספעציפישער ריכטער אויפן קעיס איז גראדע א רעפובליקאנער), דער ענד געים איז אלס געווען און איז נאך אלס דאס צו ברענגן צו "דער העכסטער סופרים קאורט" .
ביי בוש v גאור אין 2000 האט א קעיס מיט ענליכע ארגיומענטן ( "נישט אייניגע רעכטן ביי די שטים בודקעס פאר רעפובליקאנער ווערסוס דעמאקראטן".) אויך דוכט זיך פארלוירן קודם אין די לאקאלע פלארידא געריכט, און געווינען שפעטער אין העכסטן געריכט .
לעצט פארראכטן דורך שפיצער אום מוצ"ש נאוועמבער 21, 2020 8:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
באריכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 11:41 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באריכט »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
Screenshot 2020-11-22 010250.jpg

מקען נישט גלייבען וואס Cnn זאגט ספיציעל ווען א Source זאגט עס אן קיין נאמען....
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

unnamed.png
unnamed.png (326.32 KiB) געזען 987 מאל
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

שפיצער האט געשריבן:דער טראמפ טיעם האט קיינמאל נישט געגעבן קיין גרויסע האפענונג פאר א געווינס אויף די קעיס, אין די שטארק דעמאקראטישער פא קאורט סיסטעם, דער ענד געים איז אלס געווען און איז נאך אלס דאס צו ברענגן צו "דער העכסטער סופרים קאורט".

1) דאס איז א "פעדעראל קאורט". + א רעפובליקען ריכטער...

2) כ'הער שוין דעם "סופריעם קאורט" טענה 2 וואכן, דערווייל איז אלעס סטאק לאקאל, און אין גארבעדזש. ווען קומט שוין יענע לאנג ערווארטעטע לאוסוט וואס יא זיך נעמען פארן העכער?

רעפובליקען סענעטאר פון פענסילוועניע קאנגראטולירט ביידען... "די געריכט טשאלענדזשעס זענען פארטיג, און פארלוירן"...

אזוי גייט מען הערן פון יעדן טאג א צווייטן פאר די נעקסטע 2 חדשים, א טויט מיט טויזענט שניטן....
אטעטשמענטס
Screenshot_20201121-213343_Twitter.jpg
Screenshot_20201121-213343_Twitter.jpg (261.48 KiB) געזען 879 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פרעזידענט טראמפ'ס אדוואקאט איז געווארן געפרעגט די באמבע קשיא "אויב האבן דערמאקראטן שוין יא געפעלטשט די וואלן אויף א מאסשטאבליכן פארנעם, דאן פארוואס בלויז די פרעזידענטשאפט? פארוואס נישט אויך קאנגרעס און סענאט?

אט ליינט די מעכטיג שטוינענדע תירוץ:
Screenshot 2020-11-22 023918.jpg
Screenshot 2020-11-22 023918.jpg (56.92 KiB) געזען 876 מאל
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
שפיצער

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

כאפצעם האט געשריבן:
שפיצער האט געשריבן:דער טראמפ טיעם האט קיינמאל נישט געגעבן קיין גרויסע האפענונג פאר א געווינס אויף די קעיס, אין די שטארק דעמאקראטישער פא קאורט סיסטעם, דער ענד געים איז אלס געווען און איז נאך אלס דאס צו ברענגן צו "דער העכסטער סופרים קאורט".

1) דאס איז א "פעדעראל קאורט". + א רעפובליקען ריכטער...

2) כ'הער שוין דעם "סופריעם קאורט" טענה 2 וואכן, דערווייל איז אלעס סטאק לאקאל, און אין גארבעדזש. ווען קומט שוין יענע לאנג ערווארטעטע לאוסוט וואס יא זיך נעמען פארן העכער?

דער שנעלסטער און דאכט זיך איינציגסטער וועג ארויפצוברענגן א קעיס צום העכסטן סופרים קאורט, וואס נעמט אהן ממש געציילטע קעיסעס אין א גאנצן טערמין, איז דורך אפעלירן א פארלוירענע קעיס אין קלענערע געריכטן ביים העכסטן געריכט .און דאס איז מסתם וואס גייט זיין די קומענדיגע מאוו פון די טראמפ טיעם, אפעלירן די קעיס צום סופרים קאורט.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

סאו דעם קעיס טאקע איז די פלאן ארויפצוטראגן?

די קעיס וואס טענהט מ'האט געגעבן א שאנס פאר וויילער צו פאררעכטן די בילעטן לויטן געזעץ.. די קעיס וואס איז ארויסגעפלויגן פאר נישט האבן קיין סטענדינג, קיין מעריטס, קיינע ארגומענטן, קיינע באווייזן, די קעיס גייט מען געווינען אין סופריעם קאורט?

הממ...
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

.
אטעטשמענטס
IMG-20201121-WA0056.jpg
IMG-20201121-WA0056.jpg (186.19 KiB) געזען 788 מאל
שפיצער

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

כאפצעם האט געשריבן:סאו דעם קעיס טאקע איז די פלאן ארויפצוטראגן?

די קעיס וואס טענהט מ'האט געגעבן א שאנס פאר וויילער צו פאררעכטן די בילעטן לויטן געזעץ.. די קעיס וואס איז ארויסגעפלויגן פאר נישט האבן קיין סטענדינג, קיין מעריטס, קיינע ארגומענטן, קיינע באווייזן, די קעיס גייט מען געווינען אין סופריעם קאורט?

הממ...

דער קעיס איז דאך אין טייל געבויעט אויף די זעלבע ארגיומענטן ווי די בוש-גאור קעיס פון 2000, וואס איז אויך אנגעקומען צום סופרים קאורט,נאכן פארלירן אין קלענערן געריכט, און עווענטועל געווינען .סאו צו ענטפערן דיין שאלה : יא ס'איז דער זעלבער קעיס וואס מען גייט אפעלירן (מעגליך מיט געוויסע שיניים. )
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שיעלע בהמה האט געשריבן:לאמיר אויסשמוסן מיין תמיה

נעכטן ביים פרעסע קאנפערענץ האבן זיי קלארגעשטעלט אז די עווידענץ וועלן נאכפאלגן און די פרעסע קאנפערענץ איז בלויז אזויווי א עפענונג סטעיטמענט

יעצט, ווייל דו ווייסט נאכנישט די באווייזן וואס זיי גייען ברענגען צום טיש מאכסטו חוזק??

שטעל דיר פאר אז דו האסט נאך קיינמאל נישט געזעהן א עראפלאן וואלסטו אויכעט צינישערהייט געווארפן פאקטן אז אזאנס קען נישט עקזיסטירן?

יעדער נארמאלער מענטש איז סקעפטיש איבער די גאנצע סיטואציע, דא קען מען נישט זיין קיין מאדערעיט, אדער זענען די דעמאקראטן א באנדע שארלאטאנען, אדער זענען די רעפאבליקאנער אינגאנצן אילוזשענל

די מאדערעיט זאגט, איך ווייס נישט, די טראמפ טיעם סטעיטמענטס זענען צי באמבאסטיש און לאמיר זעהן אויב זיי קענען ברענגען עפעס זאכליך צום טיש

אבער דאס חוזק מאכן ווען דו ווייסט נאך גארנישט איז אין מיינע אויגן סתם טי....

דו ווייסט אז יעצט גייט סידני פאועל'ס מעשה אז ברייען קעמפ מאכט געלט פון דאמיניאן און ארבעט מיט מיט זייערע שווינדלערייען?

נישט שייך נישט צו לאכן פון איר.

-----------

כאפצעם האט געשריבן:רעפובליקען סענעטאר פון פענסילוועניע קאנגראטולירט ביידען... "די געריכט טשאלענדזשעס זענען פארטיג, און פארלוירן"...

אזוי גייט מען הערן פון יעדן טאג א צווייטן פאר די נעקסטע 2 חדשים, א טויט מיט טויזענט שניטן....

זיין פולע סטעיטמענט, ער וויינט צו טראמפ: דו האסט שוין אויסגענוצט אלע מעגליכע געריכטליכע וועגן, און יעצט מאך נישט חרוב דיין לעגעסי צווישן נארמאלע רעכטע...

דערמאנט אויך לשיטתי' אפאר פון טראמפס גרעסטע אויפטוהנגען, און זאגט אז ער איז גרייט צו ארבעטן מיט ביידן/העריס אויף גאן קאנטראל.
IMG_20201121_221002.jpg
IMG_20201121_221002.jpg (174.11 KiB) געזען 740 מאל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

עטליכע פרישע באמבעס האבן געטראסקעט פון סידני פאועל, טראמפ'ס לויער..

מאכט זיכער איר זיצט בעפארן לייענען, און אויסדריקליך נישט האלטן קיין הייסע קאווע דערביי.

1) טראמפ'ס לאנגיאריגע פריינט און שטיצער, זשארזשיע גאווערנער 'ברייען קעמפ' האט פינאנציעלע אינוועסטמענטס אין 'דאמיניען', ער האט באקומען מאסיווע קיקבעקס לעצטע יאר פון די קאמפעני + אינשורענס פאר זיין עלעקשאן און זיינע קאנדידאטן. און ער האט פערזענליך מיטגעארבייט מיטן פליפן זשארזשיע צו ביידען.

2) די פרישע דאזען רעפובליקאנער קאנגרעסלייט עלעקט וואס האבן געווינען קעגן דעמאקראטן האבן באצאלט פאר דאמיניען צו באקומען די עלעקשאן.

3) אין א קאנפערענץ קאלל פון עטליכע הינדערט חברה, בראשם בערני סענדערס און עי. או. סי. האבן באאמטע אין די פענטעגאן אראפגעגעבן אינסטרוקציעס וויאזוי צו דורכפירן א סאבאטאזש אקציע קעגן די פעדעראלע גאווערמענט.

4) אנדעקט עווידענס אז קלינטאן האט געניצט די דאמיניען פירמע אין די 16' פריימערי צו סוויטשן קאליפארניע פון ברני צו איר.

5) פלאן צו פיילן אן אינזשאקשען אפצוהאלטן די זשארזשיע ראנאףף עלעקשאן ווילאנג די דאמיניען מאשינען זענען נישט אוועקגענימען. מ'זאל נישט גיין וואוטן עז איז.

6) די סי איי עי און די עף בי איי, בראשם פון זשינע האספעל און קריס רעי זענען פולי אינפארמירט און בשותפות מיטן גאנצען אינטערנאציאנאלן סקעם.

ע"כ דברת פקחתה פון בלויז די לעצטע 24 שעה.

יעצט, איך האב אויפגעכאפט ביי כמעט יעדע קלעים ווי זי לייגט צו "האט מיר יענער אפיציר פארציילט", קוקט אויס איינער פיטערט איר אינפארמאציע, און בעיסד אויף יענעמס היסטאריע בינעך גאנץ זיכער אז די רעדע איז פון 'סאשא בעראן קאהן'.

אלענפאלס, איך זעה נישט די שפיל צו לאנג אנהאלטן. עס קומט צו א פוינט אז אפילו פאר די צושטרויבעלטע טראמפ-זשוליאני טיעם איז דאס שוין אויך צופיל בזיונות, אשע"כ וואלט איך בכלל נישט געווען שאקירט צו הערן גאנץ בקרוב אז די פרוי איז געפלויגן פונעם טיעם.

פון מיין זייט אבער זאל די שאו שטייצעך אנגיין ווי לענגער..
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

קוקט ענדערש אויס ווי די קוואל איז Q...
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

כאפצעם האט געשריבן:עטליכע פרישע באמבעס האבן געטראסקעט פון סידני פאועל, טראמפ'ס לויער..

מאכט זיכער איר זיצט בעפארן לייענען, און אויסדריקליך נישט האלטן קיין הייסע קאווע דערביי.

1) טראמפ'ס לאנגיאריגע פריינט און שטיצער, זשארזשיע גאווערנער 'ברייען קעמפ' האט פינאנציעלע אינוועסטמענטס אין 'דאמיניען', ער האט באקומען מאסיווע קיקבעקס לעצטע יאר פון די קאמפעני + אינשורענס פאר זיין עלעקשאן און זיינע קאנדידאטן. און ער האט פערזענליך מיטגעארבייט מיטן פליפן זשארזשיע צו ביידען.

2) די פרישע דאזען רעפובליקאנער קאנגרעסלייט עלעקט וואס האבן געווינען קעגן דעמאקראטן האבן באצאלט פאר דאמיניען צו באקומען די עלעקשאן.

3) אין א קאנפערענץ קאלל פון עטליכע הינדערט חברה, בראשם בערני סענדערס און עי. או. סי. האבן באאמטע אין די פענטעגאן אראפגעגעבן אינסטרוקציעס וויאזוי צו דורכפירן א סאבאטאזש אקציע קעגן די פעדעראלע גאווערמענט.

4) אנדעקט עווידענס אז קלינטאן האט געניצט די דאמיניען פירמע אין די 16' פריימערי צו סוויטשן קאליפארניע פון ברני צו איר.

5) פלאן צו פיילן אן אינזשאקשען אפצוהאלטן די זשארזשיע ראנאףף עלעקשאן ווילאנג די דאמיניען מאשינען זענען נישט אוועקגענימען. מ'זאל נישט גיין וואוטן עז איז.

6) די סי איי עי און די עף בי איי, בראשם פון זשינע האספעל און קריס רעי זענען פולי אינפארמירט און בשותפות מיטן גאנצען אינטערנאציאנאלן סקעם.

ע"כ דברת פקחתה פון בלויז די לעצטע 24 שעה.

יעצט, איך האב אויפגעכאפט ביי כמעט יעדע קלעים ווי זי לייגט צו "האט מיר יענער אפיציר פארציילט", קוקט אויס איינער פיטערט איר אינפארמאציע, און בעיסד אויף יענעמס היסטאריע בינעך גאנץ זיכער אז די רעדע איז פון 'סאשא בעראן קאהן'.

אלענפאלס, איך זעה נישט די שפיל צו לאנג אנהאלטן. עס קומט צו א פוינט אז אפילו פאר די צושטרויבעלטע טראמפ-זשוליאני טיעם איז דאס שוין אויך צופיל בזיונות, אשע"כ וואלט איך בכלל נישט געווען שאקירט צו הערן גאנץ בקרוב אז די פרוי איז געפלויגן פונעם טיעם.

פון מיין זייט אבער זאל די שאו שטייצעך אנגיין ווי לענגער..

באשעפער איינציגער...
זי האט דאס עכט געזאגט?..
האט זי כאטשיג געשמייכלט ווען זי האט געלאזט פאלן די קלוגע רייד?..
אפלו טראמפ אליינס קען דאס נישט באווייזען...

די קשיא איז אבער אויף די טראמפ טיעם.. פאוואס לאזן זיי צו אזאלכע אטאקעס אויפן גאנצע רעפובליקאנער פארטיי פון אן אפיציעלע טראמפ אטוירני?..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ'ס אדוואקאט איז געווארן געפרעגט די באמבע קשיא "אויב האבן דערמאקראטן שוין יא געפעלטשט די וואלן אויף א מאסשטאבליכן פארנעם, דאן פארוואס בלויז די פרעזידענטשאפט? פארוואס נישט אויך קאנגרעס און סענאט?

אט ליינט די מעכטיג שטוינענדע תירוץ:
Screenshot 2020-11-22 023918.jpg

אבער עכט ווייסטו אז די תירוץ אי זייער פשוט
(נישט אז איך נעם א צד צו יא פראוד צו נישט אבער דעי קשיא איז נאר א באמבע פאר קליינע קעפ)
און צום הסבר ווען איינער וויל מאכן גרויס פראוד אויף אן עלעקשן סאך שווערער ווען סאיז קאנצעטרירט אויף א לאקעל רעיס ווייל יענער באטראפענע קאנדידאט האט די איינע רעיס איבער צו קיקען
משא״כ טראמפ לויפט ארום ווי פרעה זיכן דעם קאונטי ווי מהאט געריגט לשיתתו
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”