די נייע אפיס 2010 און חידושים אין 2007

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

די נייע אפיס 2010 און חידושים אין 2007

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אין קורצן רעדט מען דארטן אז מייקראסאפט גייט אוועקגעבן די קומענדיגע ווערסיע פון אפיס 2010 אומזיסט אויף די נעט, פונקט ווי גוגל דאקס און ספרעדשיעט.

דאס איז א פארזוך פון דעם זשייענט מייקראסאפט צו באקעמפן די אומזיסטע "גוגל גיוועוועי'ס" וואס איז עוועילעבל פאר יעדן אינטערנעט באנוצער וואס האט נישט קיין ווארד אדער עקסעל, און דאך האט ער די מעגליכקייט צו עפענען די פיילס דורך די גוגל אפליקאציעס.

אנאליסטן שפעקולירן צי דער שריט וועט עפעס ברענגען פאר מייקראסאפט אדער וועט עס איר גאר אונטערברענגען וויבאלד זי איז שוין א באקאנטע עסטאבלירטע פירמע וואס פארקויפט 'באצאלטע פראגראמס' וועט די אומזיסטע אוועקגעטיילטע פראגראמס איר נאר אין דער ערד לייגן ווייל מענטשן וועלן אויפהערן קויפן. אבער א ווארטזאגער פאר מייקראסאפט האט דאס אפגעשלאגן אז די אומזיסטע ווערסיע איז בעיקר געצילט פאר די מענטשן וואס האבן סייווי נישט ווארד און עקסעל, דעריבער אנשטאט זיי צו 'פארשיקן' צו גוגל'ס פראגראמס וועלן זיי ענדערש נוצן מייקראסאפט'ס פראגראמס, וואס וועט פארשטייט זיך קומען מיט אפפערס און אפציעס צו אפגרעידן צו א באצאלטע ווערסיע און עס קען גאר ברענגען פולע קאסטומערס.

די נייע ווערסיע איז געזאגט צו ערשיינען אנהויב יאר 10, אזוי אויך די אומזיסטע ווערסיע פון "אפיס וועב אפליקאציע" וועט זיין עוועלעבעל דורך אן אפגרעיד בערך די זעלבע צייט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

אפיס צוויי טויזנט און צעהן למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

אין אן אנדער אשכול האט איינער דערמאנט וועגן דעם נייעם אפיס וואס גייט ארויסקומען.

למעשה איז דאך נישט מער ווי יושר אז מען עפענען אן אייגענעם געהענגל צו איבער שמועסן דעם נייעם אפיס/ווארד וכו'.

איז אזוי, איך האב מיר פארשאפט א טעסט ווערסיע פון די נייע אפיס (עס הייסט טעקניקעל ווערזשאן), און אינסטאלד ווארד ביי מיר (די אנדערע חלקים פון אפיס נוץ איך כמעט נישט ממילא איז מיר גענוג אינסטאלד), ווייל איך האב געוואלט זעהן צו פאר אונזערע אידישע זאכן איז שוין עפעס בעסער, אבער נישט קיין ראזינקעס און נישט קיין ווערעם, איך האב אויבנאויף נישט געזעהן קיין נייע אפשען'ס מער ווי ביי נול זיבן, נאר איין זאך אז זיי האבן אליין אריינגעלייגט א מעניו טעב (צו האבן די אלע אלטע מעניוס פון פייל עדיט וויכי' וויכי' [יעצט פייגעבאלן] ) וואס ביי נול זיבן האבן זיי דאס נישט געהאט נאר עס איז געווען צובאקומען וואס איינער אנדערש האט געמאכט צו אריינבאהעפטן אין אפיס, אבער די אלע פאנטס וואס ארבעטן נישט אין נול דריי און אין נול זיבן ארבעטן דא אויך נישט, אויך האב איך געמיינט זיי וועלן שוין כאטש לייגן אן אפשען פאר די לעצטע שורה צו זיין אינמיטן, אבער וואס ווען וואו, אויך קיין חלונות וכדומה אלעס וואס א אידיש קינד ברויך האב איך נאך אלץ נישט געטראפן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אפשר קען מען עס צוזאמשמעלצן מיט בן הרחמן'ס אשכול איבער אפיס 2010 ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

מייקראסאפט אפיס איז אויפגעקומען מיט א נייער פאטענט וויאזוי צו לייזן דעם Graphical User Interface) GUI) פראבלעם וואס זיי האבן שוין א שטיקל געלייזט מיט'ן נייעם 'ריבבין' אויסשטעל אין אפיס 2007, דהיינו:

וואספארא ווערסיע שפעטער פון אפיס, אלץ מער און מער אפציעס און פיעטשערס קומען צו, אזש ס'געקומען צו א פאונט אז מענטשן קענען בכלל נישט טרעפן און ווייסען נישט בכלל אז עס עקזעסטירן צענדליגער צענדליגער פיעטשערס, וואס די אלע פלעגן צו ליגן טיף טיף באהאלטן צווישן די אלע מעניוס (זיי האבן געמאכט א סטאדי און געקומען צו דעם שטוינדעגן מסקנה, אז רובה דרובה באנוצערס פון ווארד קענען נישט מער וואו פינף פראצענט וואס ס'קען אלץ טון!) און טאקע דערפאר זענען זיי אינ'ם ווערסיע 2007 אויפגעקומען מיט די פאטענט פון דעם 'ריבבין' וואס ברענגט ארויס פיל מער אויפ'ן אויבערפלאך ווי זיי האבן נאר געקענט מיט דעם אלטמאדישען מעניוס.

דאס איז אלץ גוט געווען פאר א טייל פון די פראבלעמען וואס זיי רופן צווישן זיך IN, דהיינו די פיעטשערס וואו למשל באלד, מארזשינס, ספעלינג, סטיילס וכדו'. וואס מען זעט עס מיט די פליישיגע אויגן בשעת מען ארבייט אויפ'ן דאקיומענט, און עפ"י רוב דארף מען האבן עפעס סעלעקטעד, אדער לכה"פ האבן דעם קורסער ערגעץ וואו אינ'ם דאקיומענט עס זאל זיין אויף וואס צו חל זיין.

אבער דער צווייטער טייל וואס דאס רופן זיי OUT, דהיינו פרינטינג, רשותים (פערמישענס), דאקיומענט אינספעקטאר, סעיוו וכדו', וואס דאס איז נישט פאר'ן עצם דף אויסשטעל, נאר עס איז אויפ'ן גאנצען דאקיומענט בכלליות, וואס אין דעם איז אריינגערעכנט געוואלדיג אסאך פיעשטערס, אט דאס איז נאכנישט געלייזט געווארן פריער אין ווארד 2007.

דערפאר זענען די קארפנקעפ ביי מייקראסאפט אויפגעקומען מיט א נייעם ברעניסטורם, וקרא שמו במייקראסאפט 'בעקסטעידזש', וואס לויט ווי ווייט איך פארשטיי טוט דאס צו די OUT פיעטשערס, וואס דער 'ריבבין' טוט צו די IN פיעטשערס.

וואס דאס איז ווייס איך נאכנישט פונקליך, היות איך האב נאכנישט זוכה געווען צו באקומען דעם טעקניקל בולד פון אפיס 2010, אבער אז איר ווילט לייענען מער דערוועגן קענט איר זען דארט פון וואו איך האב ארויסגעליינט (מיט האלב צובראכענע אידיש) און פיל פיל מער פרטים בנוגע דעם נייעם GUI פון אפיס 2010.

לייענט, האט הנאה, און לאזט אייך הערן!

blogs.technet.com/office2010/archive/2009/07/15/microsoft-office-backstage-part-1-backstory.aspx
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

איך בין יעצט אריינגעגאנגען אין דעם נייעם ווארד צו זעהן פון וואס דו רעדסט, און איך האב טאקע געזעהן א בריה חדשה וואס וועט מסתמא נעמען אביסל צייט ביז איך וועל אויספיגערן אלעס וואס מען קען דארט טוהן.

איין זאך וואס איך האב יעצט באמערקט אז אין די נייע אפיס קען מען אביסל קאסטימייזען די ריבבאן, איך ווייס נאכנישט אלעס וואס מען קען טוהן אבער אביסל האב איך ארומגעקוקט, איך וועל דא שרייבן אפאר זאכן וואס איך האב פרובירט צו קאסטימייזען ביי די ריבבאן, אויב וועט נישט וועלן האבן איין אפטיילונג פון די ריבבאן למשל רעפערענסעס טעב אדער מעילינגס טעב וועט מען קענען אויס-סעלעקטן די געוויסע טעב, און וועט עס מער נישט זעהן אויפן אויבעפלאך ביז ער וועט זיך מיישב זיין עס צוריק צולייגן, אבער אין יעדע טעב אליין קוקט מיר אויס אז מען וועט נישט קענען אוועקנעמען איין געוויסע אייטעם, נאר די גאנצע טעב וועט מען קענען אנשטעלן צו מען וויל עס זעהן צו נישט, אויך וועט מען קען צולייגן אייטעם'ס אין יעדע טעב אויב מען וויל, די מעלה וואס איך האב געטראכט דערפון איז, אז אויב למשל איך בין די היים טעב, און עס דא געוויסע זאכן וואס איך נוץ אפט וואס ליגן אבער אין די אנדערע טעבס פון פעידזש לעיאוט אדער אינסערט וכדו' וועל איך קענען צולייגן די פאר אייטעמס וואס וויל אין די היים טעב אזוי איך זאל נישט דארפן סוויטשן צווישן די טעבס, (זעה צוגעלייגטע בילד פון די נייע גרופע וואס איך האב צוגעלייגט אין די היים טעב עטליכע זאכן וואס איך נוץ אפט), ווען מען וויל צולייגן זאכן האבן זיי באזונדער איינגעטיילט די זאכן וואס זענען נאכנישט דא ביז יעצט אין קיין איינע פון די טעבס אזוי מען זאל קענען גרינגער אויסקלויבן, און אזוי נאך פארשידענע אפשענס ואי"ה עוד חזון למועד אויב איך וועל האבן געדולד און צייט זיך ארומצושפילן.
אטעטשמענטס
new ribbon group.jpg
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

אזוי ווי איך האב זיך נעכטן אביסל ארומגעשפילט אינעם נייעם ווארד, וויל איך ענק מוסר מודעה זיין רבותי, עס איז דא צוגעקומען אין ווארד א נייע וועלט!!! וואס רופט זיך סמארט ארט (קלוגע מאלעריי) דאס קוקט מיר אויס צו האבן עפעס געוואלדיגע מעגליכקייטן פאר פיקטשערס און גרעפיקס, איך האב אליין פרובירט נאר עטליכע זאכן און איך ווייס נאך מסתמא ווייט נישט אלעס וואס קען דארט געטוהן ווערן, אבער פון די פאר זאכן זעה איך אז עס קוקט אויס געוואלדיג,

איך האב דא געוואלט אנהייבן צו שרייבן און אביסל אויסרעכענען זאכן און מעגליכקייטן וואס איך האב באמערקט, אבער איך האב זיך אפגעשטעלט ווייל איך האב געזעהן אז יכלה הזמן והם לא יוכלו עס איז ממש מים שאין להם סוף, מען קען זיך ארומשפילן און ארומשפילן זייער אסאך, און זיי האבן זייער אסאך רעדי לעיאוטס און סטיילס, ווי אויך ביים מאכן א רייט קליק האט מען גלייך מערערע אפציעס, הקיצור די גרעפיקס חלק קוקט מיר אויס עפעס מורא'דיג.
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

ווי קען מען באקומען די נייע ווארד צוואנציג צען
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

גוגעל ארום וועסטו עס טרעפן
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחזור »

ווען דו טרעפסט עס ברעג א לינק זיי מהנה די קרעטשמע
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

איך ווייס נישט צו מען מעג דא געבן ברבים לינקס
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

שכח בעני

איך האב נאר געפרעגט ברבים ווייל איך האב געמיינט אז מ'קען עס האבן ערגעץ אפיציעל
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

בןהרחמן האט געשריבן:אזוי ווי איך האב זיך נעכטן אביסל ארומגעשפילט אינעם נייעם ווארד, וויל איך ענק מוסר מודעה זיין רבותי, עס איז דא צוגעקומען אין ווארד א נייע וועלט!!! וואס רופט זיך סמארט ארט (קלוגע מאלעריי) דאס קוקט מיר אויס צו האבן עפעס געוואלדיגע מעגליכקייטן פאר פיקטשערס און גרעפיקס


כבוד בן הרחמן הע"י,
ווי ווייט איך האב פארשטאנען וואס דו האסט געשריבן בנוגע 'סמארט ארט', איז עס שוין דא אין ווערסיע 2007. אויב האב איך נישט קלאר פארשטאנען, אדער איז דא א גרעסערע חידוש ווי אין 2007, ביטע שטעלט אייך אויף אויפ'ן בענקל און לאזט אייך הערן. א דאנק!

יעצט לכל הקהל הקודש הזה:
אויב איינער איז נייגעריג צו הערן דעם טיפען און גרינטליכען היסטאריע פון דעם 'ריבבין' (איז דא א אידישע ווארט דערפאר?), פארוואס מען האט עס געמאכט, וויאזוי מען האט עס געמאכט, פארוואס פונקט אזוי און פארוואס פונקט אזוי, און ווי אויך צו זעהן גאר אינטראסאנטע פראטאטייפס (פארשידענע טעסטס פון א שיינע פאָר הוה אמינא'ס וואיזוי זיי האבן געטראכט צו מאכען דעם 'ריבבין' לכתחילה), און ווי אויך פארשידינע אנדערע גאר אינטרסאנטע שמועסן בנוגע דעם GUI פון אפיס 2007. קען מען זעהן א גאר אינהאלסטרייכער ווידאוי פרעזענטעישן פון דעם אנפירער פון דעם GUI טעים פון 2007 (און אפשר אויך פון 2010).

זעהטס, האטס הנאה, און לאזט אונז נישט צו לאנג ווארטן צו הערן וואס איר האט צו זאגן דערויף.
(עס דויערט בערך א שעה אין א האלב)

THe Story of the Ribbon
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
בן יועזר
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן יועזר »

אזוי ווי מרעדט שוין פונעם ענין וואס מייקראסאפט טרייט אריינציבייסן אין גוגל דארף אויך דערמאנט ווערן אז סאיז א טו וועי סטריט

דהייינו גוגל וועט (פרובירן) שטארק אריינציבייסן אין מייקראספאט מיטן ארויס קימען מיט א OS (אנשטאט מייקראס. ווינדאויס) סוועט זיך רופן קראם OS - אין אנהייב וועט עס נאר זיין געבעיסט פאר מענטשן וואס באנוצען זיך מיטן קאמפיוטער בעיקר פאר די נעט

סאיז מיר א חידוש אז סנאכנישט געווארן דערנמנאנט די נייעס ערגעץ ווי אין אונזער ווינקל!!
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

איך מיין מען האט שוין יא גערעדט דערפון.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

דער אמת איז אז האניג איז גערעכט, עס איז שוין דא סמארט ארט אין 07 אויך, (אודה ולא אבוש אז איך האב עס טאקע נישט געהאט באמערקט ביז יעצט, ווייל איך נוץ נישט עכט 07 איך האב נאר אינסטאלד צו קענען באנוצען דערמיט לכשיצטרך), אבער יעצט האבן זיי עס סאך פארבעסערט מיט סאך מער אפשענס און עס איז אסאך מער פלעקסיבעל און גרינג פארן באנוצער און מען זעהט שנעלער די אפשענס,

איין דוגמא וואס איך וועל דיר געבן וואס איך האב היינט געזעהן ביים ארומשפילן א חילוק צויישן די נייע און אלטע, אז אין 07 ווען מען מאכט א שעיפ למשל א באלי זאל זיין אנגעפילט די בעקגראונד מיט א פיקטשער פון א פייל וועט עס אביסל צוציהען די פיקטשער (איך מיין אז דאס הייסט ASPECT RATIO) און עס קוקט נישט אויס אזוי שיין, משא"כ ביי די נייע בלייבט עס מיטן געהעריגן אספעקט קלאר שיין, (איך ווייס נאר נישט וואו (און אויב) מען קען אנשטעלן וויפיל פונעם פיקטשער עס זאל אריינכאפן אינעם שעיפ),

און בכלל איז צוגעקומען נאך אפאר פיטשערס צו די פארמאט אפשענס וואס איז נישט געווען ביז יעצט, אדרבה פרוביר אויס.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

בןהרחמן האט געשריבן:איין דוגמא וואס איך וועל דיר געבן וואס איך האב היינט געזעהן ביים ארומשפילן א חילוק צויישן די נייע און אלטע, אז אין 07 ווען מען מאכט א שעיפ למשל א באלי זאל זיין אנגעפילט די בעקגראונד מיט א פיקטשער פון א פייל וועט עס אביסל צוציהען די פיקטשער (איך מיין אז דאס הייסט ASPECT RATIO) און עס קוקט נישט אויס אזוי שיין, משא"כ ביי די נייע בלייבט עס מיטן געהעריגן אספעקט קלאר שיין, (איך ווייס נאר נישט וואו (און אויב) מען קען אנשטעלן וויפיל פונעם פיקטשער עס זאל אריינכאפן אינעם שעיפ)


הרב בן הרחמן עמו"ש,

ביטע געב א קוק אויף דעם סקרינשאט וואס איך האב געכאפט פון ווארד 2007.
אלעס קומט אויס הערליך שיין פראפאשעניל.
אויב האב איך נישט גוט פארשטאנען ביטע אויפקלערן. א דאנק!
אטעטשמענטס
Aspect Ratio.JPG
Aspect Ratio.JPG (34 KiB) געזען 5964 מאל
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

דאס איז ווען דו מאכסט א שעיפ וואס איז בערך ווי די געשטעל פון דיין פיקטשער, פרוביר ביי א רינדיכע שעיפ וועסטו זעהן דעם חילוק אז אויב סעלעקט מען עס זאל זיך האלטן די עספעקט רעטיא וועט די פיקטשער זיך רוקען זייטיג, און מען עס איז נישט סעלעקט די קיפ עספעקט רעטיא דאן ווערט געסטרעטשד אדער צודריקט די בילד,

אקעי, איך בין געגאנגען מאכן צוויי סעמפלס פון וואס איך מיין

די צווייטע איז פון ווארד 07 (רעכטס אן די עספעקט רעטיא, און לינקס מיט עספעקט רעטיא וואס די בילד האט זיך פאריקט צו רעכטס

די ערשטע סקרין-שאט איז פון די נייע אפיס (עס איז אביסל אומקלאר געווארן נאכן פארקלענערן איך האף דו וועסט קענען זעהן), און מען זעהט אינדערזייט די אפשענס וואס דארט קען מען טאקע אנשטעלן די אפפסעט וויפיל עס זאל זיך אריינרוקען פונעם בילד כדי עס זאל אויסזעהן נארמאל און שיין (ארומגענומען מיט א באקסל), ווען אלע זענען געווען אויף 0 האט עס אויסגעזעהן ווי די רעכטע פון 07, אבער נאכן ארויסרוקען פון די לינקע זייט און א משהו פון די רעכטע זייט איז עס אויסגעקומען שיין אינמיטן, דאס איז ווען מען מאכט סתם א שעיפ און מען פילט עס אן מיט א בילד, ווען מען גייט אבער דורך סמארט-ארט און מען נוצט א באלי פון זיי דאן ווען מען פילט עס אן מיט א בילד ווערט אליין די אפפסעט, נאכדעם האב איך געזעהן אז ביי ווארד 07 ווען מען גייט מיט סמארט-ארט האט מען אויך די אפשענס פון סטרעטשן און אפפסעט, אבער מען מוז עס אליין אנשטעלן ווייל עס קומט קודם אריין צוצויגען.
אטעטשמענטס
bear office 2010.jpg
bear office 07.jpg
לעצט פארראכטן דורך בןהרחמן אום מיטוואך יולי 22, 2009 4:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

שלום עליך בן הרחמן!
איך מוז מודה זיין אז האסט מיר דא אזוי מיט א יא און א ניין אריינגעשלעפט אין א נייער וועלט פון ווארד 2007 וואס איך האב בכלל נישט געוואסט די אלע יארן וואס איך ארבייט דערויף. דהיינו 'סמארט ארט'.
יא, כ'האב טאקע געוואוסט צו זאגן דערוועגן, אזוי ווי כ'האב שוין פריער מגיב געווען, אבער כ'האב מיר באמת נישט צופיל אריינגעלייגט אין דעם נושא, היות ס'האט מיר אויסגעזען ווי דאס איז נישט פאר מיר, נאר מער פאר קארפארעט ביזנעסעס וואס נוצען עס פאר טשארטס, דייעגרעמס וכדו'. אבער יעצט אז מיר האבן אביסל גערעדט דערוועגן, און האסט אפילו ארויפגעברענגט סקרינשאטס דערפון, האב איך מיר געזעצט דערצו, און, והנה הוא, אזא נייער וועלט וואס איך האב קיינמאל נישט באגענגענט פריער אין ווארד (נאר אין פאויערפאוינט). דהיינו, 3D, דראפ שעדאויס, גלאוס, וכדומה וכדומה, כ'געדענק גארנישט אז כ'זאל האבן אמאל געזען אין ווארד, איך פלעג אייביג צו נוצן פאויערפאוינט פאר די זאכן! (היינט צוטאגס, גראדע, נוץ איך שוין נישט אזויפיל די זאכן אזויווי אמאל, כ'האב מיר שוין ב"ה צוגעלערנט און זיך צוגעוואוינט צו די אדבי פראגראמען וואו איך טו רוב גראפיקס ארבעט, אבער, ס'קומט אייביג צוניץ צו וויסן די זאכן!)

בנוגע צו אונזער שמעוס:
כ'האב נישט פארשטאנען דער חילוק וואס דו פרובירסט ארויסצוברענגן צווישן 07 און 10 אין אספעקט רעטיו. אויב מעגליך ביטע זיי עס מער מסביר. א דאנק!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

איך האב נישט צופיל צייט (און געדולד, דאנט טעיק איט פערסאנעל), דאס מסביר צו זיין באריכות, יעצט וועל איך פרובירן בקיצור,

אין ווארד 07 ווען דו מאכסט א רינדעכיגע שעיפ (און לכאורה הוא הדין סיי וואס אן אנדערע שעיפ וואס איז נישט באקסעדיג אדער רעקטענגעל) און מען פילט דאס אן מיט א בילד, קען מען זיך נישט ארומשפילען וויאזוי דער בילד זאל ליגן אינעם שעיפ, עס איז נאר דא די אפשען צי מען וויל האלטן די עספעיקט רעטיא אדער נישט, ממילא אז איך האב א שיינע בילד וואס דער עיקר חלק וואס איך וויל עס זאל געזעהן ווערן ליגט אביסל זייטיג אינעם בילד, וועט עס נישט גוט ארויסקומען ממה נפשך, ווייל אויב איך האלט דעם עספעקט רעטיא ווערט עס אזויווי די לינקע בילד וואס איך אויבן געלייגט פון ווארד 07, און ווען מען האלט נישט די עספעקט רעטיא ווערט צופארן די בילד אזוי ווי מען זעהט פריער אויפן רעכטן בילד ווי דער בער איז געווארן שמאל און הויך, איין זאך נאר וואס אויב דו נוצט א פארטיגע זאך וואס קומט פון סמארט-ארט און דו טוישט נאר די פילינג דערפון עס זאל זיין פון א בילד, דאן האט מען יא די אפשענס פון די אפפסעט צו אויסציען די בילד פון די זייטן וויאזוי מען באגערט ברצונו מרחיב וברצונו מקצר,

משא"כ ביי אפיס 010' איז ביי יעדע פשוטע שעיפ דא די אפשענס פון סטרעטש אנצושטעלן די אפפסעט, און נאכמער אז ביי סמארט-ארט אויב דו נוצט א רינדעכיגע באלי פון דארט און דו פילסט עס אן מיט א בילד מאכט עס אליין א שטיקל אפפסעט, העכסטנס אויב מען איז נישט אינגאנצן צופרידן קען מען אליין אביסל רוקן.

איך האף אז דו פארשטייסט, אדרבה פרוביר דו אליין אויס אין 07, מאך א רינדעכיגע שעיפ און פיל עס אן מיט א בילד וואס למשל די פנים איז אביסל אין די זייט פונעם בילד, און זעה וויאזוי עס קומט אויס אויב מען קען זיך ארומשפילען דערמיט.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

א הערצליכן דאנק אוועקצוגעבן פון דיין טייערען צייט מהנה צו זיין היימישע אידן, בן הרחמן!

אה, יעצט פארשטיי איך וואס דו האסט געשריבן אויבן. א גרויסן שכוח, תשוח"ח לך!

;l;p-
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

מורינו בן הרחמן...
איך האב גאר גוט פארשטאנען שוין פון דיינע ערשטע תגובות מיט די סקרינשראטס וואס דו זאגסט וועגן די שעיפ מיטן בילד...
און דערפאר טאקע ווארט איך שוין לאנג אז ווארד זאל פאררעכטן דיזע פראבלעמען ואס מיר האבן שוין פונלאנג...

אבער די חידוש פון די סמארט-ארטס אין ווארד האט פאר זיך אליין זיך געלוינט.

הגם איך נוץ אויך אין טעגליכע באנוץ נאר די אלטע ווארד ווערסיע פון 03, אבער לכשיצריך האבעך דעם 07, און כ'האב גארנישט געוואוסט ביז איצטערט איבער די סמארט-ארט אפשענס ביי ווארד 07.. געמינט האבעך אוו האניג אז ס'נאר אין די פאוערפוינט אפטיילונגען....

גוט ביסטו און גוט זאלסטו בלייבן!
גם ברוך תהי'!
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

איך האב יעצט געזעהן נאך צוויי גרויסע חידושים אינעם נייעם ווארד ביי די פיינד אפציעס,

איך האב געגעבן א דרוק CTRL F ווארטנדיג עס זאל ארויסקומען די פיינד באקסל, דערווייל עפענט זיך אויף די לינקע זייט אזא גאנצע פענעל מיט פארשידענע זוך אפציעס, קודם זעה א נייע זאך אז מען קען זיך וואו עס איז דא גרעפיקס (זעה סקרין-שאט נומער 1).

דערנאך האב איך אריינגעטייפט דארט אינעם ליידיגן פלאץ די ווערטער 'אברהם אבינו', דא בין איך שוין געשפרינגען, קודם זעה איך אז עס געשעהט גלייך דאס וואס ווערט ארומגערעדט דא אין א דערנעבענדער געהענגל וויאזוי מען סעלעקט איבעראל וואו עס שטייט די זעלבע ווארט, דא געשעהט עס גלייך, און נאכמער עס מיר אויס אונטער דעם די אלע פלעצער וואו עס שטייט די ווערטער מיט אביסל פון פארדעם און נאכדעם אזוי איך זאל קענען אויסקלויבן וועלכע איך וויל און גלייך דרוקן דערויף אנצוקומען אהין, (זעה סקרין-שאט נומער 2), איין זאך אז ווען די ווארט\ווערטער וואס מען זוכט געפינט זיך צו סאך מאל דאן ווען עס נישט ארויסקומען אונטן נאר וועט שטטין אז עס דא צו סאך מאהל.
אטעטשמענטס
find pane.jpg
find pane.jpg (35.65 KiB) געזען 6466 מאל
find avruhum uvini.jpg
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

האָ האָ... איך שפרינג שוין אונטער פון וואס עס טוט זיך אלץ אפ אין דעם נייעם ווארד פון יארע 2010....

קוקט מיר אבער אויס אז מ'וועלמיר מוזן ווארטן אז ס'זאל טאקע זיין למספרם 2010 צו קענען הנאה האבן און זיך באנוצן מיט די חידושים נפלאים...
שרייב תגובה

צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”