ר' אלטר שאול פעפפער זצ"ל מביטשקוב-ניו יארק

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

ר' אלטר שאול פעפפער זצ"ל מביטשקוב-ניו יארק

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג יולי 16, 2009 7:05 pm

ר' אלטר שאול בר ר' ישראל אלימלך פפעפפער ז"ל
געבוירען און פוילן און א דערפעל לעבען קראקא בשנת תרל"ד
ער איז געקומען קיין אמעריקא בשנת תרע"ב און געווארען רב פון ביהמ"ד הגדול אנשי אונגארן און נו יארק

ר' אלטר שאול איז געווען סגן נשיא פון אגודת הרבנים, און נשיא פון ועד הרבנים.
ער איז געפארען צי די כנסיה גדולה פון אגודת ישראל קיין וויאן בשנת תרפ"ט און מען האט אוהם ממנה געווען אלטץ סעקרעטאר פון אגודת ישראל.

ר' אלטר שאול איז אויך געווען זייער אקטיוו און פארשאפען געלד פאר די עזרת תורה ארגעניזאציע און איז געווען דער גרינדער פון דעם כולל מאראמאראש.

ער איז געווען א באוויסטער תלמוד חכם, און געווען באקאנט און זיינע ידועות בעניני גירושין.
ער האט נאך בחיים חיותו ארויסגעגעבען צוויי חלקים פון זיין ספר שו"ת אבני זכרון, און א דריטע חלק האט די משפחה זיינער געדרוקט שוין אחר פטירתו.

ער איז נפטר געווארען דריטען טאג חוה"מ פסח שנת תרצ"ו
צוגעלייגטע
P7160001_1.JPG
the SCY is the limit

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג יולי 17, 2009 10:17 am

ומנו"כ ב?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג יולי 17, 2009 10:23 am

אין חלק ג' פונעם ספר אבני זכרון וואס די קינדער האבן ארויס געגעבן איז דא שיינע מאמר שרטוטים לדמותו של הגאון המחבר זצ"ל וואס ר' זלמן לייב גרינוואלד מקאלאמבוס אהייא האט אויף איהם געשריבן.
ער שרייבט אז זיין איידעם ר"מ שייא האט ממלא מקומו געווען, זעהט אויס ער האט איבער געלאזט לייטישע קינדער.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג יולי 19, 2009 12:20 am

בן בוזי האט געשריבן:ומנו"כ ב?


ר' אלטר שאול ז"ל ליגט און יוניאן פילד בית החיים, דארט וויא דער רב הכולל ליגט.

איך בין געווען לעצטען דאנערשטאג אויפען ציון פונעם רב הכולל ביומא דהלולא דילי' און דערנאך בין איך געגאנגען צי דער משפחה חלק פון די האראוויטץ-מארגערעטען, וויא אן עלטער פעטער פאר מיין בני בית ליגט.
גייענדיג אהון האב איך מיך אהנגעטראפען און ציון פון הרב פפעפפער ז"ל
the SCY is the limit

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג יולי 19, 2009 9:12 am

רב פפעפפער איז געקומען קיין אמעריקא צוליב א גט מיט וואס ער האט זיך פארהאנקערט אין מארמארוש
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24673
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 19, 2009 9:15 am

איין מינוט מיינע ידידים, ביטע כאפטס נישט.

איר זאגט אז ער איז געבוירן אין קראקא אין נסתלק געווארן אין אמעריקא, אויב אזוי וואס האט ער כלל געהאט מיט מאראמאראש?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג יולי 19, 2009 9:24 am

farshlufen האט געשריבן:איין מינוט מיינע ידידים, ביטע כאפטס נישט.

איר זאגט אז ער איז געבוירן אין קראקא אין נסתלק געווארן אין אמעריקא, אויב אזוי וואס האט ער כלל געהאט מיט מאראמאראש?


עי' במאמרו של הרב גרינוואלד הנ"ל שנשא בת העיר ביטשקוב הסמוך לסיגעט-מארמארוש
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24673
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 19, 2009 9:31 am

א ישר כח, עשיתי ככל אשר צותני.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » זונטאג יולי 19, 2009 10:58 am

ב''ה
הרב מיכאל שאי ז''ל איז געווען דער רב פין דיא אונגארישע שהול אויף דיא 7טע גאס אין דער לאוער איסט סייד --עהר איז געווען איין פרעשבורגער תלמיד
פין דעת סופר ---עהר האט געגעבען דיא השגחה אויף האראוויץ-מארעגערעטען פאבריק ,,מצות -פלייש קענס אין פארשידענע פראדוקטען,,עהר איז
געווען איין מיטגליד אין דיא ארגענזאצי' אגודת הרבנים ע''ה -הרב ר' אלטר שאול איז ווערט ציא דיסקאטירען עהר איז געווען איין עילוישער מענטש -

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 10:15 am

איך האב ערהאלטן אין בליץ-פאסט פון אן אייניקל די מאמר פון רי"י גרינוואלד איבער הרב פעפפער איבערגעזעצט אויף ענגליש (זעה בייגעלייגט) ווי אויך א בילד פון הרב פעפפער און די 'ניו יארק טיימס' ביי זיין פטירה, ווי מ'זעהט אז ער איז געווען דער העכסטער תורה-אוטוריטעט לעניני גיטין וקדושין און אז ער האט פאר א צייט געדינט אלס נשיא אגוה"ר (OU).
צוגעלייגטע
Pfeffer.pdf
(40.11 KiB) דאונלאודעד 153 מאל
Alter Shaul 01a.JPG
Alter Shaul Obit.JPG

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 10:23 am

די היינטיגע שיעור איז געלערנט געווארן לע"נ הגאב"ד ר' זרח מיכאל (מייק) ב"ר משה אליקים פעפפער ז"ל נכד הגאון ר' אלטר שאול מנעויארק ששחל"ח היום שלא בעונתו (אינו יום המעונן).

יהא זכרו זרח
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יוני 24, 2010 2:42 pm

איידי דאתי לידי נימא בי' מילתא, אין א צווייט אשכול האב איך דערמאנט יעצט וועגן ר' אלתר שאול האב איך זיך דערמאנט איבער א דו"ד וואס מיר האבן געפירט דער וואך מיט כ"ק דער סקרענטענער רב שליט"א מפה.

דער דיון איז איבער א טעות וועלכע איז פארדריסליך אריין געפאלן אין איינע פון די פילע וועכנטליכע אויסגאבעס (ס'געווען א סאטמארער אויסגאבע) מהאי שתא פרשת ויקה"פ (ווער עס געדענקט דערוועגן אדער ווייסט וועלכע אויסגאבע דאס איז געווען זאל ביטע לאזן וויסן.

דארט שטייט געשריבן אז דער ראב"ד ר' ישראל יעקב פישר ז"ל'ס מוטער דהיינו ר' אהרן פישער'ס פרוי איז געווען ר' אלטר שאול'ס א טאכטער. ע"כ.

ר' אהרן פישער איז טאקע געווען אין אמעריקא פאר זיין חתונה און דערנאך געהייראט א פרוי אין אר"י.

נאך א דו"ד זעמיר בעז"ה ארויף געקומען אויף דער לינק ווי ר' אלטר שאול שרייבט טאקע פאר ר' אהרן'ן גיסי און ס'משתמע פון דארט אז זיי זענען איידעמער אויפן זעלבער פלאץ.

וא"כ זענען סיי ר' אלתר שאול און סיי ר' אהרן געווען איידעמער ביים נגיד מפורסם פון ביטשקעוו ר' מאיר לייב יעגער, וועלכע האט שפעטער יורד געווען מנכסיו און ווי ס'איז משמע טאקע האט ר' אלתר שאול געשיקט פון נוא יארק געלט קיין אייראפע צו שטיצן זיין שוויגער וועלכע האט געוואוינט ביי ר' אהרן.

לפי"ז קומט אויס אז ר' אלתר שאול איז געווען א פעטער פארן ראב"ד הגה"צ ר' ישראל יעקב פישר זצ"ל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » דאנארשטאג יוני 24, 2010 2:48 pm

אונזער ר' יוסף פעפפער הי"ו פון וויליאמסבורג, איז פון די משפחה?

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יוני 24, 2010 2:55 pm

ס'דערמאנט מיר, עס איז געווען איינע פון ר' אברהמ'עלע לעלעווער'ס קינדער וועלכע זענען געווען געליימט אויף איין זייט ער איז דאכט זיך מיר געווען רבי אין ביתר, ער איז אוועק ל"ע אין יונגן עלטער. און ער פלעגט קומען קיין וויליאמסבורג, האט ער געפירט איינמאל אין ויואל משה אין די קבלת פנים זאל, איך בין געגאנגען צוקוקען וויאזוי ער פירט א ווערטשאף, ס'געווען זייער מאדנע און אינטערעסאנט, ער האט געקענט קוקן איינעם אין פנים אריין אזוי אויגן צו אויגן פאר עטליכע מינוט, אז מ'האט נישט געוואוסט וואס צו טוהן זיך צו קענען איינהאלטן פון אויסשיסן אין א געלעכעטער, איך האב געציטערט אז איך זאל נישט זיין נעקסט, אינמיטן גיבט ער זיך א רוף אהן צו איינעם, אוואו הייסט איר? חיים פעפער, אה חיים פעפער א שעהנער נאמען, איז וויזוי הייסטו חיים פעפער? און ער מאכט אזוי פשיהא, אז כ'האב יענעם נישט מקנא געווען, און דערנאך האט ער געמאכט פעפער פון די נעקסטע מענטש, איך האב זיך דערווייל אראפ געשלייכט פונעם באנק און זיך גערוקט אין דער זייט......
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג יוני 24, 2010 5:21 pm

אחר פטירת הרה"ק רבי אבהם שלמה בנו הגדול וממלא מקום אביו הרה"ק רבי משה מרדכי, מילא מקומו בנו הצעיר הרה"צ רבי יצחק שליט"א, ובנו הגדול הרה"צ רבי שמעון נתן נטע זצ"ל שהתנהג בפלאות דר בביתר.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24673
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך ינואר 26, 2011 4:20 pm

זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך ינואר 26, 2011 4:28 pm

.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 27, 2011 5:31 pm

badatz האט געשריבן:ב''ה
הרב מיכאל שאי ז''ל איז געווען דער רב פין דיא אונגארישע שהול אויף דיא 7טע גאס אין דער לאוער איסט סייד --עהר איז געווען איין פרעשבורגער תלמיד
פין דעת סופר ---עהר האט געגעבען דיא השגחה אויף האראוויץ-מארעגערעטען פאבריק ,,מצות -פלייש קענס אין פארשידענע פראדוקטען,,עהר איז
געווען איין מיטגליד אין דיא ארגענזאצי' אגודת הרבנים ע''ה -הרב ר' אלטר שאול איז ווערט ציא דיסקאטירען עהר איז געווען איין עילוישער מענטש -

ר' מיכאל נולד בעיר מאשאן באונגארן לאביו ר' ישעי' ישכר, היה תלמיד ישיבת גאלאנטא אצל הגרי"ץ דושינסקיא ופרעשבורג אצל הדעת סופר ונשא את בתו של ר' אלטר שאול פעפפער אב"ד ביהמ"ד הגדול, בשנת תרפ"ו הגיע לארה"ב ובתרצ"ו נבחר למלאות מקום חותנו בביהמ"ד הגדול אנשי אונגארן כמו"כ שימש כרב המכשיר במאפיית הורוויץ-מארגארעטן כנ"ל ועל שאר מאכלים.

הרב שאי עסק הרבה בחקירת תולדות וקורות יהודי אונגארן וקורות העיר פרשבורג (בראטיסלאווא) וקיבץ וליקט הרבה מכתבים ומסמכים על זה שמעולם לא נדפסה ונשתמרו למשמרת בארכיווני ייוו"א:
http://opac.cjh.org:8991/F?func=direct- ... format=999

הרב שאי היה פעיל בארגונים ומוסדות ציבוריים במיוחד היה עסקן לטובת ישיבת רבו הגרי"ץ דושינסקיא באר"י ובעד כולל שומה"חץ

נפטר במוצ"ש י"א ניסן תשל"ט, איפה נטמן?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג ינואר 28, 2011 10:03 am

ערהאלטן פון אן אייניקל מיט די הילף פון ר' ברוך זאל געזונט זיין:
R. Michael (Max) ben Yishaya Yisachar Schay zt"l is buried in Mt. Zion cemetery, Maurice Avenue in Queens, NY.


זוכענדיג אויף מט. ציונ'ס וועב-ארט קומט מיר ארויף די פאלגענדע אדרעס צום קבר:
SCHAY, MAX RABBI
Path: 32R
Gate: ROAD
Grave Number: 334
Section:
Block:
Lot:
Society: HAGODEL
Date of Death: 4/8/1979


יעצט ברויך כבוד הרב המסד"ק קומען פונעם ווייטען סיארקיוז אין באגלייטונג פונעם בראנסווילער עילוי בראשות רבני ודייני קהילותינו וחברי הבד"ץ שרי אלפים ושרי רבבה גיין אפירזוכען קברו ומציבתו בהר ציון זה ששוכן בה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24673
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג ינואר 28, 2011 10:25 am

path 32r grave# 334 gate road.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24673
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 07, 2011 8:52 am

נענתי לבקשת הרב:

מציבת הרב ר' מיכאל שאי ז"ל בחלקת ביהמ"ד אנשי אונגארן בביה"ח מאונט ציון במעספעט נעוויארק.
צוגעלייגטע
מציבת ר' מיכאל שאי.JPG
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 07, 2011 10:26 am

תשוח"ח לך מרן מפארשלאפן, איך בין זייער 'אימפרעסד' (נתרשם - איבערגענומען) פונעם בילד, איך האב מיך געראכטן אויף א מאדערנישע מציבה Rabbi Dr. Micahel (Max) Shai, beloved Father and Grand Father
ר' מיכאל ב"ר ישעי' יששכר

דערווייל האט ער זייער א אידישע מציבה, קיין איין ווארט ענגליש, אינטערעסאנט אז זיי האבן נישט פארצייכנט די פאקט אז ער איז געווען אב"ד ביהמ"ד הג' אנשי אונגארן

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג פאברואר 07, 2011 11:25 am

א דאנק אייך ר' פישעלע פאר די טירחא, און אזוי ווי ר' יעקב דוב האב איך אויך זיך געראכטן אויף אזא סארט מציבה.

לכאורה מיטן מורינו ורבינו אין דער חלקה פון ביהמ"ד הגדול אנשי אונגארן פעלט נישט אויס צו שרייבן ווי ער איז געווען רב.

וועמען נאך האסטו געפונען דארט, איז עס אן אור אלטער חלקה אדער נישט?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 03, 2013 2:09 pm

אן אינטערעסאנטע בריוו פון הגאון ר' ארי' ליבוש הלוי הורוויץ זצ"ל אב"ד סטאניסלוב בעל הרי בשמים איבער א ישיבה אין שטאט סערעט, בוקאווינא וואס איז געעפנט געווארן דורך ר' עקיבא סופר פון סערעט ב"ר שלמה אלכסנדרי סופר (גיסו של ההרי בשמים - בעל אחות אשתו) בן מהרש"ס פון קראקא, דער בריוו איז געדרוקט אין מחזיקי הדת חשון תרס"ו לרגל די עפענונג פון די ישיבה, דארט איז הג"ר אלטר שאול פעפפער אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבה.
מער איבער די ישיבה:
http://www.bukowina.org.il/152512/%D7%9 ... 7%A2%D7%98
צוגעלייגטע
getimage.png

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אפריל 03, 2013 4:38 pm

דאס וואס עס שטייט דא אין מחזיקי הדת (אז רבי אלטר שאול פעפפער איז געווען א תלמיד פון הרי בשמים) האב איך געהערט פון הישיש רבי אשר זעליג פארסט ז"ל, וואס זיין שוויגער (מאמע פון רבי אלימלך רומפלער פון לאנדאן) איז געווען א שוועסטער פון רבי אלטר שאול פעפפער זצ"ל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט