צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:50 am

אקעי חברה, שוין דא א פרא טראמפ אשכול, שוין דא א אלגעמיינע אשכול, צייט פאר א פרא ביידן אשכול ווי אלע פרא ביידעניסטן/אנטי טראמפיסטן זאלן זיך קענען צוזאמקומען רוהיג סטראטאגירן און אנאלאזירן די טעגליכע נייעס וואס ( אויב :twisted: ) און וויאזוי דאס קען רעזולטירן אין דעם אזוי לאנג ארויסגעקוקטן געווינס פארן אונזער ליבלינג אנקל זשאו, און אפשיקן מיט פריים נאו שיפינג דעם ס'וועט-פארשווינדן-ווערן-לייק-עי-מירעקעל-פרעזידענט קיין וועסט פאלם ביעטש פאר רעטייערמענט.

געוויסע האבן געטענה'ט אז לכאורה וואס פעלט אויס א פרא ביידען אשכול ווען אויבנאויף איז דאך די אלגעמיינע אשכול א שטיק פרא ביידען אטאמאטיש, לפי די גוטע נייעס אין זיין דירעקציע. אבער די אמת איז אז וויפיל גוטע דאטא פוינטס ס'איז דא איז דא א באראדזש פון נעגעטיווע נייעס, האחבע אמת און גאנצע שקרים, וואס די אלטרייט סטעיט ספאנסערד מידיע, די קאראפטירטע אדמיניסטראציע און פאלטשע העק פאולסטערס, ווארפן אין די אויגן און אסאך ביידעניסטן ווערן אפגעשראקן, אסאך קענען נישט שלאפן פאר ענקזייעטי מורא האבנדיג פון אן 16' איבערשפיל, און יעדע ווארט נעגעטיוו איז ביי זיי אמעריקא'ס טויט סענטענס.

אויסער דעם איז דער אלגעמיינער אשכול שרעקליך באצוימט, קיין אנטי טראמפ קאממענטערי ווערט גענצליך נישט טאלערירט, וואגן זאלסטו דיר געבן א זאג א קורצע שטעכעדיגן "וויץ" אויפן חשבון פון דעם ווייניגסטע-ראסיסטישע-פרעזידענט-זייט-לינקלאן, באקומסט תיכף צו הערן טעראפיסטישע דיאגנאזיז ווי וויכטיג ברויכסט דיר גיין אונטערזיכן און דערלערנען צו "קאנטראלירן ווילדע טעמפער", ווי געפערליך דו "פארשעמסט די אינטעליזשענסי" פון אייוועלט חבירים, וכו' אא"וו. איז אשע"כ איז וויכטיג צו האבן א רוהיג ווינקל ווי מ'וועט קענען זיך צינויפשמועסן כמדבר איש אל רעהו, "זיך אויסגעבן" ווי מ'רופט דאס די אלע אנטי טראמפ געפילן וואס היימישע יודן וואס האבן קיינמאל משלים געווען מיטן מציאות פון א מניוול, א בולי, און א דל גאה אלס אונזער פרעזידענט זאלן עס קענען רוהיג ארויסברענגען כרצונם הטוב.

דא אין דעם ווינקל איז וועלקאם יעדע רעפארט וואס פארדעכטיגט פרישע רוסישע/זשוליאני עלעקשאן מעדלינג, יעדע רעפארט פון פארדעכטיגונג איבער וואלן פעלשונגען און אונטערדריקונגען מצד די אדמיניסטראציע און די בארר רעזשים, יעדע רעפארט וואס פארדעכטיגט מעילינג פאטשקערייען מצד די נייע טראמפיסטישע פירערשאפט, יעדע פארדאכט איבער עלעקשאן מעדלינג דורך פאלשע פרעס קאנפערענצן, אנדרייענישן מצד די טראמפקליף אינטעל סקעם דעפארטמענט וכו' וכו' און בכלל יעדע גוטע זאפטיגע נייעס, בילד, מיעם, דאטא פוינט אד"ג וואס באשטעטיגט אז דער פרעג-מיר-נישט-קיין-שווערע-קשיות-פרעזידענט איז אויפן וועג קיין פלארידע דעם נאוועמבער 3 אי"ה ובעזר אדון כל איז דא דער פלאץ דערפאר!

אקעי. לאמיר אנהייבן מיטן סטעיט-אוו-די-רעיס ווי מ'שטיימיר אצינד מאנטאג צופריה פרשת לך תשפ"א, 8 טעג צו עלעקשאן דעי.

די רעיס איז לע"ע גענצליך אין ביידענ'ס הענט, די פאולס זעצן אים באקוועם פאראויס מיט היסטארישע נומבערס, ערלי וואוטינג פאר אים איז אויף אנפרעצעדענטע לעוולס, קעש אן הענד צו ספענדן האט ער טאפלט ווי זיין קעגנער, די ענטוזיאזעם איז ביזן דאך, די עולם שטייט לאנגע שעות אין ליניעס צו וויילן, די שטיצער באגיסן אים מיט גרין'ס מיט צעדרייטע נומבערס וואס ברעכט היסטאריע חודש נאך חודש, און ממש יעדע איינציגע מעגליכע אינדיקעיטאר צייגט אויף א באקוועמע רוהיגע זיג.

דאך ווערן אנשי שלומינו דערשראקן פון יעדן עטוואס שלעכט שטיקל אינפאו, און זענען גאר סקעפטיש אויף עני גוטע נייעס, מיט רעכט, צוליבן פאולינג דורכפאל 4 יאר צוריק, מען ווערט ממש אויפגעטרייסעלט ווען דער טראמפ קאמפיין פראקלאמירט מיט פרייד אז "סווינג שטאטן פאולינג שטעלט ביידן אקוראט די זעלבע פאראויס ווי קלינטאן אין 16", איז לאמיר אנהייבן טאקע מיט די אנקעטעס פון דעמאלטס ווערסעס יעצט און צו יש דברים בגוי. שטייצעך ס'איז בכלל נישט אינטעליזשענט צו קאמפעירן א רויע עוורידזש פון דעמאלטסדיגע 6 אנקעטעס צו א יעצטיגע רויע עוורידזש פון 15 אנקעטעס, און נאך מיט אסאך שטארקערע פירמעס ווי דעמאלטס, צוליב וואס מ'פארשטייט שוין פיל מער די קאמפעטעטיוונעס פון די מיטל מערב שטאטן, הענס די פיל גרעסערע צאל אנקעטעס. איז אשע"כ וועלן מיר קאמפעירן אנקעטע ביי אנקעטע, דאן צו יעצט, 8 טאג צו עלעקשאן דעי.

לאמיר אנהויבן נאציאנאל:
"IBD" דאן קלינטאן +2, יעצט: ביידן +6
"יוגאוו" דאן קלינטאן +3, יעצט: ביידן +9
"רויטערס" דאן קלינטאן +5, יעצט: ביידן +9
"נבס/ווס"ז" דאן קלינטאן +5, יעצט: ביידן +11
"רויטערס" דאן קלינטאן +5, יעצט: ביידן +9
"ני"ט דאן קלינטאן +3, יעצט: ביידן +9
"עבס/פאוסט" דאן קלינטאן +1, יעצט: ביידן +12

און נישט פארגעסן אז דא און ווייטער האט זיך אנגעהויבן קלינטאן'ס נאך ווייטערדיגע דאונווערד טרענד (גארנישט מיט קאומי שטייצעך, נעע..), ווערסעס יעצט איז ביידען אויסטערליש סטאביל.

לאמיר גיין ווייטער צו די סטעיטס. לאמיר אנהייבן מיטן בעטלגראונד פון די בעטלגראונדס, ה"ה: פענסילוועניע.

"סי ען ען" דאן געהאט קלינטאן +5. יעצט: ביידן +10.
"קוויניפיעק" דאן געהאט קלינטאן +6, יעצט: ביידן +8.
"מארנינג קאול" דאן קלינטאן +5, יעצט: ביידן +7.
"מאנמאוט" דאן קלינטאן +4, יעצט: ביידן +11.

זעה מיר דא די סטעיט אוו פענסילוועניע שיינט צו זיין צו לע"ע סאלידלי אין זיין קארנער. מ'האט נאך טאקע נישט געזעהן אסאך אנקעטעס פאוסט דעבאטע ווי ער האט זיך פאררעדט איבער בעננען אויל אבער פון די ביסל אנקעטעס דערנאך זעהט זיך נישט אן קיינע מאוומענט, לאמיר האפן אויף ווייטער.

ווייטער: מישיגען, דארט האט האבן די גרויסע פירמעס ניטאמאל צוגערירט... טרעף איך בלויז עמערסאן צו האבן דאן און יעצט.

דאן קלינטאן +7, יעצט: ביידן +10.

נעקסט: אהייא.

"טראפאלגער" דאן טראמפ +5, יעצט: טראמפ +4
"קוויניפיעק" דאן טראמפ +5, יעצט: ביידן +1

אייאווע.

"דעס מאין רעזשיסטיר" דאן טראמפ +7, יעצט: טיי.
"עמערסאן" דאן טראמפ +3, יעצט: טראמפ +2
"קוויניפיעק" דאן טראמפ +1, יעצט: ביידן +5

מעין'ס צווייטע קאנגרעסניאלע דיסטריקט:
"קאלבי קאלעדזש" דאן טראמפ +10, יעצט: ביידן +3

גיימיר אריבער צו נארט קאראליינע. דא האבן מיר שוין יא די גרויסע חברה.

"ניו יארק טיימס/סיענע" דאן א טיי, יעצט: ביידן +4
"טראפאלגער" דאן טראמפ +5, יעצט: טראמפ +3
"מאנמאוט" דאן קלינטאן +1, יעצט: ביידן +4
"WARL TV" דאן טראמפ +7, יעצט: ביידן +7
"עמערסאן" דאן קלינטאן +3, יעצט: טיי
"סבס" דאן קלינטאן +3, יעצט: ביידן +4
"פפפ" דאן קלינטאן +3, יעצט: ביידן +4

יעצט לאמיר זעהן פלארידע.

"סבס" דאן א טיי, יעצט ביידן +2
"טראפאלגער" דאן טראמפ +4, יעצט: טראמפ +2
"סננ" דאן קלינטאן +1, יעצט: ביידן +4
"עמערסאן" דאן קלינטאן +1, יעצט: ביידן +3
"ניו יארק טיימס/סיענע דאן טראמפ +3, יעצט: ביידן +5

אריזאונע.

"סבס" דאן טראמפ +2, יעצט: ביידן +3
"מאנמאוט" דאן טראמפ +1, יעצט: ביידן +7
"פרעדיקטיוו אינסייט" דאן א טיי, יעצט: ביידן +3

און פיינעלי, זשארזשיע.

"עמערסאן" דאן טראמפ +9, יעצט: טראמפ +1
"סערוועי יו עס עי" דאן טראמפ +7, יעצט: ביידן +2
"קוויניפיעק" דאן א טיי, יעצט: ביידן +7
" עי זשעי סי" דאן טראמפ +2, יעצט: ביידן +1

באטטאם ליין פון די אנקעטעס פראנט זעה מיר אז ביידן איז אצינד אנדענייעבלי אויף פיל שטארקערע גראונדס ווי קלינטאן בימיה.

לאמיר יעצט כאפן א בליק אויף ערלי וואוטינג. יא, יעדער ווייסט אז רעפובליקאנער זענען געפאלן פארן טיפשות פון נישט וויילן ביי מעיל (און דאס קען זיי נאך קאסטן א פרייז ביי די ענד אוו די דעי) און דערפאר סקיוד די מעיל אין'ס דעמאקראט. אבער אין פערסאן ערלי איז יא א זאך וואס זיי האבן דאס יאר אריינגכלייגט כוחות, אלס א שטיקל אלטארנאטיוו, און ממילא אצינד עטליכע טעג אריין אין ערלי אין פערסאן קען מען שוין האבן א שטיקל בליק ביים צוזאמרעכענען די ביידע נומבערס.

איז לאמיר זעהן די ערלי אין פערסאן + מעיל אין דאן ווערסעס יעצט, די צייט.

נאציאנאל: דאן דעמ. +5, יעצט דעמ. +9

פענסילוועניע: דאן רעפוב. +7, יעצט דעמ. +38
פלארידע: דאן דעמ. +2, יעצט דעמ. +4
מישיגען: דאן דעמ. +3, יעצט דעמ. +5
מיניסאוטע: דאן דעמ. +16, יעצט דעמ. +17
אריזאונע: דאן רעפוב. +5, יעצט דעמ. +4
זשארזשיע: דאן רעפוב. +11, יעצט רעפוב. +4
מעין 2: דאן דעמ. +13, יעצט דעמ. +24

ווי מ'זעהט דא קומען דעמאקראטן ארויס אין די מאסן, די ענטוזיאזם ברעכט אלע היסטארישע שטאפלען, בפרט אין פענסילוועניע און אריזאונע, די סאמע וויכטיגסטע בעטעלגראונדס היי יאר.

יעצט וועלמיר ברענגען עטליכע אינטערסאנטע דאטא פונקטן איבער ספעציפישע וויילער גרופעס און סטעיטס אינעם ערלי און מעיל אין וואוטינג, טו דעיט.

זשארזשיע אין 2016 האט טראמפ ארויסגעקוועטשט א 5 פונקטן זיג, אקוראט ווי די פאולינג האט פארגעזאגט. יעצט איז ער גלייך אויף גלייך לויטן רקפ עוורידזש. שווארצע אין זשארזשיע זענען א ריזיגע כח און האבן "אלמאוסט" דעליווערד די סטעיט פארן דעמאקראט אין 18', און יעצט לויט אנאליסטן איז עס גאר נאך נאענטער. אין 16' האבן שווארצע העכער 65 ארויסגעברענגט אין *טאטאל* 193,000 שטימען. יעצט, 8 טעג צו עלעקשאן דעי האלט די גרופע וויילער ביי 202,000!

ווען מ'קוקט אויף רעגעסטראציע איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט די נעכטיגע סבס אנקעטע, אין פלארידע גייען %8 רעפובליקאנער שטימען ביידען, בעת בלויז %4 דעמאקראטן פאר טראמפ, און צווישן די פריע שטימען איז ביידען +12 מיט רעפובליקאנער בעת טראמפ 1. אין נארט קאראליינע האבן %8 רעפובליקענס געשטימט ביידען און %0 דעמאקראטן פאר טראמפ, און אין זשארזשיע האבן %6 רעפובס. געשטימט ביידן קעגן %0 דעמס. פאר טראמפ.

וואס מאכט דאס אויס אין רויע שטימען? הערטס. אין פלארידע האט טראמפ איבערגעקומען א 200 טויזענט דעמאקראטישע עדווענטידזש אין 16' און יעצט זענען דעמאקראטן בלויז 300,000 פאראויס, אויבנאויף א שוואכע פאזיציע. אבער די %12 אין רויע נומבערס ברענגט ארויף די דעמאקראטן צו א מיליאן שטימען ליעד! שטייצעך היבש שווער פאר רעפובליקענס אפצומאכן אין די נעקסטע וואך.

אין טעקסעס טוט זיך א געשטימעכץ וואס שעטערט אלע רעקארדס פון דארט און פון איבעראל. די טורנאוט איז זייער שטארק אין רוב קאונטיס סאו סאיז שווער צו זעהן פונקטליך ווער ס'בענעפעטירט עכט, אבער אן אינטערסאנטע פונקט וואס מען זעהט דערווייל, 750,000 וויילער אונטער 30, א טונקל בלויע גרופע, האט שוין געשטימט היי יאר, %66 פון זיי האט נאך קיינמאל געוויילט!

לאמיר טאקע גיין צום מילעניעל גרופע, 18-29 יאריגע, ביידן טעריטארי.

אין מישיגען דורכאויס גאנץ ערלי וואוטינג האבן פון זיי געשטימט: 7,527. אין 2020, יעצט 8 טאג צו עלעקשאן: 145,000.

אין נארט קאראליינע דאן געשטימט 25,150, יעצט: 204,986.

אין פלארידע דאן געשטימט 44,107, יעצט: 257,720.

כ'האף שפעטער אין טאג, און איבער די וואך, צו ברענגען ווייטערדיגע גינסטיגע נייעס, און מ'בעט אלע ביידעניסטן צושטייער צוגעבן סחורה להחיות בהם נפש כל אנטיסטן. און מען בעט זייער ביטע ביטע נישט ברענגען דא קיין שום נעגעטיווע נייעס דא, דא אין ביידן קאנטרי זאל מען האלטן די לופט געשמאק און אפליפטעט מיט רויזיגע נייעס און בילדער. שווארצע נייעס היל"ת זאל בלויז געמאלדן ווערן אינעם אלגעמיינעם אשכול.

א בקשה מיוחדת צו די חשובע טראמפיסטן חברינו היקרים: מיר פרובירן שטארק נישט אריינצורעדן אין אייער אשכול ביטע ביטע ביטע האלטסט דעם שטיבל פריי פאר אונזערע נערוון אויסליפטערונג. מיט פיל דאנק און הערצה פון פאראויס אויף אייער סבלנות!
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:55 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:54 am

כה לחי!
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך בעסער אזוי » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:01 pm

;l;p-
@כאפצעם איך בין נאר אריינגעקומען דיר זאגן אז דו ביסט גוט

איך גיי שוין ארויס פון דא..
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1945
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך שיעלע בהמה » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:10 pm

לאמיר זיין קלאר
ע"פ דרך הטבע וועט די נעקסטע פרעזידענט פון די יונייטעט סטעיטס זיין דזשאו ביידן

1 ער איז נישט האלב אזוי פארפיינטעט ווי קלינטאן אום 2016 למספרם, יא ער האט געהאט א פראבלאמאטיש קינד וועלכע ער האט געזוכט צו שטעלן אביסל אויף די פיס אבער ער פארמאגט לגמרי נישט אינטער זיך די פעקל טראציגע איגנאראנץ וועלכע קלינטאן פארמאגט, ער איז גאנץ א צוגעלאזענער און רעלאטיוו אומקאראפטירט

2 ער איז אסאך מער פאראויס אין די פאולס ווי קלינטאן בשעתה.. דאס מיינט אז אפילו די פאולס זאלן זיין אזויפיל אףף ווי אום 2016 דארף ער לכאורה ע"פ דרך הטבע צו זיין דער קומענדיגער פרעזידענט (היל"ת, מיינע צוויי צענט)

3 די ריזיגע געלט נאמבערס וועלכע זיי טרייבן אויף רעלאטיוו צו די רעפאבליקאנס דארף צו זיין א היבשע אינדיקעיטער

4 די עירלי וואוטינג און די מעיל אין'ס זענען משום סיבה אלץ געווען אין פעיווער פון די דעמאקראטן (אפגעזען צו די א"ג אקטעוויסטן גייען צו נורסינג האומס אדער גייסטישע אנטשטאלטן.. וואוט בלייבט וואוט)

5 מהאלט יעצט נאך 4 יאר מיט טראמפ אלץ פרעזידענט.. און די 8 אבאמא יארן ווערן שוין פארגעסן, דער אויפגערעגטער ווייסער גוי האט זיך שוין אסאך בארואיגט ומצד שני דער ליבעראל איז אויסגעברויזט ווי א רעפאליקאנער נאך 20 יאר פון א אבאמא פרעזידענטשאפט.. נעמליך דער פרעזידענט האט אזויפיל אויפגעטון (אדער ווי די דעמאקראטן רופן עס אפגעטון) במשך די קורצע צייט אסאך מער ווי סיי ווער אנדערש אין די היסטאריע

אשר על כן מיין פערזענליכע מסקנה איז גאנץ קלאר

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך האלצשטיין » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:19 pm

ביסטו דער זעלבער @כאפצעם מיט די אנאליזן אין די פראו טראמפ אשכול? אדער איינער העקט דיין ניק?

גוט פאריקט
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך גוט פאריקט » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:20 pm

איך גיי שרייבן א סטעיטמענט און איך האף אז. איך. גיי נישט חרטה האהן אבער נאכען קוקן אסאך חשבונות זעהט מיר אויס זעכציג פראצענט. אז ביידען וועט מאכן טעקסעס. געבויט אויף פאולס מיט. די פאקטישע וואוטס מען. דארף זיין בלינד. נישט צו זעהן אז עס קומט דארט פאר ממש. א ערדציטערניש איך וועל בלי נדר צוריקקומען דאנערשטאג ווען עס ענדיגט זיך. דארט די ערלי וואטס מיט א פרישע אפשאצונג
אויב לייגט מען דאס צי צו ביידען געווינט ער מיט א לענדסלייד

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:25 pm

האלצשטיין האט געשריבן:ביסטו דער זעלבער @כאפצעם מיט די אנאליזן אין די פראו טראמפ אשכול? אדער איינער העקט דיין ניק?

ניין ניין דאס איז אונזער זיסער כאפצעם!! זיס ווי האניג בליעה"ר! כה לחי

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1945
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך שיעלע בהמה » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:31 pm

גוט פאריקט האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:פיר יאר צוריק, בשעתן צוגרייטן דעם פאדיום פאר פרעזידענט קלינטאנ'ס געווינען-צערעמאניע
IMG_20161107_164655.jpg

איר זענט אין די ראנג אשכול אדער האלט אייך איין אדער יאגט אאויס פון איר האט אן אייגענע ווינקל

אייגנטליך אין דעם אשכול איז טראמפ נישט דער לעגיטימער פרעזידענט

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:32 pm

מ'שטייט יעצט און קאוויד צייטן ווי סאיז דא איבעראל ביי די שטים בודקעס סאשעל דיסטענסינג מיט אנדערע ריסטירקשאנס און סנעמט סך מער צייט צו שטימען ווי געווענליך
און צוגאב וואס מערווארטעט אז סגייט זיין א ריזיגע רעקארד ברעקינג טוירנאוט

דאס גייט צוברענגן אז וואטינג אן אלעקשאן דעי גייט זיין א דיזעסטער און א חרבון

מגייט דארפן שטיין און די וויכטיגע קאמפעטעטיוו סווינג סטעיטס שעות שעות אריכות און ליין צו שטימען דאס גייט שוין יעצט פאר און אסאך ערטער

דאס גייט צוברענגן אז שווערע טויזענטער טויזענטער וויילער איבעראל גייען פשוט נישט האבן די צייט און נערווען צו ווארטן און וועלן זיך צירוקדרייען און נישט שטימען
נישט קיין חילוק ווי שטארק זיי גלייכן יא אדער נישט זייער קאנדידאט

טראמפ מיט זיין גרויס טיפשות האט נישט אויפגעהערט האקן אויף ערלי וואטינג

דאס האט צוגעברענגט אז מרישט זיך אז מערסטענס טייל וואוטערס אן אלעקשאן דעי וועלן זיין די טראמפ וואטערס בעת וואס א גרויס טייל אדער מערסטענס טייל ביידען וואוטערס וועלן שוין האבן געשטימט

דאס גייט זייער זייער שטארק בענעפעטירן ביידען
און דאס אליין קען אפקאסטן טראמפ די אלעקשאנס
לעצט פאראכטן דורך שׁעמעדיגער אום מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:35 pm

איך ווייס דאס נישט אויף זיכער ביז עלעקשן דעי, אבער דאס וואס שעמעדיגער שרייבט איז בפשטות וואס עס גייט זיך אפשפילן אויף עלעקשן דעי.
איך קען נישט פארשטיין וואס די טראמפ קאמפיין טראכט.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך האלצשטיין » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:36 pm

עס גייען לכאורה ווערן אריינגעגבן הונדערטער לאו סוטס אין טאג פון די וולאן צו פארלענגערן די שעות צו שטימען

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:37 pm

מיר זעהט אויס אז עס איז דא א ערענסטע סיילענט ביידען וואוטערס, אפגערעדט און היסטארישע רויטליכע טיעלט סטעיטס, און מעגליך ביידען קען אנציען אסאך שטעאקער און די פאופולערע שטימען ווי מען מיינט.

מען קען עס זעהן ווען עס קומט צי לייגען יארד סיינעס, אפילו און די פעך בלוי קאנטיס זענען די טראמפיסטן אסאך מאר אפען און טראציג און הויעך, און ניו יארק סיטי קענען זיי ארומרייטען מיט די מעגא פיקאפ טרעקלעך, ביידענס זענען שטילער לויפען נישט צי קיין ראליס, הענגען נישט קיין פאוסטערס, אבער זיי זענען שטומע שטימערס
מען האט עס אפילו געזעהן און פריימערי מיט סענדערס, ווי בערני האט געהאט די טוויטער באזז, געפאקטע ראליס, באמפער סטיקערס, אבער ווען עס איז געקומען צי פאקטיש שטימען האט ביידען געשאקט, מיט א כאוואליע וואוטערס
ביידען וואוטערס זענען נישט דא פאר קיין עקשען, פאר קיין בלינדע קולט נאכפאגערשאפט, זיי דארפן נערמאלקייט, עסטעבלישמענט פירערשאפט, שטילקייט און דאס מערסטע אביסעל סליפי
keep your words tasteful, you may have to eat them later

פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך פארטראכטער » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:40 pm

@כאפצעם הערליך!
רוב פון דיין תגובה באלאנגט אין די אלגעמיינע וואלן אשכול, פארוואס דא און נישט דארט?

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:41 pm

@שלמה איך פארשטיי עס אויך נישט

די טיפשות פון די טראמפ קאמפיין גייט מיך ממש נישט אריין אין קאפ ווי איז קושנער מיט די אלע קליגע חכמים דארטן?

מדארף נישט מער ווי קוקן אויף די פאריגע וויליאמסבורגע געלעגער\לענטאל פארמעסט פאר א לייו עקזעמפל וואס מעיל אין ערלי וואוטס האבן אויסגעמאכט אפילו קעגן א מעכטיגע טוינאוט אן אלעקשן דעי

אדער קוקן אויף בלומינגראוו ווי אזוי די ליינס האבן אויסגעקוקט אן אלעקשן דעי ווי טייל האבן געדארפט ווארטן 3+ שעה צו שטימען

דאס גייט זיך איבערשפילן אלל אווער די פלעיס נאך סך ערגער

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך בעסער אזוי » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:49 pm

אזא מאפע איז נישט קיין ווייטע מעגליכקייט
Biden Landslide.jpg
Biden Landslide.jpg (102.67 KiB) געזעהן 10895 מאל


פאר מער באזיכט דא, viewtopic.php?f=6&t=43517&start=100
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:59 pm

שכח חברה, קיפ איט אפ!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 1:03 pm

גאנץ גינסטיגע נייעס. טראמפ ליעדט אין *טעקסעס* מיט בלויז 4 פוינטס, לויטן ניו יארק טיימס.

דאס איז א 5 פונקטן דראפ פון 2016. עפליי דאס צו די אנדערע שטאטן און ער איז דערנאך.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 1:04 pm

יאפ! ביידען איז העווי פעיוואריט. קלאר!
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

נקודהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך נקודהלע » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 1:13 pm

כאפצעם האט געשריבן:גאנץ גינסטיגע נייעס. טראמפ ליעדט אין *טעקסעס* מיט בלויז 4 פוינטס, לויטן ניו יארק טיימס.

דאס איז א 5 פונקטן דראפ פון 2016. עפליי דאס צו די אנדערע שטאטן און ער איז דערנאך.

5 פונקטן נידריגער ווי די צייט אין די עלעקשאנס?
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4434
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 1:15 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:@שלמה איך פארשטיי עס אויך נישט

די טיפשות פון די טראמפ קאמפיין גייט מיך ממש נישט אריין אין קאפ ווי איז קושנער מיט די אלע קליגע חכמים דארטן?

מדארף נישט מער ווי קוקן אויף די פאריגע וויליאמסבורגע געלעגער\לענטאל פארמעסט פאר א לייו עקזעמפל וואס מעיל אין ערלי וואוטס האבן אויסגעמאכט אפילו קעגן א מעכטיגע טוינאוט אן אלעקשן דעי

אדער קוקן אויף בלומינגראוו ווי אזוי די ליינס האבן אויסגעקוקט אן אלעקשן דעי ווי טייל האבן געדארפט ווארטן 3+ שעה צו שטימען

דאס גייט זיך איבערשפילן אלל אווער די פלעיס נאך סך ערגער

עגרי.

דאס איז חוץ די פוינט פון אריינלייגן וויילער אין די בעסקעט. סיי עס וואקסט גרעסער אין צאל און סיי זיי זענען געלאקט. נא וועי בעק (נאך א האנטער סקאנדאל וכו')

פשוט מען קען ניצן די שווערע מיליאנען צו טארגעטן די קלענערע צאל וואס איז נאכנישט ארויסגעקומען.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 1:20 pm

נקודהלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:גאנץ גינסטיגע נייעס. טראמפ ליעדט אין *טעקסעס* מיט בלויז 4 פוינטס, לויטן ניו יארק טיימס.

דאס איז א 5 פונקטן דראפ פון 2016. עפליי דאס צו די אנדערע שטאטן און ער איז דערנאך.

5 פונקטן נידריגער ווי די צייט אין די עלעקשאנס?

5 נידעריגער פון די רעזולטס

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4281
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 1:30 pm

וואסי פשט אז ביידן שטיצער זענען פארנומען ארויסצוברענגן ווי שטארק ער שטייט, וכן להיפוך אצל תומכי טראמפ. איז נישט די סברא פארקערט, זאג אז ער איז שוואך ממילא זאל יעדער גיין וואוטן?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך פארטראכטער » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 1:31 pm

כאפצעם האט געשריבן:

לאמיר זעהן די ערלי אין פערסאן + מעיל אין דאן ווערסעס יעצט, די צייט.

נאציאנאל: דאן דעמ. +5, יעצט דעמ. +9

פענסילוועניע: דאן רעפוב. +7, יעצט דעמ. +38

וואס איז טאקע פשט אז די דעמס האבן אזא שטארקע אויבערהאנט אין פענסילוועניע?
האבן נישט די רעפאבס געהאט א שטארקע אויבערהאנט און פרישע פארטיי רעגיסטראציע דורכאויס די לעצטע פיר יאר?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 1:32 pm

נייעס: ביידען קאמפיין גייט ארויף מיט עדס אויף די עירוועיווס אין די טייערע דאלאס און פארט ווארט (טעקסעס) מארקעטס.
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום מאנטאג אוקטובער 26, 2020 1:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נקודהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך נקודהלע » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 1:32 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:וואסי פשט אז ביידן שטיצער זענען פארנומען ארויסצוברענגן ווי שטארק ער שטייט, וכן להיפוך אצל תומכי טראמפ. איז נישט די סברא פארקערט, זאג אז ער איז שוואך ממילא זאל יעדער גיין וואוטן?

די אשכול איז נישט דוקא פאר ביידען שטיצער און די זעלבע מיט די אנדערע אשכול, די אשכול איז פאר מענשטן וואס ווילן זען יעדעם'ס שטארקייט פארזיך, אן ווערן איבערגעהאקט מיט טענה'רייען וכו'.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dinrap, Goodmorning, no way, אבי.גערעדט, באגלייבט, בעקעלע.הפוכה, בר דעת, מה שמו, שיעלע בהמה, שפיצער און 50 געסט