רבי צבי בן מרן הבעש"ט זי"ע - ז' טבת תק"מ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

רבי צבי בן מרן הבעש"ט זי"ע - ז' טבת תק"מ

תגובהדורך נחמן נתן » פרייטאג יולי 10, 2009 6:34 am

הרה"ק אור שבעת הימים מרן רבינו ישראל בעל שם טוב זצוקללה"ה, מייסד ומחולל דרך החסידות, האט אויפגעשטעלט תלמידים וואס האבן באלויכטען דעם אידישען וועלט מסוף העולם עד סופו. עד היום הזה קאכן זיך רבבות אלפי ישראל ההולכים לרגליו אין די הייליגע ספרים וואס די נאכפאלגער פון די תלמידי הבעש"ט האבן געלערנט לדעת את הדרך ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון, כרצון ה' וכרצון יראיו.

ווי אינטערעסאנט איז, אז וויפיל עס איז שוין געשריבן געווארן פונעם בעל שם הקדוש, און פון רובם ככולם פון זיינע גרויסע לייבן די תלמידים, איז אבער נישט צופיל געשריבן געווארן פון זיין בן-יחיד הרב הקדוש רבי צבי ממעזיבוש – פינסק זצ"ל, וואס האט מקבל געווען פון זיין הייליגען גרויסען טאטען, גענוי ווי וואס אנדערע תלמידים האבן מקבל געווען.

דער קדוש רבי צבי האט טאקע נישט ממשיך געווען באדמורו"ת אבער זיין נאמען ווערט דערמאנט דא און דארט מיט א שטארקען הערצה, און ווי וואונדער עס איז אז דא האט נאך קיינער נישט גענומען די מיה און זיך גרונטליך אריינגעלייגט להעלות ממקור מים חיים, באשרייבונגען תולדות וסיפורי קודש פון האי גברא רבא. (אין ירושלים האט א איד רבי יוסף ירוחם פישל האגער שליט"א ארויסגעגעבן א ספר מיטן נאמען "אבן ישראל" ווי ער האט צוזאמען געברענגט לפונדק אחד א אוצר פון סיפורים ותולדות פון הרה"ק רבי צבי זי"ע).

קריינא דאגרתא איהו להוי פרוונקא, וועל איך אנהויבן מיט אביסעלע ידיעות, און מיט א תקוה אז מיין ידידים און קאלעגעס וועלן דאס פארשפרייטערען מיט זייערע אינהאלטרייכע ידיעות כיד ה' הטובה עליהם.


הרה"ק רבי צבי זי"ע איז געבוירן צום פאטער מרן רבי ישראל בעל שם זי"ע און צום מוטער מרת חנה ע"ה, בתקופת שנות נדודים בהרים, נאך איידער דער דרך החסידות איז נתגלה געווארן. דער בעש"ט הק' האט געזאגט אז על פי הדיבור איז ער באפוילן געווארן אראפצוברענגען דעם נשמה אויף דעם עולם (שבחי הבעש"ט מהדורא ראשונה).

אין ספר מעשיות ומאמרים יקרים עמוד 6 ווערט געברענגט אז הרה"ק בעל צמח צדק מליובאוויטש זי"ע האט נאכגעזאגט פון זיידן הרה"ק בעל התניא זי"ע וואס האט דאס געהערט פונעם גרויסען מגיד זי"ע אז דאס גשמיות'דיגען ראיה פון רבי צבי האט געקענט זעהן מ' פרסה אויף מ' פרסה, ווידער זיין רוחניות'דיגען אויג האט געקענט זעהן עד אין שיעור.

אין שבחי הבעש"ט ווערט געשילדערט גאר שטארק זיין יראת ה', און ווי הרה"ק רבי פנחס מקאריץ זי"ע האט געזאגט אויף רבי צבי אז ער האט מורא פון השי"ת במשך דעם גאנצן טאג פונקט אזוי ווי כלל ישראל האט מורא געהאט פון השי"ת בשעת מתן תורה!!

(המשך יבא אי"ה)
לחיים ולברכה!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 10, 2009 10:36 am

עפעס איז דא א מעשה מיט דעם ר' צבי אז ער איז אמאל געגאנגען אויפן וועג ווי ער איז שיעור-נישט אומגעקומען ווייל ער האט עובר געווען אויף א ציווי פון אביו מרן הבעשעה"ק, ווייסט איינער פון וואס איך רעד?

אגב, ידידינו ר' מיילעך האט נישט לאנג צוריק דערמאנט אז דער לעצטער רבי וואס איז געווען א בן-אחר-בן צום בעש"ט איז געווען ר' אהרן רובין מלאנוביץ חתן ר' מרדכי לערנער משומסק חתן ר' יוסך מראדיוויל נכד המגיד מזלאטשוב.

הייסט דאס אז ער איז אן אייניקל פון ר' צבי בן הבעש"ט, אפשר קען איינער מאריך זיין בתולדותיו?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4598
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג יולי 10, 2009 11:13 am

עס איז דא א מאמר אין איינע פון די קובצי בית אהרן וישראל איבער ר' צבי קובץ בית אהרן וישראל תשנ"ד
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2546
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

ר' צבי

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 12:56 pm

היינט, ז' טבת, איז די יארצייט פון הרה"ק רבי צבי בן הבעש"ט הק' זי"ע.

ס'איז דא וואס פארציילן אז נאכן הסתלקות פונעם הייליגן בע"ש האט מען ממנה געווען בנו יחידו אלס ממלא מקום, נאר ער האט עס שפעטער איבערגעגעבן פארן גרויסן מגיד זי"ע.
אין חב"ד דערציילט מען אז די חבריא קדישא איז אמאל געזיצן צוזאמען ביי א טיש בצילא דמהימנותא פון ר' צבי, ווען אינמיטן האט זיך ר' צבי געגעבן א רוף אהן, אז דער פאטער האט אים מגלה געווען אין חלום, אז די שכינה הקדושה ופמליא דיליה האבן זיך אריבערגעצויגן צום רבי'ן ר' בער, און ר' צבי האט אויסגעטוהן די ווייסע בעקישע און איבערגעגעבן פאר' מגיד, וועלכע איז דאן געווארן די ראש העדה.

ר' צבי האט געהאט 3 זוהן:
ר' אהרן מטיטוב זצ"ל,
ר' דוב בער מאוליינב זצ"ל,
ר' ישראל מיורוביטש זצ"ל,
און 2 איידימער:
ר' יעקב מהאניפאלי,
ר' משה זאב מחמעלניק.

ר' ישראל פלעגט מען רופן, "ר' ישראל מת", צוליב דעם וואס ס'האט אמאל פאסירט אן אומגליק, און דער ר' ישראל איז יונגערהייט אוועק ל"ע, און דאכט זיך זיין פאטער האט געמאכט א מופת גלוי, און ער האט געהאט תחיית המתים! זינט דאן האט מען אים גערופן ר' ישראל מת!
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4598
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 1:10 pm

משיח אט דא האט איר א באזונדערער אשכול איבער רבי הירש בעל שם'ס זי"ע.

אגב דאכט זיך מיר אז ס'זענען פארהאן חילוקי דעות איבער דער זמן היאהרצייט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 1:12 pm

נישטא קיין חילוקי דעות!
אויף ר' אהרן מטיטיוב יש חלוקי דעות ה' טבת או ט"ו טבת.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2546
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 1:23 pm

בן בוזי האט געשריבן:משיח אט דא האט איר א באזונדערער אשכול איבער רבי הירש בעל שם'ס זי"ע.


נישט באמערקט,
גבאים, ביטע פירט אריבער צום ריכטיגן אכסניא. יש"כ.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2546
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 2:01 pm

צום יארצייט, ז' טבת תר"ם.

ר' ישראל מאיר גבאי שרייבט אין זיין זייטל, אז ר' צבי האט געוואוינט אין פינסק, ביי זיין שווער בזיווג שני ר' שמואל חסיד, און ער איז דארט געקומען לקבורה נעבן זיין שווער.

דא האט איר א בילד וויאזוי ס'וועט אויסזעהן די אוהל.

pinsk.jpg
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4598
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 2:03 pm

אין דער דערמאנטער קובץ בית אהרן וישראל רעדט ער ארום איבער מקום קבורתו וכו'
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4598
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 3:27 pm

א סיפור וואס האט פארציילט איינער פון די אדמורי סקאליע אשר אתנו לחיים לאוי"ט בשם זקינו הרדי"א מסקאליע זצ"ל (קאן זיין אז יא און קאן אויך זיין אז ....)
צוגעלייגטע
skulye1.jpg
skulye1.jpg (25.3 KiB) געזעהן 3746 מאל
skulye2.jpg
skulye3.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

רבי צבי מפינסק בן הבעש"ט הק'

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 12:39 am

בנו של רבינו הבעש"ט הק' שהעיד עליו : " יש לך נשמה גדולה ואינך צריך דבר ".
היה גיסו של רבי אברהם שמשון מראשקוב בנו של רבי י"י מפולנאה, בהיותם נשואים לשתי אחיות.
אחרי הסתלקות אביו נתמנה אדמור לכל עדת החסידים, אולם כעבור שנה ביום היאצ"ט הראשון של הבעש"ט הק' , פשט את אדרתו ומסרה להמגיד הק' ממעזריטש,באמרו:" אבי הק' נגלה אלי ואמר לי שהשכינה הק' במקלה ותרמילה עברה למעזריטש".
בזוו"ש נשא את בתו של רבי שמואל חסיד מפינסק, ושם גר.
נסתלק ז' טבת תק"מ, ונטמן בפינסק.
בניו: רבי אהרן מטיטוב.
רבי דוב בער מאולינוב.
רבי ישראל מיאריוויטש.
חתניו: רבי יעקב מאניפאלי [ בן רבי מאנלי מקארלין].
רבי משה זאב מחמעלניק [ בן רבי אברהם דב].
זי"ע ועכ"י.
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 1:17 am

און די צעטליך היינט אין ביהמ"ד איז געשטאנען אז ו' טבת איז די יארצייט
פון ר' צבי בן הבעש"ט זי"ע

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 5:40 am

והיו לאחדים בידי

viewtopic.php?p=243640#p243640

איטשע
שר האלף
תגובות: 1775
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 5:56 am

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:היה גיסו של רבי אברהם שמשון מראשקוב בנו של רבי י"י מפולנאה, בהיותם נשואים לשתי אחיות.

וואס איז דער מקור צו דעם?

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » מיטוואך דעצמבער 15, 2010 12:21 am

" החסידות מדור לדור" אלפסי [ בהוצאת מכון " דעת יוסף"-דייטש].
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 6:39 am

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:
בניו: רבי אהרן מטיטיוב.
רבי דוב בער מאולינוב.
רבי ישראל מיאריוויטש.


ער האט געוואינט אין טשערנאביל, ער איז נאר פלוצלינג אוועק אין יאריוויטש ושם מנו"כ. [אלע פרטים אויף איהם, כולל דער מעשה, שטייען אין עפעס איין אלטער מעשה ביכל, איך געדענק נישט וועליכער.]

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן: חתניו: רבי יעקב מאניפאלי [ בן רבי מאנלי מקארלין].
רבי משה זאב מחמעלניק [ בן רבי אברהם דב].
זי"ע ועכ"י.

אין האניפאלי האט געוואינט איין אנדערען ר' יעקב, א תלמיד פון'ם מגיד. דער ר' יעקב - ר' יענקלי מאנעלעס - האט געוואינט אין קארלין און איז אוועק אין טבריא.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 6:49 am

איטשע האט געשריבן:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:היה גיסו של רבי אברהם שמשון מראשקוב בנו של רבי י"י מפולנאה, בהיותם נשואים לשתי אחיות.

וואס איז דער מקור צו דעם?


די מעשה הייבט זיך אהן פון דער באקאנטער אלטער ייחוס-בריעף פון ר' יהודא ליב פון קאלאמייא-צפת, געדרוקט און קובץ נחלת צבי ב'. ער שרייבט [באמצע דבריו אויף איינער פון זיינע מחותנים וואס איז געווען איין אייניקל סיי פון ר' צבי בן הבעש"ט און סיי פון'ם תולדות] אז עז איז באקאנט אז דער תולדות און ר' הערשל זענען געווען שוואגערס ווייל זיי האבן גענומען צוויי שוועסטערס.

אין ס' אבן ישראל (אויף תולדות ר' צבי בן הבעש"ט, פון ר' יוסף פישל הגר שליט"א [בן האדמו"ר מסאווראן] פון ירושלים) פרעגט ער אז עס שטימט נישט מיט די יאהרן. איז ער משער אז ר' ליב האט זיך פארגרייזט, און נישט מיט'ן תולדות איז ר' הערשל געווען א שוואגער, נאר מיט זיין זוהן ר' אברהם שמשון, און ער ברענגט אויף דעם עפעס א רמז פון א בריעף פון'ם בעל שם טוב. גאנץ שוואך. אין החסידות איז שוין געווארן פון דעם א דבר פשוט.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2450
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

איז רבי הערשעלע סקווירא נאמען אויכעט געווען נפתלי?

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 4:31 am

אויף רבי הערשלע מסקווירא זון פון רבי אהרלע טיטווער זון פון רבי הערש בן הבעשה"ט זיע"א האב איך געזען אז סעיז דא וואס רופען עם רבי נפתלי צבי און סאיז דא וואס רופען עם רבי צבי אליינס. סעהאט געוואנט און טבריה רבי נפתלי צבי בן שיינא רחל בת רבי הערש בן הבעשה"ט מהאט עם גערופען רבי הערשאלע בעל שם אלעס דער בעל שם אייניקעל . דער רבי נפתלי צבי מטבריה איז געווען בן רבי יעקב בן רבי מאנלה מקארלין פעטער פון הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין .דרך אגב דער באווסטער בערענשטיין משפחה פון ירושלים זאגען אז זענען איינקלעך בן אחר בן ביז דעם רבי נפתלי צבי פון טבריה ,איך האב גערעדט מיט א גרויסע ידען וחקרן בצאצאי הבעשה"ט וועגען זייערע נעמען הנ"ל האט ער מיר געזאגט אז ער האט א ספק צו רבי הערשלע מסקווירא האט אויך געהייסען נפתלי. און ער האט מוסיף געווען אז די בערענשטיין משפחה הנ"ל האבען זיך בטעות געהאלטען בן אחר בן ביז צום בעשה"ט וייל זיי האבען געמיינט אז רבי נפתלי צבי מיט רבי צבי זענען איין מענטש. בדרך אגב הרה"ק רבי יצחק מסקווירא איז בזווג שלישי געווען א איידם ביי ר הערשלע מסקווירא הנ"ל און געהאט זיין זון
פון דעם זיווג רבי דוד מסקווירא טאטע פון רבי יעקב יוסף מסקווירא. אשר על כן נפשי בשאלתי האט איינער א קלארקייט און דעם נאמען?
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 6:51 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 8:12 am

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:אויף רבי הערשלע מסקווירא זון פון רבי אהרלע טיטווער זון פון רבי הערש בן הבעשה"ט זיע"א האב איך געזען אז סעיז דא וואס רופען עם רבי נפתלי צבי און סאיז דא וואס רופען עם רבי צבי אליינס. סעהאט געוואנט און טבריה רבי נפתלי צבי בן שיינא רחל בת רבי הערש בן הבעשה"ט מהאט עם גערופען רבי הערשאלע בעל שם אלעס דער בעל שם אייניקעל . דער רבי נפתלי צבי מטבריה איז געווען בן רבי יעקב בן רבי מאנלה מקארלין פעטער פון הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין .דרך אגב דער באווסטער בערענשטיין משפחה פון ירושלים זענען איינקלעך בן אחר בן ביז דעם רבי נפתלי צבי פון טבריה ,איך האב גערעדט מיט א גרויסע ידען וחקרן בצאצאי הבעשה"ט וועגען זייערע נעמען הנ"ל האט ער מיר געזאגט אז ער האט א ספק צו רבי הערשלע מסקווירא האט אויך געהייסען נפתלי. און ער האט מוסיף געווען אז די בערענשטיין משפחה הנ"ל האבען זיך בטעות געהאלטען בן אחר בן ביז צום בעשה"ט וייל זיי האבען געמיינט אז רבי נפתלי צבי מיט רבי צבי זענען איין מענטש. בדרך אגב הרה"ק רבי יצחק מסקווירא איז בזווג שלישי געווען א איידם ביי ר הערשלע מסקווירא הנ"ל און געהאט זיין זון
פון דעם זיווג רבי דוד מסקווירא טאטע פון רבי יעקב יוסף מסקווירא. אשר על כן נפשי בשאלתי האט איינער א קלארקייט און דעם נאמען?


כפי המקובל הי' שמו ר' נפתלי צבי
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:54 am

קע"ה, דער בערנשטיין יחוס וואקסט פון יאהר צו יאהר! עס איז פשוט אז ר' הערשלי דעם בעל שם'ס פון טבריה האט נישט געהאט קיין זיהן (נאר צוויי טעכטער) און די בערנשטיין'ס - יהיה ייחוסם מה שיהיה - זענען איין אנדערע משפחה. דער וואס האט א מאהל געקוקט אין די מונטפיורי רשימות קען דאס זעהן קלאנר.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2450
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 10:10 am

הסרפד האט געשריבן:קע"ה, דער בערנשטיין יחוס וואקסט פון יאהר צו יאהר! עס איז פשוט אז ר' הערשלי דעם בעל שם'ס פון טבריה האט נישט געהאט קיין זיהן (נאר צוויי טעכטער) און די בערנשטיין'ס - יהיה ייחוסם מה שיהיה - זענען איין אנדערע משפחה. דער וואס האט א מאהל געקוקט אין די מונטפיורי רשימות קען דאס זעהן קלאנר.

איך האב קיינמאל נישט געטהון און די בערנשטיין יחוס נאר וואו איך שרייב פריער אזוי האב איך געהערט בשם די בערנשטיין משפחה , אדרבה ואדרבה וואו קען איך זען מונטפיורי רשימות? און וואס איז גענוי זייער יחוס צום בעש"ט ? אגרויסער דאנק פארן מעמיד זיין דברים על דיוקן.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 10:51 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 10:20 am

פרעגער האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:אויף רבי הערשלע מסקווירא זון פון רבי אהרלע טיטווער זון פון רבי הערש בן הבעשה"ט זיע"א האב איך געזען אז סעיז דא וואס רופען עם רבי נפתלי צבי און סאיז דא וואס רופען עם רבי צבי אליינס. סעהאט געוואנט און טבריה רבי נפתלי צבי בן שיינא רחל בת רבי הערש בן הבעשה"ט מהאט עם גערופען רבי הערשאלע בעל שם אלעס דער בעל שם אייניקעל . דער רבי נפתלי צבי מטבריה איז געווען בן רבי יעקב בן רבי מאנלה מקארלין פעטער פון הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין .דרך אגב דער באווסטער בערענשטיין משפחה פון ירושלים זענען איינקלעך בן אחר בן ביז דעם רבי נפתלי צבי פון טבריה ,איך האב גערעדט מיט א גרויסע ידען וחקרן בצאצאי הבעשה"ט וועגען זייערע נעמען הנ"ל האט ער מיר געזאגט אז ער האט א ספק צו רבי הערשלע מסקווירא האט אויך געהייסען נפתלי. און ער האט מוסיף געווען אז די בערענשטיין משפחה הנ"ל האבען זיך בטעות געהאלטען בן אחר בן ביז צום בעשה"ט וייל זיי האבען געמיינט אז רבי נפתלי צבי מיט רבי צבי זענען איין מענטש. בדרך אגב הרה"ק רבי יצחק מסקווירא איז בזווג שלישי געווען א איידם ביי ר הערשלע מסקווירא הנ"ל און געהאט זיין זון
פון דעם זיווג רבי דוד מסקווירא טאטע פון רבי יעקב יוסף מסקווירא. אשר על כן נפשי בשאלתי האט איינער א קלארקייט און דעם נאמען?


כפי המקובל הי' שמו ר' נפתלי צבי

מקובל אצל מי?

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2450
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 10:22 am

פרעגער האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:אויף רבי הערשלע מסקווירא זון פון רבי אהרלע טיטווער זון פון רבי הערש בן הבעשה"ט זיע"א האב איך געזען אז סעיז דא וואס רופען עם רבי נפתלי צבי און סאיז דא וואס רופען עם רבי צבי אליינס. סעהאט געוואנט און טבריה רבי נפתלי צבי בן שיינא רחל בת רבי הערש בן הבעשה"ט מהאט עם גערופען רבי הערשאלע בעל שם אלעס דער בעל שם אייניקעל . דער רבי נפתלי צבי מטבריה איז געווען בן רבי יעקב בן רבי מאנלה מקארלין פעטער פון הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין .דרך אגב דער באווסטער בערענשטיין משפחה פון ירושלים זענען איינקלעך בן אחר בן ביז דעם רבי נפתלי צבי פון טבריה ,איך האב גערעדט מיט א גרויסע ידען וחקרן בצאצאי הבעשה"ט וועגען זייערע נעמען הנ"ל האט ער מיר געזאגט אז ער האט א ספק צו רבי הערשלע מסקווירא האט אויך געהייסען נפתלי. און ער האט מוסיף געווען אז די בערענשטיין משפחה הנ"ל האבען זיך בטעות געהאלטען בן אחר בן ביז צום בעשה"ט וייל זיי האבען געמיינט אז רבי נפתלי צבי מיט רבי צבי זענען איין מענטש. בדרך אגב הרה"ק רבי יצחק מסקווירא איז בזווג שלישי געווען א איידם ביי ר הערשלע מסקווירא הנ"ל און געהאט זיין זון
פון דעם זיווג רבי דוד מסקווירא טאטע פון רבי יעקב יוסף מסקווירא. אשר על כן נפשי בשאלתי האט איינער א קלארקייט און דעם נאמען?


כפי המקובל הי' שמו ר' נפתלי צבי

פון וואו נעמסטו אז סאיז נפתלי מהיכא תיתי? וואו איז דיין מקור דערצו? ביי זיין קרוב רבי נפתלי צבי פון טבריה ווייסט מען אזוי . אפשר מישט מען מיט זיין נאמען ? איך ווייס נישט.

אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

משפחת בערנשטיין

תגובהדורך פיניע חזן » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 3:45 pm

איך בין נישט אזוי באקאנט אין דעם חלק הייחוס, אבער מען דארף פאנאנדער טיילן אז עס זענען פאראן אין ירושלים צוויי משפחות בערנשטיין, איינס איז די משפחה פון הגה"צ ר' אהרן בערנשטיין א דיין אין די בי"ד פון אגודת ישראל, און די אנדערע משפחה זענען די קארלינער, און דאס וואס מען רעדט אלץ אייניקלעך פון בעל שם (פון ר' הערשעלע בעל שם'ס פון טבריה) זענען די קארלינער בערנשטיין'ס
די אנדערע בערנשטיין'ס ווילן אויך זאגן אז זיי זענען אייניקלעך דורך די האגער משפחה דאכט זיך

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 6:48 pm

פיניע חזן האט געשריבן:איך בין נישט אזוי באקאנט אין דעם חלק הייחוס, אבער מען דארף פאנאנדער טיילן אז עס זענען פאראן אין ירושלים צוויי משפחות בערנשטיין, איינס איז די משפחה פון הגה"צ ר' אהרן בערנשטיין א דיין אין די בי"ד פון אגודת ישראל, און די אנדערע משפחה זענען די קארלינער, און דאס וואס מען רעדט אלץ אייניקלעך פון בעל שם (פון ר' הערשעלע בעל שם'ס פון טבריה) זענען די קארלינער בערנשטיין'ס
די אנדערע בערנשטיין'ס ווילן אויך זאגן אז זיי זענען אייניקלעך דורך די האגער משפחה דאכט זיך

יא, די ערשטע משפחה - די לעלוב'ער (רבי'ש/רבני'ש) בערנשטיין'ס - זענען אריגינעל פון ירושלים (נכדי ר' בנימין לייב חתן הרה"ק ר' יצחק דוד מלעלוב). די צווייטע משפחה - די בערנשטיין'ס וואס זענען קארלינער חסידים - שטאמן פון צפת.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חיים אשר און 18 געסט