א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

א ריזיגן דאנק אייך, הכל הבל! פאר היינט, נעכטן און איידער נעכטן.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

הכל הבל האט געשריבן:יישר כח פאר יעדן!

גראדע געקלערט אז די קעיס באשריבן דינסטאג וועט ציען מער אינטערעסע ביי ליינער יוצאי אונגארן אבער פילייכט נעמט עס פאר זיי לענגער צו כאפן..

איך האב עס הערשט יעצט געליינט, און עס איז זייער אינטרעסאנט, יישר כח
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

שמואל בארג האט געשריבן:א ריזיגן דאנק אייך, הכל הבל! פאר היינט, נעכטן און איידער נעכטן.

גא״מ
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

הכל הבל האט געשריבן:נישט אלע קענען זיך ערלויבן צו זיצן צוגעשמידט צו די נייעס קאנאלן און נאכפאלגן אנטוויקלונגען דורכאויס די פארנומענע ארבעט שטונדן און פילע מוטשענען זיך ענדע טאג צו נישטערן דא און דארט מהנעשה והנשמע צו קענען אריינרעדן ביי די מנחה מעריב קופקע אין קאווע שטובל

די אשכול וועט זיין אייער לעזונג ווי איר וועט קענען ביי אייער רוטינע נאכמיטאג איבערבייס איינזינקען אינעם פוטער ווייכן סאפע ווען פארנט פון אייך שמייכלט א טשאקלאד רינעדיגע קוכן און דערנעבן א שאל קאכעדיגע קאווע וועמענס רויך רונדן מאכן איר וועג ארויף צום באלטן פון אייער ביורא

צווישן ביס און שלונג איז די צייט געאייגנט אויף וואס איר טוט איצט, נעמליך באקומען א קורצן סך הכל פון די טעגליכע נייעס וואס שפילט זיך אפ אנגעהויב פון די אנדערע זייט פון אייער טיר ביז די אנדערע עק וועלט

מ'צייכנט היינט אפ צוויי יארע זינט אונזער קנ"א קריספי-דאנט האט אנגעהויבן די שוין היינט ברייט באקאנטע קאקאש חלוקות..
מיר דאנקען דיר אויף ביז היינט, אונז זעמער זעך באמת מחי' "ס'ממש ווי דו האסט עס אויסגע'משל'ט אינעם אריינפיר צוויי יאר צוריק" (ובפרט אויפ'ן אונז אריינשמוגלען אין די געריכט הייזער און זיכער מאכן אונז פארשטיי מיר פונקטלעך אלע ארגומענטן) דער באשעפער זאל דיר טייער באצאלן דערפאר און דיר געבן כוחות אנצוגיין ווייטער ביתר שאת

החותם בשם כל חברי הכולל. @כולל
לעצט פארראכטן דורך Kollel אום פרייטאג אקטאבער 16, 2020 1:39 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Joel
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

Kollel האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:נישט אלע קענען זיך ערלויבן צו זיצן צוגעשמידט צו די נייעס קאנאלן און נאכפאלגן אנטוויקלונגען דורכאויס די פארנומענע ארבעט שטונדן און פילע מוטשענען זיך ענדע טאג צו נישטערן דא און דארט מהנעשה והנשמע צו קענען אריינרעדן ביי די מנחה מעריב קופקע אין קאווע שטובל

די אשכול וועט זיין אייער לעזונג ווי איר וועט קענען ביי אייער רוטינע נאכמיטאג איבערבייס איינזינקען אינעם פוטער ווייכן סאפע ווען פארנט פון אייך שמייכלט א טשאקלאד רינעדיגע קוכן און דערנעבן א שאל קאכעדיגע קאווע וועמענס רויך רונדן מאכן איר וועג ארויף צום באלטן פון אייער ביורא

צווישן ביס און שלונג איז די צייט געאייגנט אויף וואס איר טוט איצט, נעמליך באקומען א קורצן סך הכל פון די טעגליכע נייעס וואס שפילט זיך אפ אנגעהויב פון די אנדערע זייט פון אייער טיר ביז די אנדערע עק וועלט

מ'צייכנט היינט אפ צוויי יארע זינט אונזער קנ"א קריספי-דאנט האט אנגעהויבן די שוין היינט ברייט באקאנטע קאקאש חלוקות..
מיר דאנקען דיר אויף ביז היינט, אונז זעמער זעך באמת מחי' (ובפרט אויפ'ן אונז אריינשמוגלען אין די געריכט הייזער און זיכער מאכן אונז פארשטיי מיר פונקטלעך אלע ארגומענטן) דער באשעפער זאל דיר טייער באצאלן דערפאר און דיר געבן כוחות אנצוגיין ווייטער

גא"מ און איך גלייב אז נאך אסאך יודן זענענען זיך מחי´ה יעדע מאל עס ווערט געשריבן די שיינע קלארע באריכטן א ישר כח פאר אלע שיינע קלארע באריכטן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מאנטאג נח

לבנון'ס זיכערהייט הויפט אבאס איבראהים האט זיך געטראפן אין וואשינגטאן מיט אדמינסטראציע איינגעשטעלטע אריינגערעכנט נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער ראבערט א'ברייען און סי איי עי דירעקטארין דזשינא העספעל ארומצורעדן איבער אמעריקאנע פארזוכן אויסצוהאמערן א לבנון-איזאעלי קאנפליקט איבער טעריטאריאלע וואסערן און אנגייענדע באמיאונגען צו באפרייען א אן אמעריקאנער דזשורנאליסט פארכאפט אין סיריע
*
מארגן דינסטאג פלאנט סענאט פירער מיטש מעקאנעל ארויפצוברענגן אויפן סענאט פלאר אן אפשטימונג פאר צו קענען נוצן פאנדינג פאר פי פי פי און איין טאג שפעטער איז געסקעדזשועלט אן אפשטימונג פאר נאך א האלבע טריליאן דאלער סטימילוס ביל קומענדיג אין א צייט וואס פרעזידענט טראמפ און ספיקער פעלאוסי דרוקן נאך אויס האפענונג אויף א גרעסערע הילף פעקל טראץ וואס פילע דיפערענצן זענען נאנישט אויסגעגליכן און טראץ וואס רעפובליקאנער סענאטארן זענען זייער שטאנדהאפטיג נישט צו קומען אפילו נאנט צו די צוויי טריליאן ציפער ארום וועלכע די ווייסע הויז פארהאנדלט מיטן ספיקער
*
פעלאוסי האט אנגעדייטעט אז איינע פון די אישוס וועלכע די צוויי זייטן זענען נאך ווייט פון א פארשטענדעניש איז וויפיל צו גיבן פאר טעסטינג און טרעיסינג זאגנדיג אז מענוטשין האט ארויסגעשניטן 55% פון די געלט פאר דעם צוועק וועלכע קאנגרעס האט באשטעטיגט אין זייער ביל און אז עס איז ספעציעל אנטוישנד דאס וואס די ווייסע הויז האט עלימינירט פאנדינג צו אדרעסירן דאס וואס די ווירוס האט שטארקער אפעקטירט מינאריטעטן געמיינדעס ווי אנדערע
*
פרעזידענט טראמפ האט אויסגעדרוקט האפענונג אז איינמאל ער קומט זיך אויס מיטן הויז וועט שוין די סענאט נאכקומען
*
סענאטאר שומער איז נעכטן געפרעגט געווארן איבער ווי אזוי דעמאקראטן וועלן שטימען אויף די מעקאנעל ביל אבער נישט געוואלט ענטפערן זאגנדיג אז מען ווייסט נאנישט גענוג וואס עס גייט ליגן אינעם ביל
*
נעכטן האט פרעזידענט אפגעהאלטן א מאסיווע ראלי אין נעוואדע און עקסטערק אנטייל גענומען ביי א פאנדרעיזער אין ניופארט ביעטש אין די היים פון א רייכע ביישטייערער וועלכע האט אריינגברענגט 12 מיליאן דאלער פארן קאמפיין
*
דער יונגער 32 יעריגער פרעסע סעקרעטאר פונעם ביידען קאמפיין האט ערקלערט דאס אנהאלטן ענערגישזיין פאסטן אין די צייט וואס ער קעמפט ביטערליך אקעגן די ביטערע מעשה (שטאפל 4 ר"ל) זאגנדיג אז אפגעזעהן איבער וויפיל יארן ער גייט נאך לעבן קען דאס לעבן נישט פארזעצן אונטער א טראמפ פרעזידענטשאפט אין די וויכטיגסטע פריאריטעט איז איצט צו פארמיידן א צווייטע טראמפ טערמין
*
דזשעראד קושנער און דער רעפובליקאנע נאצינאלע קאמיטע פארזיצערין פרוי מקדעניעל האבן באשלאסן צו רערעקרוטירן קעטי וואלש צום קאמפיין פאר סטראטעגיע און ראט
פרוי וואלש האט קורצליך געארבעט אלץ ווייסע הויז דעפיוטי שטאב הויפט פאר אימפלעמענטאציע און בעפאר אויף א פרא טראמפ סופערפעק
*
דאנערשטאג וועט פארקומען די לעצטע דעבאטע צווישן פרעזידענט טראמפ און דזשאו בייידען אין נעשוויל טענעסי
טראמפ וועט בעפאר די דעבאטע אנטייל נעמען ביי א פאנדרעיזינג אוונט אין נעשוויל
*
לויט א באריכט ווערט שוין העפטיג דעבאטירט אינערהאלב דעמאקראטישע קרייזן וועם דזשאו ביידען זאל אויסקלויבן אלץ אויסערן סעקרעטאר/שע אויב זאל ער זיין זיגרייך אין נאוועמבער למספרם
קאלומניסט דזשאדזש וויל האט געשריבן א לענגערע ארטיקל שטופנדיג די אויסוואל פון דעלעוועיר סענאטאר קריס קונס אין די צייט וואס די דזשואיש אינסיידער וועלכע האט פובליצירט אן אנאליז וועלכע קומט צום אויספיר פארוואס קונס וואלט געווען די פאסיגע קאנדידאט פאר די פאזיציע
שטיצער פון סענאטאר קונס האבן צוזאמגעשטעלט א פינף זייטן מעמאו צו מאכן די קעיס פארוואס קונס וואלט געווען די בעסטע אויסוואל צו סערווירן אלץ אמעריקא'ס הויפט דיפלאמאט
סענאטאר קריס מורפי פון קאנעטיקוט האט אויך באוויזן צו טרייבן שפעקולאציעס אויב ער וואלט געווען א מעגליכע קאנדידאט מיטן ערשיינען צו אויסערן פאליסי פאנעלן, שרייבן קאלומ'ס אויבער אויסערן אנגעלעגנהייטן און פארשלאגן בילס וועלכע זוכט אפצושלאגן די טראמפ אויסערן פאליסי דאקטרינע
אנדערש ווי קונס ווערט מורפי באצייכנט אלץ מער לינק און עימיצער וועלכע זוכט אהינצושלעפן ביידען אוועק פונעם צענטער
דאן איז דא מער באקאנטע נעמען וועלכע ווערן שוין לאנג באטראכט אלץ מעגליכע אויסוואלן ווי די געוועזענע יו ען אמבאסאדארין סוזען רייס און געוועזענע דעפיוטי אויסערן סעקרעטאר ענטאני בלינקען וועלכע איז איצט א הויכראנגיקע ביידען קאמפיין ראטגעבער
אנדערע נעמען וועלכע ווערן אויפגעברענגט זענען דעפיוטי אויסערן סעקרעטאר ווילאמס בוירנס און אפילו אזא אינטערסאנטע געדאנק ווי צו שטעלן מיט ראמני אויף די פאזיציע
*
לויט צייכנס פון געלט ספענדינג שיינט עס ווי דעמאקראטן גלויבן אז קאלאראדא סענאטא קארי גארדנער (ר) איז שוין א פארטיגער און זייערס א סופערפעק האט ארויסגעצויגן 1.2 מיליאן דאלער וועלכע איז געווען רעזערווירט צו פארפלייצן די לופט כוואליעס ביז די וואלן אקעגן דעם סענאטאר
*
אין די זעלבע צייט טוט נאך די רעפובליקאנע פעק אריינפאמפן געלט צו פרובירן ראטעווען גארדנער
*
א פעדעראלע ריכטער האט בלאקירט א טויש וועלכע די טראמפ אדמינסטראציע האט איינגעשטעלט וועלכע וואלט אוועקגענומען סנעפ בענעפיטן פון א געשאצטע 700 טויזנט אמעריקאנער זאגנדיג אז די אגריקולטור דעפארטמענט האט פארפעלט צו באריכטן וויפיל אמעריקאנער וואלטן אפעקטירט געווארן אויב די טויש וואלט געווען אין אפעקט אין לויף פון די ווירוס אויסברוך
*
די סופרים קאורט איז נארוואס איינגעגאנגען אויסצוהערן צוויי קעיסעס איבער די גרעניץ וואנט פאנדינג און איבער די פאליסי וועלכע פארארדנט אזיל רעכט זוכער צו פארבלייבן אין מעקסיקא ביז זייערע קעיסעס ווערן דעצידירט
*
די סופרים קאורט האט איצט אקצעפטירט א קעיס אין וועלכע זיי וועלן באהאנדלען די פראגע אויב עס זענען דא אויסנאם פעלער ווען פאליציי אפיצירן קענען אריינגיין אין הייזער אנע ווארענט אויב יענער האט ווארשיינליך דורכגעפירט א מיסדימינאר שטאפל פארברעך
*
די סופרים קאורט האט אפגעווארפן א ביטע אויסצוהערן א קעיס איבער די רעכט פון פאליציי אריינצוגיין אין סעמי פריוואטע שטחים, א שטייגער ווי דרייוועיס, דורכצופירן אויספארשונגען אן קיין ווארענט
גארסוטש האט געשריבן די באשלוס צו לאזן די פארבאט אין פלאץ און קעיגען און סאטאמאיאר האבן זיך אנגעשלאסן אין די ערקלערונג
*

טייל ליינער האבן שוין מעגליך געליינט די בוך דאס קינד אין געריכט אבער היינט ברענגן מיר א קעיס פון עטליכע קינדער וועלכע זענען ערשינען אין געריכט און דאסמאל אויפן קלעגער באנק

די פאל האנדלט זיך פון א גרופע יוגנטליכע וועלכע זענען פארכאפט געווארן און געצוואונגען געווארן דורכצופירן אומבאצאלטע ארבעט פון פערצן שטונדן טעגליכע שיפטס אין קאווע בונדלעך פעלדער אין די אייווארי קאוסט (א לאנד אין מערב אפריקא)

די קינדער האבן געפיילט א לאוסוט אקעגן ריזן מאנופעקטשורער, קאסטומער, פראדוצירער און ריטעיל נעצן וועלכע פארקויפן די קאווע בונדלעך אריינגערעכנט נעסטל יו עס עי (די אמעריקאנע פליגל פון די ריזן שווייצע באזירטע עסן נעץ) און קארגיל (א ריזן אמעריקאנע באזירטע עסן נעץ)

די ביידע אויבדערמאנטע פירמעס טוען קאנטראלירן קאווע פראדוקציע אין די אייווארי קאוסט און טוען לויט די קלעגער אפערירן מיט די איינציגע ציהל פון פון טרעפן די ביליגסטע קוואל פון קאווע בונדלעך וועלכע רעזולטאטירט אין א סיסטעמאטישע אפאראט פון קינדער קנעכטשאפט אראפצוהאקן די ארבעט אויסגאבן

די קלעגער באשולדיגן אז די פירמעס זענען געווען באוואסטזיניג אז קינדער קנעכטשאפט איז אומלעגאל אין די אייווארי קאוסט און האבן טראץ דעם פארגעזעצט צוצושטעלן פינאנציעלע שטיצע און טעכנישע פארם הילף פאר די פארמער וועלכע האבן גענוצט די קינדער שקלאפן דורכצופירן די ארבעט אויפן פעלד

די קלאגע האבן די קינדער געברענגט פאר א דיסטריקט ריכטער אינעם צענטראלן דיסטריקט אין קאליפארניע מיט די נוצנדיג די אויסלענדישע פארברעכן סטעטשו (איר אקראנים איז ATS) וועלכע שענקט יוריסדיקציע פאר אמעריקאנע געריכטן אויסצוהערן קעיסעס געברענגט דורך אויסלענדישע אקעגן אזעלכע וועלכע זענען אנגעבליך באגאנגען אקטן אין אויסלאנד וועלכע איז פארבאטן דורך די אינטערנאציאנאלע געזעץ

די 1789 געזעץ איז זייער א רויע און טוט נישט ספעציפירן וועלכע סארט קלאגעס קען יא אדער נישט געברענגט ווערן נאר גיבט אויטאראזאציע פאר אמעריקאנע דיסטריקט געריכטן צו באהאנדלען קלאגעס דורך אויסלענדער איבער פארברעכנס אנערקענט דורך די אינטערנאציאנאלע געמיינדע אבער האט איבערגעלאזט היימארבעט פאר די געריכטן צו באשליסן ווי איין און ווי אויס

מערקווירדיג איז אז די געזעץ איז נישט ערנסט ארויפגעקומען אויפן אויבערפלאך ביז אזוי שפעט ווי אין 1980 למספרם ווען א בירגער פון פאראגוויי האט געקלאגט א צווייטער פון פאראגוויי אין אמעריקאנע געריכט אין די איינציגסטע פארבינדונג מיט אמעריקא איז געווען אז דער באשולדיגטער האט דאן געוואוינט אין אמעריקא

נישט צו שאפן איין איינדרוק אז אמעריקא קימערט זיך נישט מיט פייניגונג איז די קעיס געווארן אקצעפטירט פירנדיג דערנאך צו א פלייץ פון ATS אנקלאגעס וועלכע באשטייען פון ציווילע קלאגעס און דינען אלץ אלטערנאטיוו צו קרימינאלע אנקלאגעס וועלכע דארפן געברענגט ווערן אין אינטערנאציאנאלע מענטשן רעכט טריביונאלן

אויסלענדישע רעגירונגען זענען דערקעגן די געדאנק אז אמעריקאנע געריכטן קענען באהאנדלען אזעלכע קלאגעס אבער ציווילע רעכטן ארגאנאזאציעס שטיצן עס שטארק און די אמעריקאנע רעגירונג הענגט ערגעצוואו אינדערמיט ווען זי שטיצט די ATS אלץ געזעץ אבער וויל א באלאנסירטע אויסטייטש פונעם געזעץ און די סופרים קאורט טוט פון צייט צו צייט אריינרעדן און אויסקלארן איבער פארשידענע אומשטענדן ווען די געזעץ איז יא אדער נישט גילטיג

אין 2004 למספרם האט די סופרים קאורט געשריבן אז ריכטער קענען אויסהערן קלאגעס אונטער ATS אבער זאלן זיין פארזיכטיג עס צו אקצעפטירן בלויז אין פעלער ווען די אנגעבליכע פארברעך איז קלאר און דייטליך און אנערקענט אלץ פארברעך דורך ציוויליזירטע לענדער

אצינד צו אונזער געשיכטע מיט די קינדער קלעגער האט די דיסטריקט געריכט האט ארויסגעווארפן די קלאגע גייענדיג מיטן ארגומענט פון די פירמעס אז די געזעץ דעקט בלויז קלאגעס אקעגן מענטשן פערזענליך און נישט אקעגן קארפארעישאנס און אפילו אויב מען זאל אננעמען אז די ATS דעקט יא קארפארעישאנס האבן די קינדער פארפעלט צו איבערצייגן אז די פירמעס האבן געבראכן א געזעץ מיטן שטיצן שקלאפן האלטער

די קעיס איז געווארן אפעלירט צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט יא גענומען די זייט פון די קינדער און געשריבן אז קארפארעישאנס זענען געדעקט אונטער די ATS ווען עס קומט צו אזעלכע באשולדיגונגען ווייל לויט זיי קען אן אקט וועלכע איז יוניווערסאל און אבסאלוט יא דינען אלץ א באזיס פאר אן ATS אנקלאגע און די פארבאט אקעגן פארשקלאפונג איז יוניווערסאל (ברייט אנגענומען)

אין די דיסטריקט געריכט זענען געמאכט געווארן דריי ארגומענטן מצד די אנגעקלאגטע
1) זיי זענען מחולק אויף די באווייזן און הנחה אז זייערע שריט צו שטיצן די פארמער גיבט זיי גענוג א שטארקע כח המשלח אז די פארברעכן איז עפעס וואס פאלט אונטער די ATS
2ׂׂ) אז קארפארעישאנס פאלן נישט אונטער די ATS
3)וויבאלד אמעריקאנע געזעצן אין אלגעמיין זענען בלויז גילטיג אין די פאראייניגטע שטאטן אויסער אויב קאנגרעס שרייבט קלאר אנדערש דעריבער קען די ATS נישט אפעקטירן פארברעכן וועלכע זענען באגאנגען געווארן אין אויסלאנד סיידן פעלער אין וועלכע די אויסלענדישע קלאגן אן עימיצער פארן זיי שעדיגן אויף אמעריקאנע טעריטאריע קען מען דאן קלאגן אין אן אמעריקאנע געריכט
אויב אבער די פארברעך קומט פאר אין אויסלאנד און איז אן אינטערנאציאנאלע פארברעך אדער אפילו בלויז א לאקאלע פארברעך מוז מען זיך ווענדן צו די לאקאלע אדער אינטערנאציאנאלע געריכט סיסטעם

די ערשטע ארגומענט איז עפעס וועלכע די ניינטע קרייז געריכט האט דערווייל נישט באהאנדלט און עס געהאט צוריקגעשיקט צום נידריגן געריכט צו באהאנדלען

די צווייטע ארגומענט האט די קרייז געריכט ווי געזאגט באשלאסן און געאורטיילט אז קאראפארעישאנס פאלן יא אונטער די ATS

די דריטע ארגומענט האט איז בעצם א פראגע וועלכע די סופרים קאורט האט באהאנדלט אין 2012 למספרם ווען נאך יארן וואס די שטעלונג פון די רעגירונג איז געווען אז פארברעכן אין אויסלאנד ווערט נישט געדעקט אונטער ATS האט די אבאמא יוסטיץ דעפארטמענט איבערגעשמועסט די פאליסי מיט די סטעיט דעפארטמענט און באשלאסן צו טוישן שטעלונג און געזאגט פארן געריכט אז די עקזעקוטיוו פליגל נעמט מער נישט קיין אבסאלוטע שטעלונג אויף די פראגע נאר טוט רעקאמענדירן די געריכטן צו דן זיין אזעלכע פראגן אויף א קעיס ביי קעיס באזיס

ריכטער ראבערטס האט דאן געשריבן א באגרעניצטע 5-4 אורטייל אז די ATS דעקט בלויז פארברעכן דורכגעפירט אין אמעריקא אבער יא אפן געלאזט די טיהר פאר איינצלנע אויסנאמען אין וועלכע די פארברעכן "רירט אן/איז דירעקט פארבונדן קיין אמעריקא"

די ניינטע קרייז געריכט האט אבער נישט אדרעסירט די טייל און צוריקגעשיקט די קעיס צום דיסטריקט קאורט וועלכע איז שוין איצט געווען געבונדן צו די הנחה פון די סירקוט קאורט אז אויך אז קארפארעישאנס קענען ווערן געקלאגט אונטער די ATS צו באהאנדלען די דריטע ארגומענט

נו, מיט איין טיהר פארהאקט האט די דיסטריקט געריכט זיך געמוזט באנוצן מיט די איינציגסטע עמורדזשענסי עקזיט פון וואו צו באפרייען די פירמעס בויענדיג אויפן דריטן ארגומענט וועלכע די סירקוט קאורט האט דערווייל נאכנישט אדרעסירט און דאס איז די טענה אז די ATS דעקט בלויז פארברעכן באגאנגען אויף אמעריקאנע באדן און זיך אנגעהאנגן אין די 2012 למספרם סופרים קאורט אורטייל

די קינדער האבן נישט אויפגעגעבן און צוריקגעלאפן צום ניינטן סירקוט וועלכע האט אויסגעהערט די ארגומענט און געדארפט זוכן ווי אזוי זיך ארויסצודרייען פון די סופרים קאורט אורטייל בנוגע פארברעכן דורכגעפירט אין אויסלאנד

אינצווישן איז געשעהן א פאנטשער ווען אין 2018 למספרם ,אין א באזונדערע קעיס האט די סופרים קאורט געאורטיילט אז קארפארעישאנס קענען נישט ווערן געקלאגט אונטער די ATS

די אורטייל איז אויך געווען 5-4 מיט ריכטער קענעדי שרייבנדיג פארן מאיאריטעט

איצט איז שוין די ניינטע קרייז געריכט געווען א פאזיציע פון אויפקומען מיט ערקלערונגען איבער ארגומענט דריי, פארוואס אין אונזער קעיס איז נישט גילטיג די סופרים קאורט אורטיילן סיי פון 2012 למספרם (איבער נוצן די ATS אויף פארברעכן אין אויסלאנד) און סיי איבער ארגומענט צוויי מיט די סופרים קאורט אורטייל פון 2018 למספרם (אז מען קען נישט קלאגן קארפארעישנאס אונטער די ATS)

די ניינטע קרייז געריכט האט זיך אנייצע געגעבן מיט ביידע שטרויכלונגען און ערקלערט אז אין אונזער פאל איז נישט גילטיג
די אישו מיט די 2012 סופרים קאורט אורטייל אז ATS איז נישט גילטיג פאר פארברעכן דורכגעפירט אין אויסלאנד

ווי פריער דערמאנט האט ריכטער ראבערטס אין יענע אורטייל אפן געלאזט די טיהר פאר איינצלנע אויסנאמען אין וועלכע די פארברעכן "רירט אן/איז דירעקט פארבונדן קיין אמעריקא" און די סירקוט קאורט טענה'ט אז מען קען נישט בלויז קוקן אויף די פאקטישע לעצטע טייל פונעם פארברעך וואס איז איז אין אונזער פאל פארשקלאפונג וועלכע איז טאקע פארגעקומען אין אויסלאנד נאר מען מוז אויך קוקן אויף די פריערדיגע טייל וועלכע איז דאס מוטיגן, אויספלאנירן און פינאנצירן די אקציעס און דאס איז לויט די אנקלאגע יא פארגעקומען אין די הויפטקווארטירן פון די פירמעס אין אמעריקא (לויט די באשולדיגונג האבן די פירמעס געצאלט עקסטער געלט אינדרויסן פון די אפיציעלע קאנטראקט מיט די פארמער, א שטייגער ווי קיקבעקס אז די פארמער זאלן נוצן יונגע שקלאפן צו פארזיכערן ביליגערע פרייזן אין פירמע רעפרעזענטאטן זענען רעגלמעסיג געפלויגן פון אמעריקא צום קאוסט צו אונטערזוכן און באאבאכטן אפעראציעס)

די צווייטע פראבלעם פארן ניינטן קרייז געריכט ועולכע איז געווען די 2018 למספרם סופרים קאורט אורטייל אז קארפארעישאנס פאלן נישט אונטער די ATS האט די ניינטע קרייז מחלק געווען אז יענע סופרים קאורט קעיס האט זיך געהאנדלט איבער א אויסלענדיש באזירטע קארפארעישאן אבער אמעריקאנע באזירטע קארפארעישאנס פאלן נאך ווייטער אונטער די ATS

די געריכט האט דעריבער צוריקגעשיקט די קעיס צום נידריגן געריכט זאגנדיג אז זי האט שוין געאורטיילט אויף ארגומענט צוויי און דריי און ערקלערט אז זי האט דערווייל נישט געוואלט באהאנדלען ארגומענט איינס ווייל עס וואלט געווען פריצייטיג

זי האבן ערקלערט אז מיט די 2018 למספרם סופרים קאורט אורטייל אז (לשיטתם אויסלענדישע) קארפארעישאנס קענען נישט ווערן געקלאגט קומט אויס אז די קלעגער מוזן סיי וויי מאדיפיצירן זייער קלאגע ליסטע וועלכע האט אריינגענומען אויך א רייע אויסלענדישע קארפארעישאנס און דעריבער מוזן זיי צו ערשט ארויסשניידן די אויסלענדישע פירמעס און ווען די ליסטע פון אנגעקלאגטע וועלן זיין איבערגעמאכט צו בלויז אמעריקאנע באזירטע קארפארעישנאס וועט די דיסטריקט קאורט קענען געהעריג באהאנדלען די ערשטע ארגומענט

די דריי ריכטער פאנעל אויפן ניינטן קרייז געריכט איז באשטאנען פון ריכטערין נעלסאן נאמינירט דורך פרעזידענט קארטער
ריכטערין קריסטען נאמינירט דרוך פרעזידענט אבאמא און דיסטריקט ריכטער שיע נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא
די קעיס איז געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט וועלכע האט עס אקצעפטירט און באשטימט די מונדליכע ארגומענטן אויף דעצעמבער דעם ערשטן למספרם
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

יישר כוח @הבל, זייער אינטרעסאנט די "קינדער און געריכט"
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

אביסל טיפער האט געשריבן:יישר כוח @הבל, זייער אינטרעסאנט די "קינדער און געריכט"
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר!

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג נח

*
מארגן דינסטאג פלאנט סענאט פירער מיטש מעקאנעל ארויפצוברענגן אויפן סענאט פלאר אן אפשטימונג פאר צו קענען נוצן פאנדינג פאר פי פי פי און איין טאג שפעטער איז געסקעדזשועלט אן אפשטימונג פאר נאך א האלבע טריליאן דאלער סטימילוס ביל קומענדיג אין א צייט וואס פרעזידענט טראמפ און ספיקער פעלאוסי דרוקן נאך אויס האפענונג אויף א גרעסערע הילף פעקל טראץ וואס פילע דיפערענצן זענען נאנישט אויסגעגליכן און טראץ וואס רעפובליקאנער סענאטארן זענען זייער שטאנדהאפטיג נישט צו קומען אפילו נאנט צו די צוויי טריליאן ציפער ארום וועלכע די ווייסע הויז פארהאנדלט מיטן ספיקער
*
פעלאוסי האט אנגעדייטעט אז איינע פון די אישוס וועלכע די צוויי זייטן זענען נאך ווייט פון א פארשטענדעניש איז וויפיל צו גיבן פאר טעסטינג און טרעיסינג זאגנדיג אז מענוטשין האט ארויסגעשניטן 55% פון די געלט פאר דעם צוועק וועלכע קאנגרעס האט באשטעטיגט אין זייער ביל און אז עס איז ספעציעל אנטוישנד דאס וואס די ווייסע הויז האט עלימינירט פאנדינג צו אדרעסירן דאס וואס די ווירוס האט שטארקער אפעקטירט מינאריטעטן געמיינדעס ווי אנדערע
*
פרעזידענט טראמפ האט אויסגעדרוקט האפענונג אז איינמאל ער קומט זיך אויס מיטן הויז וועט שוין די סענאט נאכקומען
*
סענאטאר שומער איז נעכטן געפרעגט געווארן איבער ווי אזוי דעמאקראטן וועלן שטימען אויף די מעקאנעל ביל אבער נישט געוואלט ענטפערן זאגנדיג אז מען ווייסט נאנישט גענוג וואס עס גייט ליגן אינעם ביל
*

מעדאוס זאגט אז מען האט געמאכט פארשריט און אויב פעלאוסי זוכט עכט א פארשטענדעניש מיטן פרעזידענט וועט מען עס קענען גרייכן
מענוטשין וועט שפעטער רעדן מיטן ספיקער

הכל הבל האט געשריבן:

פעלאוסי מענוטשין טעלעפאן געשפרעך זיך געצויגן פאר 53 מינוט און לויט די ספיקער האבן דיך דיפערענצן פארשמעלערט און מען וועט מארגן רעדן נאכאמאל

גייט די סענאט באטראכטן אן אפמאך צווישן די ווייסע הויז מיט פעלאוסי?
מעקאנעל: איך האב שוין עס אדרעסירט מיט עטליכע טאג צוריק

דינסטאג נח

פרעזידענט טראמפ האט היינט אדרעסירט די אומווילן פון סענאט רעפובליקאנער מיטצוגיין מיט א 2 טריליאן דאלער ווירוס הילף פעקל זאגנדיג אז אויב די אדמינסטראציע גרייכט אן אפמאך מיט ספיקער פעלאוסי וועלן זיך רעפובליקאנער צושטעלן

ער זאגט אז ער וואלט אונטערגעשריבן א בילאפילו אויב א מאיאריטעט סענאטארן וועלכע שטיצן עס זענען דעמאקראטן
*
סענאטאר טון (ר) זאגט אז עס איז מעגליך אבער גייט זיין שווער צו טרעפן 13 סענאטארן (ר) וועלכע שטיצן עס
*
סענאטאר דזשאנסאן (ר) זאגט אז די ציפער איז צי הויך
*
סענאטאר טומי (ר) זאגט אז עס וועט צוטיילן רעפובליקאנער
*
סענאט מינאריטעט פירער שומער איז אצינד ארויסגעקומען אפיציעל אקעגן די מעקאנעל ביל אין די גרויס פון א האלב טריליאן דאלער וועלכע מען גייט מארגן אויפברענגן אין סענאט זאגנדיג אז עס איז געווען אומאקצעפטירבאר לעצטע מאל און גארנישט האט זיך נישט געטוישט
*
סענאט מינאריטעט פירער שומער האט נעכטן פרובירט צו באוקמען אן אפשטימונג אז די סענאט זאל אהיימגיין אויף ביז די וואלן
עס איז ערווארטעט אז ער זאל פרובירן נאך עטליכע מאל די זעלבע צו צייגן אז ער וויל פארמיידן אן אפשטימונג אויף די בערעט נאמינאציע
*
א גרופע רעפובליקאנער סענאטארן האבן נעכטן פארגעשלאגן א קאנסטיטוציאנאלע אמענדמענט צו פארבאטן דאס אויסברייטערן די סופרים קאורט
די פארזוך לויפט געמיינזאם מיט א פארזוך מיטן קאנסערוואטיוון מינעסאטע דעמאקראטט קאלינס פיטערסאן וועלכע זוכט די זעלבע אין קאנגרעס
א צווייטע פלאן איז פון געוויסע רעפובליקאנער צו שטימען צוריקצודרייען די איצטיגע סענאט רול און פארלאנגען 60 סענאטארן צו טוישן די גרויס פון די געריכט (עפעס וועלכע דעמאקראטן קענען שפעטער פרובירן צוריקצודרייען) אבער אויב (א ווייטע אויב) קאנגרעס שטימט אויך דערויף דאן קען עס דער פרעזידענט אונטערשרייבן אלץ געהעריגע געזעץ און צוויי דריטל אין די סענאט אין די סענאט און צוגאב צו קאנגרעס וועלןעס דארפן צוריקדרייען
א דריטע פארשלאג קומט פון קאנגרעסמאן דאג קאלינס אז מען זאל שטימען אויף א קאנסטיטוציאנאלע אמענדמענט אז בעפאר 10 יאר זאל מען נישט קענען פארגרעסערן די געריכט און געציהלט צו בעסער אפעלירן צו מעסיגע דעמאקראטן מיטן נישט פארזיגלען די פראגע אויף אייביג אבער דאך אפשטופן די דעבאטע נישט פארצוקומען אין די איצטיגע היציגע פאליטישע קלימאט
*
די סענאט יורידישע קאמיטע פלאנט צו שטימען די וואך אויף א סובפינע פאר טוויטער הויפט עקזעקוטיוו אבער לויט גרעהעם קומען נאך פאר געשפרעכן איבער א וואלונטיר פארהער
*
א הויפט סוב קוואל וועלכע האט געהאלפן קריסטאפער סטיעל צוזאמצושטעלן די רוסלאנד טראמפ דאסיער דראעט אנצוקלאגן א רייע הויכראנגיקע רעפובליקאנער פארן אים באצייכענען אלץ רוסישע שפיאן
זיין אדוואקאט זאגט אז די שמוץ קאמפיין שטעלט זיין קליענט'ס וואוילזיין אין געפאר
*
די דעמאקראטישע סענאטאריעל קאמפיין קאמיטע האט אויפגעטריבן אין סעפטעמבער למספרם 43.7 מיליאן דאלער וועלכע איז פיל מער ווי די 26.9 מיליאן זיי האבן אויפגעטריבן אין אוגוסט למספרם וועלכע איז דאן געווען זייער גרעסטע ציפער פער למספרם מאנאט אין היסטאריע
*
פרעזידענט אבאמא גייט ערשיינען אין א רעקלאמע פאר מישיגען דעמאקראטישע סענאטאר גערי פיטערס
*
אין דזשארדזשיא איז נעכטן פארגעקומען די ערשטע דעבאטע (ווירטואל) אין די כאאטישע סענאט דזשאנגל פארמעסט ווי די אמטירנדע סענאטארשע קעלי לאפלער האט זיך געדארפט פארמעסט פון רעכטס מיט קאנגרעסמאן דאג קאלינס און פון לינקס מיר דעמאקראטישע קעגנער
*
צווישן די אויסטוישן ציילן זיך איינס אין וועלכע קאלינס האט געזאגט איבער לאפלער: נישט אומזיסט ספענדט קעלי לאפלער 25 מיליאן דאלער אין די פארמעסט, זי וויל נישט אז דו זאלסט וויסן איבער איר פארגאנגענהייט
לאפלער איבער קאלינס: דאג קאלינס קען מיך נישט
איך נויטיג מיך נישט אין קיין ראט פון א דוכגעפאלענע קאריערע פאליטיקאנט
*
רעדנדיג פון די פארמעסט בתוך פארמעסט צווישן לאפלער און קאלינס ערשיינט דער אפריקאנער אמעריקאנער הערשל וואלקער וועלכע האט אדרעסירט די רעפובליקאנע קאנווענשאן אין א רעקלאמע פאר לאפלער
*
קאלינס פון זיין זייט קאמפיינט אויך העפטיג און האט זיך ארויסגעלאזט אויף א "טראמפ פארטיידיגונג טור" מיט הילף פון שטיצער און ערוועלטע באאמטע אריינגערעכנט געוועזענע קאנגרעספרוי קערען הענדל וועלכע האט גערעדט צו א גרופע וויילער זאגנדיג אז קאלינס איז עימיצער וועלכע מען קען געטרויען אז ער איז וואס ער זאגט אז ער איז
*
קאלינס האט איצט באקומען די אינדארסירונג פון פרעזידענט טראמפ'ס געוועזענע נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער
מייקל פלין
*
אין די סענאט פארמעסט אין קענסאס קמפן זיך העפטיג אויס דער רעפובליקאנער מארשאל מיט בארבארא בוילער וועלכע איז א געוועזענע רעפובליקאנער און רעפובליקאנער זענען באזארגט אז נעווער טראמפערס קענען זיך שפירן באקוועם צו גיין מיטן דעמאקראט
בוילער: מיינע ווירדן האבן זיך נישט געטוישט, מיינע שטימען האבן זיך נישט געטוישט, עס איז די פארטיי (ר) וועלכע האט זיך געטוישט
*
אין צפון קאראליינע לויפט סענאטאר טאם טיליס אקעגן די זייגער איבערצוקומען די אנקעטע אויבערהאנט פון זיין קענגער קאל קאנינגהעם בעפאר עס איז צי שפעט
מיט ווייניג צייט אבער אויך ווייניג וואס צו פארלירן האט האט טיליס באשלאסן צו קאפיטאליזירן אויף וואס קוקט אים אויס צו זיין די איינציגסטע געווער מיטן עפנטליך האמערן אויף קאנינגעהם צו אדרעסירן די לעצטיגע פערזענליכע סקאנדאל אין וועלכע ער איז פארמישט
*
אין ווירדזשינע האט נעכטן אן אנקעטע געצייגט אז מארק ווארנער איז בלויז 7% פאראויס פון זיין רעפובליקאנע קעגנער
עס איז א באקוועמע אויבערהאנט אבער דאך ארויסגעשיינט אלץ מערקווירדיג ווען מען גלויבט אז ווארנער דארף צו זיין שטארקער
ווארנער איז ערווארטעט צו געוואונען דעם פארמעסט אבער איצט געזאגט אז ער האט נאך אלץ שרעקעדיגע חלומות פון זיין פארמעסט מיט עד גילעספיע אין 2014 למספרם
אויב ווארנער זיגט און דעמאקרטן נעמען איבער די סענאט איז ערווארטעט אז ווארנער זאל איבערנעמעון די סענאט שפיאנאזש קאמיטע פארזיצערשאפט
*
שטילע פליסטערייען הערן זיך שוין פון לינקע אקטיוויסטן איבער דאס וואס די ביידען קאמפיין זיפט שוין דורך די רעקארדס פון א רייע רעפובליקאנער וועלכע האבן פארלאזט טראמפ אלץ פאטענציאלע קאנדידאטן פאר קאבינעט פאזיציעז אין א ביידען אדמינסטראציע
צווישן די נעמען ציילן זיך מעג וויטמאן, דזשאן קעיסיק און אפילו דזשעף פלעיק
פריערדיגע אדמיניסטראציעס פלעגן אלע אנשליסן מיטגלידער פון די קעגנערישע פארטיי צו צייגן פאראייניגונג הויפטזעכטליך אויף ווייניגער פאליטישע פאזיציעס ווי די טראנספארטאציע דעפארמענט און אפילו די פארטיידיגונגס דעפארמענט
*
אן איינשטימיגע דריי ריכטער פאנעל אויפן זעקסטן סירקוט קאורט האט אפגדעווארפן די פארזוך פון א קירכע אין קענטאקי וועלכע האט געבעטן צו בלאקירן אן עקזעקוטיוו ארדער וועלכע פארבאט פיזישע קירכע סערוויסעס צוליב די ווירוס אויסברוך
*
די פיפטע סירקוט האט נעכטן אראפגעשטימט א נידירגע געירכט אורטייל וועלכע האט באגרעניצט די פארלאנג פון טעקסאס אז מעיל אין בעלאטס דארפן ווערן איבערגעקוקט דורך אן אונטערשריפט מעטש פראגראם צו פארזיכערן די אויטענטישקייט דערפון
דער קלינטאן נאמינירטע דיסטריקט ריכטער האט פארלאנגט אז אין פעלער ווען אן אונטערשריפט ווערט גע'פסל'ט מוז דוזן די באטרעפנדע ויילער ווערן אינפארמירט צו קענען האבן א שאנס נאכאמל צו שטימען
אבער דער רעיגען נאמינירטע סירקוט ריכטער האט געשריבן אז עס איז צי נאנט צו די וואלן און וועט ארויפלייגן אן אוממעגליכע לאסט אויף די וואל באאמטע
*
די סופרים קאורט האט נעכטן געאורטיילט מיט 4-4 אקעגן רעפובליקאנע פארזוכן אפצושטעלן די ערלויבעניש צו אקצעפטירן בעלאטס ביז 3 טעג נאך די וואלן אויב ווערן סיי געפאוסטמארקד אין צייט
הויפט ריכטער דזשאן ראבערטס האט זיך אנגעשלאסן מיט די דריי ליבעראלן אויפן באנק
שווער צו שאצן וויפיל שאנסן עס איז דא אז עס זאל פאסירן אבער געוויסע זאגן אז אויב ריכטערין בערעט ווערט באשטעטיגט לויטן פלאן קענען נאך רעפובליקאנער איינגעבן א פרישע ביטע אז די פולע באנק פון 9 ריכטער זאלן איבערהערן די קעיס און האפן אויף בעסערע רעזולטאטן
*
קאנגרעס האט באאויפטראגט די ענווייראמענטל פראטעקשאן אגענטור צו רעגולירן די דעזיין און אפעראציע פון מאסיווע וואסער שלעפער וועלכע טויזנטער אינדוסטריאלע פאבריקן נוצן

די מאשינען טוען ארויסשעפן שווערע גאלאנען פון טייכן און אקעאנען און ווערן גענוצט אפצוקילן די פלענטס און זיי האלטן אין די ריכטיגע טעמפעראטור

די פראבלעם איז אז די וואסער שלעפער טוען נישט דורכזופן דאס וואסער פון פיש און אנדערע וואסער באשעפענישן און טוען דאדורך שטעלן אין געפאר די אונטערוואסער באשעפעניש געמיינדע און דעריבער איז עס די אויפגאבע פון די אי פי עי צו פארזיכערן אז די אויסשטעל פון די סארט מאשינעריע איז אהערגעשטעלט אויף א וועג צו פארמיידן דאס מערסטע שאדן נאר מעגליך

אלץ טייל פון די ESA געזעץ וועלכע איז געציהלט צו באשוצן די פאפולאציע פון באשעפענישן דארפן פעדעראלע אגענטורן אפהאלטן פארמאלע באראטונגען מיט די אמעריקאנע פיש און וויילדלייף סערוויסעס און אויב די סערוויסעס באשליסן אז א טויש פארגעשלאגן דורך אן אגענטור טוט באדראען באשעפעניש פאופלאציע קענען זיי פארלאנגען צו מאדיפיצירן די געפלאנטע טויש אבער זיי מוזן צושטעלן אלטערנאטיווע געדאנקן ווי אזוי אויסצופירן די ציהלן פון די אגענטור אויף א פארזיכערטע וועג

אין 2013 למספרם האט די אי פי עי אונטערגענומען א פארמאלע פראצעדור פון געשפרעכן מיט די סערוויסעס איבער א פלאן צו טוישן די קולינג סיסטעם דעזיין און די סערוויסעס זענען געקומען צום אויספיר אז די ארגינעלע פלאן טויג נישט און האבן אפגעשריבן זייער שטעלונגע באגלייט מיט אלטערנאטיווע געדאנקן און צוגעשיקט בלויז "טייל" פון די דרעפט צו די אי פי עי

אין מערץ 2014 למספרם האט די אגענטור ארויסגעגעבן אן איבערגעמאכטע פארשלאג וועלכע האט אריינגענומען די רעקאמענדאציעס פון די סערוויסעס און נאך א וויילע פון הין און צוריק אויסטוישן וועלכע האט עווענטועל צופרידנגעשטעלט די סערוויסעס און זיי האבן באשטעטיגט די פלאן אום מאי 19 למספרם או בו ביום האט די אגענטור אריינגעשטעלט די טויש אין קראפט

די ענווייראמענטאלע גרופע סיערא קלאב האט אריינגעגעבן א פרייהייט פון אינפארמאציע פארלאנג וועלנדיג ליינען די קארעספענדאנץ צווישן די סערוויסעס און די אגענטור דורכאויס די פעריאד פון פארהאנדלונגען צווישן זיי

די סערוויסעס האבן צוגעשטעלט א טייל פון די דאקומענטן צוריקהאלטנדיג אנדערע מיט די אויסרייד אז פרייהייט פון אינפארמאציע פארלאנג געזעץ פארמאגט א אן אויסנאם גערופן "עקזעמפשאן 5" וועלכע באשוצט פעדעראלע אגענטורן פון דארפן פארעפנטליכן אינערליכע אגענטור (פון געשפרעכן אינעם אגענטור זעלבסט צווישן איינגעשטעלטע) אדער אינטרא אגענטור (פון געשפרעכן צווישן צוויי אדער מער אגענטורן) מעמאראנדומס אדער בריוו אויסטויש וועלכע איז נישט קיין ענדגילטיגע אפיציעלע באשלוס נאר דרעפט פארהאנדלונגען און דיסקוסיעס און עס דארף בלויז ווערן ארויסגעגעבן ווען צוויי אגענטורן האבן א שטרייט צווישן זיך אין איינע פון די אגענטורן פארלאנגט צוטריט דערצו

די אויסנאם איז געציהלט צו פארזיכערן די פרייע פולס פון אבזערוואציעס און געדאנקן ביים פארמירן פאליסי זיי צו קענען אויסדרוקן לויזערהיייט אן קיין זארג אז עס וועט שפעטער קענען פארלאנגט דורך יעדע שמויגער צו קענען ליינען יעדע הוה אמינא אדער ספק ספיקא פון אגענטור פערסאנעל דורכאויס אן אומפארענדיגטע פראצעדור

די פראגע וואס האט זיך אנטוויקלט איז וואס עס פאלט אלץ אונטער אט די אויסנאם

די ניינטע סירקוט קאורט האט געאורטיילט אז צו קלאסיפיצירן א דאקומענט אלץ באשוצט אונטער עקזעמפשאן 5 דארף אן אגענטור איבערצייגן אז די דאקומענט איז סיי "פראדעצואל" (א דרעפט געשריבן דורך א שטאב מיטגליד צו רעקאמענדירן די וועלכע זענען באפולמעכטיגט צו פאסן די באשלוסן) און סיי ,אין א "דיסקוסיע" שטאפל (אז עס טוט קלאר אנדייטן אז עס איז דערווייל בלויז די שטעלונג פונעם שטאב מיטגליד אבער נאכנישט אדאפטירט דורכ'ן פאליסי באשלוסער

פון די אנדערע זייט האבן ריכטער אויפן די סי סירקוט אנדערש אפגעלערנט די אויסנאם און אין אן אורטייל געשריבן דורך דאן סירקוט ריכטער קעווענאו קלארגעשטעלט אז אפילו אויב א דאקומענט רעפלעקטירט די מיינונג פון אגענטור באאמטע וועלכע קענען באשליסן אויף פאליסי איז עס אויך באשוצט אויב עס איז נאכנישט געשריבן אלץ ענדגילטיגע באשלוס נאר אלץ דרעפט דורכאויס די פראצעדור

די אורטייל פון די ניינטע קרייז געריכט איז געקומען אין אונזער קעיסווען סיערקא קלאב האט פארלאנגט די דאקומענטן און זיך געוואנדן צו א דיסטריקט געריכט אין קאליפארניע וועלכע האט געהייסן ארויסגעבן 11 פון די 16 דאקומענטן איבער וועלכע מען האט זיך געקריגט צוליב וואס זיי האבן אויסגעקוקט צו זיין "געפארבט" אין א וועג וועלכע זאל עס מאכן אויסקקון ווי בלויז רויע דרעפטס און געלאזט פיר פון זיין פארזיגלט צוליב וואס זיי רעפלעקטירן קלאר אינערליכע דרעפטס

די סערוויסעס האבן אפעלירט די אורטייל צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע געלאזט אין פלאץ די דיסטריקט געריכט אורטייל אויף 9 פון די 11 דאקומענטן אבער יא פארזיגלט די איבריגע דריי (און געלאזט פארזיגלט די אנדערע פיר)

די אינהאלט פון די ניין דאקומענטן אין צענטער פון די קעיס איז געווען די ביאלאגישע געפינסן אהערגעשטעלט דורך די סערוויסעס און לויט סיערא קלאב זענען זיי געווען די פאקטישע הנחות וועלכע האט באוואויגן די סערוויסעס צו פארלאנגען פון די אי פי עי צו טוישן זייער פלאן און איז נישט געווען בלויזע דרעפטס און פארהאנדלונגען

די ארגומענט פון די סערוויסעס איז געווען אז וויבאלד זיי האבן עס געשריבן נאך בעפאר די אי פי עי האט געטוישט זייער פלאן און פארעפנטליכט די ענדגילטיגע טויש פאלן נאך די דאקומענטן אריין אין די דרעפט קאטעגאריע (טראץ וואס די סופרים קאורט האט שוין אין די פארגאנגנהייט געשריבן אז א ביאלאגישע באריכט קען ווערן פארררעכנט אלץ ענדגילטיגע מיינונג ווילן זיי זאגן אז אויב עס ווערט געשריבן נאך בעפאר די אי פי עי טוישט זייער פלאן איז די דין אנדערש)

די ניינטע קרייז געריכט האט ווי געזאגט געשיריבן אז די 9 דאקומעטן דארפן ארויסגיין און געלאזט פארריגלט די איבריגע 3 וועלכע האבן פארגעשטעלט די אלטערנאטיווע געדאנקן וועלכע די סערוויסעס האבן פארגעשלאגן פאר די אי פי עי צוליב וואס יענץ איז ריכטיגע דרעפטס

די סערוויסעס האבן אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט און אנגעוויזן אז די אורטייל איז אין קעגנזאץ צום די סי קאורט אורטייל און גייט אויך אקעגן אן אורטייל פון די צווייטע סירקוט קאורט וועלכע האט אין א באזונדערע קעיס (אויך צווישן די סערוויס און די סיערא קלאב) איינגעשטימט אז די זעלבע דאקומענטן קענען בלייבן פארזיגלט (הגם די אישו מיט די צווייטע סירקוט איז נישט עכט אזוי קלאר אז זיי נעמען די זייט פונעם די סי קאורט איבער די ניינטע סירקוט ווייל אנדערש ווי אין די ניינטע קרייז געריכט ווען מען האט איינפאך פארלאנגט די דאקומענטן איז עס געפאלן אויף די סערוויסעס צו איבערצייגן פארוואס מען זאל עס נישט ארויסגעבן, אנדערש אבער איז אין די צווייטע סירקוט ווי דארט האט סיערא קלאב געקלאגט די אי פי עי אז די ענדגילטיגע איבערגעמאכטע פלאן איז נישט אויסגעהאלטן אין אלץ טייל פון די פראצעדור האבן זיי פארלאנגט צוטריט צו די דאקומענטן און אין אזא פאל האט די צווייטע סירקוט געשריבן אז די סטאנדארט איז צו ווארפן די יאך אויף סיערא קלאב צו איבערצייגן פארוואס מען זאל יא ארויסגעבן די דאקומענטן)

די סופרים קאורט האט אקצעפטירט די קעיס און באשטימט מונדליכע ארגומענטן אויף נאוועמבער 2 למספרם
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יישר כח!
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

יישר כח @הבל
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

ממוצע האט געשריבן:יישר כח!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג נח

*
מארגן דינסטאג פלאנט סענאט פירער מיטש מעקאנעל ארויפצוברענגן אויפן סענאט פלאר אן אפשטימונג פאר צו קענען נוצן פאנדינג פאר פי פי פי און איין טאג שפעטער איז געסקעדזשועלט אן אפשטימונג פאר נאך א האלבע טריליאן דאלער סטימילוס ביל קומענדיג אין א צייט וואס פרעזידענט טראמפ און ספיקער פעלאוסי דרוקן נאך אויס האפענונג אויף א גרעסערע הילף פעקל טראץ וואס פילע דיפערענצן זענען נאנישט אויסגעגליכן און טראץ וואס רעפובליקאנער סענאטארן זענען זייער שטאנדהאפטיג נישט צו קומען אפילו נאנט צו די צוויי טריליאן ציפער ארום וועלכע די ווייסע הויז פארהאנדלט מיטן ספיקער
*
פעלאוסי האט אנגעדייטעט אז איינע פון די אישוס וועלכע די צוויי זייטן זענען נאך ווייט פון א פארשטענדעניש איז וויפיל צו גיבן פאר טעסטינג און טרעיסינג זאגנדיג אז מענוטשין האט ארויסגעשניטן 55% פון די געלט פאר דעם צוועק וועלכע קאנגרעס האט באשטעטיגט אין זייער ביל און אז עס איז ספעציעל אנטוישנד דאס וואס די ווייסע הויז האט עלימינירט פאנדינג צו אדרעסירן דאס וואס די ווירוס האט שטארקער אפעקטירט מינאריטעטן געמיינדעס ווי אנדערע
*
פרעזידענט טראמפ האט אויסגעדרוקט האפענונג אז איינמאל ער קומט זיך אויס מיטן הויז וועט שוין די סענאט נאכקומען
*
סענאטאר שומער איז נעכטן געפרעגט געווארן איבער ווי אזוי דעמאקראטן וועלן שטימען אויף די מעקאנעל ביל אבער נישט געוואלט ענטפערן זאגנדיג אז מען ווייסט נאנישט גענוג וואס עס גייט ליגן אינעם ביל
*

מעדאוס זאגט אז מען האט געמאכט פארשריט און אויב פעלאוסי זוכט עכט א פארשטענדעניש מיטן פרעזידענט וועט מען עס קענען גרייכן
מענוטשין וועט שפעטער רעדן מיטן ספיקער

פעלאוסי מענוטשין טעלעפאן געשפרעך זיך געצויגן פאר 53 מינוט און לויט די ספיקער האבן דיך דיפערענצן פארשמעלערט און מען וועט מארגן רעדן נאכאמאל

גייט די סענאט באטראכטן אן אפמאך צווישן די ווייסע הויז מיט פעלאוסי?
מעקאנעל: איך האב שוין עס אדרעסירט מיט עטליכע טאג צוריק

פעלאוסי זאגט אז עס איז נאך געבליבן איין קליינע שטיינדל אויפן וועג צו א ווירוס הילף פעקל פארשטענדעניש
מען האט געמאכט פראגרעס אויף די פאנדינג פאר טעסטינג און טרעיסינג
צווישן די אומגעלעזטע קאנפליקטן ציילן זיך געלט פאר סטעיט און לאקאלע רעגירונגען, שטייער קרעדיטס און לייעביליטי באשיצונגען
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14547
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

הבל, עפעס נייעס וועגן די פלעסטיק בעג געזעץ?

מעקאנעל גרייט ארויפצוברענגן א קאנגרעס באשטעיגטע הילף פעקל מיט שטיצע פון די ווייסע הויז אויפן סענאט פלאר

פעלאוסי פארענדיגט אירע פארהאנדלונגען מיט מענוטשין אויף היינט זאגנדיג אז געוויס איז מען נאנטער און איבער האבן פארטיג א פלאן אויף ענדע וואך איז עפעס וואס זי האפט און איז אין פלאן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג נח

*
קאלינס האט איצט באקומען די אינדארסירונג פון פרעזידענט טראמפ'ס געוועזענע נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער
מייקל פלין
*

לאפלער באקומען די אינדארסירונג פון ריטשארד גרענעל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיטוואך נח

אין ווייטערדיגע באריכטן איבער די סטימילוס פארהאנדלונגען:
מעדאוס זאגט אז די האפענונג איז צו האבן עפעס פארטיג אין די קומענדיגע 48 שטונדן און דערווייל איז די גרעסטע שטיינדל אין וועג די געלט פאר סטעיט און לאקאלע רעגירונגען
*
באריכטן אז טראמפ דרוקט אויפן פענטאגאן נישט ארויסצושטעלן קיין ביד נאר אנשטאט אונטערשרייבן א קאנטראקט מיט די ריוואדא קאמיוניקאציע ריז פאר 5-G טעכנאלאגיע נאך דרוק פון קארל ראוו וועלכע איז אן אינוועסטירער אין, און טוט לאביאונג ארבעט פאר די פירמע
*
בערעט היינט אויף קעפיטאל היל זיך צו טרעפן מיט סענאטארן אין צוגרייטונג צו די מארגנדיגע קאמיטע אפשטימונג
*
מייק האקעבי זאגט אז טראמפ און זיין קאמפיין זאלן נישט זיין די וועלכע שטופן פאראויס די האנטער ביידן סקאנדאלן זאנגדיג אז עס איז א גרייז אזוי צו טוהן און די געווענליכע אמעריקאנער פארשטייען נישט צו די זאכן און מען זאל ליבערשט האמערן איבער עקאנאמישע אישוס
*
ווייט פון פאקס זאגט פאר מעדאוס אז דער פרעזידענט קען האבן צוטוי אין די מאדערעיטאר וועלקער פון ען בי סי פון די מארגנדיגע דעבאטע
מעדאוס: איך וועל עס מיטטיילן מיטן פרעזידענט, עס איז א שטארקע אינדארסירונג
*
באסי און לואנדאוסקי וועלכע זענען פאר מאנאטן געווארן באזייטיגט דורך פארסקעיל האבן איצט פירנדע ראלעס אין די טראמפ קאמפיין
*
באסי איז געווארן געשיקט קיין פלארידא צו דינען אלץ פארהאנדלער און אויסגלעטן געפעכטן צווישן סוזי ווילעס וועלכע האט אנגעפירט אן מיט טראמפ קאמפיין אפעראציעס אין פלארידא אין 2016 למספרם און געווארנאר ראן דסאנטיס וועלכע האט איר באזייטיגט
*
די געפעכט צווישן דסאנטיס און ווילעס ציהט זיך שוין א לענגערע צייט

ווילעס איז א פראמינענטע לאביאיסט וועלכע האט אנגעפירט די טראמפ קאמפיין לעצטע מאל אין פלארידא און די טראמפ געוואונס אין די סטעיט געווארן צוגעשריבן צו איר קרעדיט
שפעטער האט זי אנגעפירט די סוקסעספולע דסאנטיס גאווערנאר קאמפיין און דאסמאל זיך ווידעראמל אנגעשלאסן אין די טראמפ ווידערערוויילונג קאמפיין
א שווארצע קאץ איז אבער דורכגעלאפן צווישן איר ראון דסאנטיס ווען דסאנטיס פארדעכטיגט/באשולדיגט איר און ארויסלאזן פארשעמנדע אינפארמאציע אויף אים און בלאזט געפערליך אויף איר זינט דאן און איר ארויסגערוקט פון פאזיציע
באריכטן האבן געלויטעט אז אין די צייט פון די פלענער אפצוהאלטן די קאנווענשן אין פלארידא האט דסאנטיסט שטילערהייט געמוטיגט ביישטייערער נישט צו גיבן געלט פאר די רעפובליקאנע נאצינאלע קאמיטע/קאנווענשאן פאנדרעיזינג זינט ווילעס האט איז געווען פארבונדן און געשפילט א קאנווענשאן ראלע
ער האט אנגעבליך געהעצט דעם פרעזידענט איבער ווילעס זאגנדיג אז די קרעדיט וואס מען שרייבט אויף איר אקאונט איז זייער איבערגעטריבן אבער טראמפ האט נישט רעאגירט נאר געטוישט די שמועס צו א צווייטע טאפיק
עווענטועל איז די קאנווענשאן סייווי נישט פארגעקומען אין פלארידא (ווען יא וואלט די ריס מעגליך ארויפגעשווימען שטארק אויפן אויבערפלאך און געברענגט אומגונסטיגע דעקונג) און זינט ווילעס איז לעצטנס צוריקגעקומען צום טראמפ קאמפיין אלץ אומבאצאלטע געהילף און איצט פרובירט באסי אויסצגלעטן זאכן
*
נאכפאלגענדיג די פלין אינדאריסרונג פאר קאלינס אין די סענאט דזשארדזשיא פארמעסט האט איצט לאפלער ערהאלטן די אינדארסירונג פון ריק גרענעל
*
שומער עראינערט זיך מיט מעמוארן פון זיין ארבעט פאר די דורכגעפאלענע מעקארטי פרעזידענט קאמפיינס ווען מען האט נאך גענוצט די גאר אלטע סארט דרוק מאשינען זאגנדיג אז די טינט האט דיך געגעבן ארויסגעגעבן אזא סארט נאטורליכע לוסטיגקייט וועלכע האט דיך ביים אריינאטעמען אריינגעפירט אין א "הויך.." אז ווען מען זאל דאס היינט האבן וואלט מען נישט געדארפט לעגאליזירן פארשידענע סארט געווירצן..
*
א העליקאפטער האט נעכטן ארומגעקרייזט אין די רוימען העכער וואשינגטאן די סי אפצושאצן נאטורליך געשאפענע בעקגראונד ראדיאציע אלץ טייל פון זיכערהייט מאסנאמען אונטערגענומען אין צוגרייטונג פאר די יונואר 20 למספרם (אויב זאל מען שוין דאן וויסן קלארע רעזולטאטן) פרעזידענטליכע איינשווערונג צערעמאניע
*
גאר אן אינטערסאנטע אנטוויקלונג אין צפון קאראליינע ווי רעפובליקאנער פרובירן צו באקעמפן די פארלענגערונג ביז ווען מען קען אקצעפטירן בעלאטס
די רעפובליקאנער האבן נעכטן פארלוירן די קעיס ביים פולן פערטן סירקוט קאורט אבער אויף א גאר אינטערסאנטע וועג
די באנק פארמאגט 3 טראמפ נאמינירטע ריכטער, דריי ריכטער נאמינירט דורך פרעזידענטן בוש און רעיגען
די איבריגע זענען נאמינירט דורך דעמאקראטישע פרעזידענטן
אלע דעמאקראטן האבן געשטימט אקעגן די רעפובליקאנע פארזוך
אלע דריי בוש/רעיגען נאמינירטע האבן געשטימט אין שטיצע פון די רעפובליקאנער און געבעטן אז די סופרים קאורט זאל אקצעפטירן די קעיס
אלע דריי טראמפ נאמינירטע ריכטער האבן זיך צוגעשטעלט צו די דעמאקראטיש נאמינירטע ריכטער
די קעיס קען מעגליך זיין די סאמע ערשטע קעיס איבער וועלכע ריכטערין עימי קאני בערעט וועט אורטיילן
*
נתן ווען ביורען איז געווען א סארדזשענט פאליציי אפיציר אין קאמינגס דזשארדזשיע וועלכע איז אין לויף פון זיין קאריערע געקומען אין פארבינדונג מיט אן זעכציג יעריגער אלמן מיטן נאמען ענדרו אלבא וועלכע פלעגט אנגעבליך פינאנצירן אומלעגאלע אקטיוויטעטן פון וועלכע ער האט פארדינט

די דעפיוטי הויפט פון די לאקאלע פאליציי דעפארטמענט איז געקומען צום אויספיר אז אלבא ליידט פון מענטאל העלט קאמפליקאציעס און קען זיין שעדליך און געווארנט אפיצירן צו האנדלען פארזיכטיג מיט אים און אוועקשטיין פון אים ווי ווייט מעגליך

אונזער אפיציר ווען ביורען האט אבער געהאלטן אז ער איז גענוג קלוג זיך אומצוגיין מיט אלבא און האט אנגעקניפט באציאונגען מיט אים

זייענדיג איינע פון די אפיצירן וועלכע האבן אנטיילגענומען אין א פריערדיגע ארעסט אויף אלבא האבן זיך די צוויי באקענט און ווען ביורען איז געווארן פארמישט אין שליכטן געפעכטן צווישן אלבא און אנדערע ציווילע

ווען ביורען האט עס נישט געטוהן צוליב מיטלייד נאר ליבערשט פאר זיין אייגענע אינטערעסען זייענדיג אין א געדרוקטע פינאנציעלע צושטאנד האט ווען ביורען געפונען אין אלבא א רייפע געלעגנהייט צו פארדינען עפעס געלט און ער האט זיך געוואנדן צו אלבא מיט א פארלאנג פאר אן הלואה

ווען ביורען האט פאלש אנגעגעבן אז ער איז שולדיג 15,368 דאלער פאר זיין זוהן'ס מעדיצינישע בילס און ערקלערט פאר אלבא אז בענק וועלן אים נישט לייען קיין געלט צוליב זיין שוואכע קרעדיט

וואס ווען ביורען האט אבער נישט געוואוסט איז אז אלבא האט רעקארדירט זייערע געשפרעכן און ביי א געוויסע פונקט האט אלבא באשלאסן עס איבערצוגעבן צו א דעטעקטיוו אין די לאקאלע שעריף'ס אפיס און זיך דארט באקלאגט אז ווען ביורען האט אים געדרוקט און פרובירט ארויסצופרעסן געלט פון אים

די באקלאגעניש איז אנגעקומען ביז צו די עף בי איי וועלכע האט בסאשלאסן איינצופעדימען א סטינג אפעראציע וועלכע זאל אויסשפורן ווי ווייט ווען ביורען וועט זיין גרייט צו גיין צו מאכן אפאר טאלער

די ביורא האט אויסגעארבעט מיט אלבא אז ער וועט אין די קומענדיגע באגעגעניש מיט ווען ביורען איינגיין אים צו גיבן עפעס געלט אבער וועט אין אויסטויש פארלאנגען אז ווען ביורען זאל אים אויפדעקן אויב א געוויסע פארשוין מיט וועם אלבא האט (אנגעבליך) זיך געטראפן א נאכט בעפאר ביי צווייפלהאפטיגע אקטיוויטעטן איז גאר א באהאלטענע פאליציי אפיציר וועלכע פאלגט נאך אלבא און אנדערע אדער בלויז א ציווילע בירגער וועלכע נעמט אנטייל אין די אקטיוויטעטן

אלבא האט אויסגעפירט זיין מיסיע אין ביי א מיטאג מיט ווען ביורען אום אוגוסט 21 2015 למספרם האט ער רעקארדירט ווי אזוי ער גיבט איבער א קאנווערט פון 5 טויזנט דאלער פאר ווען ביורען זאגנדיג אז דאס איז נאכנישט אלעס

ווען ביורען האט אנגעהויבן צו פרעגן איבער א באצאלונג טערמין אבער אלבא האט עס אוועקגעמאכט מיט די האנט נאר פארלאנגט א טובה אז ווען ביורען זאל נאכקוקן און אים איבערגעבן אויב דער אויבנדערמאנטע פארשוין איז אן אונטערגעשטעלטע פאליציי אפיציר און ווען ביורען איז איינגעגאנגען דערויף

ביי די קומענדיגע באגעגעניש האט אלבא געפרעגט ווען ביורען אויב ער האט טאקע אויפגעזוכט די לייסענס פלעיטס פון יענע פארשוין אין די פאליציי דאטא בעיס אבער ווען ביורען האט זיך אנטשולדיגט זאגנדיג אז די לייסענס פלעיט נומערן וועלכע אלבא האט אים געגעבן שטעלן זיך ארויס אלץ אומריכטיג און געבעטן אז אלבא זאל אים טעקסטן די ריכטיגע נומערן

אלבא האט אים טאקע געשיקט די נומערן פון א פאלשע פלעיט פאבריצירט דורך די ביורא

ווען ביורען האט רעאגירט אז ער וועט אריינקוקן דערין אבער אז ער וויל צו ערשט האבן די "סחורה"
האט אלבא געענטפערט אז ער וועט אים האבן "2" און א פרישע באגעגעניש איז געווארן געסקעדזשועלט

ביים זיצונג האט זיך אלבא אנטשולדיגט אז ער האט בלויז געברענגט טויזנט אנשטאט צוויי (די ביורא האט אים גראדע געגעבן צוויי טויזנט איבערצוגעבן פאר ווען ביורען אבער ווי עס שיינט האט אלבא באשלאסן צו האלטן האלב פאר זיך אין טאש..)
און ווען ביורען האט אים געזאגט אז ער מוז האבן די נאמען פונעם פארשוין און נאכן עס באקומען פארשפראכן ווייטער צו טוהן דערוועגן און אלבא האט אים פארזיכערט דערנאך צו האבן די גאנצע

עטליכע טאג דערויף האט טאקע ווען ביורען נאכגעזוכט די אינפארמאציע אין די דזשארדזשיע קריים אינפארמאציע צענטער דאטא בעיס וועלכע איז אן אפיציעלע סטעיט דאטא בעיס פארבונדן מיט די נאציאנאלע קריים אינפארמאציע צענטער אויף וועלכע די עף בי איי פארפיגט

ווען ביורען האט דערנאך געשיקט א טעקסט פאר אלבא אז ער האט אינפארמאציע פאר אים און די קומענדיגע אינדערפרי האבן אגענטן געקלאפט אויפן טיהר פון ווען ביורען אין נאך א לענגערע אינטערוויו האט ווען ביורען מודה געווען אין אלצדינג

דערנאך האט א פעדעראלע דזשורי אים געפונען שולדיג אין אין קאונט פון ווייער שווינדל און איין קאונט פון קאמפיוטער שווינדל

ווען ביורען האט אפעלירט זיין שולד אורטייל צום עלפטן קרייז געריכט וועלכע האט באשטעטיגט אז ער איז שולדיג אויף די צווייטע קאונט אבער האט ארויסגעווארפן די ערשטע באשולדיגונג צוליב וואס די דזשורי איז נישט ריכטיג געווארן ריכטיג אינפארמירט איבער יענע געזעץ

ווען ביורען האט זיך אבער געוואנדן צום סופרים קאורט זאגנדיג אז אויך די קאונט אויף קאמפיוטער שווינדל דארף ווערן ארויסגעווארפן און אנגעצייגט אז לויט די צווייטע, פערטע און ניינטע קרייז געריכטן קען מען נישט אנקלגן א מענטש פארן נישטערן אין קאמפיוטערס פאר וועלכע מען דארף אויטאריזאציע אין א פאל וואס דער באטרעפנדער איז אויטאריזירט צו נוצן דעם קאמפיוטער

דאס שאפט א שפאלט מיט די ערשטע, פיפטע, זיבעטע און עלפטע סירקוטס וועלכע לערנען יא אפ די געזעץ אז אפילו אויב יענער איז באפולמעכטיגט צו נוצן די קאמפיוטער איז עס א פארלעצונג אויב יענער זוכט באנוצט זיך דערמיט מער ווי ער איז ערלויבט ווי צום ביישפיל נוצן די קאמפיוטער פאר פערזענליכע באנוץ און נישט פאר פאליציי ביזנעס א שטייגער ווי ווען ביורען וועלכע האט געזוכט די לייסענס פלעיטס אינפארמאציע (די פארברעך פון שאפן פאר יענעם די אינפארמאציע פאר די כאבאר איז אומפארבונדן מיט די קאמפיוטער שווינדל געזעץ און יענע עוולה איז געווען די ערשטע קאונט)

לויט ווען ביורען וועט יעדע מינדעסטע רעגירונג קאמפיוטער באנוץ פאר פערזענליכע באנוץ ווי קאמיוניקאציע מיט פריינט אדער איינפאכע קאמיוטער שפילן אריינפאלן אונטער די געזעץ פון רויבן די רעגרונג קאמפיוטער אפאר פערזענליכע באנוץ אויב זאל מען ערלויבן די עלפטע סירקוט באשלוס צו בלייבן שטיין

די סופרים קאורט האט באוויליגט אריינצוקוקן אין די קעיס און באשטימט די מונדליכע ארגומענטן אויף נאוועמבער 30 למספרם
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

הבל
יישר כח גדול
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר פאר אלע פידבעק דא און אין אישי!

ערהאלטן א מעסעדזש פון א חשוב'ע ניק מיט א גערעכטע טענה
ער האט אויפגעפאסט אז די היינטיגע געריכט קעיס איז שוין באשריבן געווארן בעבר (און די איינציגסטע אפדעיט איז די דאטום וועלכע די געריכט האט געסקעדזשועלט אויסצוהערן ארגומענטן)
ער איז גערעכט און די גרייז איז א פארדרוסליכע
יענער האט עס ארויסגעברענגט אויף אן איידעלן און קאמפלימענטירנדן אופן ווי צו זאגן אז דאס ווייזט אז ער ליינט די באריכטן רעגלמעסיג
יענעם'ס סענסיטיוויטעט און פידבעק זענען ביידע עפרישיעטעד
די פאקט אז ער איז די איינציגסטע עס אויפצופאסן/אנמערקן איז גראדע נישט וואס עס צייגט אז פארלאנג פאר אזעלכע לאנגע קאמפליצירטע נישט שטארק פאליטישע קעיסעס איז נישט עקסטער שטארק די טעג זינט עס איז נארמאל אז פון צווישן אזויפיל קעיסעס איז שווער צו הלאטן קאפ און געדענקן און נישט יעדער ליינט דאך יעדן טאג
וואס איך קלער יא איז אז אויסער וואס די קוואנטיטעט איז מעגליך צופיל אין אלגעמיין איז די אינטערעסע דערין נאך ווייניגער אין די איצטיגע טעג ווען אויסער טראמפ און ביידען עקזיסטירט גארנישט ביי שטארקע נייעס מיטהאלטער און עס איז זייער פארשטענדליך
דעריבער איז די קלער נאכצולאזן מיטן אפדעיטן די דאזיגע אשכול אין פאר די קומענדיגע טעג/וואכן און אויסווארטן אז די היץ זאל נאכלאזן און די קלימאט זאל ווערן קילער און מעגליך דאן זיך אומקערן געוואנדן אינעם פארלאנג
צוליב צו טוהן פאר די אנטוישטע מיט די היינטיגע איבערגעבאקענע געריכט קעיס וועלן מיר פרובירן צו פארגיטיגן אין די קומענדיגע תגובה מיט א נייע באריכט דאסמאל פרישע ווארע
א גרויסע דאנק פאר אלע פריינט
א לעכטיגן שבת!
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך אקטאבער 21, 2020 1:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ggg
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ggg »

אידישע מוח האט געשריבן:הבל
יישר כח גדול
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”