די אמת איבער די רעטינגס ביי די טאונהאללס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

די אמת איבער די רעטינגס ביי די טאונהאללס

תגובהדורך קהלס נאר » זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:43 pm

"ערהאלטן אין אימעיל"

אוקעי... .סא יעדער רעדט פון די "רעיטינגס" פון די קאמפיטינג טאון-האולס.

איך האב געהאלטן אז טראמפ גייט האבן ווייניגער. כ'מיין כ'האב עס געשריבן דא אויך.

פארוואס? זייער פשוט. פון טראמפ הערט מען שוין פיר יאר טאג און נאכט. יעצט ביי די קאמפיין מאכט ער ראליס יעדע 15 מינוט, און ביידן זיצט אין קעלער.

סא, יעדער טראמפ שטיצער איז זאט פון הערן טראמפ.

און אפילו נישט, יעדער האט געוואוסט פון פאראויס אז די מאדערעיטאר גייט זיך נישט פירן מענטשליך צו טראמפ. און דאס איז סיי ווייל די מידיא מוז דאך זיין קעגן טראמפ, און ספעציעל יעצט ווייל ען-בי-סי האט געכאפט מכות פארן האבן די "חוצפה" פון לאזן טראמפ האבן א פלאטפארמע.

סא, ווער זאל קוקן? די טראמפ שטיצער? פארוואס? צו זעהן ווי טראמפ ווערט געפייניגט?

נאך א פוינט. ען-בי-סי איז געווארן ווי דערמאנט שרעקליך אראפגעריסן פארן האבן די חוצפה פון לאזן טראמפ רעדן. און גרויסע שישקעס זענען ארויסגעקומען אראפרייסן די טשענל. טא מען קען רואיג טראכטן אז אסאך האבן באיקאטירט די טאן האול. איך האב אויף דעם נישט קיין פרוף, אבער אזוי וואלט די פארשטאנד מיטגעגעבן.

נאך א זאך וואס איינער האט מיר אנגעוויזן. ביי די טראמפ שטיצער איז די פארלאפענע טעג געווען די גרעסטע נייעס איבער די נייע אויפדעקונגען איבער ביידן און זיין זון מיט די אימעילס. אפגעזען צו איינער האלט עס איז עכט אדער פאלש, איז עס געווען די הויפט נייעס כאטש ביי די רעפובליקאנער, די וואס וואלטן געדארפט קוקן די טראמפ טאון האלל.

שטעלט זיך ארויס, אז דער פאפולערסטער טעלעוויזיע פערזענליכקייט אויף די רעכטע זייט – טאקער קארלסאן – האט אין די זעלבע צייט ווי די טראמפ טאון האלל געהאט א סענזאציאנאלע שאו איבער די סקאנדאל. דאס האט אן א פראגע אוועקגעשלעפט אסאך צוקוקער.

עכ"פ, איך האב געהאלטן אז טראמפ גייט האבן ווייניגער צוקוקער. (און איך בין אויף רעקארד אז כ'האב אזוי געהאלטן ווי געזאגט. נישט אז יעצט זאג איז אזוי.)

און דאן איז ארויסגעקומען די נומערן זענען ארויסגעקומען, האבן די ביידן שטיצער געפייערט זיג. ערשט איז געווען די "פריע נומערן" און ביידן איז געווען פאראויס, דאן די פיינעל נומערן און ביידן איז ווייטער געווען פאראויס.
אבער פאר מיר איז עס ווי געזאגט נישט געווען קיין חידוש.

דאן האט איינער ארויסגעברענגט א אינטערעסאנטע פוינט.

ביידן האט גערעדט מיט א האלבע שעה מער. טא, אפילו טראמפ שטיצער האבן נאך געקענט אריבערגיין הערן אביסל פון ביידן נאכדעם וואס טראמפ האט געענדיגט.

אוקעי.... גאנץ א גוטע ספין.... אבער למעשה.. ביידן איז פאראויס.

און אלע מידיא קעפלעך האבן געזאגט "ביידן האט דעפיטעט טראמפ מיט א מיליאן צוקוקער"!

אנדערע זענען געווען אביסל מער ריכטיג... און געשריבן "מיט ארום א מיליאן צוקוקער".

אוקעי...

למעשה בינעך היינט געהאט א מינוט, און אביסל אריינגעקוקט אין די באריכטן און די נומערן.

איז ערשט, ביידן האט געהאט 14.1 מיליאן צוקוקער, און טראמפ האט געהאט 13.5 מיליאן צוקוקער. דאס איז וואס אלע באריכטן.

אוקעי... איז די ערשטע זאך, מען רעדט פון 600,000 מער נישט א מיליאן.... אהא!! וויאזוי 600,000 ווערט אין א העדליין "א מיליאן" איז אביסל אומפארשטענדליך.

א שטיקל מהלך האב איך יא. ווייל אין די ערשטע באריכטן אויף די רעיטינגס – איידער אלע נומערן זענען אריינגעקומען – איז די פארמעסט געשטאנען 13.9 מיליאן פאר ביידן און 13 מיליאן פאר טראמפ. דאס הייסט לויט די ערשטע נומערן איז די אונטערשיד געווען 900,000. אויך נישט קיין מיליאן, אבער כאטש אויף דעם איז דא א שטיקל תירוץ פארוואס די מידיא האט עס "געראונד" צו א מיליאן און געפייערט זיג.

שפעטער אז עס האט זיך אויסגעשטעלט אז מען רעדט נאר פון 600,000..... יעצט גיי זיי מודה אז פריער איז די פרייד געווען איבערגעטריבן... נעעע... לאז עס ביי א מיליאן און פארטיג.

(אגב, איינע פון די זאכן וואס די מידיא איז געווען ביזי, איז אז ביידן איז געווען נאר אויף עי-בי-סי, און טראמפ איז געווען אויף ען-בי-סי וואס האט נאך צוויי טשענעלס, עם-עס-ען-בי-סי און סי-ען-בי-סי. איך פארשטיי נישט פארוואס דאס איז א טענה. אז מענטשן האבן געזוכט צו קוקן אויף די טאון האול, זענען זיי געגאנגען צו איינע פון די טשענעלס.

אגב דאגב, איך ווייס נישט פארוואס מען רעדט נישט פון די טעלעמאנדא נומערן. דארט איז עס אויך געווען געוויזן – עס איז אויך איינע פון די ען-בי-סי טשענעלס -. אבער עפעס רעדט מען נישט פון די נומערן פון די טשענל. ווייסעך נישט צו ווייל דאס איז אריינגערעכנט אין די 13.5 מיליאן, אדער מען איגנארירט עס סתם אזוי).

צוריק צום נושא. אויף טעלעוויזיע האט ביידן געהאט מיט 600,000 צוקוקער מער. נישט געפערליך – איבערהויפט אז מען רעכנט אריין די פריערדערמאנטע פונקטן - אבער דאך מער.

אבער יעדער ווייסטעך אז היינט קוקן זייער אסאך אנליין סטרימינג. יעדער רעדט דערפון, און אלע זאגן עס איז זייער שווער צו וויסן אויף דעם וויאזוי עס איז געווען.

למעשה דאס מאל איז אביסל גרינגער געווען.

די אלע טשענעלס וואס האבן געטראגן די צוויי טאון האלס, האבן אפיציעלע יו-טוב טשענעלס. און כאטש וואס עס זענען זיכער געווען נאך ערטער וואו מען האט געקענט מיטהאלטן סטרימינג, אבער יענע ערטער איז טאקע שווער נאכצוקוקן. אבער אין די אפיציעלע טשענעלס קען מען דאך יא קוקן, און כאטש האבן א שטיקל בילד.

איז לאמיר זעהן די נומערן דארטן. (אגב, די נומערן האלטן זיך אין איין טוישן מיט קליינע חילוקים ווייל עס קומט מען צו נאך צוקוקער די גאנצע צייט. אבער עס טוישט זיך נישט צופיל, און ביידע גייען ארויף. סא די נומערן וואס איך ברענג איז פון ווען איך האב נאכגעקוקט – זונטאג נח נאכמיטאג -.)

דארטן אויף די עי-בי-סי אפיציעלע טשענל, האט ביידן געהאט 5,494,945 מיליאן צוקוקער.

אויף ען-בי-סי האט טראמפ געהאט 3,063,674. אויף סי-ען-בי-סי האט טראמפ געהאט אויף איין טשענל 3,452,579 מיליאן, און אויף די אנדערע – סי-ען-בי-סי טי-ווי - נאך 1,426,383. אויסער דעם איז עס אויך געווען אויף "טעלעמאנדא" – א ספאנישע טשענל פון ען-בי-סי ווי פריער דערמאנט – און דארטן האט טראמפ געהאט 412,831.

סא אלעס אינאיינעם האט טראמפ געהאט אויף יו-טוב - כאטש אויף די אפיציעלע טשענעלס - 8,355,467 צוקוקער! קעגן ביידנ'ס 5,494,945.

דאס איז 2,860,522 מער צוקוקער!

יעצט.... נעמט אראפ די 600,000 וואס ביידן האט געהאט מער אויף טי-ווי און טראמפ בלייבט מיט 2,260,522 מער צוקוקער.

אצינד... קוקט אריין אין די אלע נייעס באריכטן איבער די טאונהאלס.

אסאך פון זיי ברענגען די טרוקענע נייעס אז ביידן האט געהאט מער, און נעמען ניטאמאל די מי צו פארציילן אז "עס איז אויך געווען אויף יו-טוב"....

אנדערע ברענגען עס יא ארויס... שרייבן אז עס איז געווען אויף "סטרימינג" אבער האבן קוקט אויס נישט געהאט די צייט און געלט אריינצוקוקן אין די נומערן אזוי ווי איך האב געטאן.... אנדערע שרייבן יא "עס איז שווער צו וויסן".... פארוואס? וואס איז אזוי שווער?

די עיקר איז.... ביידן האט געהאט מער. ענד דעט מיי פרענדס... איז וואס די גאנצע מידיא איז
לעצט פאראכטן דורך קהלס נאר אום זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:50 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12626
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:47 pm

ווען מען רעדט פון טי ווי רעדט מען פון עווערעדש וויוס.
אנליין סטרימינג זאגט דיך נאר די טאוטעל אמאונט פון וויוס, און דעריבער איז זייער נישט אקוארט.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


Programming
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: די אמת איבער די רעטינגס ביי די טאונהאללס

תגובהדורך Programming » זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:49 pm

איך בין נישט זיכער אבער כ'שטעל זיך פאר אז די ציפערן רעכענען שוין אריין (עכ"פ) די אפיציעלע טשענעלס אויף יו טיוב


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: DotBot, PetalBot, rogers, בן איש חי, האמת הצפון, הויעך, וואל טאג, זכרונות, חמרא, יש ברירה, מילכיגער, משמש, נארפאקטן, פארצייטיש, פרעג נישט און 60 געסט