איך רעד אויך נישט פון רעמדעסעווער אדער dexamethasone (לעצטענס געווארן אפראווד אין ענגלאנד פאר קאוויד) וואס שניידט טויט ראטע מיט בערך 20%, אויך רעד איך נישט פון א וואקסין וואס וועט העלפן פאר נאר 50%.
איך רעד פון זאכן וואס העלפן פאר איבער % 90 מענטשען, האט סייענטיפישע דעקונג, און וואס האט נאך נישט "קיין איין דר." וואס זאגט אז ער האט פראבירט און עס האט נישט געארבעט. פון די אנדערע זייט איז דא הונדערטער דאקטוירים וואס שרייען בדידי הוה עובדא.
דאס דארף מען אנהייבן נעמען אין די ערשטע טאג צוויי נאכן באקומען סימפטאמען, און איז געאייגענט פאר מענטשען וואס זענען א העכערע ריזיקע, למשל העכער 60 אדער אנדערע געזונטהייט פראבלעמען.
די מהלך ווערט שטארק געשטיצט דורך פראפעסער הארווי ריש איינע פון די גרעסטע עקספערטן אין אמעריקא , ער זיצט אויף די עדיטאריעל באורד פון NEJM.
1. Ivermectin—TGA and FDA approved as an anti-parasitic therapy with an established safety profile since the 1970s. Known as a “Wonder Drug” from Japan
2. Zinc
3. Doxycycline—TGA and FDA approved tetracycline antibiotic fights infections such as acne, urinary tract infections, etc.
דער מהלך איז אויך בעסער צו נעמען וואס פריער, אבער עס זעט אויס אז עס ארבעט אביסל אין שפעטערע טעג אויך.
דאס ארבעט אפילו מענטשען וואס זענען שוין עכט קראנק אין שפיטאל.
מען נעמט איינמאל 100,000 IU, און נאך 2 טעג 50,000 IU. אויב עס פעלט אויס נאך 4 טעג נאכאמאל 50,000 איי יו. זה הוא. (אין קאלסיפידייעל דארף מען נעמען איינמאל .53MG און נאך 2 טאג האלב וכולי). לויט ווי איך פארשטיי איז נאך אלס בעסער צו נעמען קאלסיפעדייעל אנשטאט וויטאמין די 3, וויבאלד וויטאמין די דויערט לענגער צו ווערן געפראסעסד דורכן קערפער (קען דויערן ביז א וואך) משא"כ קאלסיפעדייעל וואס ווערט מודראדיג שנעל איינגזאפט. אבער קאלסיפעדייעל ברויך א פרעסקרישאן און ווי לאנג דער דר. וועט אייך געבן די פרעסקריפשאן קען דאך דער פאציענט אויסגיין חלילה. דר אירווין יונגרייז א באקאנטער אקאדעמיקער האלט אז פאר יעדע איינציגע פאציענט אין שפיטאל זאל מען געבן קאלסיפעדייעל.
Founder of Massachusetts Institute of Technology IT (Irwin Jungreis) who has written to us redoing the statistics and calculating the exact value of p using the hypergeometric distribution. It indicates that “while at an intuitive level 76 patients might seem like a small study, the math shows that it is more than enough to detect an effect this large. The math is very clear: there is absolutely no reasonable doubt that it was the calcifediol that resulted in the decreased ICU admissions among the treated group in your study. The evidence you already have is sufficiently strong that every hospitalized COVID-19 patient should be given calcifediol”. באקומען אין אי-מעיל פון די וואס האבן אנגעפירט די שטודיע.
לסיומא דמילתא קיינע פון די 3 מהלכים האבן נישט קיין ערענסטע סייד עפעקטס (בערך אזוי פיל ווי די מעדעצין וואס איר האט לעצטע מאל גענומען פאר סטרעפט). סא אפילו טאמער האט איר בשוגג גענומען און איר האט למעשה נישט געדארפט, קענט איר שלאפן רואיג. די איינציגסטע אויסנאם איז מענטשען מיט ערענסטע הארץ פראבלעמען וואס קענען זיין סעסעטיוו צו היידראקסיקלאראקווין. (אויך נישט קיין סכנה פאר זיי, אבער מען דארף עס מאניטארן).
א גמר חתימה טובה.
*דיסקלעימער: קיינע פון די אויבנדערמאנטע זאכן און אינפארמאציע זענען נישט אפראווד ביי FDA פאר קאוויד. דער ארטיקל איז לידיעה נישט אויף למעשה. סיי וואס איר טועט שמועסט אייך דורך מיט אייער דר. בעפאר.