"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך IMBZ »

Politico
12912E7F-E255-4405-82D5-F2DF4FC8329A.jpeg
12912E7F-E255-4405-82D5-F2DF4FC8329A.jpeg (512.42 KiB) געזען 2701 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

לויט די קאוויד טרעקינג ציילונג האט אמעריקע היינט באריכטעט פרישע 1,249 טויטפעלער אין פארגלייך צו 1,416 דעם פארגאנגענעם מיטוואך.

לויט קאוויד טרעקינג שטייט די טויטצאל אין אמעריקע ביי: 171,602
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מחשב »

IMBZ האט געשריבן:Politico
12912E7F-E255-4405-82D5-F2DF4FC8329A.jpeg

שכח פארן אראפברענגן. איך גלייך אזעלכע סחורה.

(איך ברענג צומאל מאל אראפ אזעלכע זאכן, סטאדיס, וכדו'. איך ווייס אבער נישט צו איינער איז אינטערעסירט)
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:די רעגירונג אין פראנקרייך דערקלערט פאריז אלץ א "רויטער" קאוויד זאנע. ערלויבענדיג פאר לאקאלע באאמטע צוריק איינצושטעלן רעסטרוקציעס אויב עס פעלט זיך אויס

פאריז האט איינגעשטעלט א פארלאנג צו גיין מיט מאסקעס

---
פראנקרייך באריכטעט היינט 6,111 נייע קעיסעס. די העכסטער צאל אין די לעצטע 5 חדשים
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

פראנקרייך באריכטעט היינט 7,379 נייע קעיסעס און 20 טויטפעלער.
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך KMW »

מחשב האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:Politico
12912E7F-E255-4405-82D5-F2DF4FC8329A.jpeg

שכח פארן אראפברענגן. איך גלייך אזעלכע סחורה.

(איך ברענג צומאל מאל אראפ אזעלכע זאכן, סטאדיס, וכדו'. איך ווייס אבער נישט צו איינער איז אינטערעסירט)

?A study of 20 ppl makes you happy
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מחשב »

KMW האט געשריבן:

ווי האסטו געזען אז איך ווער העפי דערפון? אפשר ווער איך טרויעריג?

איך האב געשריבן אז עס איז מיר אינטערעסאנט. לטב ולמוטב.
גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך גולם פון וואשינגטאן »

עפעס רעדט קול מבשר פון א פראםעסאר וואס טענה'ט אז ארץ ישראל האלט שוין נאענט צי אזוי גערופענע סטאדע אימיוניטי
עס איז זייער אינטערסאנט
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מחשב »

אן אינטערעסאנטע טשארט פון דריי שטודיעס ווי אזוי קאראנא אפעקטירט אזויפיל מער עלטערע ווי אינגע.

d41586-020-02483-2_18319834.png
d41586-020-02483-2_18319834.png (28.81 KiB) געזען 1702 מאל

https://www.nature.com/articles/d41586- ... -2#ref-CR2
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מחשב »

א מאן אין נעוואדע איז געווארן ריאינפעקטעד מיט די וויירוס.

דער 25 יעריגער מאן איז געווארן דיאגנאזירט מיט די וויירוס אין אפריל 18 מיט די געווענליכע סימפטאמען, נאך 10 טאג איז ער ארויסגעקראכן דערפון. ער האט געטעסטעד נעגאטיוו צוויי מאל, און שפעטער אין מאי 31 איז ער געווארן נאכאמאל דיאגנאזירט מיט קאראנא.

אנדערש ווי די אנדערע באריכטעטע קעיסעס אין האנג קאנג און אין אייראפע, ווי די מענטשן האבן צום צווייטן מאל געהאט גאר לייכטע סימפטאמען אדער בכלל נישט קיין סימפטאמען, האט דער מענטש געהאט דעם צווייטן מאל מער ערנסטע סימפטאמען, ער האט געדארפט ווערן האספאטאליזירט און באקומען אקסיזשען הילף.

לויט די פארשער איז די וויירוס זעלבסט געווען אנדערש די ערשטע מאל ווי די צווייטע, צוליב א מיוטעישן.

https://papers.ssrn.com/sol3/papers.cfm ... id=3681489
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מחשב »

א פרישע שטודיע זאגט אז די וויירוס קען טרעוולען ביז 26 פיס אין געציילטע סעקונדעס.

https://www.webmd.com/lung/news/2020082 ... eet-enough
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך הענדימען »

מחשב האט געשריבן:א פרישע שטודיע זאגט אז די וויירוס קען טרעוולען ביז 26 פיס אין געציילטע סעקונדעס.

https://www.webmd.com/lung/news/2020082 ... eet-enough

דאס מיינט אז 6 פיס סאשעל דיסטענסינג איז נאך עפעס ווערד?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מחשבהטובה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 5:31 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מחשבהטובה »

Expect the curve of the coronavirus pandemic in Israel to steadily go down starting next month, an Israeli data scientist told the Jerusalem Post, warning, however, that in the meanwhile the death toll will climb further.

According to Ben-Gurion University of the Negev Professor Mark Last, the number of Israelis infected with the virus who never showed any symptoms and thus didn’t get tested vastly outweighs the number of diagnosed patients.

Thus, once a high enough proportion of Israelis develop immunity to the virus, while the majority of the rest of the population adhere to social distancing and other health directives, the rate of the virus’s spread would drop down quickly.

“According to my calculations, we need 1.16 million people with antibodies in order to achieve herd immunity and we are very close to that number,” he said at the recent AIME 2020: International Conference on Artificial Intelligence in Medicine.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מחשב »

הענדימען האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:א פרישע שטודיע זאגט אז די וויירוס קען טרעוולען ביז 26 פיס אין געציילטע סעקונדעס.

https://www.webmd.com/lung/news/2020082 ... eet-enough

דאס מיינט אז 6 פיס סאשעל דיסטענסינג איז נאך עפעס ווערד?

איך האב נישט קיין ציטריט צו די סטאדי זעלבסט, נאר צו די באריכט.

ווי איך פארשטיי זאגן זיי אז די 6 פיס איז באזירט אויף א זייער אויבערפלעכליכע וועג פון אנאליז, אן אריינעמען פארשידענע זאכן וואס מאכן אויס אויף ווי אזוי ס'זאל זיך פארשפרייטן. זיי טענה'ן אז די זעקס פיס איז נישט קיין ריכטיגע וועג צו באשטימען די סאושעל דיסטענסינג.

און ווען מ'נעמט די אלע זאכן אין חשבון, זעט מען אז "ס'קען" זיך פארשפרייטן ביז 26 פיס אין געציילטע סעקונדעס. כ'וואלט געדארפט מער מדגיש זיין די "קען"..

איינער זאגט דארט אז: "If you are wearing a mask, not shouting, not sick, keep your mask on, and there is some indoor ventilation, 6 feet is probably enough"...
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך הענדימען »

בקיצור. נאך אן אפדעיט

אגב. די גאנצע 6 פיס מעשה איז עפעס אזוי געווארן אן קיין ערנסטע דעקונג. ניין?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מחשב »

איך ווייס נישט אויף וואס ס'איז געווארן באשטימט די 6 פיס מתחילה.

ס'איז שוין געווען פארשידענע באריכטן וואס האבן געווארפן ספיקות אין די גאנצע 6 פיס.

נישט אז ס'טוט נישט אויף, ווי ווייטער אלץ בעסער, כמובן. אבער די אפיציעל "פארזיכערטע" ווייטקייט פון 6 פיס האט שוין אסאך עוררין..
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פרוביר אויך »

מחשב האט געשריבן:א פרישע שטודיע זאגט אז די וויירוס קען טרעוולען ביז 26 פיס אין געציילטע סעקונדעס.

https://www.webmd.com/lung/news/2020082 ... eet-enough

ווער געדענקט ווי די מידיא האט זיך איבערגעדרייט ווען פאוטשי האט געמאכט א מאדנעם היס,
אנצוציגען אז סתם אזוי איז 6 פיס גענוג
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך הענדימען »

מחשב האט געשריבן:איך ווייס נישט אויף וואס ס'איז געווארן באשטימט די 6 פיס מתחילה.

ס'איז שוין געווען פארשידענע באריכטן וואס האבן געווארפן ספיקות אין די גאנצע 6 פיס.

נישט אז ס'טוט נישט אויף, ווי ווייטער אלץ בעסער, כמובן. אבער די אפיציעל "פארזיכערטע" ווייטקייט פון 6 פיס האט שוין אסאך עוררין..

יאיא. דאס איז דאך מיין פוינט. אז ביז יעצט איז עס שוין אזוי אויך געווען אויף הינערנע פיס און יעצט איז עס נאך שוואכער
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מחשב »

איך וויל נאך מאכן א שטיקל דיסקלעימער, אז איך ברענג די נייעס "כמו שהוא". איך נעם נישט קיין שטעלונג איבער די נייעס, און צו למשל א סטאדי איז ריכטיג אויסגעהאלטן אדער נישט, און צו ס'זענען דא אנדערע סטאדיס וואס זאגן מעגליך פארקערט. וכו', וכו'.

דאס איז די נייעס, נעמט עס און לערנט עס אפ ווי אזוי איר ווילט...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך farshlufen »

איך דענק די 26 פוס טעאריע איז שוין עטליכע חדשים אלט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מחשב »

farshlufen האט געשריבן:איך דענק די 26 פוס טעאריע איז שוין עטליכע חדשים אלט.

קען זיין. אויב יא מסתמא נישט אין קיין געהעריגע סטאדי. ווייל דאס איז יעצט אין די נייעס.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך Goodmorning »

מחשב האט געשריבן:א מאן אין נעוואדע איז געווארן ריאינפעקטעד מיט די וויירוס.

דער 25 יעריגער מאן איז געווארן דיאגנאזירט מיט די וויירוס אין אפריל 18 מיט די געווענליכע סימפטאמען, נאך 10 טאג איז ער ארויסגעקראכן דערפון. ער האט געטעסטעד נעגאטיוו צוויי מאל, און שפעטער אין מאי 31 איז ער געווארן נאכאמאל דיאגנאזירט מיט קאראנא.

אנדערש ווי די אנדערע באריכטעטע קעיסעס אין האנג קאנג און אין אייראפע, ווי די מענטשן האבן צום צווייטן מאל געהאט גאר לייכטע סימפטאמען אדער בכלל נישט קיין סימפטאמען, האט דער מענטש געהאט דעם צווייטן מאל מער ערנסטע סימפטאמען, ער האט געדארפט ווערן האספאטאליזירט און באקומען אקסיזשען הילף.

לויט די פארשער איז די וויירוס זעלבסט געווען אנדערש די ערשטע מאל ווי די צווייטע, צוליב א מיוטעישן.

https://papers.ssrn.com/sol3/papers.cfm ... id=3681489

אפאר וואכן צוריק אין די איד איז געשטאנען באשריבן פון עטליכע אזעלכע קעיסעס. ווי די צווייטע מאל איז געווען ערגער, אבער איך פארשטיי אז זיי נעמען דאך נישט אן אז עס קען געווענליך ריאינפעקטן.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

אונטערשטעליג מיט עטליכע טעג...

קאוויד טרעקינג ציילונג: פרישע טויטפאלן (פארגאנגענע וואך)

דאנערשטאג: 1,129 (1,117)
פרייטאג: 1,023 (1,118)
שבת: 1,014 (1,024)
זונטאג: 475 (572)

לויט קאוויד טרעקינג שטייט די טויטצאל אין אמעריקע ביי: 175,243
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פרוביר אויך »

ווי האלט די מצב אין די שפיטעלער אין אריזאנע טעקסעס און פלארידע?
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מחשב האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע טשארט פון דריי שטודיעס ווי אזוי קאראנא אפעקטירט אזויפיל מער עלטערע ווי אינגע.

d41586-020-02483-2_18319834.png

https://www.nature.com/articles/d41586- ... -2#ref-CR2

אינטערעסאנט נאר וויאזוי מ'קאמפעירט א שטאט קעגן א לאנד - אויך ווי מ'שטעלט צוזאם א שטודיע באזירט אויף מענטשן וואס זענען 65 - 75 - 80.

מ'האט נישט געקענט צושטעלן, לדוגמא, שווייץ מיט ענגלאנד און שפאניע - מ'האט געדארפט צוקומען צו איין ספעציפישע שטאט?

אויך פ"וו קען מען נישט אין אלע דריי פלעצער נוצן די זעלבע יארגאנג?
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”