"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

לויט די קאוויד טרעקינג ציילונג האט אמעריקע היינט צוגעזען 1,172 פרישע טויטפעלער אין פארגלייך צו 1,037 דעם פארגאנגענעם שבת.

קעיסעס זענען געווען נידריגער. פאזיטיוו ראטע עטוואס העכער אין פארגלייך צו פארגאנגענע וואך.

לויט קאוויד טרעקינג שטייט די טויטצאל אין אמעריקע ביי: 146,619
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פרעמיער מיניסטער פון קאסאווא - אוודולא האטי - גע'טעסט פאזיטיוו פאר קאראנע און געמאלדן אז ער וועט זיך איזאלירן פאר צוויי וואכן.

די לאנד האט ביז היינט באריכטעט א סך הכל פון 8,800 קעיסעס און ארום 250 קאראנע פארבינדעטע טויט פאלן - פון א באפעלקערונג פון ארום 1.8 מיליאן.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מחשב »

די אושען קאונטי העלטה דיפארטמענט באריכטעט א שטארקע שפרינג אין וויירוס פעלער ארויס פון לעיקוואוד

די קאונטי זאגט אז די לעצטע טאג צייט האט לעיקוואוד צוגעזען פרישע 20 פעלער, אין פארגלייך צו א דורכשניט פון 2 ביז 4 פעלער טעגליך די לעצטע פאר חדשים. דאס לעצטע מאל וואס לעיקואווד האט געזען אזא הויכע צאל אין איין טאג איז געווען פארלאפענע מאי 26 למס', דאס איז געווען דינסטאג די וואך פון שבועות.

https://www.yiddish24.com/news/57/23353

און אויב זענען דא 20 באשטעטיגטע פעלער, קען מען גאנץ באשטימט אננעמען אז די ריכטיגע נומער איז היבש היבש מער. ה"י.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך Goodmorning »

מחשב האט געשריבן:די אושען קאונטי העלטה דיפארטמענט באריכטעט א שטארקע שפרינג אין וויירוס פעלער ארויס פון לעיקוואוד

דר ווערצבערגער האט פרייטאג געזאגט פאר איינעם אז אין ק״י דרייט זיך גאנץ שטארק ארום קאראנע. באשעפער זאל אפהיטן.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מחשב »

ווי איז @שלמה הילדעסהיימער שוין די לעצטע צוויי חדשים?
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

לויט די קאוויד טרעקינג ציילונג האט אמעריקע היינט צוגעזען 515* פרישע טויטפעלער אין פארגלייך צו 558 דעם פארגאנגענעם זונטאג.

*טעקסעס האט נישט באריכטעט היינט קיין נומערן, פארגאנגענע וואך האבן זיי באריכטעט 153 טויטפאלן.

קעיסעס זענען געווען נידריגער. פאזיטיוו ראטע עטוואס העכער אין פארגלייך צו פארגאנגענע וואך.

לויט קאוויד טרעקינג שטייט די טויטצאל אין אמעריקע ביי: 147,134
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13357
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

איך לעב @מחשב.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך Goodmorning »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איך לעב @מחשב.

ב״ה!!!! נו דאן פארוואס הערט מען נישט פון דיר?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

תגובה דורך קהלס נאר »

Goodmorning האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:די אושען קאונטי העלטה דיפארטמענט באריכטעט א שטארקע שפרינג אין וויירוס פעלער ארויס פון לעיקוואוד

די קאונטי זאגט אז די לעצטע טאג צייט האט לעיקוואוד צוגעזען פרישע 20 פעלער, אין פארגלייך צו א דורכשניט פון 2 ביז 4 פעלער טעגליך די לעצטע פאר חדשים. דאס לעצטע מאל וואס לעיקואווד האט געזען אזא הויכע צאל אין איין טאג איז געווען פארלאפענע מאי 26 למס', דאס איז געווען דינסטאג די וואך פון שבועות.

https://www.yiddish24.com/news/57/23353

און אויב זענען דא 20 באשטעטיגטע פעלער, קען מען גאנץ באשטימט אננעמען אז די ריכטיגע נומער איז היבש היבש מער. ה"י.

דר ווערצבערגער האט פרייטאג געזאגט פאר איינעם אז אין ק״י דרייט זיך גאנץ שטארק ארום קאראנע. באשעפער זאל אפהיטן.

דו האסט עס געהערט פון דר ווערעצערבעגער אליינס ?
אדער דו האסט עס געהערט פון איינעם וואס האט עס געהערט פון א דריטען ?
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎

קהלס נאר האט געשריבן:

הונדרעט פראצענט געהערט פון איינעם גאר נאנט, אבער ער לאכו בכלל פון קאראנע אז ביג דיעל עס איז סתם א וויירוס, אבער עס גייט שטארק ארום..
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך קהלס נאר »

גאר נאנט צו וועם ?
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך Goodmorning »

קהלס נאר האט געשריבן:גאר נאנט צו וועם ?

צו מיר וואס איז געווען דארט פרייטאג. גלייב יא, גלייב נישט, וואס קען מען סיי ווי טון...
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פרוביר אויך »

Goodmorning האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איך לעב @מחשב.

ב״ה!!!! נו דאן פארוואס הערט מען נישט פון דיר?

פיין הערט מען!!!
אז יענער קען קענסטו אויך
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך Goodmorning »

פרוביר אויך האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איך לעב @מחשב.

ב״ה!!!! נו דאן פארוואס הערט מען נישט פון דיר?

פיין הערט מען!!!

וואו?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16647
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:דאנערשטאג יולי 23

צווישן די לענדער וואס זענען געווען שטארק אפעקטירט און כמו ריקאווערד, די ערשטע צו זעהן א נייער אויפשטייג אין קעיסעס - איז שפאניע

שפאניע באריכטעט היינט 2,615 קעיסעס. דאס איז 2,000 קעיסעס מער ווי 10 טעג צוריק.

עס וואלט געווען כדאי צו קוקן די נעקסטער וואך צייט צו זעהן אין וועלכער דירעקציע עס גייט.

:shock:

מאנטאג יולי 27

שפאניע'ס געזונטהייט מיניסטער זאגט אז שפאניע האט געזעהן 6,361 נייע קעיסעס זינט פרייטאג.

טאמער קומט א צווייטער כוואליע, ווייזט שפאניע די ערשטע צייכענעס דערפון.

מאנטאג אוג' 3

שפאניע האט געזעהן 8,532 קעיסעס* זינט פרייטאג. דאס איז אן עווערעדזש פון 2610 קעיסעס פער טאג

(די העכסטע זינט אפריל 27 ווי עס איז געווען 2615 קעיסעס)

*דאס רעכנט נישט אריין מאדריד און קאטלאניע.

---
די וויקענד ציפערן אין שפאניע גייט בארג ארויף.
די לעצטע 6 וואכן:

Last weekend of June: ~850 cases

First weekend of July: ~1,200

Second weekend of July: ~2,000

Third weekend July: ~4,500

Last weekend July: ~6,300

First weekend August: ~8,500

* די ציפערן פון די וואך רעכנט נישט אריין מאדריד און קאטלאניע.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16647
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

פאר ווער עס ווייסט נישט. שפאניע איז באטראפן געווארן אויסנאם שטארק פון קאראונע. ענליך צו ניו יארק - פשוט א ראול מאדעל עטליכע וואכן פאראויס.

איך האב נישט קיין אנונג צו קאראונע קומט צוריק צו נישט. איך פאניק נישט און טעראראזיר נישט, אבער די נומבערס אין שפאניע דארף ציען אויפמערקזאמקייט.
מען קען עס נישט דיסמיסן פלעין און פראסט.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך Goodmorning »

נקדימון האט געשריבן:פאר ווער עס ווייסט נישט. שפאניע איז באטראפן געווארן אויסנאם שטארק פון קאראונע. ענליך צו ניו יארק - פשוט א ראול מאדעל עטליכע וואכן פאראויס.

ווראנג נומבער. מיר ווילן עס נישט הערן דא, און קיינער גייט גארנישט טוישן. מען גייט מאכן גרויסע מסיבות צוזאמען אפילו מען וועט חלילה וחס זען אן אויפשטייג. נישט דא וואס צו טון
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6764
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך שאינו יודע »

נקדימון האט געשריבן:פאר ווער עס ווייסט נישט. שפאניע איז באטראפן געווארן אויסנאם שטארק פון קאראונע. ענליך צו ניו יארק - פשוט א ראול מאדעל עטליכע וואכן פאראויס.

איך האב נישט קיין אנונג צו קאראונע קומט צוריק צו נישט. איך פאניק נישט און טעראראזיר נישט, אבער די נומבערס אין שפאניע דארף ציען אויפמערקזאמקייט.
מען קען עס נישט דיסמיסן פלעין און פראסט.

יעצט דאר מען נאר וויסן צו די אויפשטייג איז אין די זעלבע פלעצער אדער אנדערע שטעט ע״ע אמעריקא
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מחשב »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איך לעב @מחשב.

אה.. ב"ה. ווי מיסד יו.

און כ'האב מיר סתם דערמאנט פון דיין ווארענונגס דרשה..
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך Goodmorning »

שאינו יודע האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:פאר ווער עס ווייסט נישט. שפאניע איז באטראפן געווארן אויסנאם שטארק פון קאראונע. ענליך צו ניו יארק - פשוט א ראול מאדעל עטליכע וואכן פאראויס.

איך האב נישט קיין אנונג צו קאראונע קומט צוריק צו נישט. איך פאניק נישט און טעראראזיר נישט, אבער די נומבערס אין שפאניע דארף ציען אויפמערקזאמקייט.
מען קען עס נישט דיסמיסן פלעין און פראסט.

יעצט דאר מען נאר וויסן צו די אויפשטייג איז אין די זעלבע פלעצער אדער אנדערע שטעט ע״ע אמעריקא

גוטע פוינט
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובה דורך סטיטשינער »

Goodmorning האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:פאר ווער עס ווייסט נישט. שפאניע איז באטראפן געווארן אויסנאם שטארק פון קאראונע. ענליך צו ניו יארק - פשוט א ראול מאדעל עטליכע וואכן פאראויס.

איך האב נישט קיין אנונג צו קאראונע קומט צוריק צו נישט. איך פאניק נישט און טעראראזיר נישט, אבער די נומבערס אין שפאניע דארף ציען אויפמערקזאמקייט.
מען קען עס נישט דיסמיסן פלעין און פראסט.

ווראנג נומבער. מיר ווילן עס נישט הערן דא, און קיינער גייט גארנישט טוישן. מען גייט מאכן גרויסע מסיבות צוזאמען אפילו מען וועט חלילה וחס זען אן אויפשטייג. נישט דא וואס צו טון

ווען עס גייט זיין א דאקיומענטירטע אויפשטייג אין קעיסעס גיין מיר זיך אי"ה טוישען. דערווייל איז ב''ה נישט דא פארוואס. מיר זענען אבער אויפן וואך.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re:

תגובה דורך Goodmorning »

סטיטשינער האט געשריבן:

דו פערזענליך? אפשר. גייען די שולן האבן קליינע מנינים מיט סאשעל דיסטענס? גייען חתונות ווערן אפגעהאלטן אויפן זיכער אן פארנעם? גייען די מוסדות עפעס טוישן? איך גלייב נישט.

אויב קומט ארויס א קלארע בריוו פון הצלה און די לאקאלע דוקטורים אז מען דארף עס טוהן ווייל די נאמבערס פליען ארויף? זיכער אז יא. אבער עכ"פ ביז עס געשעט האט מען זיכער גארנישט פון שרייען וואלף. עס גייט נאר שאטן אויף שפעטער. דער באשעפער זאל לייגן זיין רעכטע האנט.

פארוואס זאל נישט דא ווערן נגד הדעת א מאסק, ווי אין ארץ ישראל?

Goodmorning האט געשריבן:ווראנג נומבער. מיר ווילן עס נישט הערן דא, און קיינער גייט גארנישט טוישן. מען גייט מאכן גרויסע מסיבות צוזאמען אפילו מען וועט חלילה וחס זען אן אויפשטייג. נישט דא וואס צו טון

ווען עס גייט זיין א דאקיומענטירטע אויפשטייג אין קעיסעס גיין מיר זיך אי"ה טוישען. דערווייל איז ב''ה נישט דא פארוואס. מיר זענען אבער אויפן וואך.

דו פערזענליך? אפשר. גייען די שולן האבן קליינע מנינים מיט סאשעל דיסטענס? גייען חתונות ווערן אפגעהאלטן אויפן זיכער אן פארנעם? גייען די מוסדות עפעס טוישן? איך גלייב נישט.

אויב קומט ארויס א קלארע בריוו פון הצלה און די לאקאלע דוקטורים אז מען דארף עס טוהן ווייל די נאמבערס פליען ארויף? זיכער אז יא. אבער עכ"פ ביז עס געשעט האט מען זיכער גארנישט פון שרייען וואלף. עס גייט נאר שאטן אויף שפעטער. דער באשעפער זאל לייגן זיין רעכטע האנט.

פארוואס זאל נישט דא ווערן נגד הדעת א מאסק, ווי אין ארץ ישראל?

ווייל די מקען נישט פארלאנגען פון די ציבור זיך צו אזוי אומבאקוועם צו מאכן פאר עפעס וואס קען אפשר קומען. אפילו אין א"י איז די פאלגן בעצם א ליצנות.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”