זכרונות און היסטאריע פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעה »

איינער געדענקט נאפקער רב?
געדענק איך נאך ווען סאיז אריין א נייע נגיד אין ישיבה איז ער געקומען מיט זיין ווייב און בטעות אריין געברענגט אין ישיבה בילדונג, געגאנגן א רויעך נאכדעם, דעמאלטס האט מען איבער געמאכט די לאבי און געלייגט אייס איבעראל
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

שיר דברי האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: ס'איז היינט דא ווייניג ישיבות וואס מ'קען מגדיר זיין אז ס'האט די ארגינעלקייט און פארצייטישקייט.

.."

ישיבת תורת משה מאנטריאל איז גאנץ ענדליך

שוין דא א אשכול פון זכרונות פון ישיבה תורת משה מאנטריאל? איך האב געלערנט דארט שנת תשנ''ט. אויב איינער קען ג'יין פתיחה און ארויפברענגען זכרונות, קען איך מוסיף זיין.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

די מלוה מלכה"ס נגידים חסידים מיט אפאר בחורים !!!!!!!!!!
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

איינער האט מיר אהערגעשיקט און איך ליין מיט פארגעניגן, איך האב אין ליזענסק נישט געלערנט און פארט האב איך שטארק הנאה פון די קרישקלעך, גאר זיס.

ר' שבתי, קל''ח פתחי חכמה איז פון רמח''ל, אולי האט דער שווארץ געמאכט א פירוש דערויף, און זיינע אייגענע ספרים זענען גראדע אויך נישט אלעמאל לייכט פאר איינער ווי מיר וואס קען נישט קבלה.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

שבתי בוים האט געשריבן:

איין יאר כא כסליו איז געקומען רעדן גליק פון דפוס מזל און דערמאנט די גדולים קאלמאנוויטש און קנייבסקי פון ארץ ישראל. עס ווערט געזוכט א גדול מיטן נאמען קאלמאנוויטש.



איך פארשטיי נישט דיין שאלה די זיכסט א גדול מיטען נאמען קאלמנאוויטש? דאס איז דער בעל ''רשימות השעורים'' פעסטע ספרים על הש''ס, ער לעבט נאך לאורך ימים ושנים ביזען הונדרעט און צוואנציג, ער וואוינט און בני ברק פירט אן א כולל ער לערענט 24 שעה א מעת לעת ממש בלי גוזמא שוין פאר לאנגע יארן
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

נתן בן ופסי האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:

איין יאר כא כסליו איז געקומען רעדן גליק פון דפוס מזל און דערמאנט די גדולים קאלמאנוויטש און קנייבסקי פון ארץ ישראל. עס ווערט געזוכט א גדול מיטן נאמען קאלמאנוויטש.



איך פארשטיי נישט דיין שאלה די זיכסט א גדול מיטען נאמען קאלמנאוויטש? דאס איז דער בעל ''רשימות השעורים'' פעסטע ספרים על הש''ס, ער לעבט נאך לאורך ימים ושנים ביזען הונדרעט און צוואנציג, ער וואוינט און בני ברק פירט אן א כולל ער לערענט 24 שעה א מעת לעת ממש בלי גוזמא שוין פאר לאנגע יארן


פון די קאנטעקסט פון זיינע ווערטער האט ער געמיינט א וועלט באקאנטער פאליטישער גדול ווי רבי חיים. לכאורה כוונתו אויף רב שטיינמאן און אויסגעמישט האט ער מיטן נאמען פון רבי אברהם קאלמאנאוויטש א ליטווישער גדול פון די בראשית יארן פון סאטמאר.
לעצט פארראכטן דורך שבתי בוים אום פרייטאג יולי 31, 2020 10:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איינער האט מיר אהערגעשיקט און איך ליין מיט פארגעניגן, איך האב אין ליזענסק נישט געלערנט און פארט האב איך שטארק הנאה פון די קרישקלעך, גאר זיס.

ר' שבתי, קל''ח פתחי חכמה איז פון רמח''ל, אולי האט דער שווארץ געמאכט א פירוש דערויף, און זיינע אייגענע ספרים זענען גראדע אויך נישט אלעמאל לייכט פאר איינער ווי מיר וואס קען נישט קבלה.


לכאורה ביזטו גערעכט.
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

אין די צייטן איידער מ'האט פארענדיגט בויען דעם נייעם מקוה (אנהייב ס' יארן) פלעגט מען פארן יעדע פרייטאג אויף אן 'אויספלוג'...

ארום כחצות היום זענען אנגעקומען א פלאטע געלע 'אמת' באסעס און טראנספארטירט אלע בחורים צום גרויסן וויזשניצער ביהמ"ד צו כאפן א טבילה לכבוד שב"ק... די מיטליעריגע בעה"ב וואס זענען געקומען ספעציעל 'פרי' אין מקוה צו פארמיידן די פרייטאג נאכמיטאג ראוש האט דאס קיין איבריג נחת נישט געברענגט...

בחורים וואס האבן מהדר געווען מיט עונג שבת האבן צו די געלעגנהייט אריינגעכאפט איינצוקויפן דיפים ומטעמים לכבוד שב"ק פונעם מקוה איד'ס קרעמל... צומאל האט מען אויך זוכה געווען אריינצוכאפן הערן א גוט ווערטל פון יארמע רב זז"ג

אז מ'האט דערמאנט דאס (נישט) רייכערן, געדענקט נאך ווער די צייטן ווען ר' מ"ב פלעגט אינמיטן נאכט אריינפארן אינעם בעק הויף (נאך מיטן בלויען 'גרענד מארקיוס' פון די 80'ס) אויסגעלאשן די העד לייטס צו קענען כאפן פארלעצער רויטהאנטיג...
שפיצער

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

פאלגענד איז א ליסטע פון פערזענליכקייטן, און וויאזוי איך געדענק זיי פון מיין דעמאלטסדיגן בחורישן פערספעקטיוו.
דער רבי = איך געדענק נישט אפילו איינמאל וואס דער רבי זאל רעדן א דרשה אין ישיבה דורכאויס די וואכנטעג ,אין די ספירה טעג דענק איך ווי ער האט געציילט ספירה מיטן ספעציעלן נוסח.אבער דאס איז עס , ער פלעג זיין איינגעשפארט אינעם חדר מיוחד און מהאט כמעט נישט געהערט פון בית רבינו .
מיטן אנקום פון שבת האט זיך אלעס אנגעהויבן דרייען ארום די רבי ,פלוצלינג זענען ארויסגעוואקסן משרתים ויוצאי משרתים, דער רבי פלעג פירן אזא באטע פרייטאג צונאכטס , איך דענק איינמאל ווען סהאט זיך געקאכט אין ישיבה איבער די טעגלאשע פאליטיק ,און דער רבי האט ביי של"ס זייער מוחה געווען ,און אפילו זיך אויסגעדרוקט גאר שארף שלא כהרגילו ווי "איך בין נישט מוחל ווער סרעדט פון די זאכן".עכ"פ שבת איז געווען כל כולו דעם רבינס און א גאנצע וואך ר מ"בס.
ר משה ברוך = מיין ערשטע איינדרוק איז געווען ביי די פארהער ,דארט אין דיקעיטער (ר מ"ב הויז?) .וואו נאך א שטרענגע פארהער ביי ר לייבוש רובינפעלד, האט מיר ר משה ברוך ערקלערט די פרינציפן פון ליזענסקע ישיבה " ביי אונז האט נישט קיין מקום די אלע מאדערנע ברילן, בלויז פלאסטישע " .
ר משה ברוך איז א ריכטיגער "מנהל ישיבה" .ער האט געהאט קאנטראל אויף די ישיבה. ווער געדענקט די פחד וואס האט געהערשט אין לאנטשרום ווען ער איז אריינגעקומען, אונטער א מינוט האט זיך די גאנצע עסזאל אויסגעליידיגט. און דאס אלעס אנדעם וואס ער זאל זאגן א ווארט.
זיינע דרשות .ווי עטליכע האבן שוין ערווענט, איז געווען א קונצליכע געמיש פון אזא זויערע סארט הומאר און קנאות/לומדות. איך דענק איינמאל (יא נאר איינמאל) ווען ר בנימין איז מיר געקומען רופן מיט די טרויעריג באקאנטע "מיין טאטע רופט דיך אין אפיס " .די טרייסל אין אלע מיינע ביינער דענק איך נאך ביז היינט .אלע חבירים האבן מיר נאכגעקוקט מיט רחמנות בליקן .אין אפיס האט ר משה ברוך ארויסגענומען "מיין פייל " און זיך גענומען זינגען " חסר חסר חסר " דאן האט נאכגעפאלגט א גאנצער פסק .וזהו

איך האב נאך א גאנצע ליסטע, אויכעט פון די בחורים, ספעציעל דער ש"כ וואס @שבתי בוים האט דערמאנט, דוכט זיך אז ער האט געהאט אזא שטיקל אוטאריטעט, געווען ממונה אויף עטליכע אויפגאבעס, די מקווה ,די קאך. ועוד חזון .
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

יא, דער רבי האט געשפילט א מינימאלע ראלע אין ישיבה באופן כללי און כמעט נישט געהאט קיין שייכות מיט הנהגת הישיבה וכו'. חנוכה פלעגט דער רבי צינדן איין נאכט ברבים אין ישיבה און דעמאלט פלעגן אלע מגידי שיעור קומען לאות הכרת הטוב. דאס איז מסתמא געווען די איינציגע פארקער צווישן די מגישים און דעם רבין.

מיך האט ר' ברוך פארהערט, אין היכל הכולל וויזשניץ אין די בעיסמענט פון ביהמ"ד. אנהויב מסכת נדרים. כאמעך אנגעגרייט שעות אריכות זעק מיט לומדות'ער ווען דער פארהער האט גענומען בערך 2 אהאלב מינוט. נאך דריי שאלות זאגט מיר ר' ברוך, ביסט געקומען א וועג און דארפסט אהיימפארן, מסתמא ווילסטו נאך ארויסגיין אין ביה"כ, איז זיי געזונט.
שפיצער

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

ר לייבוש רובינפעלד האט מיך פארהערט און פארשטענדליך אויך געווען מיין מגיש ער'ט מיך געגרילט פאר קרוב צו א שעה ,אין פרק המפקיד .איך בין געקומען גוט צוגעגרייט און סאיז אדורך בשלום .
ר לייבוש פלעג געבן טיפזיניגע שיעורים, בחורים לומדים האבן זייער הנאה געהאט פון אים .ר לייבוש פלעג זאגן חידושים ביים שיעור ,אבער אלס מיט אזא קול דממה דקה ,אפגעמורלמט דאס זייניגע מיט אזא שטילן קול ,ארייגעווארפן לומדות ,סהאט אבער גיקענט אדורכגיין אזאנע לאנגע שטילע מינוטן
לעומת זה ביי ר ברוך רז"פ איז געגאנגען מיט אזא קאך ,זיצנדיג איין כיתה אפגערוקט פלעג מען אריבערהערן די שטענדיגע פייערדיגע קול תורה ,ליצים פלעגן זאגן אז מהאט דירעקט אזוי אויסגעשטעלט די כיתות ,כדי ר לייבושנס בחורים זאלן חלילה נישט איינדרימלען .
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

ווי אנדערע שרייבן האט דער רבי טאקע כמעט נישט געשפילט קיין ראלע אין הנהגת הישיבה, איין אויסנאם אבער איז דער 'פארטאגס' וואס איז געווען דעם רבינ'ס פערזענליכן ענין, געשמועסט האט מען אפילו אז ר' מ"ב וואלט עס שוין לאנג אויפגעגעבן ווען נישט וואס דער רבי האט זיך אזוי געשטעלט דערויף
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

אסאך בחורים פלעגן זיך קאכן אין רבי שמעיס גדלות און צדקות האבנדיג אן אצילותדיגע "לארדזשער דען לייף" פערסאנאלטי וואס האט געווארפן א מורא רבך. יחידים האבן געוואוסט אז דאס ווערט ממש פארשאטנט קעגן זיין עיקר יחידיות, מיט זיין אבנארמאלן חיתוך אין סברא און בריליאנטענער קלארקייט.

איין בחור איז געווען א שכן מיט ר' שמעי, האט ער דערציילט אז ר' שמעי האט א גויאישע נוירס/עיד אינדערהיים און די שכנים פלעגן אריינקלאפן בארגן דעם נוירס אלס א שבת גוי. ר' שמעי פלעגט אלס זאגן א דיסקלעימער אז פאר מרופט דעם גוי זאל מען געדענקען אז אמירה לעכו"ם האט הלכות אין שלחן ערוך.

איין זומערדיגע שבת איז דער רבי געפארן פראווען אין לעיקוואד. בתומי האט זיך מיר געדאכט אז מרעדט אז דער רבי גייט פראווען א" שבת מיט זיינע גבירים". האט זיך מיר אויסגעמשלט א שיינע שבת התוועדות בין איך מיט געפארן.

למעשה געווען א מיזערבל שבת. געפירט אין א נאכגעלאזט ביהמ"ד אין לעיקוואד וואו מ'מעג רייכערן אינעווייניג והיה קשה כח הסבל. די בחורים האבן געדינט ווי פלייש קאנאנען אנצופילן אויף די פארענטשעס און געשלאפן אין א שמחה זאל אויף מאטראצן אויף די ערד.

פאר'ן פארן האט מיך ר' וואלף אנגעזאגט אז איך זאל זיכער מאכן באזוכן די גרויסע ישיבה ביהמ"ד גבוה. בין איך אויפגעשטאנען שבת פארטאגס און זיך אראפגעשלעפט א האלבע שעה צו די ישיבה אנצוקומען צו א ליידיג ביהמ"ד מיט בלויז איין איינציג בחור אין ישיבה.

דעמאלט די ערשטע מאל מיט געהאלטן דעם רבינס עבודה ביי קידוש וואס גייט צו מיט אבנארמאלע רשפי שלהבת קה והיה לי מוזר מאוד וכמעט שנהרגתי מצחוק נישט זייענדיג געוואוינט.(מעין זה פלעגט זיין די קאך ביי ספירה ציילן).

פאר פורים האט ר' לוי יצחק געגעבן א גאנצע שמועס איבער דעם רבינס ( רבי מאטעלעס) עבודה ווי דעמאלט קען מען זען ווי "זיין פנים שיינט" און דוקא אנהויב טיש ווען סאיז נאך דא א קליינע עולם אבער נישט שפעטער. "אין וויזשניץ טרונקט מען נישט. מאיז פרייליך," האט ער מדגיש געווען, "אבער נישט שיכור. דער אהבת ישראל האט געזאגט אז ער קען נישט סובל זיין קיין שיכור, אפילו אום פורים"

פרייטאג צו נאכטס נאכן דאווענען פלעגט מען טאנצן אין ביהמ"ד אינאיינעם מיטן רבין.

א שטיק צייט האט דער באקאנטער גאון הרב יהושע נתן פייפער בעל ברכת מנחם געדינט אלס שואל ומשיב, כמדומה בכיתת ר' משה מאיר דאכנער. איינמאל איז ער צו געקומען פרעגן עפעס א לומדות פון רבי שמעי אין א פרעמדע סוגיא, און ר' שמעי האט געענטפערט אז ער קען נישט יענע סוגיא ( יתכן שעשה עצמו כלא ידע ).

איין טאג האט זיך א יונגערמאן אריינגעזעצט ביים שיעור פון רבי שמעי וואס איז געווען דבר מוזר, כמדומה אז אפילו רבי שמואל קיזעלניק פלעגט נישט זיצן ביים שיעור. נאך א טאג צוויי איז ער טאקע פארשווינדן געווארן. איין טאג האב איך אים געזען ארבעטן אין גראסערי.

היה לי רחמנות גדול בתקופה ההוא על הרבי, שהיה גלמוד ועלנד ווי די נאכט, את בנעניועט וביתו בקרית טאהש וכו' והיה באמת בבחינת מלך אסור ברהטים.

איינמאל איז מיין מאמע געגאנגען באזוכן די רביצין אין טאהש און פונקט איז דער רבי דארט געווען. ווען דער רבי איז פונקט געקומען זיך וואשן די הענט ביים סינק איז מיין מוטער צו געגאנגען און געזאגט פאר'ן רבין אז מיין זון שבתי בוים לערנט ביי אייך אין ישיבה און זי וויל הערן א גרוס. דער רבי האט געגעבן א הייב אויף ביידע הענט און געזאגט "אה" מיט געוואלדיגער התפעלות והיה בזה חכמה נפלאה ווייל ער האט דאך נישט געקענט קיינעם כמעט און דאך געקענט געבן א גוטע געפיל אן זאגן ליגנט.

פלעגט זיין בחורים וואס פלעגן נאכלויפן רבי שמעי ביזן קאר און אים אויפהאלטן. כמדומה אז שפעטער האט זיך עס אויפגעהערט.

איינמאל איז רבי טורדוס געקומען רעדן אין ישיבה און א יאר צוויי שפעטער נאכאמאל געקומען. טייל בחינות זענען געווען קארבאן קאפי די זעלבע ( והיה אם שמוע, פי רש"י שמוע בישן תשמע בחדש וכו').

רבי פנחס היה גאון במדת הסבלנות, היה לו בן שובב וכו' וואס פלעגט מיט קומען מדי שבת בשבתו, ואף פעם לא נפעל ממנו או ברוגז או איזה סימני כעס, תמיד בישוב הדעת יהי איך שיהי והיה סמל לרחמי אב על בן ואכמ"ל.
שפיצער

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

דאס וואס דו זאגסט איבער זיך קאכן אין ר שמעיה איז געווען אסאך צו פארדאנקען ר משה ברוך .ער האט געברענדט ר שמעיה און ביי יעדע געלעגנהייט ארויסגעהויבן די זכייה צו זיין "ר שמעיהס תלמיד "
צו קענען מיטהאלטן ר שמעיהס שיעורים איז נישט געווען גענוג צו האבן א גוט קעפל .מהאט געדארפט קענען ווי מזאגט " קאננעקטן " .מיט זיין מהלך .
געווען טאקע בחורים וואס האבן אריינגעלעבט אין זיינע שיעורים. מאיז געזיצן שעות אויף די רעקארדירינגען .
איינמאל ביים זיך מתווכח זיין מיט ר שמעיה אין א תוספות .האב איך נאך עטליכע מינוט מסכים געווען מיט אים .די הסכמה איז אבער אריינגעקומען אויף אזא אופן ווי איך וויל פשוט אפענדיגן .רופט ער זיך אהן " איך בין נישט קיין נצרך".
עפעס האט זיך געדרייט א לעגענדע אז אריגיענעל האט ער געהייסן שאלאמאן, נאר שפעטער משום סיבות געטוישט.
ר שמואל קיזעלניק פלעגט דאכט זיך יא אריינקומען צום שיעור.
עטליכע מאל האט ער געדינט אלס א במקום פאר ר שמעיה .זיינע שיעורים האבן געהאט אסאך ענדליכקייטן צו ר לייבוש רובינפעלדס שיעורים.
הרב פייפער האט דאכט זיך געדינט אלס מגי"ש פאר די עלטסטע כיתה
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

שפיצער האט געשריבן:איינמאל ביים זיך מתווכח זיין מיט ר שמעיה אין א תוספות .האב איך נאך עטליכע מינוט מסכים געווען מיט אים .די הסכמה איז אבער אריינגעקומען אויף אזא אופן ווי איך וויל פשוט אפענדיגן .רופט ער זיך אהן " איך בין נישט קיין נצרך".

:wink: :wink:
נר דלוק
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2016 12:33 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נר דלוק »

ווען רבי שמעי' שליט"א איז געקומען קיין ליזענסק (חורף תשנו) זיינען מיטגעקומען מיט איהם 4-5 תלמידים בחורים מצויינים פון ישיבת סאטמאר מאנסי, און לפי דעתי האבן זיי אוועקגעשטעלט אין די ישיבה צוויי יסודות וואס זענען כפי הנראה והנשמע נאך חי וקיים נאך 25 יאר.
1) דאס אוועקשטעלן רבי שמעי' מיט זיין סטאטוס בגדלות וצדקות ובכבוד הראוי, אז מ'זאל שפירן אז מ'האט באמת א זכי' אז מ'קען זיצן ביי די שיעורים פון אזא אדם גדול.
נישט אז ח"ו ס'איז נישט באמת אזוי, נאר ס'איז דא אסאך מגידי שיעור חשובים מאד וואס מאיזה סיבה שהיא זענען זיי נישט אנגענומען בכבוד הראוי ביי זייערע תלמידים, ובאמת חבל ווייל מ'וואלט געקענט אסאך מער קונה זיין פון זיי, משא"כ ביי רבי שמעי'.
איך ווייס נישט ווען נאך איך האב געהאט אלס בחור אזא יראת הכבוד פאר א מגי"ש ווי איך האב געהאט פון רבי שמעי'. ממש 'מורא רבך כמורא שמים' בחוש.
רבי משה ברוך האט טאקע היבש געארבעט אויף דעם ווייטער, אבער דער 'שורש' קומט לדעתי פון זיי.

2) די חסידישע-נאטורליך ערליכע רוח וואס איז דא ב"ה אין די ישיבה האבן זיי דעמאלס אריינגעברענגט. ווער עס וויל קען זיין מחולק מיט מיר, אבער איך געדענק די ישיבה פאר דעם און נאך דעם. לדעתי קומט פאר די פאר בחורים גרויס קרעדיט פאר דעם.
ס'איז געווען דעמאלס אזוי ניכר אין די ישיבה, דער הבדל צווישן די צוויי כתות, ממש ווי צוויי באזונדערע ישיבות. אדרבא כאפט א שמועס מיט איינעם פון די תלמידים משנת תשנו.

וכנ"ל רבי חיים יודא פר"מ שליטא האט אסאך געארבעט אויך דעם, אבער למעשה האט זיך עס אויסגעארבעט דורך די בחורים. וזכותם גדול מאד.
אורך ימים אשביעהו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 11, 2019 9:39 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורך ימים אשביעהו »

נעכטן האט געשריבן:הרב ווייס איז נאך דארט?

?
איש ליזענסק
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ליזענסק »

אורך ימים אשביעהו האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:הרב ווייס איז נאך דארט?

?

די טאטע הרב ר משה ברוך איז נאך דארט די זון הר"ר בנימין איז שוין ארויס
ציפקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציפקע »

ר' אליהו יואל גליק שרייבט זכרונות פון נועם אלימלך אין זיין "פענסטערלעך" קאלום אין מאמענט.
אטעטשמענטס
מאמענט.jpg
מאמענט.jpg (227.86 KiB) געזען 1887 מאל
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

דאכט זיך אז די קליינע אותיות אויף די לינקע זייט איז א ליקוט פון די תגובות דא...

---

כ'האב איבערגעלייענט, זיי שרייבן עס קלאר.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איך בין נישט אַָפּ טו דעיט מיט די היינטיגע אויסגאבעס, איז דאס שוין א נורמאלע סטאנדארט היינט?

דער "דוד שווארץ גערעדט אויבער חכמה קעגן אויבער חכמים" איז אביסל פערזענליך...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איך בין נישט אַָפּ טו דעיט מיט די היינטיגע אויסגאבעס, איז דאס שוין א נורמאלע סטאנדארט היינט?

דער "דוד שווארץ גערעדט אויבער חכמה קעגן אויבער חכמים" איז אביסל פערזענליך...

עגרי. די מורדים האט מיר אויך געשטערט
איש ליזענסק
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ליזענסק »

ווען איך בין אריין און ישיבה האבעך מיר גאר אסאך אנגעהערט איבער די געוואלדיגע פארלוסט פונ'ם חשובן אייקאנישן מגיד שיעור, הרה"ג ר מענדל הענדלער ז"ל, וואס כ'האב ליידער פארפאסט, קענען די בחירי תלמידיו געבן אביסל זכרונות ודברי הערכה, און די גרויסע השפעה וואס ער האט געהאט און ישיבה?
איש ליזענסק
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ליזענסק »

נר דלוק האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:איינער דענקט דא די ישיבה נאך אין וויליאמסבורג אויף פען סטריט, תשנ״ה תחת דגלו פון הרב ר׳ חיים יודל פריעדמאן שליט״א?


יא ב"ה
שנת תשנ"ה
הרה"ג ר' אלי' פאסטערנאק שליט"א
הרה"ג ר' שמואל בנימין קאפף שליט"א
הרה"ג ר' מרדכי זאב וואזנער שליטא
און הרה"ג ר' חיים יודא פריעדמאן שליט״א איז אליין אויך געווען א מגיש (בנוסף פון זיין דער מנהל)
די זכרונות זענען אין לשער....
ואגב תשנ"ה איז געווען די לעצטע יאר וואס מ'איז געגאנגען אין די קעמפ אין סוואן לעיק, פון תשנו ווען מ'איז אריבער קיין מאנסי איז מען נישט געפארן אין קעמפ
--
בכל אופן א ריזיגן ייש"כ פארן פותח האשכול - די הארץ ווערט.... ווען מ'הייבט אן זיך דערמאנען די אלטע יארן.



ווער געדענקט נאך טאקע די יארן און קעמפ? עפעס בילדער האט איינער?
איש ליזענסק
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ליזענסק »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:די רבי שליט"א אין שטאט ליזענסק פאר ארום 20 יאר צוריק
מערקט ר' ליפמאן ברייער נ"י רעכטס פון רבי'ן

עס איז דאכט זיך נעבן ציון פון ר' יונתן אייבעשיץ און ר' יעקב עמדין
לעצט פארראכטן דורך איש ליזענסק אום זונטאג אוגוסט 16, 2020 9:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”