עזרא האט געשריבן:גארנישט קעגן דעם ראש ישיבה פערזענליך חלילה וחס. נאר די געדאנקן אז שם שמים אין א אמעריקא איז אין א סכנה איז די שיטה וואס איז באשאפן געווארן און ווערט ווייטער געשטופט דורך די אויבענדערמאנטע מטורפים. אויב קוקט איר נאך וואס PEW האט צו זאגן איז עס גאר אן אנדערע בילד. אמת טאקע אז א מערהייט נישט רעליגיעזע, איבער דאפעלט, זענען ביי די לינקע. אבער אלעס און איינעם איז עס א מינדערוויכטיגע מיעוט. רוב רובו פון אמעריקא זענען רעליגיעז, אויף ביידע זייטן. אדרבה, טייל גאר גרויסע רעליגיעזע גרופעס זענען אפילו מיינסטענס אויף די בלויע זייט. איך גלייב נישט אז דער ראש ישיבה איז פארנומען אויסהערן זייערע טינופות. נאר פון ערגעץ ברענגט מען אים אזעלעכע שמועות מחרידות.
די שורש פון די לינקע איז מארקסיזעם
און איינס פון די יסודות פון מארקסיזעם איז אז די באגריף פון רעליגיע איז א אויסטרעף פון די רייכע און מאכטפולע
ביי מיר איז קלאר אז די א"ג רעליגיעזע לינקע זענען טיף אינעווייניג פארפוילטע כופרים, עכ"פ אומבאמערקטערהייט (כוויל נישט רעדן פון קיין אידן),
מקען אין די נקודה שטארק מאריך זיין און ווער סהאט אויגן, מיין איך, דארף נישט קיין אריכות
די טאלק-שאויס זענען פיין גערעכט, נאר סאיז סתם א שאד די שברון לב פון די אלע דעמאגאגן, דיין מויל וועט גארנישט אויפטון און ווי סזעהט אויס איז עס א גזירה מן השמים.
כמיין אז די ערליכע אידן האבן אויף וואס צו מתפלל זיין.