זכרונות און היסטאריע פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

נחמן פלעגט זיך דרייען מיט א קליינעם חק מיט ווייכע דעקלעך, מייסטנס נעבן די אלטע ביהמ"ד וואו ס'איז געהאנגען די בולעטין בארד, אנגעלייגט מיט קאשמארישע צעטלעך צו זאגן תהלים פאר יוחנן פריעד אין פארעם פון פערזענליכע מעלאנכאלישע בריוון פון שפיטאל בעט וואס האט מיך נישט געלאזט שלאפן ביינאכט אין קליינעם דארמאטארי וואו גאלדבערגער איז געווען משגיח.
העד פירסט
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 5:46 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העד פירסט »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דענקט איינער דעם געהאנגענעם גוי?
יד אחת האט ער געהייסן?
פאר מיינע צייטן, אבער ער איז געווען א נושא נאך דעמאלטס

ר' וואלף וואלנער האט דעמאלטס געקאלט ליפמאן מיט איין בהלה אז דער גוי הענגט, ליפמאן אינגאנצן דערשראקן נעמט זיך שרייען: לאז אים שטארבן! לאז אים שטארבן! זאגט אים ר' וואלף ניין, ער איז שוין טויט, אה, זאגט ליפמאן איגאנצן בארוהיגט צוריק צו זיין אייז קאלטע נאטור, דעמאלטס רוף פאליס...
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

איינמאל איז געווען א דינער כ"א אדר אין א טענט און ר' העניך איז געקומען רעדן און געמאכט אזעלכע קולות אז דער רבי איז צדיק הדור אז די דאך איז אראפגעקומען.

ביי די השגחה סקאנדאל איז א יונגערמאן ברוין געווארן משגיח. כמדומה סהאט נישט לאנג אנגעהאלטן. די גאנצע מערכה איז לענ"ד געווען אין גרויס טייל אויסגעזויגן פון פינגער.

איינמאל האב איך גענוצט דעם ווארט השקפה אין א שמועס מיט ר' אהרן ראזנבערג און ער האט געטענהט אז סאיז העברעאיש ווען כהאב אים געזאגט אז דער חזון איש נוצט דאס ווארט חשמל, איז ער אריין אין א לאנגע שמועס. אין ריד הארפענעס ספרים איז טאקע געווען פארמעקט אלע העברעאישע ווערטער.

אנהויב ערשטע סדר האט ר' משה ברוך געהאט א שיעור אין א קליינע גמרא און דערנאך פלעגט ער זיין אין א גוטע גיסטע. כהאב אפילו ארויסגעשלעפט פון אים רשות צו פארן קיין ארץ ישראל אויף לג בעומר.

א חזן פלעגט קומען זינגען ביי שלש סעודות און די בחורים מבינים פלעגן טענהן אז ער קען נישט ארויפציען. ער איז לעצטנס געשטארבן.

דוד שווארץ פלעגט קומען רעדן מוצאי אויבער חכמה קעגן אויבער חכמים. האט מיך קיינמאל געכאפט. איינמאל האט ער פאר פירט קעגן איינעם וואס האט געטענהט אז דער יעבץ האט נישט געקענט אזוי גוט אראמיש און לא אין אראמיש קומט מיט א פתח. כבין נישט איבערצייגט אז יענער איז נישט גערעכט.

איין יאר כא כסליו איז געקומען רעדן גליק פון דפוס מזל און דערמאנט די גדולים קאלמאנוויטש און קנייבסקי פון ארץ ישראל. עס ווערט געזוכט א גדול מיטן נאמען קאלמאנוויטש.

קאשויער רב ראח געקומען רעדן, אויסגערעכנט יעדע אייניגע צייטונג ביים נאמען און פרענטש פרייס מיט קעטשאפ.
לעצט פארראכטן דורך שבתי בוים אום מאנטאג יולי 27, 2020 7:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

דער רבי פלעגט צומאל ברענגען געסט רעדן אין "זיין" ישיבה. איינמאל האט ער געברענגט א ספינקא רבי פון ארץ ישראל וואס האט געהאלטן א דרשה וואס איז באשטאנען פון זיין שלש סעודות תורה א וואך בעפאר.

דער רבי פלעגט כמעט וועכנטליך רעדן נאך נועם אלימלך ביי שלש סעודות פון דרך ארץ קדמה לתורה. ביי איין פונקט איז עס געווארן אין מיין קאפ ווי א לופ, יעדע וואך די זעלבע.

סתם רבי זכרונו לברכה ביי רבי לוי יצחק וויזשניצער איז געווען דער אמרי חיים.

איינמאל איז הרב שטיינמאן געקומען קיין מאנסי און מוצאי שבת איז געווען א קבלת פנים. ר' וואלף בריעף איז געווען אינעווייניג ביים קבלת פנים און טייל תלמידי הישיבה קנאים ווי קעלנער, ר' משה בערס אייניקלעך ועוד זענען געווען אינדרויסן ביים פראטעסטן. צוריק קומענדיג זונטאג אין ישיבה האט ער זיך געקאכט אין די דברי תורה פון הרב שטיינמאן (אויף די גמרא השוכח דבר ממשנתו מתחייב בנפשו).
אויך משה ברוך האט דעמאלט געהאלטן א דרשה קעגן רב שטיינמאן אז דער יצר הרע מאכט ער זאל נאר עסן האניג און היט אים פערציג יאר פון אן עברה אז ער זאל שמדן כלל ישראל. אויך איז ער אויפגעקומען מיט א באבע תירוץ פארוואס די בחורים זאלן נישט גיין פראטעסטירן ווען די עכטע סיבה איז געווען ווייל דער רבי האט נישט געלאזט על פי עצת גביריו.
לעצט פארראכטן דורך שבתי בוים אום מאנטאג יולי 27, 2020 7:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נר דלוק
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2016 12:33 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נר דלוק »

איש ליזענסק האט געשריבן:
אפשר קענען נאך אידן אריינקומען קלאר מיט זייערע זכרונות פון יענע לעכטיגע יארן?
וויפיל בחורים האבן דאן געלערנט און ישיבה ? ווען איז הרה"ג ר שמעי' שליט"א אריינגעקומען? וכו'

1) בשנת תשנה אין וומסבג האבן געלערנט בערך 30 בחורים.
2) ווען איז הרה"ג ר שמעי' שליט"א אריינגעקומען? ווען די ישיבה איז אריבער קיין מאנסי אנהייב תשנו.
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

דער רבי פלעגט פארהערן אין געוויסע תקופות, בשעת מעשה געשמעקט טאביק מתחילה ועד סוף

איינמאל געדענק איך ווי דער רבי האט געגעבן א פתיחה. זיך געשטעלט אויף תוס' קשיא ווען מ'זאגט לעולם ילמוד אדם אף שלא לשמה און ווען מ'זאגט מוטב שיהפוך השליא. ליגט מיר נאך אין קאפ ווי ר' מענדל הענדלער שאקלט צו מיטן קאפ.

משה ברוך פלעגט רופן דעם רבין דער רב אין זיינע דרשות. פלעגט ארויסהייבן אז דער רב שטייט אויף פארטאגס. צומאל האט מען געקענט טרעפן דעם רבין אין מקוה גאר פרי שבת פארטאגס.

די וואס פלעגן זיך דרייען אין רבינס שטוב האבן געזאגט אז דער רבי גלייכט טאמעטא דיפ לכבוד שבת.

איינמאל האב איך מיך געפלאגט צו פארשטיין א תוספת אין עבודה זרה כב איבער שיטת ר גמליאל אין אמירה לנכרי און כהאב געוואלט בארגן פון רבינס אוצר הספרים א ספר אויף עבוז. דער רבי האט מיר עס שווערליך געבארגט און אנגעזאגט צוריק צו ברענגען.

דער רבי האט פארמאגט א קליין ספר תורה מיוחס לרבי נתן אדלער.

פורים בין איך געווען ביי א גביר קאסירער נאך געלט פאר ישיבת נועם אלימלך, זאגט ער מיר כקען דעם רבין גוט, ער פארמאגט אנטיק פאר הונדערטער טויזנטער דאלאר און די ישיבה האט אבער נישט קיין געלט און מאיז שולדיג סטעף פאר חדשים. ער האט מיר דאן געגעבן 250 דאלאר.

רבי שמעי פלעגט האבן א באזונדערע רעקל פאר ישיבה. בחורים חסידים פלעגן זאגן אז ער פארט דאווענען שחרית יעדן טאג קיין שיכון סקווירא.
לעצט פארראכטן דורך שבתי בוים אום מאנטאג יולי 27, 2020 7:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

איינמאל איז דער תולדות אהרן רבי געקומען רעדן אין ישיבה נאך אין אלטן ביהמ"ד וואו ער האט געגעבן א טיפן שמועס באזירט אויף יסוד הבעשט אז במקום מחשבתו של אדם שם הוא. דער רבי האט עס הערליך מסביר געווען אז עולם המחשבה איז כתר און כתר איז רצון און דאס איז דער מענטש.
נאכן שמועס זענען בחורים דורך שלום נעמען. איין תמימותדיגן בחור האט געגעבן געלט פאר'ן רבין ווייל דער רבי איז געקומען קיין אמעריקע פאר געלט פאר די מוסדות. דער תוא רבי האט זיך נישט פארלוירן נאר צוריקגעוויזן דאס געלט און ווי צוריקגעווארפן.

דרשות פון משה ברוך פלעגט זיין צוקער זיס אבער מ'וואלט עס געמעגט הערן ניטל אויך. גארנישט קיין דברי תורה נאר השקפה און אסאך הומאר. בעיקר פלעגט ער פרעדיגן כאניאקיזם אז מזאל זיך נישט פיצן און עטס בחורים זענטס שיין און ריין אזוי אויך. צומאל פלעגט ער רעדן פון טאהשער רבין פון די יארן וואס ער איז געווען מנהל דארט. אויך האט ער געקענט דערמאנען מיט א קאך רבי גדלי נאדעל אדער רבי אליעזר דוד פאל און אנדערע מורדים פון זיין יוגנט בשעת וואס די בחורים האבן נישט קיין אנונג די קאנטראוועסיעס ארום די מענטשן.

ווען ער פלעגט רעדן פון רבי שמעיס שיעורים וכמרגליה בפומיה אז בלויז פון זען רבי שמעיס תנועות קען מען פארשטיין דעם שיעור, איז ער אריינגעפאלן אין א טראנס אז סהאט געקענט רינען די שפייעכץ פון מויל.

איינמאל איז הגרזל פילאפ געקומען רעדן אין ישיבה לכבוד שובבים און זייער געוויינט איבער די הייליגע און ריינע ווינטער נעכט. למעשה האט ער לאנג גערעדט און סאיז שווער געווען מיט צו האלטן האב איך בשעת מעשה דורכגעלערנט די הקדמות פון קאמארנער אין אוצר החיים און צוזאמען מיט די דרשה באקומען א התעוררות צו עבודת ה' וואס כהאב אין מיין לעבן נישט געשפירט.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

העד פירסט האט געשריבן:
א מחי' האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:ר' נחמן זיגעלמאן, נאך פאר אייער צייטען.

בעצם די ישיבה האט א גאר לאנגע מגילת יוחסין.

אדמינסטרעטער'ס ראשי קהילה, און ידיד קדשי בית ליזענסק וואס זענען געקומען און געגאנגען.

איך פערזענדליך האב הנאה געהאט צו פארברענגען מיט דאנקאנעה, און אריה דעם רבינ'ס כווייס נישט וואס [ער איז נאך דא?]

איר מיינט אריאל אשר...?

נא, ער מיינט מן הסתם אריה געשטעטנער

יא אריה וואס מאכט ער?
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

איינמאל איז דער טשאטער רב געקומען אין ישיבה רעדן פאר שבועות, וואכן שפעטער האט ר' משה ברוך דערמאנט מיט קעלבערנע התפעלות אז רבי מאיר יודל האט דערמאנט "אפשר הונדערט מראה מקומות" איבער חשיבות התורה.

א געוויסע תקופה האב איך מיך געמוטשעט אויפצושטיין פארטאגס, ר' משה ברוך האט מיך באהאנדלט מיט רעספעקט און פרובירט צו העלפן. ער האט מיך דאן געעצהט צו לערנען די בריוון פון חזון איש וואס רעדן איבער אהבת התורה.

נאכן דאווענען פלעגט ר' משה ברוך קלייבן פון קעסטל א טאמאטא מיט גרויס מומחיות, דערנאך פלעגט ער נעמען א פעקל ברויט און א פושקע קאטעדזש טשיז און אריינגיין אין זיין אפיס עסן.

א געוויסע תקופה פלעגט דער רבי פראווען מלוה מלכה (כמדומה אין רבי שמעיס שיעור צימער ) פאר "דעם רבינס גבירים". איין וואך האט מען געשמועסט אז "חיים לאקס איז דא".
ביי מלוה מלכה פלעגט סערווירט ווערן האלב רויע אייער שפייז. דער רבי פלעגט דערביי דערציילן לענגערע שפאנענדע מעשיות איבער שדים און דבוקים וואס האבן מיר דערמאנט פון יפה בעתו'ס פארזעצונגען.
צום בענטשן פלעגט מען אריינברענגען אן אנטיק בעכער פון א צדיק און מיט דעם האט דער רבי געטיילט כוס של ברכה און דאס פלעגט צו דארפן ברענגען די גבירים.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

שבתי בוים האט געשריבן:דרשות פון משה ברוך פלעגט זיין צוקער זיס אבער מ'וואלט עס געמעגט הערן ניטל אויך. גארנישט קיין דברי תורה נאר השקפה און אסאך הומאר. בעיקר פלעגט ער פרעדיגן כאניאקיזם אז מזאל זיך נישט פיצן און עטס בחורים זענטס שיין און ריין אזוי אויך. צומאל פלעגט ער רעדן פון טאהשער רבין פון די יארן וואס ער איז געווען מנהל דארט. אויך האט ער געקענט דערמאנען מיט א קאך רבי גדלי נאדעל אדער רבי אליעזר דוד פאל און אנדערע מורדים פון זיין יוגנט בשעת וואס די בחורים האבן נישט קיין אנונג די קאנטראוועסיעס ארום די מענטשן.
.

אלטס האנאה געהאט ווען ער פלעגט רעדען פון שבת אינדערהיים און וויזניץ. די התלהבות דערהויבנקייט.

דענק איך האט ער מסביר געווען אז א באטע מיינט א שטעקן.

ווי אויך ווי די מאמארישע זענען געווען גרייט אויף מסירת נפש, אבער מ'מוז אהיים גיין קודם עסען די קוגעל.

שבתי בוים האט געשריבן:איינמאל איז הגרזל פילאפ געקומען רעדן אין ישיבה לכבוד שובבים און זייער געוויינט איבער די הייליגע און ריינע ווינטער נעכט. למעשה האט ער לאנג גערעדט און סאיז שווער געווען מיט צו האלטן האב איך בשעת מעשה דורכגעלערנט די הקדמות פון קאמארנער אין אוצר החיים און צוזאמען מיט די דרשה באקומען א התעוררות צו עבודת ה' וואס כהאב אין מיין לעבן נישט געשפירט.

ר' ז"ל דרשות האב איך ליידער נישט געקענט אויסהערען, נישט געוויסט וואס ער וויל.

אבער איינמאל איז ר' טודרוס געקומען, אונמיטען האט ר' מענדל אריין געשריגען, און ס'האט זיך אנגעהויבען א שמועס צווישען זיי ר' טודרוס האט נישט גענדיגט די דרשה.
אוועטאר
חנוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנוך »

ר' משה ברוך האט אמאל פארופן די בחורים צו אן עמערזשינסי שמועס. דער עולם איז אויס געגאנגען פאר נייגער, על מה יצא האף.

"בחורים, כ'בין היינט געווען אין מקוה ( די נייע מקוה איז דאן פאר ענדיגט געווארן) כ'האב נישט געגלייבט מיינע אויגן, פיל מיט אלע סארטן שעמפוס און זייפן!!!! ווי פאסט דאס פאר חסידישע בחורים?! " , האט ער געהירזשעוועט, "ווען איך בין געווען א בחור האט מען געוואוסט אז נאר לכבוד שבת זייפט מען זיך".
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

שבתי בוים האט געשריבן:א געוויסע תקופה האב איך מיך געמוטשעט אויפצושטיין פארטאגס, ר' משה ברוך האט מיך באהאנדלט מיט רעספעקט און פרובירט צו העלפן. ער האט מיך דאן געעצהט צו לערנען די בריוון פון חזון איש וואס רעדן איבער אהבת התורה.

יא ער האט זייער פראבירט צו העלפען, אמאל מיר געזאגט איך האב אסאך עצות אויף צו העלפען אויף שטיין אבער מיר אליינ'ס העלפען נישט די עצות.
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

די ברענד פון די ישיבה איז ביי רבי משה ברוך געווען דאס סאמע הייליגסטע איינמאל איז א בחור א חתן געווארן און די בחורים האבן אים באגריסט מיט געשרייערייען אין לאנטש רום כנהוג און פונקט איז א בחור געווען אויפ'ן טעלעפאן בשעת מעשה און א מאמע האט געהערט די קולות.
די מאמע האט גערופן רבי משה ברוך פארהאלטן און מער האט נישט אויסגעפעלט. די דינא קשיא מיט וועלכע רבי משה ברוך האט געגעבן זיין דרשה איז געווען ווי קיינמאל פאר דעם אדער נאכדעם.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

שבתי בוים האט געשריבן:נאכן דאווענען פלעגט ר' משה ברוך קלייבן פון קעסטל א טאמאטא מיט גרויס מומחיות, דערנאך פלעגט ער נעמען א פעקל ברויט און א פושקע קאטעדזש טשיז און אריינגיין אין זיין אפיס עסן.

האט ער מיר כמ"פ ציגערופען איך זאל ביטע צוריקטראגן די איבעריגע ברויט וואס ער'ט נישט געגעסן.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

נאך א פיגור אין וועמען ר' משה ברוך פלעגט זיך קאכן איז געווען דוד לייב שווארץ המכונה דוד לייב שנארער אדער השנארער הקדוש. פלעגט ער רעדן איבער ווי ער פלעגט קידוש מאכן און דערנאך זאגן אה, פיינער וויין, פיינער וויין. פלעגט זיך ר משה ברוך קאכן ווי דוד לייב האט געקענט סידורו של שבת אויסנווייניג און דאס געלערנט טאג און נאכט און געוואלט מסתיר זיין זיין קאך אין שבת האט ער גערעדט פון די וויין.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

שבתי בוים האט געשריבן:איינמאל איז געווען א דינער כ"א אדר אין א טענט און ר' העניך איז געקומען רעדן און געמאכט אזעלכע קולות אז דער רבי איז צדיק הדור אז די דאך איז אראפגעקומען.
געשריגען געלט געלט געלט
ביי די השגחה סקאנדאל איז א יונגערמאן ברוין געווארן משגיח. כמדומה סהאט נישט לאנג אנגעהאלטן. די גאנצע מערכה איז לענ"ד געווען אין גרויס טייל אויסגעזויגן פון פינגער.
אבער ס'האט זיך געלוינט נאר בכדי צו האבען הרב ברוין און ישבה
איינמאל האב איך גענוצט דעם ווארט השקפה אין א שמועס מיט ר' אהרן ראזנבערג און ער האט געטענהט אז סאיז העברעאיש ווען כהאב אים געזאגט אז דער חזון איש נוצט דאס ווארט חשמל, איז ער אריין אין א לאנגע שמועס. אין ריד הארפענעס ספרים איז טאקע געווען פארמעקט אלע העברעאישע ווערטער.
ער האט צוגעזאגט נישט צו מעביר זיין ספרים פון ישיבה, אבער מיינע פריוואטע ספרים האט ער זיך יא געמישט
אנהויב ערשטע סדר האט ר' משה ברוך געהאט א שיעור אין א קליינע גמרא און דערנאך פלעגט ער זיין אין א גוטע גיסטע. כהאב אפילו ארויסגעשלעפט פון אים רשות צו פארן קיין ארץ ישראל אויף לג בעומר.

א חזן פלעגט קומען זינגען ביי שלש סעודות און די בחורים מבינים פלעגן טענהן אז ער קען נישט ארויפציען. ער איז לעצטנס געשטארבן.
חזן ערבליך ז"ל מיט די קארןפלעקס באקס בארד. פלעגט זינגען יוסעלעס המבדיל מיטען עולם
דוד שווארץ פלעגט קומען רעדן מוצאי אויבער חכמה קעגן אויבער חכמים.
זייער גוט מגדיר געווען
האט מיך קיינמאל געכאפט.
מיר יא

קאשויער רב ראח געקומען רעדן, אויסגערעכנט יעדע אייניגע צייטונג ביים נאמען און פרענטש פרייס מיט קעטשאפ.
געווכן די איינציגסטטע דרשה וואס ס'איז נישט געווען קיין איין בחור וואס זאל נישט הנאה האבען

און מיינע צייטען איז געווען א חשובע בחור וואס האט געפעלט עטליכע טעג פון ישיבה און ווען מען האט אים גערודפט אז ער פעלט פאר שידוכים, האט ער איינמאל מסכים געווען אז ער איז געווארען א חתן, און ס'האט זיך געטוען טישען און בענק, ער האט שוין נישט געקענט צוריק צוען, און ר' משה ברוך האט דאן געראטעוועט די מצב.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

שבתי בוים האט געשריבן: .

יישר כח ר' שבתי דו קומסט אריין זייער קלאר און ארגינאל!
דיינע מליצות און די ליצנות פון געוויסע קרישקערליך איז נישט אזוי געאייגענט פאר די 9 טעג.
עס איז מבהילדיג ווי דו האסט אויפגעכאפט די אלע דיטעלס אלס בחור
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

שבתי בוים האט געשריבן:דער רבי פלעגט צומאל ברענגען געסט רעדן אין "זיין" ישיבה. איינמאל האט ער געברענגט א ספינקא רבי פון ארץ ישראל וואס האט געהאלטן א דרשה וואס איז באשטאנען פון זיין שלש סעודות תורה א וואך בעפאר.
.

ספינקא רבי פון ירושלים.

[ער איז געווען א גאון אזוי האב איך געליינט איבער אים, אבער און ישיבה האט ער זיך אהער געשטעלט פאר א גרויסער עם הארץ נד"נ. מ'האט גערעדט און ישיבה אז די צעלעך וואס ער האט געהאט און די האנט איז די אידישע ליכט.]
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

איין יאר איז געווען א נאכמיטאג מגיד שיעור, ר' שלמה, פארגעסן זיין לעצטע נאמען. אן איידעלער יונגערמאן מיט א פלאכע הוט און עטוואס נידריג געשטעל. האט ער אמאל געזאגט א שמועס אז א חסיד פון בעל התניא איז געקומען צום רבין אז ער גרייט זיך צום דאווענען מיט גרויסע מוחין און ווען סקומט למעשה פליט אלעס אוועק. האט דער בעל התניא געענטפערט וואס א חילוק ווען מדאוונט, פאר'ן דאווענען צי בשעתן דאווענען.

רבי אייזיק ראטה געווען מגיש ביי נאכט סדר, א לעכטיגע איד, אוהב את בריות ומקרבן לתורה. ווען כהאב אריינגעגעבן מיין בחינה בכתב אויף שיז האט ער געזאגט כהאב א רבי'שן שריפט. דאנערשטאג נאכט פלעגט ער געבן א שמועס. געעפנט א חומש און געזאגט תורה מן השמים וואס סאיז אים דעמאלט איינגעפאלן. איינמאל האט א בחור אויפגעפאסט אז ער זאגט זייער אסאך מאל איבער דאס ווארט "טאקע" זינט דעמאלט האב איך מיך שווער געקענט מצמצם זיין און טאקע נאר געהערט טאקע.

איינמאל האט רבי שמעי געפעלט פאר א וואך, איין טאג האט א לאנדאנער בחור פארגעלערנט און די אנדערע טאג האט ר' שמואל קיזעלניק פארגעלערנט, שיין אויסגעשמועסט די באקאנטע רבי חיים אין הל' תרומות לגבי קנין נכרי (כ'געדענק יענע רבי חיים ווייל ער האט געוואלט איך זאל פארלערנען למעשה האב איך ארויסגעטשיקנט די לעצטע מינוט מאימתא דציבורא.).
לעצט פארראכטן דורך שבתי בוים אום פרייטאג יולי 31, 2020 3:12 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

דער רבי האט געהאט צוויי חברות'עס און מיינע צייטען.

איינער דענקנ איך נישט דעם נאמען די פארטאג'ס חברותה, און ר' יודע אליעזר יונגער, פלעגט רייכערען דייקא די דינע ציגארעטען.

-------
שבתי איר רעדט פון ר' שלמה זילבערשטיין.
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:איינמאל איז געווען א דינער כ"א אדר אין א טענט און ר' העניך איז געקומען רעדן און געמאכט אזעלכע קולות אז דער רבי איז צדיק הדור אז די דאך איז אראפגעקומען.
געשריגען געלט געלט געלט
ביי די השגחה סקאנדאל איז א יונגערמאן ברוין געווארן משגיח. כמדומה סהאט נישט לאנג אנגעהאלטן. די גאנצע מערכה איז לענ"ד געווען אין גרויס טייל אויסגעזויגן פון פינגער.
אבער ס'האט זיך געלוינט נאר בכדי צו האבען הרב ברוין און ישבה
איינמאל האב איך גענוצט דעם ווארט השקפה אין א שמועס מיט ר' אהרן ראזנבערג און ער האט געטענהט אז סאיז העברעאיש ווען כהאב אים געזאגט אז דער חזון איש נוצט דאס ווארט חשמל, איז ער אריין אין א לאנגע שמועס. אין ריד הארפענעס ספרים איז טאקע געווען פארמעקט אלע העברעאישע ווערטער.
ער האט צוגעזאגט נישט צו מעביר זיין ספרים פון ישיבה, אבער מיינע פריוואטע ספרים האט ער זיך יא געמישט
אנהויב ערשטע סדר האט ר' משה ברוך געהאט א שיעור אין א קליינע גמרא און דערנאך פלעגט ער זיין אין א גוטע גיסטע. כהאב אפילו ארויסגעשלעפט פון אים רשות צו פארן קיין ארץ ישראל אויף לג בעומר.

א חזן פלעגט קומען זינגען ביי שלש סעודות און די בחורים מבינים פלעגן טענהן אז ער קען נישט ארויפציען. ער איז לעצטנס געשטארבן.
חזן ערבליך ז"ל מיט די קארןפלעקס באקס בארד. פלעגט זינגען יוסעלעס המבדיל מיטען עולם
דוד שווארץ פלעגט קומען רעדן מוצאי אויבער חכמה קעגן אויבער חכמים.
זייער גוט מגדיר געווען
האט מיך קיינמאל געכאפט.
מיר יא

קאשויער רב ראח געקומען רעדן, אויסגערעכנט יעדע אייניגע צייטונג ביים נאמען און פרענטש פרייס מיט קעטשאפ.
געווכן די איינציגסטטע דרשה וואס ס'איז נישט געווען קיין איין בחור וואס זאל נישט הנאה האבען

אדאנק הרב טייטלבוים פאר די רייכע הוספות. ספרים וואס זענען נישט געווען אזוי איי איי פלעגט מען דארפן באהאלטן ווייל ר' אהרן ראזנבערג פלעגט קענען מעביר זיין עפעס וואס האט אים נישט געשמעקט. ער האט געשריבן א גאנצן ספר תורת אמת (מיט א הסכמה פון מהרנ"ץ) איבער די שעדליכקייט פון טריפה'נע ספרים. צום ביישפיל דעם אוצר מפרשי התלמוד האב איך אלעמאל געהאלטן אונטער'ן טיש.
ווען מיין טאטע האט פארגעלערנט בבא קמא האט ער זיך באנוצט מיט א ספר יוסף דעת, גאר א גוט ספר מיט לייכטע לומדות און א צחות'דיגע שפראך, האט ער עס מיר אהינגעשאנקען, מה נעשה אז דער ספר ברענגט אויך פון ראי"ה... הענט און פיס פלעגן מיר ציטערן ווען ר' אהרן פלעגט דורכוואקן מיין פלאץ ער זאל מיך נישט כאפן מיט דעם ספר.
לעצט פארראכטן דורך שבתי בוים אום מאנטאג יולי 27, 2020 8:56 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:דער רבי האט געהאט צוויי חברות'עס און מיינע צייטען.

איינער דענקנ איך נישט דעם נאמען די פארטאג'ס חברותה, און ר' יודע אליעזר יונגער, פלעגט רייכערען דייקא די דינע ציגארעטען.

-------
שבתי איר רעדט פון ר' שלמה זילבערשטיין.

יא, אדאנק

ר' יודא אליעזר פלעגט מיטהאלטן רבי שמעי'ס שיעורים דורך קאסעטן כמדומה. אז מ'רעדט פון רבי יודא אליעזר. הגר"ח ראטה האט בנעוריו ארויסגעגעבן א ספר אויף סוכה און תרומות אינאיינעם מיט ר' יודא אליעזר.
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

Amazing האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן: .

יישר כח ר' שבתי דו קומסט אריין זייער קלאר און ארגינאל!
דיינע מליצות און די ליצנות פון געוויסע קרישקערליך איז נישט אזוי געאייגענט פאר די 9 טעג.
עס איז מבהילדיג ווי דו האסט אויפגעכאפט די אלע דיטעלס אלס בחור

אדאנק
בשעת מעשה האב איך עס נישט אויפגעכאפט, ס'קומט נאר ארויף יעצט אין רעטראספעקט ווען איך רעפלעקטיר...
בעצם זענען די אלע קרישקעלעך גוטע ווערטלעך און ס'פאדערט זיך א געהעריגע אנאליז אויף דער ישיבה און אויב איינער וועט זיין נייגעריג אפשר וועל איך שרייבן פון מיין קוק ווינקל.
רעדנדיג פון די ניין טעג, ר' דוד שווארץ פלעגט מאכן א גרויסע עסק ארום די ניין טעג און פלעגט יעדן יאר געבן א באזונדער שמועס דערוועגן. אז אפילו א בחור שפירט נישט זאל ער נישט זאגן אז סתם זיין א פאפער און שפילן מיצר ודואג נאר טאקע יא גיין מיט אן אראפגעלאזטע נאז און טון וואס מ'האט צו טון און די הרגשים וועלן שוין נאכקומען.
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:און מיינע צייטען איז געווען א חשובע בחור וואס האט געפעלט עטליכע טעג פון ישיבה און ווען מען האט אים גערודפט אז ער פעלט פאר שידוכים, האט ער איינמאל מסכים געווען אז ער איז געווארען א חתן, און ס'האט זיך געטוען טישען און בענק, ער האט שוין נישט געקענט צוריק צוען, און ר' משה ברוך האט דאן געראטעוועט די מצב.

דערמאנסט מיר ווי אום ז' אדר האט מיין באבע געהאט יארצייט איז מיין מאמע און זיידע מיך געקומען אפנעמען פון ישיבה אינמיטן סדר צו גיין צום פעלד. זייענדיג א פריש געווארענער אכצן יעריגער בחור האט זיך די גאנצע ישיבה איבערגעדרייט אז איך ווער א חתן.
ס'האט גענומען נאך אנדערטהאלבן יאר אז ס'זאל פארווירקלכט ווערן...
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”