סופארט גרופע פאר בעגינערס מיטן פידל..
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
סופארט גרופע פאר בעגינערס מיטן פידל..
איך זעה דאך אז "כשאני לעצמי מה אני", איך קום נישט אן צו פראקטיצירן מיטן פידעלע ווי עס באדארף צו זיין. ווען איך פלעג נעמען די לעקציעס, פלעג איך כאטש יעדן טאג אפשפילן די פאר ניגונים וואס איך האב געמוזט קענען אויף די אנדערע לעקציע. אבער יעצט, קען אדורכגיין א פסח און א שבועות און אפילו מער, און מיר זאלן נישט בארירן דעם פידעלע. איי, א ריכטיגע שאד. אז מען האט שוין יא געצאלט דאס געלט פאר די לעקציעס, מען האט שוין יא פארנומען אזויפיל צייט דערפאר, מען האט זיך ענדליך דערלערנט די יסודות; פארוואס זאל מען צוריקפאלן און דערלייגן דאס גאנצע?
דערפאר, וויסנדיג אז דא דרייען זיך נאך עטליכע אנשים כערכי, אידן מיט אביסל אדער אסאך קענטעניס אין פידלעריי, וואס וואלטן אפשר אויך געוואלט באקומען א שטופ (אדער עכ"פ געבן פאר יענעם איינס ) פאראויסצוגיין מיט די געשמאקע קענטעניס, ווידמען מיר דא אן אשכול דערפאר.
עס וועט זיך אנהייבן ווירטואל, אבער די האפענונג איז אריבערצוברענגן די זאך מן הכח אל הפועל, אפשר וועלן מיר זיך נאך בקביעות צוזאמקומען ביי איינעם אין שטוב אדער אין א גרעסערע לאקאל און אינאיינעם אראפלייגן אפאר שיינע ניגונים (פאר די קומענדיגע קרעטשמע קאסעטע ).
לענין: דאס פידעלע ליגט מיר יעצט אויפן שויס, און מען רעכט זיך אפצוזינגן אפאר שיינע ניגונים דערויף, און מיר האפן צו מעלדן ברבים וויפיל מינוט עס האט געדויערט און וועלכע ניגונים עס זענען אפגעשפילט געווארן.

אסרו חג שבועות תשס"ט
היינט איבערגע'חזר'ט מיט א התחדשות די אפענע סטרונעס בלעטער פונעם ערשטן סטודענטן ביכל, עס האט געדויערט 15 מינוט בערך.
צווישן אונז (קענערס) גערעדט איז דאס גרינג ווי א שטיקל קוכן (פיעס אוו קעיק בלעז), אבער עס געדענקט זיך גאנץ גוט ווען מיר האבן זיך געמוטשעט אויף די זעלבע בלעטער מיט א 2 און א האלב יאר צוריק, זיכער צו מאכן אז דער בויגן רירט נישט אן דעם אנדערן סטרונע צורעכטס אדער צולינקס.

היינט האב איך גע'חזר'ט 15 מינוט, אנגעיאגט ביז בלעטל 12 פונעם בעגינער ביכל.
איך שטעל דא ארויף דעם גאנצן ביכל אלס א פדף.

- אטעטשמענטס
-
- hilchos kinor.pdf
- (752.22 KiB) געווארן דאונלאודעד 708 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
נאדיר קרעמער און פאר אלע צופידלטע דא:
http://violinmasterclass.com/mc_menu.php
א גאר נוצבארער סייד
בברכת הצלחה שתזכה לעלות מעלה מעלה בפידלירעכא מפאזישאן לפאזישאן און אויך שיפטינג און ווייבראטא!!

איך באנוץ מיך מיט די אנליין טונער.
http://www.get-tuned.com/violin_tuner.php
---
יעצט פארענדיגט 22 מינוט פון פראקטיצירן ביז בלעטל 24 פונעם סטודענטן ביכל, אריינגערעכנט פיזיקאטא (פליקן די סטרונעס מיטן אצבע פון די רעכטע האנט) און 'פלאקן' די אפענע סטרונעס מיט די זרת פונעם לינקן האנט.
איבערגעגאנגען דעם פערטן פינגער אויף אלע 4 סטרונעס, וואס געט ארויס דעם זעלבן קלאנג ווי די דערנעבנדיגע העכערע אפענע סטרונע.

מורי ורבותי:
א פידל האב איך געקויפט דריי יאר צוריק
גענומען א טיטשער געלערנט שטריק נאך שטריק
דאן האב איך איהם פארשיקט צו אלע שווארץ יאר
אוי! מיין הארץ עס בענקט שוין נאך די פידל ביז גאר
אבער היינט נאכ'ן אהער בלאנדז'ען האה איך א קבלה געמאכט
זיך צוריק אריינשליידרען אינעם פידל באטאג און ביינאכט
און פאר ענק א יישר כח וויל איך אויסדריקן
פאר'ן אויפוועקן מיין בענקשאפט צו מיינע פידל שטריקן

"הניגון קולמוס הלב"
ממש ווי מיר. געקויפט דעם פידל חשון תשס"ז, זיך געלערנט גאנץ ס"ז און האלב ס"ח, פראקטיצירט אביסל במשך קיץ ס"ח, אבער אפגעלאזט אויף גאנץ חורף תשס"ט ביז שבועות.
פאריגע וואך האבן מיר זיך גענומען צוריק אין די פינגער אריין, כמבואר באשכול הזה.
היינט פראקטיצירט א וויילע, און די איבריגע וויילע פרובירט אנצושטעלן די סטרונעס לויט די אנליין-ווייאלין-טונער, איך קען נאך נוצן הילף פון א פראפעסיאנאל טונער (אדער אן עלעקטראנישע טונער, וואס איך פארמאג נישט).

איך קען דיר נישט ראטן אויב דו זאלסט אים צוריקנעמען אדער גיין מיט א צווייטן, ווייל איך בין נאר געווען ביי אים (בעסער געזאגט: ער איז געווען ביי מיר) און נישט ביי א צווייטן, על כן קען איך נישט וויסן אויב א צווייטער איז בעסער פון אים אדער נישט.
איך האב זייער שטארק הנאה געהאט פון אים, אבער איך וואלט היינט פרובירט א צווייטן, פשוט צו זעהן אויב יענער קען מיר מער ארויסהעלפן מיט געוויסע זאכן וואס איך האב נישט פארשטאנען פון אים אויך נאך די מערערע לעקציעס.

יעצט געפארטיגט 18 מינוט פון פראקטיצירן, געענדיגט דעם ערשטן סטודענטן ביכל פון 30 בלעטער, און אריינגעביסן אינעם צווייטן (איך האב דאס נישט אויף PDF, ואתכם הסליחה) ביז בלעטל 4.
אינמיטן שפילן האב איך מצליח געווען צו טונען דעם G צו מיין צופרידנהייט, און איך האלט אז איך האב יא ב"ה אן 'אויער' צו קענען טונען אליינס.