ר' אשר זאב ווערנער זצ"ל מפראווידענס ובסו"י אב"ד טברי'
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
ר' אשר זאב ווערנער זצ"ל מפראווידענס ובסו"י אב"ד טברי'
רבותי, איך בין נישט קיין "וואן מען בענד", יעדער איז "וועלקאם" ארויפצולייגן בילדער לפאר ולרומם האשכול "גדולי ישראל ווער ווייסט". אט וועל איך נישט זיין בלויז קיין נאה דורש...
וועם דערקענט מען?
וועם דערקענט מען?
לחיים ולברכה!
מיללער האט געשריבן:דער הרב ווערנער ליגט פערצופאל אויפן ביעה"ח אין טברי' אויפן וועג ארויף צו די ציוני אדמור"י בית רוזשין? עס ליגט מיר אין קאפ אס דארט ליגט א רב פון פראווידענס אבער איך געדענק נישט אז עס זאל שטיין אז ער איז געווען רב אין טברי', איינער ווייסט פון וואס איך רעד? (נעבן הרב מסעמיהאלי ושתי הרבניות שלו)
יא עהר ליגט אקעגען זייא דיא אנדערע זייט פין ראד לעבען ר' משה קליערס אויב דיא האס דעם בוך טברי' דארט איז דא א קאפי פין זיין
כתב רבנות .
איך וועל אי''ה זיין אין טברי' ביום ראשון הבא עלינו לטובה
זייטס מיר אלע געזונט אין שטאר אין זייטס מקבל דיא תורה מתוך שמחה וטוב לבב מיט אלע השפעות טובות מיט אמונת צדיקים
א גיטען פריילעכען יום טוב
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 689
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm
חלקנו והוספנו את תגובות מן הענין באשכול אחר.
הגבאי
הגבאי
ליפשיץ האט געשריבן:איך בין נישט נאכגעגאנגען 'בדיוק' זיין יחוס למעלה, אבער נאך א קליינעם סוירטש אין 'גוגל' אונטער דעם נאמען "אהרן הלוי טייטלבוים" איז מיר אקעגן געקומען דער לינק.
מיללער האט געשריבן:הרב ליפשיץ,
אגב, מען האט דא דעמאנט ר' אשר זאב ווערנער פון פראבידענס ולאחריו בטבריה, דארט אין יענעם לינק ווערט דערמאנט משפחת ווערנער, און פון דעם ר' אשר זאב איז דא א ברודער ר' יהושע ווערנער רב באמיריקה, האב איך זיך דערמאנט אז דער ר' יהושע ליגט דארט אין טברי' און אויף זיין מצבה שטייט אז ער איז געווען רב אין פראווידענס, די שאלה איז צו ביידע זענען געווען דארט רב און איינער האט ממלא מקום געווען דעם צווייטן, אדער איז ר' אשר זאב בכלל נישט געווען רב אין פראווידענס.
ספר טעם זקינים לר' אשר זאב ווערנער. עס וועט אייך צוגעבן אסאך חומר.
בן בוזי האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:אגב, מען האט דא דעמאנט ר' אשר זאב ווערנער פון פראבידענס ולאחריו בטבריה, דארט אין יענעם לינק ווערט דערמאנט משפחת ווערנער, און פון דעם ר' אשר זאב איז דא א ברודער ר' יהושע ווערנער רב באמיריקה, האב איך זיך דערמאנט אז דער ר' יהושע ליגט דארט אין טברי' און אויף זיין מצבה שטייט אז ער איז געווען רב אין פראווידענס, די שאלה איז צו ביידע זענען געווען דארט רב און איינער האט ממלא מקום געווען דעם צווייטן, אדער איז ר' אשר זאב בכלל נישט געווען רב אין פראווידענס.
איך האב פונקט נעכטן געזאגט אין אישי פאר נחמן נתן אז אין ספר טברי' ווערט בכלל נישט דערמאנט אז ר' אשר זאב זאל ווען האבן געווען א רב אין אמעריקא, עס שטייט דארט אז ער איז געווען אין חו"ל לטובת הישוב בטברי', זעהט אויס אז ס'איז א מיסטעיק און דער רב אין פראווידענס איז לכאורה זיין ברודער.
אינעם ספר טעם זקנים פון דעם טברי' רב ר' אשר זאב, באשרייבט ער אביסל מתולדותיו, בנוסף צו דאס וואס מיר ווערן געוואור פוונעם לינק אשר הביא לנו ידידינו הרב ליפשיץ.
ר' אשר זאב איז געבוירן אין ארץ ישראל צו זיין פאטער ר' שמחה בונם וורנר ז"ל חבר הביד"צ עדה החרדית בירושלים (ב"ר משה מנחם מענדל וורנר מירושלים וחתן הרה"צ ר' יהודה לייב קסטילניץ בן אחותו של בעל יסוד העבודה מסלונים) מען זעהט אז דאס איז געווען א חסידישע משפחה פון ארץ ישראל.
די קינדער פון ר' שמחה בונם ווערן אויסגערעכנט;
א. ר' אברהם ורנר רב העיר נתניה
ב. ר' אשר זאב ורנר בסוף ימיו גאב"ד טבריה
ג. ר' יהושע ורנר רב באמריקה
ד. ר' דוד ורנר.
כשהגיע לפרקו איז ר' אשר זאב געווארן אן איידעם ביי ר' יצחק מתתי' סאנדענבערג פון טברי', וועלכער איז געווען אן איידעם ביי הרה"ג ר' מאיר מארים בעמח"ס ניר על הירושלמי וגאב"ד קאברין, דורך זיין שווער איז ער נתקרב געווארן לחסידות לעכוויטש-קאברין ווי ער פארציילט דארט אין די הקדמה פון 'טעם זקנים' גאר אינטערעסאנטע ענינים פון די געהויבענע חסידים פון קאבריען און סלאנים אין אר"י בימים ההם.
וואונענדיג אין טברי' על שלחן חותנו האט ער זיך אויך באקאנט געמאכט מיטן דעמאלטסדיגען רב הרה"צ ר' משה קליערס זצ"ל, ביז אינצווישען איז ער געקומען קיין אמעריקא ווי ער האט געהאט א שטעלע אין א ישיבה אין ניו יארק, נאך פסח בשנת תרצ"ד איז ער צוריק ארויף קיין ארץ ישראל אנצונעמען דאס רבנות אין טברי' ווי מ'זעהט אינעם כתב רבנות אויבן.
קיין אמעריקא איז ער געקומען וועגן די ערשטע וועלט מלחמה צוזאמען מיט ידידו ר' אהרן הלוי טייטלבוים (וועכלע ווערט דערמאנט באשכול הסמוך), דא האט ער געגרינדעט אין ניו יארק א 'חברת נשים' (לעידיס אקזילערי) וועלכע האבן געזאמלט געלט פאר צדקת ארץ ישראל.
דא אין אמעריקא האט געוואונט זיין ברודער ר' יהושע אב"ד פראווידענס, ראוד איילענד, וועלכע האט אים בשעתו ארויסגעהאלפן מיט שאפן געלט.

און צום שלוס, נאכען דורכלייענען די הקדמה הנ"ל פון 'טעם זקנים' איז שוין קלאר, אז די אויבנדערמאנטע צאמשטעל איז א טעות און ר' אשר זאב איז טאקע נישט געווען אין פראווידענס, און זיין ברודער ר' יהושע ליגט אויך אין טברי' און אויף זיין מצבה ווערט טאקע נישט דערמאנט אב"ד טברי' ווייל ער איז נישט געווען דארט רב.
והכל על מקומו יבא על נכון, יעצט ווארן מיר נאר אויף הרבד"צ זאל אהיימקומען פון ארץ ישראל און מקיים זיין את אשר ראו עיניו ולא זר על ביה"ח העתיק בטברי'.
והכל על מקומו יבא על נכון, יעצט ווארן מיר נאר אויף הרבד"צ זאל אהיימקומען פון ארץ ישראל און מקיים זיין את אשר ראו עיניו ולא זר על ביה"ח העתיק בטברי'.
נחמן נתן האט געשריבן:ר' אשר ווערנער איז בלי שום ספק געווען א רב דאהי אין אמעריקא.
המפורסמות א"צ ראיה - ער איז געוווען רב אין לינן מאסעטשוסעס.
אין די קומענדיגע וועל איך ברענגן ראיות פאר די וואס ספק'ענען זיך אין דעם.
נחמן נתן,
מיר ווארטן אויף די ראיות, דערווייל פון זיין הקדמה אין 'טעם זקנים' איז משמע אז ער איז געווען א ראש ישיבה דא אין ניו יארק, ער דערמאנט גארנישט וועגן מאסאסושעטס.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
מיללער האט געשריבן:נחמן נתן האט געשריבן:ר' אשר ווערנער איז בלי שום ספק געווען א רב דאהי אין אמעריקא.
המפורסמות א"צ ראיה - ער איז געוווען רב אין לינן מאסעטשוסעס.
אין די קומענדיגע וועל איך ברענגן ראיות פאר די וואס ספק'ענען זיך אין דעם.
נחמן נתן,
מיר ווארטן אויף די ראיות, דערווייל פון זיין הקדמה אין 'טעם זקנים' איז משמע אז ער איז געווען א ראש ישיבה דא אין ניו יארק, ער דערמאנט גארנישט וועגן מאסאסושעטס.
לייענט אין "דגל ישראל" - ניו יארק סיון תרפ"ט [פיינד עטטעטשד], די ערשטע פון די "רבנישע נייעס" ארטיקלען.
- אטעטשמענטס
-
- ישראל ר' אשר ורנר.pdf
- (164.75 KiB) געווארן דאונלאודעד 289 מאל
לחיים ולברכה!