כל כתבי דייקן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

כל כתבי דייקן

תגובהדורך דייקן » מאנטאג יולי 13, 2020 12:33 pm

אזויווי די מנהג המקום איז אז ווען מען גייט ארויף אין ראנג עפענט מען א אשכול און מען שרייבט אן ארטיקל, האב איך נישט געוואלט משנה זיין פון די מנהג המקום, אבער למעשה בין איך נישט א שרייבער, און איך ווייס נאר וויאזוי צו מגיב זיין אויף וואס איינער אנדערש האט געשריבען אד"ג, איך ווייס אבער נישט וויאזוי צו שרייבען אן ארטיקל, האב איך געטראכט צו זיך וואס קען איך טאן לכבוד'ן זיך העכערן אין ראנג צו א שר חמש מאות, און איך האב געטראכט אז גאנץ אסאך פון מיינע תגובות זענען גאנץ לאנגע דורכגעטראכטע תגובות, וואס ס'קען זיין אז איינער אנדערש וואלט ווען געעפענט א נייער אשכול לכבוד זיי, און וויבאלד די תגובות זענען אין אנדערע אשכולות ווערען זיי פארלוירען צווישן די ארומיגע תגובות און זיי באקומען נישט זייער פארדינטע "כבוד", און טאמער איינער וויל זעהן מיינע לענגערע תגובות ווייסט ער נישט ווי זיי צו געפינען [ווייל די זוך ניק'ס תגובות קנעפל ברענגט דאך ארויף אלע תגובות, נישט נאר די לענגערע, זעהט וואס איך האב דא געשריבען דערוועגען, און ווי אויך זעהט מען נישט דארט פון וועלכע ענין די תגובה רעדט זיך (ווייל נישט שטענדיג איז מיין תגובה ממש מענין פון די קעפל פון די אשכול), און ווי אויך האבען די ליינערס - וואס האבען נישט קיין ניקס - נישט די מעגליכקייט צו זוכען פאר מיינע תגובות], איז דערפאר האב איך באשלאסען אז איך וועל עפענען א אשכול ווי איך וועל אראפברענגען לינק'ס צו מיינע לענגערע תגובות וואס איך האב געשריבען ביז יעצט (פארשטייט זיך לויט וואס איך האלט איז וויכטיג און אינטרעסאנט).


[רוב לינקס זענען אויסגעשטעלט לויט די סדר וואס איך האב געשריבען די תגובות]

בענין די וויכטיגקייט פון לערנען חומש רש"י, זעהט דא.

וואס איז די ריכטיגע מהלך צו מחנך זיין די קינדער צו די יסודות פון אידישקייט? זעהט דא.

וואס איז די ריכטיגע וועג בחורים אד"ג מיט שוואכע כשרונות זאלען לערנען? זעהט דא.

בענין די מצב הפרנסה אין פיל אידישע שטיבער, און וואס דארף מען טאן דערוועגען, זעהט דא.

[אלעס וואס איך האב געשריבען בענין די קאראנע ווירוס איז לויט וואס עס איז געווען באוואוסט אין די צייט וואס איך האב געשריבען די תגובות, און עס איז נישט אויף הלכה למעשה]

וואס איז די גדר פון א מסור, והמסתעף לענין צו רופען די פאליציי קעגען אידען וואס זענען מסכן אנדערע אידען, זעהט דא ובהמשך לזה דא און דא און דא (און אין די תגובה פאר מיינס, אויף וואס איך באצי זיך) און דא.

ווען דארף מען נישט חושש זיין פאר א ווייטע חשש פון סכנת נפשות? זעהט דא.

מעג מען דאווענען במנין ווען עס איז דא א חשש סכנה? זעהט דא (און בהמשך לזה דא) און דא און בהמשך לזה דא (און אין די תגובה פאר מיינס, אויף וואס איך באצי זיך).

איז עס אמת אז טאמער (א גרויס חלק פון) די שפיטעלער וואלטען זיך נישט אויפגעפירט ווי רוצחים רח"ל בשעת די קאראנע וואלטען טאקע כמעט קיינער נישט געשטארבען? זעהט דא.

פארוואס איז אין געוויסע קרייזען געווען פיל א גרעסערע פראצענט וואס האבען נישט געהיטען אויף די געזונטהייט מאסנאמען בשעת די קאראנע ווירוס אדר-ניסן תש"פ? זעהט דא ובהמשך לזה דא, און דא.

בענין טראגען א מאסקע בשעת'ן דאווענען שמו"ע, זעהט דא.

טאמער א בן ירושלים האט נישט געקענט צוקומען צו די כותל פאר איבער א חודש צוליב די קאראנע ווירוס, דארף ער רייסען קריעה ווען ער גייט צום כותל? זעהט דא און די צוויי תגובות דערנאך.

בענין רעדען אין עברית און זיך באנוצען מיט די ווארט "חשמל" (און בענין די איסור פון אנצינדען עלעקטריק אויף שבת), זעהט דא (און די תגובה פאר מיינס, אויף וואס איך באצי זיך).

בענין די היתר פאר א חתונה געהאטער פרוי צו גיין א שייטעל, והמסתעף לענין פארענטפערען א מנהג העולם, זעהט דא.

בענין פארוואס זענען דא אזעלכע וואס זענען פיל מער פארנומען מיט דעם אז מען דארף טוישען די שייטעל ווי מיט אנדערע נישט צניעות'דיגע קליידער, זעהט דא ובהמשך לזה דא.

איז יעדער איינער מחוייב צו עסען כאילו כפאו שד, אן קיין שום כונה צו הנאה האבען? זעהט דא ובהמשך לזה דא (און די תגובה פאר מיינס, אויף וואס איך באצי זיך).

א אינטרעסאנטע מעשה "דע מה שתשיב למתנגד", זעהט דא.

בענין אז די חסידים וואס גייען יעדער טאג אין מקוה האבען לכאו' נישט די ענין פון שלא יהיו מצויים כתרנגולים, ועוד ענינים בטבילת עזרא, זעהט דא ובהמשך לזה דא און דא, (און פון דער תגובה די קומענדיגע 16 תגובות).

בענין אז די נאטור פון די וועלט איז אויסגעשטעלט לויט די תורה, און נישט פארקערט, זעהט דא.

אויף א פלאטפארמע ווי עס דרייען זיך היימישע אידען, איז וויכטיגער צו "מוחה" זיין קעגען היימישע פראבלעמען אדער קעגען רדיפות פון די ציוניסטישע מדינה אד"ג? זעהט דער אשכול.

בענין די סמבטיון, זעהט דא און בהמשך לזה דא און דא.

מעג א פשוטער מענטש אננעמען אין יסודות'דיגער שאלות נישט ווי עס איז אנגענומען ביי גאנץ כלל ישראל, טאמער טרעפט ער אין קדמונים ווי זיין שיטה? זעהט דא ובהמשך לזה דא און דא און דא און דא (און די תגובה פאר מיינס, אויף וואס איך באצי זיך) [און בענין טאמער איז דער וואס זאגט אנדערש ווי עס איז אנגענומען א גדול וואס מיינט עס באמת וכונתו לשמים, זעהט וואס איך האב געשריבען ווייטער אראפ אין יענער אשכול].

וועגען אויב ווידיאו איז אסור היינט צו טאגס, זעהט דא.

בענין אויב עס מעג זיין א פילטער אין א מקוה, זעהט דא.

בענין אויב די זוהן דרייט זיך ארום די וועלט אדער פארקערט, זעהט דא.

בענין מקבל זיין שבת פרי, ובענין נישט צו משנה זיין פון די מסורה אויך ווען מען האט א גוטע סיבה, אלס חינוך הבנים, זעהט דא און דא.

בענין די פראבלעמען פון געוויסע אנטי עסטאבלישמענט חברה (והמסתעף בענין מופען ווייט אוועק פון די עלטערען), זעהט דא און דא ובהמשך לזה דא און דא.

בענין די ליובאוויטשער און ברעסלעווער חסידים וואס פראבירען איבערצורעדען אנדערע צו זייערע שיטות, זעהט דא.

בענין פארוואס מען פירט זיך בדר"כ אויף ערגער צו די היימישע אידען וואס באלאנגען צו די אנדערע פראקציע פון מיין חסידות ווי צו פרייע אידען אד"ג, זעהט ... [אופס, איך זעה אז מען האט אויסגעמעקט מיין תגובה צוזאמען מיט נאך תגובות וואס זענען אוועק מענין האשכול, בקיצור האב איך דארט געשריבען אז פון די נאנטע ערווארטעט מען מער און מען שפירט כאילו יענער איז "בוגד" אין מיר, און ווי אויך האב איך צוגעשטעלט א מעשה (הובא במאמ"ר עמ' רכ"ח) אז א טשערנאבילער חסיד האט מער מורא געהאט פון די טשערנאבילער מגיד ווי פון די אייבערשטער, און די סאווריינער רב האט געהאט טענות אויף דעם, האט די טשערנאבילער מגיד געזאגט צום סאווריינער רב אז ער האט גע'פועל'ט אז מען זאל מורא האבען פאר עם, און יעצט זאל די סאווריינער רב פועל'ן אז מען זאל מורא האבען פון די באשעפער, און די הסבר איז פשוט ווייל די רבי זעהט מען דאך מיט די פליישיגע אויגען], און בענין וויאזוי מען דארף זיך באמת אויפפירען, זעהט דא.

בענין אז ווען ס'כאפט א התעוררות צו געבען צדקה אד"ג פאר א געוויסע צוועק זאל מען נישט טענה'ן אז מען דארף עס אפשר געבען פאר א וויכטיגערע צוועק אד"ג, זעהט דא.

א שטיקל תירוץ אויף דעם וואס היינט צו טאגס איז די מהלך פון אידישקייט נישט אזויווי אין די היים, נאר מער ווי א פאקטערי סיסטעם, זעהט דא.

בענין שיטת ר"ת בצאה"כ לפי האופק, זעהט דא.

בענין צו טראכטען פונעם יום המיתה, זעהט דא.

א אינטרעסאנטע מעשה מיט הגר"ד יונגרייז זצ"ל און די לעצטער ליובאוויטשער רבי זצ"ל, זעהט דא.

בענין די שיעור פון א ט"ק (פאר א קינד), זעהט דער תגובה און די 5 תגובות נאכדעם.

מיינע צוויי צענט אויף די צענזור דאהי (לגבי תגובות אין סענסיטיווע נושאים), זעהט דא און דא.

בענין צו דארף איינער וואס איז אויפגעוואקסען אין א נישט סאטמערע קרייז מעיין זיין אין די שיטה פון די ויוא"מ זצ"ל, זעהט דער תגובה און די צוויי תגובות נאכדעם.

ביז ווען קען מען מקדש זיין די לבנה (ד. ה. זאגען ברכת הלבנה)? זעהט דא.

וועגען רעדען אדער שרייבען קעגען "ספק גדולים", וואס געוויסע גדולים האבען גערעדט שארף קעגען זיי, און אנדערע גדולים האבען געהאלטען פארקערט, זעהט דא.

בענין א יחיד וואס דאווענט שמו"ע צוזאמען מיט די חזן, זעהט דא ובהמשך לזה דא.


און איך וויל מסיים זיין מיט א גרויסע דאנק צו די חשובע הנהלה [ובראשם די איבערגעגעבענע און צוגעלאזענע מנהל הרב @לכאורה], וואס געבען אוועק אסאך צייט שלא ע"מ לקבל פרס אויפצוהאלטען די ערליכקייט פון דער מקום, אז עס זאל טאקע קענען גערופען ווערען "די אידישע וועלט".
און ווי אויך וויל איך באדאנקען אלע חשובע שרייבער, ובפרט די וואס שרייבען דורכגעטראכטע תגובות און שיינע ארטיקלען להחיות בהם נפש כל חי, און ווי אויך בפרט די וואס געבען זיך אכטונג נישט צו גורם זיין צער צו אנדערע דורכן שרייבען תגובות מיט פערזענליכע טשעפעס אד"ג.

טאמער איך האב אמאל גורם געווען צער צו אנדערע ח"ו, צו במישרין צו בעקיפין, בעט איך זיי איבער, און זיי זאלען מיך ביטע מוחל זיין בלב שלם (טאמער עס קומט זיי אן שווער זאלען זיי זיך פארשטענדיגען מיט מיך אין אישי).

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: כל כתבי דייקן

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג יולי 13, 2020 12:35 pm

ממש אן אוצר בלום!
גיי ווייטער אן מיט דיין זיכוי הרבים, און שטייג ווייטער מעלה מעלה. מיר האבן זייער הנאה פון דיין אנוועזנהייט דא.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
פופציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: כל כתבי דייקן

תגובהדורך פופציגער » מאנטאג יולי 13, 2020 12:59 pm

גאר א גוטער געדאנק, יישר כח פאר דעם אוצר
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
פויליש פארווע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: ביים פויליש פארווע סינק

Re: כל כתבי דייקן

תגובהדורך פויליש פארווע » מאנטאג יולי 13, 2020 1:18 pm

גוטע סחורה!
סיי וואס איר שרייבט נאר איז א פארגעניגן צו ליינען.
א קרעכטס ברעגט א קרעכטס און א דאנק ברענגט א דאנק. (קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
ניין און יא
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: כל כתבי דייקן

תגובהדורך ניין און יא » מאנטאג יולי 13, 2020 1:50 pm

wowowow
הלוואי יעדן טאג קומסטו אן צו 500
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
א pdf פון די ארטיקלען און גראמען - נעשה ע"י פעיק נוז
------
נישט איינגעשריבנע ניקס קענען קאמענטירן דא
noinyes@gmail.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: כל כתבי דייקן

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יולי 13, 2020 1:52 pm

מזל טוב דיי(ק)ן שליט"א - שר חמש מאות
און א דאנק פאר'ן ערווענען מיין ניק נאמען לשבח..
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: כל כתבי דייקן

תגובהדורך דייקן » מאנטאג יולי 13, 2020 4:47 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:ממש אן אוצר בלום!
גיי ווייטער אן מיט דיין זיכוי הרבים, און שטייג ווייטער מעלה מעלה. מיר האבן זייער הנאה פון דיין אנוועזנהייט דא.

א דאנק!
פופציגער האט געשריבן:גאר א גוטער געדאנק, יישר כח פאר דעם אוצר

יישר!
פויליש פארווע האט געשריבן:גוטע סחורה!
סיי וואס איר שרייבט נאר איז א פארגעניגן צו ליינען.

ש'כח פאר די קאמפלימענט!
ניין און יא האט געשריבן:wowowow
הלוואי יעדן טאג קומסטו אן צו 500

עס איז מיר א כבוד אז דו האסט הנאה פון מיינע שרייבערייען.
לכאורה האט געשריבן:מזל טוב דיי(ק)ן שליט"א - שר חמש מאות
און א דאנק פאר'ן ערווענען מיין ניק נאמען לשבח..

פון אזא מנהל ווי דיר איז א כבוד צו ווערען באדאנקט.

אוועטאר
לייטער
שר האלפיים
תגובות: 2418
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: כל כתבי דייקן

תגובהדורך לייטער » מאנטאג יולי 13, 2020 5:18 pm

מזל טוב הרה"ג דיין דקהלתינו שליט"א, די אייבערשטער זאל העלפן זאלסט קענען מרביץ זיין תורה ויראה און זאלסט קענען משפיע זיין שפע ברכה והצלחה רוחניות און גשמיות פאר די גאנצע קהילה
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3903
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: כל כתבי דייקן

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג יולי 13, 2020 5:19 pm

(*פארשטענדליכע)
לעצט פאראכטן דורך גרויסע עם הארץ אום מאנטאג יולי 13, 2020 5:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לייטער
שר האלפיים
תגובות: 2418
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: כל כתבי דייקן

תגובהדורך לייטער » מאנטאג יולי 13, 2020 5:22 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:(*פארלעסליכע)

מיינסט צו פרעגן צו ער איז א אויטערייזט דיין ?, ווילסט אז די דיין זאל ארויסלייגן די כתב הוראה? ער טיילט שוין הוראה פאר אנדערע
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3903
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: כל כתבי דייקן

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג יולי 13, 2020 5:25 pm

לייטער האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:(*פארשטענדליכע)

מיינסט צו פרעגן צו ער איז א אויטערייזט דיין ?, ווילסט אז די דיין זאל ארויסלייגן די כתב הוראה? ער טיילט שוין הוראה פאר אנדערע

viewtopic.php?p=2282377#p2282377

אוועטאר
סטיטשינער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג יולי 13, 2020 5:41 pm

מזל טוב דייקן און שכוח פארן אשכול (איך זעה אז בה דערווייל ביסטו נאך דא...)
נאר אנצומערקן, די לינק וועגן עברית און חשמל קלאפט נישט.
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re:

תגובהדורך דייקן » מאנטאג יולי 13, 2020 5:54 pm

א דאנק @לייטער פארן "אנווינטשען".
סטיטשינער האט געשריבן:מזל טוב דייקן און שכוח פארן אשכול (איך זעה אז בה דערווייל ביסטו נאך דא...)
נאר אנצומערקן, די לינק וועגן עברית און חשמל קלאפט נישט.

א דאנק פאר דיין חיזוק נעכטען, דאס וואס איך בין נאך דא איז א טייל יענץ צו פארדאנקען (עדיין לא החלטתי לגבי ההמשך, נחיה ונראה).
וואס מיינסטו אז די לינק קלאפט נישט?
די לינק ארבעט. אויב האסטו א הערה אויף יענער תגובה קענסטו עס ציטירן ווי ס'באלאנגט (אפשר עפענען אן אשכול), און איך וועל פראבירען צו ענטפערען, אדער צוריקציען...

אוועטאר
סטיטשינער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג יולי 13, 2020 5:58 pm

דייקן האט געשריבן:א דאנק @לייטער פארן "אנווינטשען".
סטיטשינער האט געשריבן:מזל טוב דייקן און שכוח פארן אשכול (איך זעה אז בה דערווייל ביסטו נאך דא...)
נאר אנצומערקן, די לינק וועגן עברית און חשמל קלאפט נישט.

א דאנק פאר דיין חיזוק נעכטען, דאס וואס איך בין נאך דא איז א טייל יענץ צו פארדאנקען (עדיין לא החלטתי לגבי ההמשך, נחיה ונראה).
וואס מיינסטו אז די לינק קלאפט נישט?
די לינק ארבעט. אויב האסטו א הערה אויף יענער תגובה קענסטו עס ציטירן ווי ס'באלאנגט (אפשר עפענען אן אשכול), און איך וועל פראבירען צו ענטפערען, אדער צוריקציען...

גערעכט. איך האב מיך טועה געווען.
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: Re:

תגובהדורך IMBZ » מאנטאג יולי 13, 2020 6:01 pm

דייקן האט געשריבן:א דאנק @לייטער פארן "אנווינטשען".
סטיטשינער האט געשריבן:מזל טוב דייקן און שכוח פארן אשכול (איך זעה אז בה דערווייל ביסטו נאך דא...)
נאר אנצומערקן, די לינק וועגן עברית און חשמל קלאפט נישט.

א דאנק פאר דיין חיזוק נעכטען, דאס וואס איך בין נאך דא איז א טייל יענץ צו פארדאנקען (עדיין לא החלטתי לגבי ההמשך, נחיה ונראה).
וואס מיינסטו אז די לינק קלאפט נישט?
די לינק ארבעט. אויב האסטו א הערה אויף יענער תגובה קענסטו עס ציטירן ווי ס'באלאנגט (אפשר עפענען אן אשכול), און איך וועל פראבירען צו ענטפערען, אדער צוריקציען...

דעי רויטע קלאר מיר אויס..

אוועטאר
סטיטשינער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג יולי 13, 2020 6:08 pm

IMBZ האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:א דאנק @לייטער פארן "אנווינטשען".
סטיטשינער האט געשריבן:מזל טוב דייקן און שכוח פארן אשכול (איך זעה אז בה דערווייל ביסטו נאך דא...)
נאר אנצומערקן, די לינק וועגן עברית און חשמל קלאפט נישט.

א דאנק פאר דיין חיזוק נעכטען, דאס וואס איך בין נאך דא איז א טייל יענץ צו פארדאנקען (עדיין לא החלטתי לגבי ההמשך, נחיה ונראה).
וואס מיינסטו אז די לינק קלאפט נישט?
די לינק ארבעט. אויב האסטו א הערה אויף יענער תגובה קענסטו עס ציטירן ווי ס'באלאנגט (אפשר עפענען אן אשכול), און איך וועל פראבירען צו ענטפערען, אדער צוריקציען...

דעי רויטע קלאר מיר אויס..

וואס IMBZ מיינט בין איך נישט קלאר, אבער איך קען MYOB...
נאר א ווערטל פארשטייט זיך. איך בין זיכער אז דייקן וואלט מסביר געווען אין אישי.
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

נתן בן ופסי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

Re: כל כתבי דייקן

תגובהדורך נתן בן ופסי » מאנטאג יולי 13, 2020 8:32 pm

לייטער האט געשריבן:מזל טוב הרה"ג דיין דקהלתינו שליט"א, די אייבערשטער זאל העלפן זאלסט קענען מרביץ זיין תורה ויראה און זאלסט קענען משפיע זיין שפע ברכה והצלחה רוחניות און גשמיות פאר די גאנצע קהילה


פותחין בכבוד אכסניא.... איך האב געוואלט אנווינשטען... ''אויב קומט דאס, נאכן ווערן א שר חמש מאות, קען איך מיך נישט פארשטעלען, וואס עס גייט קומען נאכן ווערן א שר האלף''!!
לעצט פאראכטן דורך נתן בן ופסי אום מאנטאג יולי 13, 2020 11:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2676
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: כל כתבי דייקן

תגובהדורך מחשב » מאנטאג יולי 13, 2020 10:06 pm

און אויב איך וועל טוען אלעס וואס שטייט דא, וועל איך שוין זוכה זיין צו זיין א גוטער איד?...

יישר כח, הרב דייקן. איר גיבט אונז אסאך צו מיט אייער אנוועזנהייט! און א באגריסונג צו אייער העכערונג אין ראנג.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1835
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: כל כתבי דייקן

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג יולי 13, 2020 10:33 pm

מיר האבן שטארק הנאה פון האבן דעם דיין דא מיט אונז אויפן וועלטל! מזל טוב צים ראנג העכערונג!

אשרינו שיש לנו דיי(ק)ן כזה!
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: כל כתבי דייקן

תגובהדורך דייקן » דינסטאג יולי 14, 2020 8:48 am

נתן בן ופסי האט געשריבן:פותחין בכבוד אכסניא.... איך האב געוואלט אנווינשטען... ''אויב קומט דאס, נאכן ווערן א שר חמש מאות, קען איך מיך נישט פארשטעלען, וואס עס גייט קומען נאכן ווערן א שר האלף''!!

א דאנק!
מחשב האט געשריבן:יישר כח, הרב דייקן. איר גיבט אונז אסאך צו מיט אייער אנוועזנהייט! און א באגריסונג צו אייער העכערונג אין ראנג.

ש'כח פאר די קאמפלימענט, דאס איז די איינציגע געז (ביז די לייק קנעפל וועט אנקומען...) צו שרייבען לאנגע תגובות וואס נעמט צייט און מח.
גאלדענע פעדער האט געשריבן:מיר האבן שטארק הנאה פון האבן דעם דיין דא מיט אונז אויפן וועלטל! מזל טוב צים ראנג העכערונג!

אשרינו שיש לנו דיי(ק)ן כזה!

יישר!
(איינע פון די לינקס איז צו דיינע מ"מ בנוגע דאווענען במנין במקום חשש סכנה).

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: כל כתבי דייקן

תגובהדורך בלעכענער פנים » דינסטאג יולי 14, 2020 12:03 pm

מזל טוב ר' דייקן!!

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1835
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: כל כתבי דייקן

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג יולי 14, 2020 3:32 pm

הרב @דייקן איך קוק דורך אייערע תגובות דא ממש א מחיה צו ליינען. הערליכע זאכן!

האב איך געטראפן די פאלגענדיגע תגובה זעה דא אינטען. האב איך מיך דערמאנט אז די ווארט פונעם בריסקע רב האב איך שוין געהערט פון א מגיד שיעור אלטס בחור אין די ישיבה. און עס שוין דעמאלטס נישט פארשטאנען. איז אפשר קענט איר ביטע דעם ווארט מסבר זיין.

ואסביר. פשוט פארשטיי מיר אונז פשוטע מענשטן אז די וועלט קען נישט עקזיסטירען מיט רציחה עד כדי כך אז אפי׳ די גוי - וואס אנדערע זאכען וואס די תורה אסר׳ט זענען זיי מתיר - פארשטייען זיי אויך אז רציחה איז אנטי מאראל ווייל אויב מעט וועט מעגן הארגענען וועט ווערן אויס וועלט דערפאר מאכן זיי שטרענגע געזעצן קעגן הארגענען. יעצט אז די תורה האט אויכעט גע׳אסור׳ט רציחה וואלט איך לענ״ד פארשטאנען אז דאס איז א איסור מיט א טעם - אנדערש ווי אנדערע מצות אין די צורה וואס זענען א חוק - און דער טעם התורה וואלט איך געזאגט לענ״ד אז ס׳איז איז פונקט ווי דער גוי להבדיל פארשטייט עס אז א וועלט מיט הריגה איז אויס וועלט. זאגט דער בריסקע רב אז ניין ווען ס׳וואלט נישט געווען קיין איסור פון רציחה וואלט יא געקענט זיין די וועלט א וועלט אפי׳ מיט הריגה, ווי אזוי פארשטייט מען דאס?

די עצם יסוד וואס איר זאגט - אז די תורה איז קובע די מציאות - איז באקאנט פון נאך פוהלע ספרים למשל ס׳איז באקאנט די מעשה אז די גאון/גר״א האט גע׳עצה׳ט א יוד ווס האט געהאט צי טוהן מיט א געוויסע חלק פון זיין גוף וואס די דוקטורים האבן נישט געגעבן קיין האפענונג ליידער, אז ער זאל גיין וואוינען אין די שטאט ווי די שאגת אריה איז געווען רב. ווייל די שאגת אריה האט גע׳פסק׳נט אין הלכות טריפות אז די זאך - וואס יענער האט האט געהאט צו טוהן מיט - איז נישט קיין טריפה. ממילא וועט דער יוד בלייבען לעבן ווייל אין די שטאט ווי די שאגת אריה איז געווען רב איז אתרא דמר וואס דארט נעמט מען אן אים הימעל די הלכה ווי איהם! און דערפאר וועט די מציאות אזוי זיין אז דער יוד וועט בלייבען לעבן! וכך הווה. זכיתם יגן עלינו.

דייקן האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:אינטערעסאנטע זאך איבער די סיבה פון ברית מילה אין די אכטע טאג.
https://www.dropbox.com/s/to9txf97jzxin ... t.mp4?dl=0

דאס איז א באוואוסטע זאך שוין פאר א שיינע פאר יאר, נאר אין דער ווידיאו ווייזט אויס בתוה"ד ווי יענער זאגט אז די סיבה פארוואס די ברית איז די אכטע טאג איז וועגען די טאג איז די לעוועל פון די קרישת הדם די העכסטע, אבער די אמת איז פארשטייט זיך פונקט פארקערט, אז וועגען די ברית דארף זיין די אכטע טאג, פאר העכערע סיבות וואס מיר קענען נישט משיג זיין, דערפאר האט די אייבערשטער געמאכט אז די אכטע טאג זאל די לעוועל זיין אויף 110, וכמו דאי' שהקב"ה הסתכל באורייתא וברא עלמא, וביאר הגרי"ז מבריסק זצ"ל שכיון שכתוב בתורה לא תרצח להכי נעשה המציאות שא"א לעולם להתקיים עם רציחות, ולא כמו שחושבים העולם שכיון שא"א לעולם להתקיים כדבעי אם יהיה מותר לרצוח להכי אסרתו התורה, ודו"ק.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: כל כתבי דייקן

תגובהדורך דייקן » דינסטאג יולי 14, 2020 3:55 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:הרב @דייקן איך קוק דורך אייערע תגובות דא ממש א מחיה צו ליינען. הערליכע זאכן!
-----

א גרויסע דאנק פארן מודיע זיין אז מיין מפתח ערפילט איר ציל
.
יעצט צו דיין שאלה, די ביאור איז לכאו' אז אזויווי ביי די חיות גייט עס דאך אז זיי הארגענען זיך איינער די אנדערע, און אזוי עקזיסטירן זיי, און ביי זיי איז דאס די נארמאלע סדר החיים, און בדר"כ געווינען די שטערקערע און נאר זיי בלייבען לעבען, און ווי אויך האט די אייבערשטער אויסגעשטעלט אז די חיות וואוינען אין אנדערע געגענטער לויטן צורך אא"וו, איז די זעלבע זאך וואלט געקענט זיין ביי מענטשען, אז די נארמאלע סדר החיים זאל זיין אז די שטערקערע הארגענען די שוואכערע אא"וו (און דאס איז געווען איינע פון די שטארקע שיטות פון היטלער ימש"ו), אבער וויבאלד די תורה הק' אסר'ט רציחה (פאר העכערע סיבות וואס מיר קענען נישט משיג זיין) ממילא איז געווארען אויסגעשטעלט די סדר העולם אז ביי מענטשען קען עס נישט ארבעטען אויב מען וועט זיך מעגען הארגענען, און פשוט פשט אין די תורה איז אז עס איז אסור פאר דער סיבה (ד. ה. אז די פשוטע פשט איז אז עס איז אסור וועגען די סברא הפשוטה, און דערפאר איז עס נישט א חוק, ווייל למעשה קען יעדער איינער פארשטיין אז לויט ווי די וועלט איז אויסגעשטעלט דארף רציחה זיין אסור, אבער די אמת'ע פשט ע"פ דרך האמת איז כפי שנתבאר).

וואס דו שטעלסט צו א מעשה מיט די גר"א, מישסטו לכאו' אויס צוויי זאכען, איך רעד פון די געווענטליכע טבע העולם און די הלכות וואס שטימען מיט דעם, און דו רעדסט פון דעם אז די טבע וועט זיך טוישען אין געוויסע ציורים לויט הלכות (וואס זענען נישט געווארען אויסגעשטעלט לויט די טבע, נאר אזוי האט די שאג"א וכו' געלערענט פשט אין גמרא), והבן.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1835
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: כל כתבי דייקן

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך יולי 15, 2020 10:28 pm

הרב דייקן זייער שיין מסביר געווען יש״כ נהנתי
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

נתן בן ופסי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

Re: כל כתבי דייקן

תגובהדורך נתן בן ופסי » דאנארשטאג יולי 16, 2020 12:24 am

דייקן האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:הרב @דייקן איך קוק דורך אייערע תגובות דא ממש א מחיה צו ליינען. הערליכע זאכן!
-----

א גרויסע דאנק פארן מודיע זיין אז מיין מפתח ערפילט איר ציל
.
יעצט צו דיין שאלה, די ביאור איז לכאו' אז אזויווי ביי די חיות גייט עס דאך אז זיי הארגענען זיך איינער די אנדערע, און אזוי עקזיסטירן זיי, און ביי זיי איז דאס די נארמאלע סדר החיים, און בדר"כ געווינען די שטערקערע און נאר זיי בלייבען לעבען, און ווי אויך האט די אייבערשטער אויסגעשטעלט אז די חיות וואוינען אין אנדערע געגענטער לויטן צורך אא"וו, איז די זעלבע זאך וואלט געקענט זיין ביי מענטשען, אז די נארמאלע סדר החיים זאל זיין אז די שטערקערע הארגענען די שוואכערע אא"וו (און דאס איז געווען איינע פון די שטארקע שיטות פון היטלער ימש"ו), אבער וויבאלד די תורה הק' אסר'ט רציחה (פאר העכערע סיבות וואס מיר קענען נישט משיג זיין) ממילא איז געווארען אויסגעשטעלט די סדר העולם אז ביי מענטשען קען עס נישט ארבעטען אויב מען וועט זיך מעגען הארגענען, און פשוט פשט אין די תורה איז אז עס איז אסור פאר דער סיבה (ד. ה. אז די פשוטע פשט איז אז עס איז אסור וועגען די סברא הפשוטה, און דערפאר איז עס נישט א חוק, ווייל למעשה קען יעדער איינער פארשטיין אז לויט ווי די וועלט איז אויסגעשטעלט דארף רציחה זיין אסור, אבער די אמת'ע פשט ע"פ דרך האמת איז כפי שנתבאר).

וואס דו שטעלסט צו א מעשה מיט די גר"א, מישסטו לכאו' אויס צוויי זאכען, איך רעד פון די געווענטליכע טבע העולם און די הלכות וואס שטימען מיט דעם, און דו רעדסט פון דעם אז די טבע וועט זיך טוישען אין געוויסע ציורים לויט הלכות (וואס זענען נישט געווארען אויסגעשטעלט לויט די טבע, נאר אזוי האט די שאג"א וכו' געלערענט פשט אין גמרא), והבן.


זייער א שיינע הסבר,אבער עס קוועשט נאך פעדער'ס קישא, איך בין דא עכט צי פארשטיין נישט מחולק זיין!
דהיינו, עס איז דא ''חוקים ומשפטים'' פונקט ווי די פארשטייסט די דין פון דינא מלכיתא דינא וואס איז א דין כדי עס זאל זיין א נארמאלער וועלט און מסברה וואלט איך עס פארשטאנען, וואלט איך אויך געזאגט אז לא תרצח גייט אריין און קאטעגאריא אזוי ווי דינא מלכיתא און דאס איז א חלק פון משפטים כדי די וועלט זאל געהעריג קענען אנגיין, און איך וואלט עס פארשטאנען מסברה
און יעצט צי דיין משל פון בעלי חיים, ווי אזוי קען מען מדמה זיין א וועלט פון מדברים צי א וועלט פון בעלי חיים, די מעלה וואס א מדבר איז מער פון א בעל חי (חוץ פון רעדן) איז ''שכל אנישי'' יעדע בעל חי האט שכל אבער עס איז באגרעניצט נאר צי קענען ברענגען זיין שפייז וכדו', אבער א מדבר קען שטייגען מיטען שכל גאר גרויס, און יעצט און די וועלט פון בעלי חיים, קען אנגיין אפי' די שטערקערע נעמט איין די שוואכערע אין עס ווערט נישט אויס וועלט ווייל קיינער האט נישט קיין שכל
אבער מדברים איז אויס וועלט אויב וועט נישט זיין משפטים און מהלך החיים, וויבאלד יעדער האט שכל, איז יעדער א מענטש צום טיש, פארוואס ביסטו מער, מסברה וואלט איך ''נישט'' פארשטאנען אז די שטערקערע נעמט איין די שוואכערע אזוי ווי בעלי חיים
מיין משל: אזוי ווי די פארשטייסט אז א קינדערגאטען חדר, אפי' די מלמד שפילט אויס די קליינע קינדער, קען עס ווייטער אנגיין ווייל די קינדער כאפן נישט, אבער און ישיבה טאמער כאפן די בחורים, די מגי''ש ביי עפעס א עוולה וועט ער נישט ארויסגיין קיין שריד ופליט...

ממילא יעצט צוריק צום בריסקער רב'ס א ווארט, אז ווען נישט די תורה וואלט געזאגט אזא דין ווי לא תרצח וואלט די וועלט געקענט אנגיין אנדעם, ותמיה לי בקוצר דעתי יעדער נארמאלער מענשט וואלט עס פארשטאנען, ווען עס איז דא געפילען און איך בין נישט קיין חי' אן שכל, שכל מיט שכל לאזען נישט טוהן וואס מען וויל, והא ריאה די חכמים האבן ציגעלייגט די דין פון דינא דמלכיתא (לויט רוב אחרונים איז דאס נישט מה''ת אבער לויטען חת''ס יא)
אחוץ אויב די זאגסט אז א מענשט וואלט דעמאלסט נישט געהאט געפילען און שכל און וואלט געטראכט ווי א בעל חי אבער עס איז נישט מסתבר לומר כן

און אגב איך געדענקט נישט יעצט די מקור אז עס שטייט פון די ראשונים אז אפי' מען וואלט פארשטאנען מצות כיבוד אב ואם מסברה משום הכרת הטוב, האט עס די תורה נישט געגעבן אלץ מצוה נאר כדי צי געבן שכר, וואס דאס איז לכאורה פארקערט ווי בריסקער רב וצ''ע
לעצט פאראכטן דורך נתן בן ופסי אום דאנארשטאג יולי 16, 2020 10:28 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: mosheyahoo, התגלות, חלה לכבוד שבת, חסידא ופרישא, קאסאניער און 15 געסט