לכאורה האט געשריבן:ס'מיר אזוי אינטערעסאנט דער פאקט אז מענטשן האבן הנאה פון דעם אינטערוויו (איינער איז מיר צוגעקומען אין ביהמ"ד מיט א טאמבס-אפ, אנדערע אין אישי, און רוב טאקע דא ברבים), דען איך האב מיך איינגערעדט אז די אלע זאכן זענען דברים פשוטים וואס מען האט שוין אויסגעדראשן מערערע מאל אויף די שפאלטענעס פון אייוועלט.
ס'איז נישט נאר דאס געזאגטע, ס'איז איבער דעם זאגער און די וועג וויאזוי ער זאגט עס...
קומסט אריין זייער צוגעלאזן און דאון טו אירטה, אז דער עולם שפירט זיך זייער באקוועם דערמיט, כאילו מ'האמיר דא איינעם מיינס גלייכן על אף וואס ער איז פון די (סאו קאלד) הויכגעשפריצטע הנהלה, ס'איז עפעס אזא בחינה פון "הלא אח לנו בבית המלך"....
עפעס אזא הרגשה האב איך ווען איך זעה דעם ציבור'ס ריספאנס צו דיין אינטערוויו מיט דיינע געדולדיגע ענטפערס פאר יעדן, דבר דיבור על אופניו.