ווי אזוי זאל אייוועלט באהאנדלען דעבאטעס איבער האקעלע נושאים?

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

ווי אזוי זאל אייוועלט באהאנדלען דעבאטעס איבער האקעלע נושאים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

סטיטשינער האט געשריבן:אפשר קען איך פארלייגן א געדאנק.
עס איז דא א מושג פון זיין איינגעשריבן אין באזונדער גרופע'ס.
פראוואס קען מען עס נישט צוריק מחדש זיין, און אין די האקעלע נושאים נאר אריין לאזן ניקס וואס האבען געוויזען אז זיי זענען ערוואקסען, אזוי דארף מען נישט אזוי מורא האבען פון סענסיטיווע נושאים.
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: ווי אזוי זאל אייוועלט באהאנדלען דעבאטעס איבער האקעלע נושאים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

לאמיר עס אביסל אויסשמועסן ווי אזוי איך קוק אויף די נושא,
ווען מען זיכט אפיר אלטע אשכולות בפרט אין ביהמ"ד דקהילתינו איז דא דארט א געוואלד מיט אינפארמאציע און גאר אסאך אינטרעסאנטע נושאים און פולמוס'ן און בדרך כלל איז אויף יעדע אזא נושא דא כמה מהלכים ווי אזוי צו קוקן אויף יעדע נושא און אין יעדע חדר און חסידות האט א אנדערע מהלך ווי מען קוקט עס אן,
ווי איך קוק עס אן וואלט עס געדארפט זיין ווי א וויקי סאורס,
(וואס לויט וואס איך זעה און אלטע אשכולות איז דאס געווען די צוגאנג, אבער קען זיין איך בין נישט גערעכט)
לדוגמה ווען מען רעדט פון ברסלב וועט נישט א אנהענגער פון טשערנאביל גזע זיך נעמען מוחה זיין און רעדן דברי בזיון אדער ווען מען רעדט פון בעלזא וועט א סאטמארער זיך צופירן די הערט מיט מחאות וכדו' ווייל דא איז נישט קיין פלאץ פאר אזעלכע דעבאטעס און שמועסן בלויז אינפארמאציע, פארשטייט זיך אחוץ לשון הרע הלבנת פנים וכדו',
און אויב ווערט יעדע אזא אשכול פארפארן ווייל ס'דא ליינערס וואס זייער מוח האט נישט קיין פילטער צו אפטיילן צווישן מיין שיטה און מסורה ביז אינפארמאציע וואס אויב שטימט עס נישט מיט מיר אדער פארמאך איך דעם ספר אדער אפילו נישט מוז איך עס נישט אנעמען אדער אפפרעגן, מיין איך אז עס וואלט געדארפט ווערן צוטיילט און גרופעס פאר סענסיטיווע נושאים וואס נאר די וואס זענען אינטרעסירט צו ליינען אדער שרייבן אינפאמאציע זענען געלאדנט אריין צו קומען, אדער פשוט מאכן קלארע תקנות פאר מען שרייבט און ביהמ"ד דארף מען וויסן פאר וועם עס איז געמאכט און ווי אזוי מען דארף שרייבן דארט.
איי וועלן געוויסע טענ'ען וואס וועט זיין מיט פרידאם אפף ספיעטש און מען זאל נישט מאכן ראסיסטישע געזעצן צו איינצוימען די שרייבערס, אבער כ'מיין אז און די יעצטיגע עפאכע איז דא אסאך ווייניגער פרייהייט צו שרייבן ווייל ווי אזוי עס לויפט יעצט ווערן אזוי פיל גוטע אינטרעסאנטע אשכולות פארפארן אדער אינגאצען אויסגעמעקט ציליב שרייבערס וואס קענען זיך נישט איינהאלטן אדער וואס דווחן עפעס וואס שמעקט זיי נישט און איך האב בכלל נישט קיין טענות צום אחראי וואס מעקט א זאך וואס באדערט פאר געוויסע די פראבלעם איז פארוואס עס באדערט,
אפאר לעצטיגע דוגמאות, קודם די אשכול פון לעצטע ליבאוויטשע רבי אדער ווי איינער פארציילט זיין סיפור התקרבות צו ברסלב און אזוי איז מיט אסאך אשכולות,
די האלטס נישט פון ברסלב/ליבאוויטש ליין עס נישט.

בקיצור ממש א שאד אז מען זאל נישט ווייטער קענען קומען אויף אייוועלט פאר אינפארמאציע.

מען בעהט דער עולם זאל זיך אנרופן מיט זייער מיינונג און דעם ענין און וואס קען זיין די לעזונג אויף דעם.
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: ווי אזוי זאל אייוועלט באהאנדלען דעבאטעס איבער האקעלע נושאים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף

איך פארשטיי נישט פונקטליך די פראבלעם דא; פונקט ווי מען קען אין אלע אשכולות מעקן תגובות/ ווארענען מגיבים / חוסם זיין ניקים אא"וו, קען מען ביי אזעלעכע סארט נושאים אויכעט טאן אזוי.
קען מיר איינער מסביר'ן מאי שנא??
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: ווי אזוי זאל אייוועלט באהאנדלען דעבאטעס איבער האקעלע נושאים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

שיינע אימפארמאטיווע אשכול דאס,
קיפ אן
The Divided States Of America
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: ווי אזוי זאל אייוועלט באהאנדלען דעבאטעס איבער האקעלע נושאים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

נשמת השכל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פונקטליך די פראבלעם דא; פונקט ווי מען קען אין אלע אשכולות מעקן תגובות/ ווארענען מגיבים / חוסם זיין ניקים אא"וו, קען מען ביי אזעלעכע סארט נושאים אויכעט טאן אזוי.
קען מיר איינער מסביר'ן מאי שנא??

ווייל די עבר ווייזט אז ווען עס קומט צו סיי וואסערע קאנטריווערשעל נושא וואס אויב ווערט עס א קינדערגארטן ווי אנשטאט מען זאל רעדן אויף א אופן בדרך כבוד איינער צום אנדערן שפארט מען אפ גאנצעטע אשכולות,
והשנית אז געוויסע באדערט ווען זיי הערן זאכן וואס זענען אנדערש ווי ס'אנגענומען ביי זיי און אנשטאט זיך אויס דרייען און ארויס גיין דווח'ן זיי עס, און ווי שוין אויבן דערמאנט איך האב בכלל נישט קיין טענות צום אחראי וואס מעקט א זאך וואס באדערט פאר געוויסע די פראבלעם איז פארוואס עס באדערט.
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: ווי אזוי זאל אייוועלט באהאנדלען דעבאטעס איבער האקעלע נושאים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

יש בו האט געשריבן:שיינע אימפארמאטיווע אשכול דאס,
קיפ אן

ייש"כ
ביטע שמועס אויס וואס וואלט לשיטתך געדארפט זיין א לעזונג פאר דעם.
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: ווי אזוי זאל אייוועלט באהאנדלען דעבאטעס איבער האקעלע נושאים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

בעל מנוחה האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פונקטליך די פראבלעם דא; פונקט ווי מען קען אין אלע אשכולות מעקן תגובות/ ווארענען מגיבים / חוסם זיין ניקים אא"וו, קען מען ביי אזעלעכע סארט נושאים אויכעט טאן אזוי.
קען מיר איינער מסביר'ן מאי שנא??

ווייל די עבר ווייזט אז ווען עס קומט צו סיי וואסערע קאנטריווערשעל נושא וואס אויב ווערט עס א קינדערגארטן ווי אנשטאט מען זאל רעדן אויף א אופן בדרך כבוד איינער צום אנדערן שפארט מען אפ גאנצעטע אשכולות,
והשנית אז געוויסע באדערט ווען זיי הערן זאכן וואס זענען אנדערש ווי ס'אנגענומען ביי זיי און אנשטאט זיך אויס דרייען און ארויס גיין דווח'ן זיי עס, און ווי שוין אויבן דערמאנט איך האב בכלל נישט קיין טענות צום אחראי וואס מעקט א זאך וואס באדערט פאר געוויסע די פראבלעם איז פארוואס עס באדערט.

דארף מען טאקע פארמעקן יעדע געדווח'טע תגובה?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: ווי אזוי זאל אייוועלט באהאנדלען דעבאטעס איבער האקעלע נושאים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

זאג דו,
ווי אזוי איך פארשטיי כעת מעקט מען כמעט יעדע ווייל אז איינער איז געווארן געשטאכן דערפון דארף מען עס פארמעקן.
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: ווי אזוי זאל אייוועלט באהאנדלען דעבאטעס איבער האקעלע נושאים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

בעל מנוחה האט געשריבן:זאג דו,
ווי אזוי איך פארשטיי כעת מעקט מען כמעט יעדע ווייל אז איינער איז געווארן געשטאכן דערפון דארף מען עס פארמעקן.

איך ביניש דער בעל הבית דא, יבואו הם ויגידו את אשר בלבבם.
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום דינסטאג יוני 30, 2020 11:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ווי אזוי זאל אייוועלט באהאנדלען דעבאטעס איבער האקעלע נושאים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איך בין מסכים 100 פראצענט מיט אלס וואס די שרייבסט,
דאס פארשפארונג פון ליובאוויטשער אשכול האט מיר באמת אויפגעברויזט און כ'גיי נישט זיין ציפרידן ווילאנג ס'איז נישט צוריק אפן. כ'בין נישט קיין ליובאוויטשער און כלל נישט קיין אוהד פון לעצטן רבין נ"ע.. אבער דאס האט ארויסגעברענגט ווי קינדעריש די מצב איז דא... ס'הייסט אז געוויסע ניקס זוכן ווי זיי קענען נאר אויסצישרייען קנאה ושנאה, ער האט נישט קיין פראבלעם צי באזוכן חבדסקער וועבזייטלעך אדער נהנה זיין פון חבד הייזער, אבער ווי ער קען שרייען הויעך מיז ער זיכער מאכן אז יעדער ווייסט אז חוץ זיין וועג עקזעסטירט נישט גארנישט...

איך האלט אויך אז מען דארף נישט זיין אזוי סענסעטיוו ווען מען ווערטלט זיך איבער געוויסע חסידישע איינגעלעגנהייטן, פארשטייצעך מיט א מאס. ווי למשל צאנזע רב שליט"א, ס'איז ברייט באקאנט און ס'איז נישט מער ווי נורמאל צי רעדן דערפון בדרך בדיחותא ...

די חלק דא דינג איך מיר יא
בעל מנוחה האט געשריבן:אפאר לעצטיגע דוגמאות ... אדער ווי איינער פארציילט זיין סיפור התקרבות צו ברסלב

יענץ איז געמעקט געווארן נאך איידער ס'איז געווען סיי וואספארא תגובה. ס'האט שלעכט אויסגענומען. אפיציעל מיסיאנעריש איז נישט געזינט. און כ'קען דאס פולקאם באשטעטיגן זייענדיג א שטיקל מקורב אל הנחל נובע....
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: ווי אזוי זאל אייוועלט באהאנדלען דעבאטעס איבער האקעלע נושאים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

ביי דעם ספציפישן פאל אויב איז געווען אזוי ווי דו זאגסט ביזטו 100% גערעכט, (איך בין נאר אנגעקומען צו ליינען א קליינע חלק איידערן פארשפארן)
אבער דראפ די משל און נעם דעם נמשל.
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: ווי אזוי זאל אייוועלט באהאנדלען דעבאטעס איבער האקעלע נושאים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

בעל מנוחה, יישר כח פארן שרייבן, איך אגרי הונדערט פראצענט.

די עולם כאפט זיך פשוט נישט און מען גייט צו שנעל ארויס פון די כלים פאר יעדע קלייניקייט, און מען דריקט דעם שלח קנעפל אן טראכטן צוויי.

איך מיין מען דארף פשוט קאמפיינען און אויפקלערן די עולם, אז אנדערע וואקסן אויף אנדערש ווי דו (אלע זייטן פון די מטבע), און ברויכסט נישט ווייזן און יעדע אשכול ווי פרום/נישט פרום דו ביסט. לאז די אשכולות אויף די רעלסן.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: ווי אזוי זאל אייוועלט באהאנדלען דעבאטעס איבער האקעלע נושאים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

בעל מנוחה האט געשריבן:
מיין איך אז עס וואלט געדארפט ווערן צוטיילט און גרופעס פאר סענסיטיווע נושאים וואס נאר די וואס זענען אינטרעסירט צו ליינען אדער שרייבן אינפאמאציע זענען געלאדנט אריין צו קומען,

מען בעהט דער עולם זאל זיך אנרופן מיט זייער מיינונג און דעם ענין און וואס קען זיין די לעזונג אויף דעם.

מאן יימר עס זענען נישט דא אזעלכע אשכולות בנמצא?
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22694
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

דאן וואלט דייקן שוין לאנג דארט געווען און נישט געמאכט אזא וויי געשריי דא...
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”