צום אלעם ערשט וועל מיר אהערברענגן די מעשיות וואס זענען געברענגט געווארן אינעם אשכול פון מילתא דבדיחותא:
סיפורי צדיקים האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:מענין לענין, א טאטע האט געשריבן א בריוו צום ייטב לב זיך נאכפרעגן אויף זיין זין אין ישיבה זיין זין איז געווען יענס פויגל. די ייטב לב האט אים געטראפן קריכן אויפן בוים. איז וואס ענטפערט מען פארן טאטן..... האט ער אים צורוקגעשריבן "בנך עולה מעלה מעלה"
געהערט פון ב"מ זצ"ל אויפן וועג אהיים פון א יארצייט סעודה פון ייט"ל זצ"ל
האב איך געהערט פון אדמו"ר שליט"א (מהר"א) אז די מעשה גייט אז דער בחור האט געהאט אן עלטערע ברודער דארט אין ישיבה און דער ברודער האט געזאגט פארן טאטן אז דער בחור פאנפעט ארום, האט דער טאטע געשיקט א בריוו פאר זיין אינגערן זוהן אז ער קען נישט אהיימקומען סוף זמן נאר אויב ער ברענגט א בריוו פון ייטב לב אז ער האט זיך אויסגעצייכנט, סוף זמן איז דער בחור געקראכן אויף א בוים און פונקט איז די ייטב לב אדורך און ער האט אים באמערקט, די קומענדיגע טאג איז דער בחור אריין צום ייטב לב און ער האט אים געזאגט אז ער דארף האבן א צעטיל פאר זיין טאטע אז ער האט זיך אויסגעצייכנט, האט דער ייטב לב געשריבן הנני להודיע שבנך עלה מעלה מעלה, און ער זאגט פאר דעם בחור קומענדיגע מאל וועל איך זאגן פאר דיין טאטע ווי די ביזט ארויף.
סיפורי צדיקים האט געשריבן:איך זעה אז מ'האט דא געברענגט עטליכע מימרות פון הייליגן ייטב לב וועל איך אויך צולייגן וואס איך האב געהערט פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א):
די הייליגע ייטב לב איז אמאל געווען ביים פענסטער זעהט ער א בחור קומט צוריק פון מארק, רופט ער אריין דעם בחור און ער פרעגט אים ווי ביזטו געווען? זאגט דער בחור אין מארק, און וואס האסטו געטוהן דארט? איך האב געקויפט פלוימען, און ווי זענען זיי? איך האב זיי שוין אויפגעגעסן, פרעגט אים דער ייטב לב האסטו געמאכט א ברכה? זאגט ער יא, האט אים די ייטב לב געגעבן א פראסק, און אים געפרעגט צווישן די גויטע'ס האסטו געמאכט א ברכה???
די רבי פארציילט וויזוי זיי זענען אנגעקומען קיין רומעניע ווען ס'איז נאך געווען קאמוניזם בתוקפה, וויזוי מ'האט ארויפגעקראכן אויפן דאך פון די באס צו זעהן אויב קיינער כאפט זיך נישט מיט און אזוי אויך האט מען ארויפגעשטעלט די באס אויף א עפעס וואס זאל עס מאכן העכער כדי מ'זאל קענען בודק זיין צו קיינער האט זיך נישט צוגעקלעפט אונטן פון דעם באס, ס'איז געווען יענס געלעכטער אבער די חברה זענען געווען זייער ערנסט דערמיט.
פארציילט די רבי אז ביי איינע פון די נסיעות זענען זיי געפארן אין 3 קארס, ווען זיי זענען אנגעקומען צום גרעניץ פון רומעניע האבן זיי געזעהן אז די 3 קארס זענען איין גרופע האבן זיי אלעס צוזאמען בודק געווען (ער פארציילט אז די בדיקות זענען געווען ממש אזוי ווי ביי בדיקת חמץ בחורין ובסדקין), און זיי האבן געטראפן און אלע רענצלעך און פעקלעך 21 ספרים אלעס צוזאמען, האבן זיי אריינגעשריבן אין איינע פון די פאספארטן אז די גרופע האט מיט זיך 21 ספרים, אויפן וועג ארויס האבן זיי די ערשטע זאך אפגעציילט די ספרים, און זיי האבן נאר געטראפן 20 ספרים, און זיי האבן אנגעהויבן פארפירן אז מ'האט אריינגעשמוגלט איין ספר, און ר' סנדר דייטש איז אויך געווען דארט פארציילט די רבי אז ר' סנדר איז געווען א קלוגע איד, ער האט ארויסגענומען זין טאשן לוח און זיך געגעבן א רוף אהן אה איך האב געטראפן די 21'סטע ספר, פיין האבן זיי זיך בארואיגט, און יעצט זענען זיי צוגעגאנגען צו בודק זיין די רענצלעך און אינמיטן האבן זיי געטראפן דעם 21'סטן ספר האבן זיי געמאכט א בהלה אז מ'וויל עפעס ארויסשמוגלען פון לאנד, ר' סנדר האט זיך געבעטן ביי זיי זיי זאלן אוועקנעמען זיין לוח אבער ס'האט גארנישט געהאלפן מ'האט זיי געשטעלט אין א זייט פאר אנדערהאלבן שעה די רבי זאגט אז ביזן פרעמיער מיניסטער איז אנגעקומען די מעשה ביז צום סוף האט מען זיי געזאגט אז דאס מאל וועט מען זיי דורך לאזן, אבער נאך איינמאל דאס וועט געשעהן איז מען זיי נישט מקנא...
למעשה האט דער הייליגער ייטב לב געהאט א קפידא וואס האט ליידער געהאט א השפעה אויף דעם בחור.
Don't worry האט געשריבן:ער פארציילט יעדע וואך מעשיות ביים טיש. איך האב עס אמאל שוין אמאל געזען אראפגעשריבן איך געדענק נישט וועלעכע גליון.
איז געווען א חשובע בחור אין ישיבה וואס פלעגט אפשרייבן די סיפורי צדיקים וואס דער רבי זז״ג דער ראש הישיבה דערציילט ביים טיש ליל שב״ק. איז איינמאל אויסגעקומען ער האט נאך שבת געגאנגען איבערפרעגן א געוויסע פרט. פרעגט אים דער רבי, ״דו שרייבסט עס אפ?״ זאגט ער ״יא״. האט אים דער רבי געזאגט ער זאל עס נישט ארויסגעבן (כ׳מיין ער האט אים געזאגט דאס, אדער אז ער זאל גאר אויפהערן אפשרייבן. די נקודה איז עכ״פ דאס זעלבע). דער רבי האט אים ערקלערט אז חידושים און תורות ברויך מען אפשרייבן, מעשות קען מען אבער נישט מאכן קיין נייע. מען האלט אינאיין איבער דערציילן די זעלבע סיפורי צדיקים.
ס׳איז ידוע (אדער נישט) אז דער רבי דערציילט נאר מעשות פון חסידישע רבי׳ס זי״ע וואס ער האט מקבל געווען פון זיין טאטן דער ב״מ זי״ע, אדער פון פעטער רביה״ק זי״ע. און זיי האבן אויך נאר דערציילט דאס וואס זיי האבן מקבל געווען מאבותיהם הק׳ העצי התמרים, אדער אנדערע הייליגע מקורות וואס גייט צוריק צו די ערשטע מקורות. סיפורים וועלעכע קומען פון אנדערע הייליג און אנגענומען מקורות איז טייטש ״די וועלט דערציילט״.
דאס איז שוין געווען.. מסתמא 15 20 יאר צוריק, קען זיין היינט איז דער דין אנדערש, איך דערצייל עס אבער.
די פאלגענדע איז ווארט ביי ווארט פון א שמועס א' בהעלותך תשע"ה איבערן טיילונג אין סיגוט (כ'האב ארויסגענומען ממש געציילטע ווערטער, און אויך צום סוף פון די שמועס). --
והמשיך רבינו לתאר בקוצר אמרים השתלשלות הטיילונג באונגארן ואחריו בסיגוט: די מעשה איז געווען, ס'איז געווען אזא עמטליכע זאך די טיילונג, דאס טייטש אזוי, די רעגירונג האט געמאכט אן אסיפה - א קאנגרע"ס האט עס געהייסן - און אלע אידישע קהילות האבן געשיקט דעפוטאטן, דאס איז געווען אן עמטליכע זאך, פון אלע שטעט האבן אידישע קהלות געשיקט, כ'ווייס וויפיל, וויאזוי ס'געגאנגען, ווי גרויס ס'געווען אזויפיל האט מען געשיקט, ווען ס'געווען די אסיפה פון דעם קאנגרע"ס האט עס די מיניסטער געעפענט, און דארט איז געווען ביי די אסיפה האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'געווען רוב פון די נעאלאגן און א מיעוט פון די ארטהאדאקסן, און דאס איז געווען ווי מ'זאגט אן עמטליכע זאך, די רעגירונג האט דאס באשטעטיגט דער קאנגרע"ס, דער קאנגרע"ס איז געווען געמאכט געווארן וויאזוי דאס אידישע פאלק זאל זיך פירן אין אונגארן די אלע קהילות, און ס'געווען א רוב ווי מ'רופט עס א מידזשארעט"י מיט א מינארעט"י, די מידזשארעט"י איז געווען די נעאלאגן די מינארעט"י איז געווען די ארטהאדאקסן, מ'האט געדארפט אויסוועלן א יושב ראש האבן זיי געהאט דעם יושב ראש, זיי האבן געהאט דעם טשערמא"ן ווי מ'רופט עס, די נעאלאגן, האט מען געבעטן מ'זאל מאכן אז אלע קהילות דארפן זיך פירן לויטן שלחן ערוך, דאס זאל זיין אין די שטאטוטען - ווי מ'זאגט, אזוי האבן די ארטהאדאקסן געבעטן, יענע האבן זיך אויסגעלאכט, זיי האבן געזאגט ניין, זיי האבן נישט געוואלט אריינשטעלן אזא סעיף, דאס איז געווארן די ערשטע מחלוקה.
בקיצור, איז געווען דארט האבן זיי געהאט באראטונגען אזאלכע מיטינגען, דער צד מיט יענע צד, וואס מ'האט אלס אריינגעטראכט וואס מ'זאל טוהן, און מ'האט געזען אז אלעס וואס מ'שמועסט אפ ווערט די אנדערע צד געוואהר, אלעס וואס מ'שמועסט אפ ביי די ארטהאדאקסן, וואס מ'זאגט צווישן זיך ווערט די צד שכנגד אלעס געוואהר און מ'שטערט נאכדעם, האט מען געזען אז ס'איז דא א פאררעטער, איינער וואס זאגט פאר יענעם וואס מ'שמועסט אפ, דער פאררעטער איז געווען פון סיגוט, דער האט געהייסן מ. ש. כהנא, ער איז געווען פון די כהנא'ישע, און ר' יצחק רייך איז געווען דער אנפירער פון דער צד, ער האט אים פארגעהאלטן ברבים 'דו ביסט דער פאררעטער!', און ער האט זיך זייער פארשעמט, ער איז געווארן זייער פארשעמט, נישט נאר ער, די גאנצע משפחה זיינער האט זיך געשעמט, זיי האבן געוואלט נקמה נעמען.
שפעטער מ'האט זיך ארומגעקריגט אזוי די רוב מיט די מיעוט האבן זיך ארומגעקריגט, ביז ס'איז בייגעפאלן וואס דארף מען זיך קריגן, לאמיר זיך גיין עקסטער, מ'קען נישט גיין אינאיינעם, מ'זאל מאכן צוויי עקסטערע פארטייען, צוויי עקסטערע ארגענעזאציעס, אזוי איז נולד געווארן צו מאכן אן ארטהאדאקסישע קאנצעליי, און דאס איז דורכגעגאנגען דעם אוגארישן פארלאמענט, מ'האט באשטעטיגט צו מאכן, מ'זאל זיך נישט קריגן, מאכטס צוויי קהילות, דו ווילסט זיין אזוי דו ווילסט זיין אזוי, בקיצור, האט יעדע קהילה געדארפט האבן אן אפשטימונג וואו מ'זאל געהערן, אין יעדע שטאט האט געדארפט זיין, יעדע קהילה אלע מענטשן וויפיל ווילן באלאנגען צו דעם און וויפיל ווילן באלאנגען צו דעם, אין אלע אידישע קהילות איז עס געווען, ס'האט געקענט זיין דריי, איז געווארן אזוי, ס'האט געקענט זיין ארטהאדאקסן, מ'האט געקענט ווערן נעאלאגן - די רעפארמער האבן געהייסן נעאלאגן - אדער האט מען געקענט זיין שטאטוס-קווא, שטאטוס-קווא האט געהייסן בלייבן אזוי ווי מ'איז, כ'באלאנג נישט אהער און נישט אהין.
אין אלע שטעט איז געווען וואלן, דער מהר"מ שיק האט געמוטשעט דעם ייטב לב, 'אייל זיך צו, זעה מ'זאל אויך מאכן וואלן אז מ'זאל זיך אנשליסן אין די ארטהאדאקסישע קאנצעליי', און דער ייטב לב האט עפעס געצעגערט, און ער האט אים געזאגט וועסט חרטה האבן, דער מהר"מ שיק האט אים אזוי געזאגט, וכך הוה, שפעטער ווען ער האט שוין געוואלט האבן די כהנא'ישע נישט געוואלט, ווייל די כהנא'ישע זענען געווען ברוגז אויף דעם יצחק רייך.
איז געווען דער ייטב לב האט צוזאמגערופן א מיטינג פון די גאנצע קהילה אין סיגוט, ס'שוין געווען לעת זקנתו, און די כהנא'ישע זענען דאך געווען קעגן דעם, ער האט געמאכט די מיטינג אז מ'זאל באשליסן אז מ'זאל אנשליסן אין די ארטהאדאקסישע קאנצעליי, אזוי האט געדארפט צו זיין, ביי די מיטינג איז געווען א איבערקערעניש... און דער ייטב לב איז ארויסגעגאנגען פון די אסיפה, און געוויינט 'איך האב מיך עס אין מיינע יארן דאס דערלעבט', און ער האט נישט געקענט אויספירן אז מ'זאל זיך אנשליסן, ער האט זיך נישט געקענט אנשליסן, די כהנא'ישע זיי זענען געווען די נגידים, און זיי האבן געגעבן פרנסה פאר אסאך מענטשן, מ'האט מורא געהאט פאר זיי, דער ייטב לב האט עס נישט געקענט אויספירן.
ווען דער ייטב לב איז נפטר געווארן איז דאך געווען א לוי', ער איז נפטר געווארן שבת איז געווען זונטאג די לוי', האט מען אויסגערופן ביי די לוי' אז מ'גייט פארליינען די צוואה, האט מען פארגעליינט די צוואה "דער רבי האט געלאזט צוואה מ'זאל אויפנעמען דעם טעטשער רב - דער קדושת יו"ט האט געהייסן טעטשער רב - זאל מען אויפנעמען פאר רב" -שוין, יא, מ'האט אים אויפגענומען פאר רב - "דער רבי האט אויכעט געלאזט צוואה אז מ'זאל זיך אנשליסן אין די ארטהאדאקסישע קאנצעליי אין פעסט", נו, ס'געווען ביי די לוי' קיינער האט זיך נישט געטרויעט צו זאגן (להיפך), ס'געווען לפני מטתו, איז געגאנגען די צד, ר' משה ארי' פריינד איז געווען אנפירער פון די צד, און ער האט צוזאמגעשטעלט א פראטאקאל אז ס'איז געווען אן אסיפה פון קהל, - אן אסיפה פון קהל האט ער געמיינט אז די לוי' איז געווען די אסיפה פון גאנץ קהל, ווייל די גאנצע שטאט איז דאך דארט געווען- און מ'האט באשלאסן אז מ'שליסט זיך אן אין פעסט אין די קאנצעליי, און ר' יצחק רייך ער האט דאך אנגעפירט די קאנצעליי, האט ער געזאגט אז דער מעיאר פון שטאט דארף באשטעטיגן אז ס'איז געווען אזא מיטינג, און אז ס'קומט אן אזוי עמטליך, פון די לאקע"ל אז ס'קומט אן אז ס'געווען אזא מיטינג, דעמאלטס קומט עס אן אין די צענטרע"ל גאווערמענ"ט אין פעסט אין די הויפט-שטאט, דעמאלטס וועט מען באשליסן אז די שטאט סיגוט האט געוואו"ט זיך אנצושליסן אין דעם, ווייל די רעגירונג האט דאס קאנטראלירט, דאס איז נישט געווען אזא מעשה.
איז געווען דארט א גוי א מעיאר און ר' משה ארי' איז געגאנגען און האט אים אונטערגעשמירט געלט, מ'האט אים געצאלט אביסל געלט אז ער זאל שרייבן אז ס'געווען א מיטינג, זענען געגאנגען די אנדערע, די כהנא'ישע, זיי זענען אויך נישט געווען קיין בטלנים, -מיינסט אז זיי זענען געווען בטלנים? זיי זענען אויך נישט געווען קיין בטלנים-, זיי האבן גע'טענה'עט אז צו מאכן א מיטינג דארף מען קודם 'רופן' א מיטינג, ס'דארף זיין א צעטל אז מ'רופט א מיטינג און דאס איז די סדר היום, זיי האבן נישט געקענט זאגן אז ס'איז נישט געווען ווייל א לוי' איז געווען, מ'האט אויסגערופן, אבער ס'נישט געווען קיין מיטינג פריער וואו מ'זאל באשטימען דעם מיטינג מיט'ן סדר היום, ממילא איז עס נישט גילטיג, ס'נישט קיין עמטליכע זאך, איז ער (ר' משה ארי') געגאנגען האט ער געזאגט אז ס'איז יא געווען, און די (כהנא'ישע) האבן געזאגט אז ס'איז נישט געווען, דער מעיאר האט געדארפט יעצט פסק'ענען צו סאיז יא געווען צו ס'איז נישט געווען, ווייל אויב ס'איז געווען דעמאלטס האט מען באשלאסן און אויב נישט האט מען נישט באשלאסן, דער ר' משה ארי' האט באצאלט פאר אים, ער האט אבער פארשטאנען אז פונקט ווי ער געבט געלט געבט יענער אויך, יענער איז אויך נישט קיין בטלן, איז ער געגאנגען ר' משה ארי', און ער האט אונטערגעשמירט דעם סעקרעטאר, דעם סעקרעטער"י, און ער האט אים געזאגט ווער מיר געוואהר וואס דער (מעיאר) האט אפגעשריבן - ווייל ער האט געדארפט געבן א רעפאר"ט אהין צו די הויפטשטאט -, ווער מיר געוואהר וואס ער האט אפגעשריבן.
אין א שיינעם טאג איז ער אים מודיע -דער סעקרעטאר- אז ער האט אפגעשריבן א בריוו אזויווי יענע, די כהנא'ישע, די האבן בעסער באצאלט, מער באצאלט, האט ער געשריבן אזוי, ער איז דאך דער סעקרעטערי ער האט עס דאך געשריבן. האט ער (ר' משה ארי') אים נאכאמאל געצאלט [און ער האט אים געבעטן] 'שיק עס נישט. האלט עס אפ'.
אינמיטן די נאכט, ר' משה ארי' טוט זיך אן אזוי אזא ראק אן אויבער-מלבוש אויפן נאכט-העמד ווי מ'רופט עס, איינס אזייגער אויפדערנאכט גייט ער אריבער אזוי צו דעם מעיאר, ער איז שוין לאנג געפאפן, און ער קלאפט אין טיר פון דעם פריץ, און ער קלאפט און קלאפט אויפן טיר ביז א משרת איז געקומען צום טיר און ער זעהט אים אזוי אינמיטן די נאכט, 'וואס וויל ער?'.
ער עפענט דעם טיר 'וואס ווילסטו?' "איך מוז רעדן צום פריץ שוין! אומר ועושה!" זאגט ער 'ער שלאפט, ס'איז אינמיטן די נאכט!' "דו מוזט אים אויפוועקן, זאלסט וויסן זיין לעבן איז אין א סכנה, דו מוזט אים אויפוועקן איך זאג דיר זיין לעבן איז אין א סכנה!"
ער הערט אזאלכע ווערטער, - ער האט אים געקענט, ער איז געווען אן איש נכבד אין שטאט ר' משה ארי', - גייט ער אריין צום פריץ ער וועקט אים אויף אינמיטן די נאכט און זאגט אים אז 'פריינד באטשי' איז דא און 'פריינד' זאגט אז איך זאל דיר אויפוועקן, ער האט מיט דיר צו רעדן דארט, דיין לעבן איז אין א סכנה. ער הערט אזוי, גוט, אקעי, ער האט זיך אנגעטוהן און אנגעצינדן א לעכט, ער קומט אריין ער נעמט אים אויף און פרעגט אים וואס גייט פאר?
זאגט ער, "כ'וועל דיר זאגן, דו ווייסט דאך איז אונזער רבי איז יעצט געשטארבן" - יא, אוודאי, ער האט געוואוסט - "איך גיי אלס ארויס אויפן ציון מתפלל זיין, כ'בין מתפלל פאר אלע גוטע פריינט און כ'בין מתפלל פאר דיר פאר דיין ווייב און פאר דיינע קינדער פאר אלעס גוטן, די נאכט, כ'בין געשלאפן, כ'זעה דעם רבי'ן אין חלום, די רבי זאגט מיר 'דו האסט היינט מתפלל געווען אויף מיין קבר אז איך זאל זעהן אין הימל צו פועל'ן פאר דעם פריץ אזוי אלעס?' זאג איך 'יא!' - כ'בין היינט געווען - זאגט ער 'איך גיי אים היינט נאכט דערווערגן!', איך בין שטיין געבליבן, 'דער פריץ איז דאך אזא גוטער מענטש?!' 'א גוטער מענטש? אזא באנדיט! ער האט היינט אפגעשריבן אזא ליגט באריכט האט ער אפגעשריבן!' זאג איך 'רבי, ס'קען נישט זיין, ער האט מיר צוגעזאגט!' 'כ'ווייס נישט וואס ער האט דיר צוגעזאגט, איך ווייס וואס ער האט געטוהן! און אז דאס האט ער געטאהן, איך גיי היינט נאכט גיין, ער גייט כאפן א פגירה היינט נאכט! נאך היינט נאכט!'".
דער הערט דאס אויס, דער ווערט בלאס, קיינער האט דאך נישט געוואוסט וואס ער האט אפגעשריבן, ער האט עס אפגעשריבן קיינער האט נישט געוואוסט, האט ער געזעהן אז ס'איז אמת וואס ער זאגט, ער הייבט אן ציטערן, זאגט ער 'כ'האב דאך שוין אוועקגעשיקט דעם בריוו, וואס קען איך שוין טוהן?' "ניין, די רבי האט געזאגט אז די בריוו איז נאך דא!", 'לאמיך גיין זעהן!', ער איז אריינגעגאנגען דארט און ער עפענט די לעדל און ער טרעפט דעם בריוו, זעהט ער דאך ממש אז ס'איז אלעס אמת, ער ציטערט מיט א שרעק אזוי, 'וואס זאל איך טוהן?' "וואס הייסט, צורייס די בריוו! שוין צורייס דעם בריוו!", ער גייט, ער נעמט דעם בריוו ער צורייסט עס, 'וואס זאל איך טוהן?' "שרייב אפ א בריוו!", ער האט זיך אראפגעזעצט דארט אזוי ויהי בחצי הלילה, ער האט זיך אראפגעזעצט אזוי דארט און אנגעהויבן צו שרייבן א בריוו אז ס'געווען א מיטינג, מ'האט גערופן, און ס'געווען דאס און ס'געווען דאס, אלעס, וואס ער האט אים אלס פארגעזאגט, ער האט אים אלעס געשריבן, און ער געבט אים 'נאדיר דעם בריוו און גיי ארויס אויפן ציון און זאג פאר דיין רבי'ן אז איך האב אלעס געשריבן!'. און אזוי האט ער גענומען דעם בריוו, ער האט אוועקגעשיקט דעם בריוו און ס'אנגעקומען אהין, און אז ס'אנגעקומען א בריוו אזוי, האט די רעגירונג אין פעסט באשטעטיגט אז סיגוט האט זיך אנגעשלאסן אין די ארטאהדאקסישע קאנצעליי.
און דעי (כהנא'ישע) האבן געוואוסט אז זיי האבן באצאלט, און זיי האבן געוואוסט אז ס'גייט קומען אזא בריוו, אויפאיינמאל ווערן זיי געוואהר אז ס'איז אנגעקומען א באשטעטיגונג אז מ'האט זיך אנגעשלאסן, זיי האבן נישט געוואוסט וואס ס'געשעהן זענען זיי געלאפן צו דעם מעיאר "וואס איז געשעהן? וואס האסטו געטוהן?!", האט ער זיי פארציילט "וואס הייסט, די רבי האט געהייסן"..., הקיצור, אזוי האט זיך סיגוט אנגעשלאסן אין די ארטאהדאקסישע קאנצעליי, האבן זיי זיך אפגעטיילט און זיי האבן זיך א נאמען געגעבן 'זעלבסשטעדיגע ספרדים', זיי האבן זיך אפגעטיילט.
עס איז דא צו קויפן ביי קרן שמואל ישעי סידיס וואס זיי האבן א נאמען געגעבן פלאי פלאים, זייער אינטערעסאנטע שמועסן מיט מעשות פון פארגאנגענע נסיעות אדער לחיים ביי יארצייטן
הודו להשם האט געשריבן:די פאלגענדע איז ווארט ביי ווארט פון א שמועס א' בהעלותך תשע"ה איבערן טיילונג אין סיגוט (כ'האב ארויסגענומען ממש געציילטע ווערטער, און אויך צום סוף פון די שמועס). --
והמשיך רבינו לתאר בקוצר אמרים השתלשלות הטיילונג באונגארן ואחריו בסיגוט: די מעשה איז געווען, ס'איז געווען אזא עמטליכע זאך די טיילונג, דאס טייטש אזוי, די רעגירונג האט געמאכט
איז געווען דארט א גוי א מעיאר און ר' משה ארי' איז געגאנגען און האט אים אונטערגעשמירט געלט, מ'האט אים געצאלט אביסל געלט אז ער זאל שרייבן אז ס'געווען א מיטינג, זענען געגאנגען די אנדערע, די כהנא'ישע, זיי זענען אויך נישט געווען קיין בטלנים, -מיינסט אז זיי זענען געווען בטלנים? זיי זענען אויך נישט געווען קיין בטלנים-, זיי האבן גע'טענה'עט אז צו מאכן א מיטינג דארף מען קודם 'רופן' א מיטינג, ס'דארף זיין א צעטל אז מ'רופט א מיטינג און דאס איז די סדר היום, זיי האבן נישט געקענט זאגן אז ס'איז נישט געווען ווייל א לוי' איז געווען, מ'האט אויסגערופן, אבער ס'נישט געווען קיין מיטינג פריער וואו מ'זאל באשטימען דעם מיטינג מיט'ן סדר היום, ממילא איז עס נישט גילטיג, ס'נישט קיין עמטליכע זאך, איז ער (ר' משה ארי') געגאנגען האט ער געזאגט אז ס'איז יא געווען, און די (כהנא'ישע) האבן געזאגט אז ס'איז נישט געווען, דער מעיאר האט געדארפט יעצט פסק'ענען צו סאיז יא געווען צו ס'איז נישט געווען, ווייל אויב ס'איז געווען דעמאלטס האט מען באשלאסן און אויב נישט האט מען נישט באשלאסן, דער ר' משה ארי' האט באצאלט פאר אים, ער האט אבער פארשטאנען אז פונקט ווי ער געבט געלט געבט יענער אויך, יענער איז אויך נישט קיין בטלן, איז ער געגאנגען ר' משה ארי', און ער האט אונטערגעשמירט דעם סעקרעטאר, דעם סעקרעטער"י, און ער האט אים געזאגט ווער מיר געוואהר וואס דער (מעיאר) האט אפגעשריבן - ווייל ער האט געדארפט געבן א רעפאר"ט אהין צו די הויפטשטאט -, ווער מיר געוואהר וואס ער האט אפגעשריבן.
אין א שיינעם טאג איז ער אים מודיע -דער סעקרעטאר- אז ער האט אפגעשריבן א בריוו אזויווי יענע, די כהנא'ישע, די האבן בעסער באצאלט, מער באצאלט, האט ער געשריבן אזוי, ער איז דאך דער סעקרעטערי ער האט עס דאך געשריבן. האט ער (ר' משה ארי') אים נאכאמאל געצאלט [און ער האט אים געבעטן] 'שיק עס נישט. האלט עס אפ'.
אינמיטן די נאכט, ר' משה ארי' טוט זיך אן אזוי אזא ראק אן אויבער-מלבוש אויפן נאכט-העמד ווי מ'רופט עס, איינס אזייגער אויפדערנאכט גייט ער אריבער אזוי צו דעם מעיאר, ער איז שוין לאנג געפאפן, און ער קלאפט אין טיר פון דעם פריץ, און ער קלאפט און קלאפט אויפן טיר ביז א משרת איז געקומען צום טיר און ער זעהט אים אזוי אינמיטן די נאכט, 'וואס וויל ער?'.
ער עפענט דעם טיר 'וואס ווילסטו?' "איך מוז רעדן צום פריץ שוין! אומר ועושה!" זאגט ער 'ער שלאפט, ס'איז אינמיטן די נאכט!' "דו מוזט אים אויפוועקן, זאלסט וויסן זיין לעבן איז אין א סכנה, דו מוזט אים אויפוועקן איך זאג דיר זיין לעבן איז אין א סכנה!"
ער הערט אזאלכע ווערטער, - ער האט אים געקענט, ער איז געווען אן איש נכבד אין שטאט ר' משה ארי', - גייט ער אריין צום פריץ ער וועקט אים אויף אינמיטן די נאכט און זאגט אים אז 'פריינד באטשי' איז דא און 'פריינד' זאגט אז איך זאל דיר אויפוועקן, ער האט מיט דיר צו רעדן דארט, דיין לעבן איז אין א סכנה. ער הערט אזוי, גוט, אקעי, ער האט זיך אנגעטוהן און
-- קאמענטארן זענען וועלקאם אין אישי.
קען מען היינט נאכקוקן דעם אינהאלט פון דעם בריעוו אין די אוגארישע ארכיוון? וואלט געווען גאר אינטערסאנט צו זעהן דעם בריעוו, מיט א דאטום, גלייך נאכדעם וואס דער יט"ל זי"ע איז אוועק.