2020 וואלן אנאליזן אשכול

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

ברוכים הבאים צום 2020 וואלן אנאליזן אשכול

דער אשכול איז ספעציעל אוועקגעשטעלט פאר'ן חשוב'ן אייוועלט עולם צו שרייבן אייגענע אדער אהערברענגען לענגערע אנאליזן וועלכע זענען ערשינען אין אנדערע אלגעמיינע פלאטפארמעס אלעס ארום די 2020 וואלן, דאס רעכנט אריין איבער דעם קאנגרעס, סענאט און פארשטייט זיך איבער די פרעזידענטליכע וואלן.

מ'בעהט זייער דעם עולם אז מ'זאל שטארק פרובירן צו האלטן דעם אשכול אויף א נארמאלן פרידלעכן פארנעם און זיך נישט קינדעריש ארומשלאגן ווי עס מאכט זיך אויף אנדערע אכשולת, אפילו ווען די מצב ווערט זייער היציג - יישר כח

אנאליז: קענען סענאט קאנדידאטן העלפן בייגן סטעיטס לטובת איין פרעזידענטליכע קאנדידאט אדער דעם צווייטן?

איך וועל ערקלערן די פראגע:

עס זענען יעצט דא עטליכע סווינג סטעיטס ווי לויט די יעצטיגע מצב אין די אנקעטעס איז די פארמעסט דארט היפש שמאל צווישן ביידע הויפט קאנדידאטן טראמפ און ביידען
א ביישפיל אריזאנע, נארט קעראליינע, דזשאדזשיע, אייאווע אד"ג וואו דער פארמעסט איז אדער ממש גלייך אויף גלייך אדער ביידען אביסעל פאראויס

ווען עס קומט אבער צו די סענאט קאנדידאטן האבן די קאנדידאטן היפש א גרעסערע אויבערהאנט אין די אנקעטעס איבער די רעפובליקאנער סענאט קאנדידאטן
מ'רעדט נישט דווקא פון דעמאקראטן איבער רעפובליקאנער, נאר פערצופאל איז עס אויפדערווייל אזוי לויט די יעצטיגע מצב

אין אריזאנע צום ביישפיל איז קעלי לעת עתה פאראויס מיט דאפעלטע ציפערן, אין נארט קעראליינע איז קאנינגהעם אין די העכערע סינגל דידזשיט ציפערן,
אין אייאווע און אין דזשארדזשיע איז די פארמעסט צווישן די סענאט קאנדידאטן זייער נאנט און עס קען זיך נאך זיכער סאך טוישן ביז די וואלן

איז די פראגע:
מאכט זיך אזא זאך אז די סענאט קאנדידאטן בייטן א סטעיט לטובת א קאנדידאט פאר די פרעזידענשאפט אדער געווענליך האט עס מיט דעם ווי שטארק אדער שוואך דער פרעזידענטליכער קאנדידאט ציהט אן אין יענע ספעציפישע סטעיט? אדער מאכט עס בכלל נישט אויס קיין סאך?

דער עולם איז וועלקאם צו ענטפערן און צו ברענגען אייגענע אנאליזן
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

ס'איז א אינטערעסאנטע דערהער

איך וואלט געזאגט אז עס ווענדט זיך מסתמא ווי גרויס דעם סענאט'ס קאנדידאט ליעד איז
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

Kollel האט געשריבן:ס'איז א אינטערעסאנטע דערהער

איך וואלט געזאגט אז עס ווענדט זיך מסתמא ווי גרויס דעם סענאט'ס קאנדידאט ליעד איז

קען זיין, דאס טאקע בין איך נייגעריג, צו עס איז דא שטודיעס דערויף אדער סתם ביישפילן פון אנדערע סענאט פארמעסטן
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א גאווערנאר פון א סטעיט קען מאנאפלירען איבער א סך חלקים פון די עלעקשאנס און עס מאכען מער פעיווארעבל פאר זיין פארטייס קאנדידאט, אביסעל קען מען עס זעהן וויאזוי זשעב בוש האט געהאלפען זיין ברידער.

א גוטע קאנדידאט קען העלפען ארויסברענגען מענטשען אבער איך מיין די צאל דערפון איז נישט זייער גרויס אבער א קליינע דיפערענץ איז דאך א דיפערענץ.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

וואס איז אבער פשט אז דער סענאט קאנדידאט זאל ליעדן מיט דאפעלט אדער אפילו מער שטיצע פון וואס דער פרעזידענטליכע קאנדידאט ליעד?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אין אריזאנע קלער איך אז מארק קעלי'ס פאטענשעל מאסיווע קאמפיין אפעראציע, וואס ער טרייבט אויף ריזיגע געלטער, וועט העלפן ביידן, כאטש אין געט אוט דע וואויט, וואס איז לכאורה וויכטיגער אין יענע סטעיט. אבער אפשר אפילו אין ווייך מאכן רעפאליקאנער צו קענען שטימען פאר א דעמאקראט.

אין נארט קאראליינע איז אויך דא דער גאווערנאר פארמעסט, וואס העלפט לכאורה די דעמאקראטן אין די אנדערע פארמעסטן.

בנוגע פארוואס טאקע טראמפ איז אזויפיל שטערקער ווי די סענעטארן אין אפאר סטעיטס, וואס פשטות איז דאך פארקערט, אז ער שלעפט זײ אראפ, א שטייגער אייאווע, ערנסט עפראוועל רעיט דארט איז היפש בעסער ווי טראמפ, און טראץ דעם איז זי גאר שמאל אונטערשטעליג, און טראמפ שמאל פאראויס? עס וואלט דאך לכאורה געדארפט זיין פארקערט.

איך קלער אז די דזשענעראל הסבר איז, ווייל אין דעם פרעזידענט קאמפיין איז דארט טראמפ היפש מער אן דע עיר ווי ביידן, וואס אין טייל פון די סטעיטס, קאמפיינט דערווייל ביידן בכלל נישט, און אין דעם סענאט פארמעסט ספענדן געווענליך די דעמאקראטישע קאנדידאטן די זעלבע אדער גאר מער ווי די רעפאבליקאנער. און מען זעהט טאקע אין טעקסאס, ווי טראמפ ספענדט דערווייל נישט, און פון די אנדערע זייט האבן די דעמאקראטן נאך אפילו נישט קיין קאנדידאט פאר סענאט, און קארנין האט יא גאנץ א שטארקן קאמפיין, איז טאקע טראמפ נעק ענד נעק, און סענעטאר קארנין שיין פאראויס.

אויך איז דא פארשידענע הסברים אויף ספעציפישע סטעיטס, למשל אין אריזאנע איז מארק קעלי בעצם א אויסטערליש שטארקער קאנדידאט, פונקט ווי קיינער וואונדערט זיך נישט פארוואס בולאק איז שטערקער ווי ביידן אין מאנטענע. אין נארט קאראליינע האט מען סתם אזוי נישט ליב צו שטימען פאר אינקאמבענט סענעטארן, פלאס די סקאנדאל פון בור שאדט אויך פאר זיין קאלעגע טיליס. אין דזשארדזשיע איז גראדע פארקערט, ביידן איז אביסל שטערקער ווי אסף, אבער טראמפ האט בלויז יעצט אנגעהויבן ספענדן דארט, און זיי שטימען געווענליך יא פאר אינקאמבענט סענעטארן, און די דזשאנגל פריימערי איז א עקסטערע פרשה.

אויך איז דא א פאקטאר אז אנטי טראמפ "דעמאקראטישע און נעווער טראמפ" וויילער, ווילן נישט שטימען פאר קיין שום רעפאליקאנער, משא"כ פרא טראמפ "רעכטע אינדעפענדענט" וויילער אדער "נייע טראמפ רעפאליקאנער", קענען שטימען פאר א קאנדידאט וואס רעדט די שפראך וואס זיי ווילן הערן, א שטייגער מארק קעלי.

------------

עפרות זהב האט געשריבן:א נייע אנקעטע אין פענסילוועניא שטעלט ביידען מיט 5 פונקטען פאראויס 46% אקעגן 41% פאר טראמפ
poll by Susquehanna Polling and Research in partnership with FOX43.
איך האב שוין אמאל געפרעגט דא אז לכ' איז פענסילוועניא די נישט אזוי שטארק אין ביידען קאלום ווי אנדערע לויט אסאך אנקעטעס איז ער נאר איינצעלע נומערן פאראויס, פארוואס איז עס טאקע אזוי?



עס איז דא וואס זאגן, אז דאס איז צוליב וואס פענסילוועניע האט ווייניגער פאטענשעל סווינג וויילער, אבאמע האט שטערקער געווינען מישיגען און וויסקאנסין ווי פענסעלוועניע, איבערהויפט אין 08.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

צל עובר האט געשריבן:אין אריזאנע קלער איך אז מארק קעלי'ס פאטענשעל מאסיווע קאמפיין אפעראציע, וואס ער טרייבט אויף ריזיגע געלטער, וועט העלפן ביידן, כאטש אין געט אוט דע וואויט, וואס איז לכאורה וויכטיגער אין יענע סטעיט. אבער אפשר אפילו אין ווייך מאכן רעפאליקאנער צו קענען שטימען פאר א דעמאקראט.

אין נארט קאראליינע איז אויך דא דער גאווערנאר פארמעסט, וואס העלפט לכאורה די דעמאקראטן אין די אנדערע פארמעסטן.

בנוגע פארוואס טאקע טראמפ איז אזויפיל שטערקער ווי די סענעטארן אין אפאר סטעיטס, וואס פשטות איז דאך פארקערט, אז ער שלעפט זײ אראפ, א שטייגער אייאווע, ערנסט עפראוועל רעיט דארט איז היפש בעסער ווי טראמפ, און טראץ דעם איז זי גאר שמאל אונטערשטעליג, און טראמפ שמאל פאראויס? עס וואלט דאך לכאורה געדארפט זיין פארקערט.

איך קלער אז די דזשענעראל הסבר איז, ווייל אין דעם פרעזידענט קאמפיין איז דארט טראמפ היפש מער אן דע עיר ווי ביידן, וואס אין טייל פון די סטעיטס, קאמפיינט דערווייל ביידן בכלל נישט, און אין דעם סענאט פארמעסט ספענדן געווענליך די דעמאקראטישע קאנדידאטן די זעלבע אדער גאר מער ווי די רעפאבליקאנער. און מען זעהט טאקע אין טעקסאס, ווי טראמפ ספענדט דערווייל נישט, און פון די אנדערע זייט האבן די דעמאקראטן נאך אפילו נישט קיין קאנדידאט פאר סענאט, און קארנין האט יא גאנץ א שטארקן קאמפיין, איז טאקע טראמפ נעק ענד נעק, און סענעטאר קארנין שיין פאראויס.

אויך איז דא פארשידענע הסברים אויף ספעציפישע סטעיטס, למשל אין אריזאנע איז מארק קעלי בעצם א אויסטערליש שטארקער קאנדידאט, פונקט ווי קיינער וואונדערט זיך נישט פארוואס בולאק איז שטערקער ווי ביידן אין מאנטענע. אין נארט קאראליינע האט מען סתם אזוי נישט ליב צו שטימען פאר אינקאמבענט סענעטארן, פלאס די סקאנדאל פון בור שאדט אויך פאר זיין קאלעגע טיליס. אין דזשארדזשיע איז גראדע פארקערט, ביידן איז אביסל שטערקער ווי אסף, אבער טראמפ האט בלויז יעצט אנגעהויבן ספענדן דארט, און זיי שטימען געווענליך יא פאר אינקאמבענט סענעטארן, און די דזשאנגל פריימערי איז א עקסטערע פרשה.

אויך איז דא א פאקטאר אז אנטי טראמפ "דעמאקראטישע און נעווער טראמפ" וויילער, ווילן נישט שטימען פאר קיין שום רעפאליקאנער, משא"כ פרא טראמפ "רעכטע אינדעפענדענט" וויילער אדער "נייע טראמפ רעפאליקאנער", קענען שטימען פאר א קאנדידאט וואס רעדט די שפראך וואס זיי ווילן הערן, א שטייגער מארק קעלי.

------------

עפרות זהב האט געשריבן:א נייע אנקעטע אין פענסילוועניא שטעלט ביידען מיט 5 פונקטען פאראויס 46% אקעגן 41% פאר טראמפ
poll by Susquehanna Polling and Research in partnership with FOX43.
איך האב שוין אמאל געפרעגט דא אז לכ' איז פענסילוועניא די נישט אזוי שטארק אין ביידען קאלום ווי אנדערע לויט אסאך אנקעטעס איז ער נאר איינצעלע נומערן פאראויס, פארוואס איז עס טאקע אזוי?



עס איז דא וואס זאגן, אז דאס איז צוליב וואס פענסילוועניע האט ווייניגער פאטענשעל סווינג וויילער, אבאמע האט שטערקער געווינען מישיגען און וויסקאנסין ווי פענסעלוועניע, איבערהויפט אין 08.

די זאגסט א גוטע פאוינט

לויט דעם וועט געווענליך א סענאט קאנדידאט נישט העלפן די פרעזידענט קאנדידאט ס'האט בעיקר מיט די ספענינג
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

איינער ווייזט אן אז אין 2016 האט מארקא רוביא געווינען זיין סענאט פארמעסט באקומענדיג 52% פראצענט פון די שטימען
בעת טראמפ האט באקומען נאר 49% פון די שטימען, דאס קען זיין א באווייז אז סענאט קאנדידאטן העלפן נישט עכט געווינען

אבער פון די אנדערע זייט קען זיין אז טאקע ווייל רוביא איז געווען אויפ'ן שטים צעטל האט ער געהאלפן טראמפ אריבערגיין די עדזש צו שמאל געווינען פלארידא
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מסתבר אז רוביא האט געהאלפן טראמפ געווינען די סטעיט.

רוביא האט געספענדט פערציג מיליאן דאלער, און געווינען מיט אכט פראצענט. 44-52, עס איז אויך געווען א ליבערטעריען, רוביא האט גראדע געהאט ווייניגער וויילער ווי טראמפ אין געוויסע קאונטיס.

מארק קעלי וועט לכאורה אויך געווינען שטערקער ווי ביידן, אבער עס איז מסתבר אז ער וועט אים העלפן געווינען אריזאנע.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

א סענאט קאנדידאט איז טעילארד, צוגעשניטן צו צופאסן זיין סטעיט. צב"ש קעלי, א וועטעראן, א מעסיגער, פאמיליע מאן, פאר אריזאונע. בולאק, א גאנץ רעכטער, געוועזענער גאווערנער, פאר מאנטאנע. גידאן, א מעסיג לינקער, פאר מעין. זשאו מענטשין, א מעסיג רעכטער, פראו ווארקער, פראו קאול, פראו גאנס, פאר וועסט ווירזשיניע. עמי מעקגרעט, א מלחמה וועטעראן, מעסיגער, קארופציע פייטער, פאר קענטאקי. אא"וו. די חברה עדזשאסטן זייערע פאליסיס און עדס צו פיטן גוט זייער סטעיט.

משא"כ ביידען לויפט אויף א נאציאנאלע פלאטפארמע, מער ווייניגער מעסיג לינק, וואס אין א סטעיט ווי מאנטאנע, וועסט ווירזשיניע אד"ג קלעבט עס נישט, און אזא סטעיט ווי אריזאונע , נארט קאראליינע, שוואכער.

שטייצעך ס'קען זיך מאכן פארקערט, אז דער סענאט קאנדידאט זאל זיין שוואכער, ווי נישט ווי לויפן זיי דאך ע"פ רוב קעגן עסטעבלישד אינקאמבענטס, אבער ס'איז נישט קיין חידוש ווען דער קאנדידאט איז העכער ווי דער טאפ טיקעט. כנ"ל.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

כאפצעם האט געשריבן:א סענאט קאנדידאט איז טעילארד, צוגעשניטן צו צופאסן זיין סטעיט. צב"ש קעלי, א וועטעראן, א מעסיגער, פאמיליע מאן, פאר אריזאונע. בולאק, א גאנץ רעכטער, געוועזענער גאווערנער, פאר מאנטאנע. גידאן, א מעסיג לינקער, פאר מעין. זשאו מענטשין, א מעסיג רעכטער, פראו ווארקער, פראו קאול, פראו גאנס, פאר וועסט ווירזשיניע. עמי מעקגרעט, א מלחמה וועטעראן, מעסיגער, קארופציע פייטער, פאר קענטאקי. אא"וו. די חברה עדזשאסטן זייערע פאליסיס און עדס צו פיטן גוט זייער סטעיט.

משא"כ ביידען לויפט אויף א נאציאנאלע פלאטפארמע, מער ווייניגער מעסיג לינק, וואס אין א סטעיט ווי מאנטאנע, וועסט ווירזשיניע אד"ג קלעבט עס נישט, און אזא סטעיט ווי אריזאונע , נארט קאראליינע, שוואכער.

שטייצעך ס'קען זיך מאכן פארקערט, אז דער סענאט קאנדידאט זאל זיין שוואכער, ווי נישט ווי לויפן זיי דאך ע"פ רוב קעגן עסטעבלישד אינקאמבענטס, אבער ס'איז נישט קיין חידוש ווען דער קאנדידאט איז העכער ווי דער טאפ טיקעט. כנ"ל.

א שטארקע נקודה

אין 2016 אין פלארידא איז עס טאקע אזוי געווען ווי @צל האט געברענגט

די דעמאקראטישע קאנדידאט האט באקומען מיט עטליכע פראצענט ווייניגער פון קלינטאן וואס איז געווען אויפ'ן טאפ פונעם טיקעט
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

אנאליז: וועם זאל ביידען נעמען פאר וויצע פרעזידנט? (חלק א')

וועמען ער זאל נעמען איז די העדליין ? מ'דארף ענדערש אנאליזירן וועמען ער זאל נישט נעמען

1) קאמאלא העריס - סענאטאר פון קאליפארניע.
לויט באריכטן איז זי ממש די הויפט קאנדידאט צו ווערן אויסדערוועלט אלס וויצע. איר מעלה? אז זי איז טונקל הויטיג, אויסערדעם זעה איך נישט קיין שום מעלה וואס זי וואלט געברענג פאר ביידען. זי קומט פון קאליפארניע, א טיף בלויע סטעיט, זי איז א געוועזענע פראסעקיוטער מיט קאנטראווערסיעס (ווי טולסי גאבארד האט איר גענאגעלט ביי די דעבאטעס), זי איז לינקער פון ביידען אבער נישט גאר לינק פאר די ליבעראלן, זי איז נישט אריינגעקומען קלאר דורכאויס די קאמפיין מיט אירע פלענער, זי האט נישט גערעיזד עפעס מורא'דיע גרויסע נומבערס און זי איז שנעל ארויסגעפאלן פון די פארמעסט.

2) עליזאבעט ווארען - סענאטאר פון מעסעטשוסעטס
לינקע גרופעס שטופן גאר שטאק אז ביידען זאל איר נעמען, עטליכע הונדערט ליבעראלע אקטיוויסטן האבן געשיקט א בריוו צו ביידען אז ער זאל איר נעמען. איר מעלה? זי האט א שטיקל מאוומענט פון געשוואוירענע שטיצער, הגם ס'האט איר נישט קיין סאך געהאלפן אין די פריימעריס איז אבער אייביג גוט צו האבן א מאוומענט, זי האט אויפגעטריבן גאר אסאך געלט אין די פריימעריס, זי איז גענוג לינק פאר די גאר-ליבעראלע.
פון די אנדערע זייט לוינט זיך נישט פאר ביידען איר צו נעמען וויבאלד זי איז שוין אויך א עלטערע פערזאן, עס וועט זיין ווי די זיידע-באבע קאפל נאכ'ן חתונה מאכן אלע קינדער.. ס'קען זיין אז די בערני שטיצער זענען נאך אנגעווייטאגט אויף איר חוצפה פון ארויסליעקן אז בערני האלט אז א פרוי קען נישט געווינען און איר נעמען גייט זיי מאכן נישט גיין וואוטן, זי קומט אויך פון א שטאק בלויע סטעיט וואס ביידען גייט לכאורה במילא געווינען.
נאך זייער א שטארקע פוינט. אויב זי ווערט ערוויילט גייט די רעפובליקאנער גאווערנאר אויסוועלן א רעפובליקאנער איז צו ערזעצן אינעם סענאט פאר עטליכע חדשים ביז ס'גייט זיין א ספעציעל עלעקשן סאו פארוואס זאלן עס די דעמאקראטן וועלן אזא קאפ ווי?.

3) סטעיסי עברעמס - גאווערנאר קאנדידאט פון דזשארדזשיע
זי איז טונקל הויטיג. איר מעלה? זי קען מעגליך אריינברענגען דזשארדזשיע אין ביידענ'ס קאלום, זי האט שיער געווינען (אבער פארט פארלוירן) די דזשארדזשיע גאווערנאר פארמעסט אין 2018, וואס איז באטראכט געווארן ווי זייער שטארק פאר א דעמאקראט זאל אנציען אין אזא רויטע סטעיט, זי איז געבליבן אקטיוו און פארפירט ארום אז מ'מאכט שווער פאר מיניאריטען וואס קען ארויסהעלפן אין די יעצטיגע ראסע-אנגעהיצע צייט אין אמעריקע. זי האט זיך באנארישט מיט כסדר זאגן אויף די טעלעוויזיע אפען בסטעיסי בתך הקטנה אז זי וויל אז ביידען זאל איר נעמען פאר וויצע, לעצטענס האט זי אויפגעהערט עס צו שטיפן אפיציעל, קען טאקע זיין פאר די סיבה.

4) טאמי דאקוואורט - סענאטאר פון אילינאי
עס ווערט שטערקער פון טאג צו טאג די רופן אז ביידען זאל איר אויסוועלן. איר מעלה? זי האט געדינט אין די אמעריקענע מיליטער, א זאך וואס איז ארויפגעקיקט ביי די אמעריקאנע פאלק, זי האט פארלוירן אירע ביידע פיס וועט זי האט געקעמפט פאר אמעריקע. קען זיין זי האט נאך מעלות וואס איך ווייס נישט. פון די אנדערע זייט קומט זי פון אילינאי וואס איז א שטארק בלויע סטעיט וואס גייט נישט קיין סאך העלפן פאר ביידען.

5) גרעטשן וויטמער - גאווערנאר פון מישיגען
איר מעלה? ס'הייסט אז זי האט זייער גוט געפירט די רעספאנס צו קאראנא ווירוס אין איר סטעיט מישיגן, זי איז כסדר געווען אין קאנטאקט מיט די טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע אריינגערעכנט וויצע פרעזידענט פענס, טראמפ האט געווינען מישיגען אין 2016 נאכ'ן צורייסן די "בלויע וואנט", א זאך פון וואס די דעמאקראטן קענען זיך נישט צו זיך קומען, און זי קען העלפן ביידען פארזיכערן א זיג אין מישיגען און אים גרינגער מאכן דעם וועג צום ווייסן הויז, זי האט זיך נישט דערשראקן ווען טראמפ האט איר שארף אראפגעריסן אויף טוויטער מיט'ן טיטל "די פרוי פון מישיגען" און זי האט אים צוריקגעשניטן.
לעצט פארראכטן דורך האלצשטיין אום מיטוואך יולי 01, 2020 6:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

דער עולם איז וועלקאם צו קאמאנטירן און ארויסהעלפן אנאליזירן

איך האף צו צוריק קומען מיט אנאליז חלק ב' אויף נאך קאנדידאטן בקרוב. חומר למחשבה יעצט נאך א טאג ארבעט
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ער זאל נעמען בוטיזשעדזש אדער בוקער.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טענקס @האלצשטיין פאר די אנאליז.

איך מיין אז דו האסט פארגעסן ביי סטעיסי די עיקר חסרון, וואס וועגן דעם אליינס איז מער ווייניגער זיכער אז מען נעמט איר נישט, טראץ איר פאטענשעל ענטוזיאזם, ביידן וויל, און בעצם מוז, נעמען איינעם וואס איז רעדי אן דעי וואן, און סטעיסי האט נישט קיין שום עכטע עקספעריענס אויף איר רעזומעי.

מען וועט איר נישט נעמען.

בנוגע העריס, זי דארף אויך צו הייסן א שארפע דעבעיטער, איך שטיץ איר שטארק נישט, אבער למעשה הייסט דאך פארט אז זי איז פראנטראנער.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

מטעמים האט געשריבן:ער זאל נעמען בוטיזשעדזש אדער בוקער.

ער גייט נישט מענען א מאנספערזאן. פינטל ער האט עס שוין צופיל מאל געזאגט און ער קען נישט צוריקציען
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

@מטעמים, אויב רעדסטו שוין עניוועי פון סתם נעמען רעדט שוין פון מישעל אבאמא פאר די געלט
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

@צל, דו ווייסט פון נאך עפעס מעלות וואס דאקוואורט האט אז מען רעדט מער און מער פון איר אלץ מעגליכע אויסוואל?
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

ווי צל האט געזאגט, ביידן דארף נעמען איינער וואס איז ליטערלי גרייט צו זיין פרעזידענט אויף דעי וואן.
פון די אנדערע זייט דארף ער נעמען א גוטע קאמפיינער.


ער האט נישט צופיל (מילד גערעדט) אויסוואלן.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

ווארען איז די עכטע געשעפט. זי האט (כמעט) אלע מעלות ווי לינקער פאר באלאנס, פלענער, עקספיריענס און פרוי. זי איז טאקע נישט שווארץ אבער ס'דאך אין חלום בלי דברים בטלים.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

איך האף נאך צו האבן אויף די אנדערע פאטענציאלע קאנדידאטן אבער איך פערזענליך האלט אז ער זאל נעמען גרעטשן וויטמער
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

אה, זי קען אויך קאמפיינען פיין... און צופיל אנדערע אויסוואלן זענען נישטא.

אויב נעמט ביידען איר נישט איז עס בלויז צוליב די עקשנות פון זיך נישט בייגן צו די לינקע, וואס אויב די דעמאקראטן האלטן עס אן קענען זיי זיך רישן אויף א פראגרעסיווע פארטיי אי"ה בקרוב.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

מיטשעל אבאמא אויב זי האלט דערביי
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

@טעאריע האסט א פונקט, איך האלט אז זי איז שוין צו אלט פאר אזא אלטע הויפט קאנדידאט

אפשר איז עס טאקע נישט קיין פראבלעם.. ווי אלט איז פענס? ער איז שוין אויך א ווייס האריגער
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: 2020 וואלן אנאליזן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

דאס זאג איך, מישעל האלט נישט דערביי און ביידען קען נישט מענען בוטידזשעדזד אדער בוקער
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”