מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

זייער אינטערעסאנט
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשיגער »

געוואלדיג גוט!
גיי אן!!!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

וואו דאס זעהט אויס עפעס אויסנאם!
ויהי רצון שיהא חלקך חלקי..

(דרך אגב, כ'האף ס'וועט מיר טאקע אויך זיין נוגע: ר' יחזקאל רוטה שליט"א וואס א ריזיגע חלק פון רבנים איבער גאנץ אמעריקא פארקויפן די חמץ דורך איהם, זאגט קלאר ביים צוריקקויפן אז לעת עתה וויל ער נאר די ניו יארקע חמץ צוריק קויפן.. און 3-4 שעה דערויף ערלעדיגט ער די איבעריגע)
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

ברכי נפשי האט געשריבן:
טוסאן איז א מדבר וואס איז פשוט באוואוינט. די "וועלדער" דארט אינדרויסן פון שטאט איז פשוט זאמד מיט קאקטוס געוויקסן. מיין פאטער איז דארט געווען מיט א צענדליג מיט טשעינדש יארן צוריק, דער שטאט איז ממש געווען גארנישט קעגן וואס עס איז היינט, און אפי' היינט איז עס נישט עקסטער גרויס.



אן ארטיגער איינוואוינער האט מיר געזאגט אז די נומערן גייען שוין צום 2 מיליאן.
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

קרייסלער האט געשריבן:אפשר עפענט מיין א באזונדערע אשכול צו דעבאטירן די הלכה׳דיגע שאלה פון מכירת חמץ?


נישט צו פארדרײען די נושא, עס איז א אלטע שאלה לגבי עני פלאץ אין אױסלאנד א שטײגער װי א"י לאנדאן ועוד

ײש"כ ברכי זײער שײן WE WANT MORE


אפשר דארף זײן א עקסטערע אשכול פאר קאמענטס אז דא זאל מען לײנען פליסעדיג
אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש - צווייטער פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכי נפשי »

[align=center]קאפיטל 2
מי שהיה בדרך רחוקה[/align]


מיט'ן אפשיקן עסן האבן מיר אויסגעארבעט מיט מרת בראננער, וואס פארמאגט אן אקאונט מיט א טראקינג פירמע וואס זי ניצט דורכאויס דעם ווינטער סעזאן ווען דער ישוב איז פול, און זי שיקט ארויס כסדר סקיטס מיט עסן פאר'ן ישוב, צו ניצן די זעלבע אקאונט פאר אונז אויך.
מיר האבן באשטעלט א פיקאפ פון א סקיט מיט אלע מאכלי וצרכי החג, עסן, טרינקען, קליידער, טעפ, אפילו א קלענערע קאנוועקשן אויוון. פלייש און מילך האט מען געפרוירן בעפאר, און זינט דער טראק איז א פריזער טראק איז עס געבליבן פארפרוירן די גאנצע צייט, פארשטייט זיך מען האט געמאכט סימנים עס זאל נישט זיין קיין בשר שנתעלם מן העין.

דער טראק פארט ארויס איין מאל א וואך מיט א סטאפ אין זייער טערמינאל וואס געפונט זיך אין פענסילוועניע, דארטן ווערן אלע סקיטס אנגעלאדנט אויף אנדערע טראקס וואס פארן ארויס לענג אויס אמעריקע. די וועג געדויערט 5 טעג. (יא זיי זענען די וואס שלאפן ביי די זייטן פונעם טראוועי…)

דעם ערשטן טאג פסח איז אויסגעפאלן אויף שבת ביידע יארן (דאס איז געווען א שטארקע פאקטאר אין מחליט זיין אויב מען זאל פארן צו נישט, נעמענדיג אין באטראכט אז עס איז נישט דא קיין שבת חוה"מ וואס שניידט אראפ פון קאכן עטליכע סעודות, ווי אויך איז דא 3 וואכן טעג חוה"מ, וואס מאכט עס גרינגער מיט'ן חוה"מ האלטן.) דער טראק איז ארויס געפארן דאנערשטאג פאר שבת הגדול און געפארן ביז דינסטאג, מיר האבן געלאנדעט מיטוואך בעפאר פסח. רב ווייס וועלכער האט זיך שוין געפונען דארט האט אפגעווארט דער טראק. ער האט געמאכט דעם זעלבן רוט מיט א וואך פריער, און ער איז שוין דארט געווען אויף שבת הגדול אויך.

נאך שבת הגדול האט רב ווייס גערופן זאגן, אז די מים שלנו וואס ער האט געהאט געשיקט מיט'ן טראק האט זיך אויסגעגאסן ממילא זאלן מיר מיטנעמען מים שלנו…. וואס מים שלנו?! ווי פונקטליך פלאנט ער צו באקן מצות? נא אז א איד בעהט א טובה פארוואס דען נישט. אבער רב ווייס האט אונז נישט אנטוישט... ווי שפעטער געשילדערט בפרטיות האט ער אויפגעשטעלט אן אויוון כדבעי, און אפגעראכטן אן אפיית מצות למהדרין מיט א פלאמענדיגער הלל.

בכלל האבן מיר זיך צענדליגע מאל איבערצייגט דורכאויס אונזער באזוך די כאראקטער פון אט דעם איד; אן אים וואלט דער יו"ט זיכער געהאט אן אנדערע צורה.
מיט זיין ווארימקייט און חביבות המצוות האט ער אנגעווארמט דעם הייסן מדבר געגנט.
זיין אור האט אויפגעלאכטן, און פארשאטנט די שטראלן פון די באקעדיגע זון.
זיין שכל הישר האט אונז געפירט אויף די גראדע פלוינען פון דער אריזאניער ערד.
און מיט זיין מידת ההשתוות, האט ער געמאכט עס זאל זיך שפירן ווי א יו"ט אינדערהיים, מיט א ווארעמקייט און חסידישע ברען.


[align=center]קחו לכם מזמרת הארץ[/align]


מצות האבן מיר מיטגענומען מיט זיך אויפן וועג, מיר דאס נישט געוואלט איינטשעקן נאר ארויפגענומען אויפ'ן פליגער אלס קערי אן.


ירקות און פרוכט האבן מיר געקויפט אין די לאקאלע וואל מארטס. (עס געפונט זיך כאטשיג 2 וואל מארטס אין די זעלבע 2 מייל. פארוואס?! איך האב נישט קיין גרינעם אהנונג.) כריין האט די מאמע פארפירט אז מען זאל יא קויפ'ן דא, אמער, וועלכע גוי איז אינטערעסירט אין כריין? פארוואס זאל דאס וואל מארט פארקויפן? אבער יא... זיי האבן דאס אויך געהאט. (דערמאנט מיר פון מילגרוים.. וועלכע גוי פונטליך ווייסט בכלל פון מילגרוים צו זאגן…? מיז זיין א אידישע פרוכט... למעשה איז די מילגרוים אינדוסטריע ווערט א ניש'קשה'דיגע 8 רעדלעך מיט א ב') אפגערעדט פון מרור שאלאטן איז זיכער געווען צו באקומען דארט, אפילו קדם גרעיפ דשוס איז געווען אויף די פוליצעס.

די פרייזן זענען געווען שטוינענד, איך געדענק נישט פונקטליך וויפיל, אבער די פרוכט וואס קומען פון קאלעפארניע און מעקסיקא -פון ווי מערסטנס פרוכט קומען א שטייגער ווי טרויבן און נאך- זענען ווי פארשטענדליך געווען אסאך ביליגער, צוליב די געאגראפישע נאנטקייט און ביליגע שיפינג קאסטן. אזוי אויך ווינדלען און שטוב צוגעהער האט מען דארט געקויפט, אבער חוץ דעם האט מען ממש אלעס געדארפט מיט ברענגן.

דער מי שטרח יאכל איז באשיינפערליך מקויים געווארן, נעמענדיג אין באטראכט אז מען דארף זיך איינפאקן ווי אויף א נסיעה אין מדבר אין פולן זין פון ווארט. און די נשים צדקניות האבן נישט פארגעסן פון גארנישט, א חוץ צימרינג שטעקעלעך פאר חרוסת, און א שבת זייגער האבן זיי גארנישט אויסגעלאזט!!

באשטעלט טיקעטס אנגעכאפט זיך מיט די טשוועטשקעס און געפלויגן!
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

זייער אינטערעסאנט מיר ווארטן אויף נאך
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

חוח בין השושנים האט געשריבן:געוואלדיג! א געשמאקע שפראך!
מ'ווארט'מיר אויפן פארזעצונג
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

ווי וואנט מאור

בקשה צו די מנהלים און די נייע ראשהאקאהעל כאניש
פירטס איין א תקנה אז סקען נישט זיין מער ווי פיר-און-צוואנציג שעה צווישן איין קאפיטל און די צווייטע

א מין ווערטשאפט ציעט אן דעם עולם און ווערט נעלם, מקען דאס נישט טוהן מיטן עם קשי עורף
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירנן »

איינער האט א PDF?
אין איין וועגס שכח נפשי
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:געוואלדיג! א געשמאקע שפראך!
מ'ווארט'מיר אויפן פארזעצונג
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אינטערעסאנט!

אגב, אלעס איז דארט סאך ביליגער, לאו דוקא פרוכט וואס איז דא דארט בשפע גדול פאר ביליג (און טאקע גוטע פרישע פרוכט), א זאך וואס קאסט דא א הונדערטער קען רואיג קאסטן א פופציגער!
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

הנאה געהאט.
ווארט מיר אויף נאך.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכי נפשי »

קאפיטל 3
ויחנו בטוסאן בקצה המדבר



פליגערס דירעקט קיין טוסאן איז שווער צו טרעפן. איז דא צוויי וועגן: אדער פליען דירעקט קיין פיניקס און דערנאך אראפדרייווען א וועג פון א שעה אנדערטהאלבן קיין טוסאן, אדער איז דא אן אפציע פון פארן מיט א סטאפ קיין טוסאן.

דאס ערשטע מאל האבן מיר גענומען די ערשטער אפציע, אבער ס'צווייטע מאל האבן מיר מחליט געווען אז עס איז פאר אונז גרינגער צו לאנדען אין טוסאן על אף עס קומט מיט א סטאפ. די מעלה איז אז מען לאנדעט 15 מינוט אוועק פון ווי מען שטייט איין, אבער עס קומט אויס די זעלבע צייט, ווייל אנשטאט פארברענגען אויפן וועג דרייווענדיג, פארברענגט מען די זעלבע איינס אהאלב שעה ביים סטאפ.

פארן מיר אזוי פון ניוארק עירפארט קיין דאללאס טעקסאס, ווי מיר שטעלן זיך אפ פאר א קורצע צייט. למעשה איז עס שוין גארנישט אזוי קורץ, קודם האבן זיי געזאגט אז עס איז דא א טעכנישע פראבלעם מיט די GPS סיסטעם, און עס וועט נעמען א האלבע שעה דאס צו פארעכטן.
פון א האלבע שעה איז געווארן א שעה אהאלב, ביני לביני ניצט מען אויס די צייט אריין צוקוקן אין א גמרא'לע, קיין נערוון האב איך נישט עכט, זיצט מען און מען קלאצט…. א איד איינער אליין, ארומגענומען מיט הונדערטער פאר נייגעריגע אויגן וואס האבן קיינמאל, אדער זעלטן געזעהן א חסיד'יש געקליידטער איד.

נעבן מיר זיצן 2 עלטערע פארפעלקער וואס זעהן אויס פונקט אזוי לאנגווייליג ווי מיר, אויפ'ן אויסזען זענען זיי אנשטענדיגע מענטשן, און ווען זיי צעשמועסן זיך צווישן זיך כאפ איך אויף יעדע צווייטע ווארט.

דער סך הכול פון דער שמועס שטעלט מיר קלאר אז איין פארפאלק זענען טוריסטן וואס קומען וואקעישענען און טוסאן, בעת וואס דאס צווייטע פארפאלק זענען גאנץ יעריגע איינוואוינער אין שטאט, און קערן זיך איצטערט צוריק פון זייער וואקאציע אין איינע פון די סטעיטס.

ווי די טוסאנער תושבים דערציילן, האבן זיי שוין געוואוינט אין עטליכע שטאטן, אויף אלע עקן פון די פאראייניגטע שטאטן מאפע, אריינגערעכנט אהייא, מעין, און נאך; זיי האבן זיך ענדגילטיג באזעצט אין טוסאן נאך וואס דער שטאט איז דאס בעסטע וואס זיי האבן שוין עקפיריענסט.
זיי האבן זיך געקויפט א דירה אין א סעניאר דעוועלאפמענט, (וואס טוסאן פארמאגט בשפע) און ס'איז א מחי'.... די קריים איז נידעריג (רעלאטיוו), דער עולם איז רואיג ווי משוגע, שטא קיין טראפיק צום האבן, געשעפטן צו יעדע זייט, בערג צו ווי מען קערט זיך, וואס ברויך מען מער…... איך האב נישט געקענט מער ווי צושטימען שטימערהייט צו יעדעס ווארט וואס זיי זאגן; פון א גוי'שער פערספעקטיוו איז דער שטאט ממש א כליל המעלות, ספעציעל פאר עלטערע, אבער פאר אידן דארף עס נאך אסאך ארבעט פון אקערן און זייען אידישקייט ביז עס וועט ווערן עפעס דערפון.

דער אויסרוף אז מען "בארד שוין" האט מיר צוריקגעברענגט צום מציאות. מען מאכט זיך באקוועם אויף דער היבש קליינע פליגער פאר נאך א קורצע אבער הערליכע רייזע פון א קנאפע שעה. פאר אונזערע אויגן שפרייט זיך אויס א הערליכע זאמד'דיגע טעפיך וואס ציהט זיך ווייט ווייט, בעת וואס מיר פליען פארביי דאס רעשט פון טעקסאס אין גאנץ ניו מעקסיקא צילנדיג קיין טוסאן אריזאנע.

וואס נענטער מען קומט צום ציל הייבן זיך די בערג אלס העכער, און דער פליגער גייט אלס נידריגער, אזש עס שפירט זיך ווי מען פליט צווישן די בערג שפיצן.. מיט א פארכאפטע אטעם זיצט דאס גאנצע פליגער שטיל ווען אלעמענס אויגן זענען געוואנדן אויף ארויס פון פענסטער, די ערד פלאך איז באשפרענקלט מיט שווארצע פינטעלעך, נעמליך די הויכע קאקטוס געוואוקסן וואס זעהן אויס פון דערהויך ווי נישטיגע פינטעלעך.

די לאנדונג איז הערליך! קיינמאל געזעהן עפעס ענליכעס צו דעם.
בילד
בילד
בילד
די זון שטראלן גלעטן אונז, און קוקן אונז נאך ווי מיר רירן צו די ערד…..
וועלקאם טו טוסאן אינטערנעשינעל עירפארט! זאגט אונז אן די מיקראפאן, די וועטער איז איצט 95 די גראד שיין זוניג טיילווייז וואלקענדיג.. (וואס דען?.... איר קענט ארויסנעמען אן אינשורענס פאליסי אויף דער וועטער פאר רובא דרובא פון די יאר.)

שפאנען מיר אראפ דעם פליגער קארידאר, מיר ריכטן אונזער טריט צום "הויפט טערמינאל פון דער אינטערנעשינעל עירפארט" .. פרעגט נישט פארוואס עס איז אן אינטערנעשינעל עירפארט בעת דאס גאנצע באשטייט פון א בנינ'דל צוויי…...רוב גרויסע היימישע קעמפס זענען שוין אזא גרויס אדער גרעסער… אבער באמת גערעדט, איז דאס צוליב די פלייטס וואס גייען און קומען פון מעקסיקא וואס איז שוין אן אנדערע לאנד, דאס קוואליפיצירט אים פאר אט דער טיטל פון "אינטערנעשינעל עירפארט".

אונזער פלייט איז דאס לעצטע פארן טאג, (לכאורה איז דאס צוליב די פארשפעטיגונג אין דאללאס) טייל ערטער זענען די לעקטערס פארלאשן, די אטמאספערע איז רואיגער ווי אין מיין לאקאלער וואל מארט, נישטא קיינער אויסער די קנאפע ניינציג מיטרייזענדע אויף מיין פליגער, צוויי קאראסעלן פאר די פעקלעך און דאסי דאס, ביידע פון זיי ארבעטן נישט אויף די מינוט, דער עולם גייט ארום ווי אין קעמפ אויפ'ן פעלד, מען זוכט זיך אפיר ס'געפעק און געגאנגן.

מיר גייען ארויס אויף די פרישע לופט צו ווארטן אויף דער ברודער זאל אונז קומען אפנעמען, ער האט געלאנדעט מיט אייניגע שעות פריער.
א פרישע לופטל וויגט אדורך, די זון איז שוין פארבויגן צו מערב צו, די היצן האבן שוין נאכגעלאזט, מיר נעמען אריין אייניגע טיפע אטעמעס ווי צו איינגעוואוינען די לונגען צו דער נייער קלימאט.

די ראוד וואס לויפט אריבער פארנט פונעם טערמינאל איז נישט מער ווי 2 לעינס ברייט.. אויף די אנדערע זייט "גאס" געפונט זיך די פארקינג לאט. ביים ווינקל איז פארפלאנצט די ברייט פארשפרייטע קאקטוס געוואוקסן למיניהם, די הויכע שלאנקע, די ברייטע רונדיגע, די לעפלעך, אלא ווערא פלענטס, און נאך.
בילד
מען כאפט אביסל תנור ראשון בילדער... מיר "קראסן אריבער די גאס און מיר זענען אין פארקינג לאט.
מען ברויך זוך אביסל אונטעריאגן פאר מנחה, מיר ווילן נישט פארפאסן די איינציגסטע מנין אין שטאט, אפאר מינוט פארן אין מיר שטייען פארנט פון בראננער'ס ישוב ווי מיר וועלן פארברענגן דעם בעפארשטיינדער יו"ט הבעל"ט.
לעצט פארראכטן דורך ברכי נפשי אום מיטוואך יולי 01, 2020 12:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

We want more
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ohrchodosh »

פיין, כ'שפיר די היץ....
אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשיגער »

הערליך שיין! זאפטיג און געשמאק! שטארק ציענד צו ליינען, דו נעמסט מיך ממש אהין!
נאך איינער האט א פראבלעם צו זעהן די בילדער? אדער מיין משומר?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פלאטשיגער האט געשריבן:הערליך שיין! זאפטיג און געשמאק! שטארק ציענד צו ליינען, דו נעמסט מיך ממש אהין!
נאך איינער האט א פראבלעם צו זעהן די בילדער? אדער מיין משומר?

כויך, מיט טעקלאק
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

איר קענט איבערלייגן די בילדער
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

יישר כוח @ברכי זייער געשמאק געשריבן
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

הערליך שיין, זאפטיג און געשמאק.

מיט׳ן גאלדענעם פעדער דיינעם האסטו מיר אהין צוריק געפירט און אויפגעפרישט די אנגענעמע זכרונות פון מיין וואקאציע אין טוסאן אפאר יאר צוריק... ש׳כח!
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

הערליך שיין דיין באשרייבונג

מ׳קען אבער נישט זען די בילדער
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכי נפשי »

צו אלע וואס האבן פראבלעמען מיט זעהן די בילדער, די אימעדזש אדרעסס וואס איך האב אריינגעלייגט איז פון גוגל פאטאס מעגליך אז דאס איז דער פראבלעם. איך וועל עס פרובירן איבערלייגן
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

איך קען מיר נישט איינהאלטן.

האסט געהאט די עכטע אריזאנא מצות...........................

יעצט קען מען מעקן.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכי נפשי »

ברכי נפשי האט געשריבן:צו אלע וואס האבן פראבלעמען מיט זעהן די בילדער, די אימעדזש אדרעסס וואס איך האב אריינגעלייגט איז פון גוגל פאטאס מעגליך אז דאס איז דער פראבלעם. איך וועל עס פרובירן איבערלייגן

האמער עפעס ארומגעבאבערט
איך האף אז עס איז פאראכטן
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”