טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך זעה א באריכט אז בערמאן האט למעשה אויסגעפירט, ווייל טראץ ער איז אינדרויסן, איז זיינס א דעפיוטי יעצט אין טשארדזש, אנשטאט דעם וואס באר האט געוואלט, ביז/אויב דער סענאט וועט קאנפירמען א רעפלעיסמענט יו עס אטוירני.
Berman’s gutsy move succeeded. He may be gone, but his deputy, Audrey Strauss, will lead SDNY instead of Barr’s lackey. Trump will be unable to get anyone else confirmed. Berman preserved integrity of his office and exposed Barr’s bullying tactics. He won’t be unemployed for long


אויך זעה איך אז טראמפ האט נישט געפייערט בערמאן למעשה, נאר האט געזאגט אז ער איז נישט אינוואלווט אין פייערן בערמאן, און למעשה האט בערמאן רעזיגנירט.
Berman timeline

Friday
- Barr claims in statement Berman is stepping down
- Berman says he hasn't resigned and doesn't plan to

Saturday
- Barr sends letter saying Trump fired Berman
- Trump says "I'm not involved" in Berman's firing
- Berman resigns, says deputy will take over


-------------


טראמפ האט היינט געזאגט פאר דזשאן ראבערטס פון פאקס - נישט צו פארמישן מיט דעם טשיעף דזשאסטיץ - אז ער פלאנט איבערצומאכן דאק"א נאך פאר די וואלן.
IMG_20200621_001506.jpg
IMG_20200621_001506.jpg (111.37 KiB) געזען 2027 מאל


אויך ביי זיין ראלי היינט האט ער דערקלערט אז ער האט געווינען קעגן דאק"א, ווארשיינליך איבער דעם וואס לויטן געריכטליכן פסק האט ער די רעכט עס מבטל זיין, אויב מען מאכט גוט די פאפיר ארבעט.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

אין די צייט וואס בערמאן האט געפירט די SDNY איז געווען שטיל, דער אייבערשטער זאל העלפן אויף ווייטער.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

צל עובר האט געשריבן:טראמפ האט היינט געזאגט פאר דזשאן ראבערטס פון פאקס - נישט צו פארמישן מיט דעם טשיעף דזשאסטיץ - אז ער פלאנט איבערצומאכן דאק"א נאך פאר די וואלן.
IMG_20200621_001506.jpg


אויך ביי זיין ראלי היינט האט ער דערקלערט אז ער האט געווינען קעגן דאק"א, ווארשיינליך איבער דעם וואס לויטן געריכטליכן פסק האט ער די רעכט עס מבטל זיין, אויב מען מאכט גוט די פאפיר ארבעט.

די קאורט האט אים געראטעוועט (שוין די צווייטע מאל אין א וואך) פון א שטארק אומפאפולערע פאליסי, אבער ער וויל זיך שיסן אין די פיס פאר יעדע קאסט.

#סטיווען_מילער
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פרעזידענט טראמפ האט היינט פארלענגערט א פארבאט אויף געוויסע וויזא-האלטער אריינצוקומען קיין אמעריקא.

די רעדע איז איבער די H-1B, די H-2B, די J און L וויזא פראגראם'ס וואס ערלויבן געוויסע אויסלענדישע אריינצוקומען אין לאנד פאר א שטיק צייט אנצונעמען ארבעט אין געוויסע אינדוסטרי'ס וואו די רעגירונג האט איינגעזעהן אז ס'פעלט אויס לטובת די עקאנאמיע.

אפריל 22 האט טראמפ סוספענדירט - אויף 60 טאג - זייער רעכט אריינצוקומען אין לאנד פאר ארבעט'ס צוועקן, אז אמעריקאנער בירגער זאלן האבן די מעגליכקייט צו טרעפן זשאב'ס נאך פאר די אויסלענדישע נעמען זיי צו. יעצט האט די פארבאט געזאלט אפלויפן, האט טראמפ היינט געמאלדן - אז צוליב די שווערע עקאנאמישע מצב אין לאנד - אז ער טוט פארלענגערן די פארבאט - אויסער אין געציילטע אויסנאם פעלער - ביז דעצעמבער 31.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

גוגל, עמעזאן און טוויטער זענען ארויסגעקומען מיט גאר שארקע סטעיטמענט'ס קעגן דעם פרעזידענט'ס ארדער.

עמעזאן שרייבט אין זייער סטעיטמענט: "דאס אפהאלטן טאלאנטפולע פראפעשאנעל'ס פון אריינקומען אין לאנד און צוגעבן צו די אמערקיאנע עקאנאמישע ערהוילונג, טוט שטעלן אין געפאר אמעריקא'ס מעגליכקייט צו קאמפיטן אויף א אלוועלטליכע פארנעם. די וועליו פון די "היי-סקילד וויזא פראגראם'ס" איז קלאר, און מיר טוען זיך באדאנקען פאר די פולע עמעזאן איינגעשטעלטע פון ארום די וועלט וואס זענען געקומען קיין אמעריקא צו ערפינדן נייע פראדוקטן און סערוויסעס פאר אונזער קאסטומער'ס".
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אגב, אין די ארדער טוט טראמפ - צווישן אנדערע - ארויסברענגען אז אין די מאנאטן פעברוארביז אפריל זענען פארלוירן געגאנגען אזויפיל ווי 17 מיליאן אמעריקאנער זשאב'ס אין אט די זעלבע אינדוסטרי'ס וואס זוכן יעצט ארינצוברענגען אויסלענדישע ארבעטער דורך די דאזיגע וויזא'ס.

ווי אויך, איז אנעמפלוימענט ראטע צווישן אמעריקאנער וואס זענען אין עלטער פון 16 ביז 19 שטייט ביי 29.9 פראצענט, און ביי 20-24 יעריגע האלט עס ביי 23.2 פראצענט.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:גוגל, עמעזאן און טוויטער זענען ארויסגעקומען מיט גאר שארקע סטעיטמענט'ס קעגן דעם פרעזידענט'ס ארדער.

עמעזאן שרייבט אין זייער סטעיטמענט: "דאס אפהאלטן טאלאנטפולע פראפעשאנעל'ס פון אריינקומען אין לאנד און צוגעבן צו די אמערקיאנע עקאנאמישע ערהוילונג, טוט שטעלן אין געפאר אמעריקא'ס מעגליכקייט צו קאמפיטן אויף א אלוועלטליכע פארנעם. די וועליו פון די "היי-סקילד וויזא פראגראם'ס" איז קלאר, און מיר טוען זיך באדאנקען פאר די פולע עמעזאן איינגעשטעלטע פון ארום די וועלט וואס זענען געקומען קיין אמעריקא צו ערפינדן נייע פראדוקטן און סערוויסעס פאר אונזער קאסטומער'ס".

דאס איז דער זעלבע עמאזאן וואס האט מנדב געווען מיליאנען פאר אומלעגאלע אימיגראנטנס עדיוקעישן.
און ביז לעצטנס געצאלט מיט א קארגשאפט פאר זיינע אמעריקאנע ארבעטער!
@ליבעראלע גוטהארציקייט!
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אבער טראמפ ארבעט פאר קאפארעישאנס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

וויצע פרעזידענט פענס זיך אויסגעגליטשט אויף די טרעפ פון עיר פאורס 2 אבער זיך אויפגעהויבן געשווינד און גערייכט די האנט צו די אנוועזנדע און קענטיג נישט געווארן פארוואונדעט
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

ער האט געדארפט אראפלויפן ווי טראמפ פון די גליטשער...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די אמעריקאנער ארמיי האט אקטיוויזירט פיר הונדערט נעשאנעל גארד זעלנער, צו באשיצן מאנומענטן לענגאויס וואשינגטאן די-סי.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

די קאראוואן סעזאן האט זיך אנגעהויבן...

פיר טוינזט דעפארטמענט אוו דעפענס פערסענעל געשיקט צום דרום גרעניץ. זיי וועלן נישט אנטייל נעמען אין פיזישע אינפארסירונגען.
אטעטשמענטס
EbX8siYXQAAiw9a.png
EbX8siYXQAAiw9a.png (26.49 KiB) געזען 1182 מאל
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

קאראוואנען מיט אנגעשטעקטע ווען דרום אמעריקע איז א האט ספאט פאר קאוויד 19 איז בכלל נישט קיין קלוגע איידע
שויתי ה' לנגדי תמיד
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

וואס איז איך האב געמיינט אז מען דארף רחמנות האבן אויף זיי?
וואס איז יעצט געשען?
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

קארל בערנסטין האט אפגעשריבן א גאר לאנגע ארטיקל פאר סננ איבער טראמפ'ס געשפרעכן מיט אנדערע וועלט פירער... טאטע זיסע!

https://www.cnn.com/2020/06/29/politics ... index.html

(CNN)In hundreds of highly classified phone calls with foreign heads of state, President Donald Trump was so consistently unprepared for discussion of serious issues, so often outplayed in his conversations with powerful leaders like Russian President Vladimir Putin and Turkish President Recep Erdogan, and so abusive to leaders of America's principal allies, that the calls helped convince some senior US officials -- including his former secretaries of state and defense, two national security advisers and his longest-serving chief of staff -- that the President himself posed a danger to the national security of the United States, according to White House and intelligence officials intimately familiar with the contents of the conversations.

The calls caused former top Trump deputies -- including national security advisers H.R. McMaster and John Bolton, Defense Secretary James Mattis, Secretary of State Rex Tillerson, and White House chief of staff John Kelly, as well as intelligence officials -- to conclude that the President was often "delusional," as two sources put it, in his dealings with foreign leaders. The sources said there was little evidence that the President became more skillful or competent in his telephone conversations with most heads of state over time. Rather, he continued to believe that he could either charm, jawbone or bully almost any foreign leader into capitulating to his will, and often pursued goals more attuned to his own agenda than what many of his senior advisers considered the national interest.


עס איז ווייט צו לאנג צו קוואוטן די גאנצע...
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

נישט יעדע מאל סי ען ען מאכט אפ צו העצן קעגן דאנעלד טראמפ מיינט עס עפעס
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יש ברירה האט געשריבן:קארל בערנסטין האט אפגעשריבן א גאר לאנגע ארטיקל פאר סננ איבער טראמפ'ס געשפרעכן מיט אנדערע וועלט פירער... טאטע זיסע!

https://www.cnn.com/2020/06/29/politics ... index.html

(CNN)In hundreds of highly classified phone calls with foreign heads of state, President Donald Trump was so consistently unprepared for discussion of serious issues, so often outplayed in his conversations with powerful leaders like Russian President Vladimir Putin and Turkish President Recep Erdogan, and so abusive to leaders of America's principal allies, that the calls helped convince some senior US officials -- including his former secretaries of state and defense, two national security advisers and his longest-serving chief of staff -- that the President himself posed a danger to the national security of the United States, according to White House and intelligence officials intimately familiar with the contents of the conversations.

The calls caused former top Trump deputies -- including national security advisers H.R. McMaster and John Bolton, Defense Secretary James Mattis, Secretary of State Rex Tillerson, and White House chief of staff John Kelly, as well as intelligence officials -- to conclude that the President was often "delusional," as two sources put it, in his dealings with foreign leaders. The sources said there was little evidence that the President became more skillful or competent in his telephone conversations with most heads of state over time. Rather, he continued to believe that he could either charm, jawbone or bully almost any foreign leader into capitulating to his will, and often pursued goals more attuned to his own agenda than what many of his senior advisers considered the national interest.


עס איז ווייט צו לאנג צו קוואוטן די גאנצע...

ווער איז דער בערנסטין?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

ער איז דער לעגענדארער רעפארטער פון די וואטערגעיט סקאנדאל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אה...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

יש ברירה האט געשריבן:ער איז דער לעגענדארער רעפארטער פון די וואטערגעיט סקאנדאל.

עס מיינט גאר נישט
ער האלט אין ארויסקומען מיט סטעיטמענס
ער טרייט צו זיין אין די נייעס
עס שמעקט אים די ניקסען צייטן
אבער עס איז ליידער נישט
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

אגב: רוב ראפארטער פון די וואטערגעיט סקאנדאל האבן רעפארטיט שטותים מיט לאקשן און גראבע ליגענט
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איינער געדענקט נאך? דאס איז פון יארע 2017:

פעיק נוז האט געשריבן:גרויס דראמא שפילט זיך אפ אינערהאלב דער פעדעראלער רעגירונג, ווען נעכטן איז געווען דער ערשטער ביזנעס טאג נאכדעם וואס דער דירעקטאר פון די פעדעראלע "קאנסומער פינאנציעלע שוץ ביורא" האט אפגעטרעטן, און א נייער צייטווייליגער דירעקטאר איז געשטעלט געווארן אין פלאץ.

ווער עס איז דער נייער צייטווייליגער דירעקטאר, ווענדט זיך וועמען מען פרעגט: פון איין זייט האט דער ארויסגייענדיגער דירעקטאר ריטשארד קארדרעי געשטעלט זיין געהילף ליענדרא ענגליש אנצופירן די ביורא דערווייל, אבער פון דער אנדערער זייט האט פרעזידענט טראמפ געשטעלט זיין בודזשעט דירעקטאר מיק מולוועיני אלס צייטווייליגער דירעקטאר.

קארדרעי האט רעזיגנירט פרייטאג, און דעריבער איז נעכטן מאנטאג געווען דער ערשטער טאג אנדעם וואס ער זאל זיין ביים רעדל, און מען האט געווארט צו זען וויאזוי די סיטואציע וועט זיך אויסקאכן, ווען סיי ענגליש און סיי מולוועיני וועלן אריינקומען צו די ביורא הויפטקווארטירן און זיך אריינזעצן אינעם דירעקטאר'ס אפיס.

למעשה האט ענגליש בלויז געשיקט אן אימעיל צו אלע ביורא איינגעשטעלטע נעכטן אינדערפרי, באגריסנדיג זיי נאכ'ן חאגע וויקענד און אונטערשרייבנדיג זיך אלס "צייטווייליגער דירעקטאר". מולוועיני האט אבער אריינמארשירט אין די הויפטקווארטירן מיט קאנפידענץ און באלד אנגעהויבן א סעריע זיצונגען מיט הויכראנגיקע שטאב באאמטע.

מולוועיני האט געזאגט פאר אלע איינגעשטעלטע אז זיי זאלן איגנארירן אלע אימעילס און אנווייזונגען וואס זיי באקומען פון ענגליש, און טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע האבן געזאגט אז זיי גרייטן זיך אויף א געריכטליכן קאמף מיט ענגליש, נאכדעם וואס זי האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן דער טראמפ אדמיניסטראציע, זאגנדיג אז טראמפ האט נישט די לעגאלע מאכט צו שטעלן א נייעם צייטווייליגן דירעקטאר.

איד דעלי




נאט אייך:

דער סופּרים קאורט האט נעכטן געאורטיילט אז פּרעזידענט טראמפּ האט די פולקאמע מאכט ארויסצואווארפן דעם דירעקטאר פון די "קאנסומער פיינענשאל פּראטעקשאן ביורא".
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

הייסט די דירעקטאר איז נישט געווען אנטשידן ביז יעצט?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עס איז הימל און ערד און באונטי איבער די באריכט אז די רוסן האבן באצאלט צו מארדן אמעריקאנע זעלנער

איבער די פאליטיק פון טראמפ'ס יא אדער נישט וויסן און זיין האנדלונג איז שוין אסאך געשריבן געווארן אבער איינע פון די זאכן וואס די ווייסע הויז ברענגט ארויס איז דאס אז עס זענען געווען אומאיינשטימיגקייטן אינערהאלב די שפיאנאזש געמיינדע ווען עס איז געקומען צו באשטעטיגן די באריכטן

ווער עס וויל זיך ווייטער פראסקענען איבער די טעמע איז העפליך פארבעטן עס צו טוהן אין די אשכול ספעציעל דעזיגנירט פאר אט די צוועק אבער דא זענען מיר איצט געקומען בלויז צו פרובירן אביסעלע אויסצוקלארן איבער וואס די אומאיינשטיגקייטן האנדלען זיך

אלעס איז דערווייל בלויז באריכטן אבער דאס איז וואס זיי פארציילן
די סי איי עי איז פעסט ביי זיך אז די רוסן האבן ווירקליך טאקע געגעבן געלט פאר די טאליבאן אומצוברענגן אמעריקאנער אבער די ען עס עי איז סקעפטיש דערוועגן
פארוואס? זיי זאגן אז זיי האבן נישט באוויזן צו באשטעטיגן די שפיאנאזש פון די סי איי עי דורך זייער אייגענע סיגנאל זאמלונג סיסטעם וואס באדייט אז אמעריקא מאנגלט אין א דירעקטע באווייז אז די אפעראציע איז פארבונדן צו די קרעמלין
לויט די ען עס עי וואלט אן אפעראציע פון אזא סענסיטיווע קאליבער געמוזט ווערן קאמיוניקירט מיט מאסקווע דורך אמווייניגסטנס טייל פון די ליניעס איבער וועלכע זיי קענען אויפכאפן
ען עס עי איינגעשטעלט אנטזאגן זיך צו ערקלערן די אונטערלאגע צו זייער קעגנערשאפט צו באשטעטיגן די סי איי עי שפיאנאזש געפינסן אבער אנאליסטן צייגן אן אויף צוויי פונקטן וועלכע העלפט פארשטיין די שטעלונג פון די אגענטור
1) די ען עס עי אפגאניסטאן אפטיילונג האט נישט באוויזן אויפצוכאפן סיי וועלכע קאמיוניקאציע צווישן GRU אפיצירן דיסקוסירן אזא פלאן און טראץ וואס די GRU אפיצירן אנגעבליך פארוויקלט אינעם פלאן האבן אפערירט אפגעזונדערט פון די GRU אפטיילונג אין קאבול וואלט פארט נאטורליך פארבליבן עפעס ברעקלעך פון שפורן פון אזעלכע דיסקוסיעס לויט ווי די ען עס עי גלויבט און דערווייל האבן זיי אזאנס נישט אויפגעכאפט
2) די ען עס עי וועלכע אונטערזוכט טעלעפאן רופן, טעקסט מעסעדזשעס און אימעילס האט נישט אויפגעכאפט קיין קאמיוניקאציע צווישן די GRU סטאנציאנירט אין קאבול און די GRU הויפטקווארטירן אין מאסקווע
זיי צייגן אן אז געוויס איז פוטין זעלבסט געווענליך אויסגעהיטן פון לאזן שפורן אז ער פערזענליך איז פארמישט אין אזעלכע אקטיוויטעטן אבער אזא סענסיטיווע פראיעקט איז זיכער איין וועלכע מוז ווערן אויטאריזירט און רעגלמעסיג באגלייט פון די העכסטע פענסטער און וואלט זיכער אויפגעטריבן עפעס דאטא פון נאכאנאנדע פארבינדונגען פון קאבול קיין מאסקווע
הגם, מען קען צווייפלען אויף די באהויפטונג און שפעקולירן אז דאסמאל זענען די רוסן געווען ספעציעלע פארזיכטיג נישט איבערצולאזן קיין פינגער אפדרוקן און מעגליך זיך באנוצט אויסשליסליך מיט רויע קאמיוניקאציע מעטאדן ווי מענטשליכע שלוחים און מעסעדזשעס צו פארמיידן דאס ווערן אויפגעכאפט אויף סיי וועלכע פלאטפארמע אפן צו די ען עס עי און טאקע דערפאר איז עס בלויז געלונגען פאר די סי איי עי צו דערגיין און טאקע דורך מענטשליכע שפיאנאזש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ווייסע הויז נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל זאגט אז טראמפ איז גרייט צו נעמען שריט אויב די שפיאנאזש באריכטן איבער רוסישע פרואוון אומצוברעגן אמעריקאנער ווערט באשטעטיגט
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”