סטיטשינער האט געשריבן:גלות איד האט געשריבן:ווייס איך נישט וואס די עולם איז אזוי ברוגז אוף טישלער. קודם כל איז עס נישט נאר דעם צעווילדעוויטע בחור, דאס איז די אפענע און קלארע שטעלונג פון די אפיציעל ערוועלטער באמטע, פעלדער, אייכנשטיין און יעגער.
.
אזוי וואו איך זעה אז מערערע פארשטייען נישט וואס דא גייט פאר, העל איך נעמען די פענע און פרובירן שרייבן על קצה המזלג
עס איז דא עטליכע ערליי פאליטישענס ביים היימישן עולם ,
1) אסטעבלישמענט קאנדידאטן ד.ה א קאנדידאט וואס לויפט אויפן פארלאנג פון א היימישע ארגון , א שטייגער וואו א איד וואו ר׳ שמחה פעלדער וואס ער איז אייביג געווען דער כלל טוער מטעם אגודת ישראל , טאקע דערפאר זיצט ער כסדר מיט די עלטערע געזעסענע עסקנים און ער איז דער הויפט קעמפער פאר די אמת׳ע אינטערעסן פון כלל ישראל
2) א יחיד וואס לויפט פון זיך אליינס און פרובירט צו באקומען שטיצע פון לאקאלע און מוסדות , למשל דעוויד גרינפעלד האט נישט געהאט קיין שיכות מיט די אגודה און ער איז אפילו געלאפן אקעגען זייער קאנדידאט, למעשה האט ער געווינען און ער האט אפילו מצליח געווען צו ירשה׳נען שיין בענקעל פאר יעגער וועלכע איז אויך נישט קיין שליח מטעם איינעם , און בעצם קען ער טוהן וואס ער וויל
און די היינטיגע וועלט העלן אלע קאנדידאטן ציטערן פאר זייער בענקעל אויב זאל א יחיד ארויסקומען און זיך אהערשטעלן וואו דער עסקן פון כלל ישראל
וממיילא איז פשוט אז די לאנגיעריגער עסקנים / פאליטישענס ציטערן פון אזא איינער וואו טישלער וואס איז אזוי שנעל געווארן פאפולער און ער איז מסוגל ארויסצוגיין מיט א קומפיין און זאגן אז ער איז דער איינציגסטער וואס טוט צום זאך
איי די לאנג יעריגער עסקנים וואו פעלדער ובדומה לו זענען זיך מוסר נפש פאר די חינוך ועוד ווען קיינער זעהט נישט , נו דאס איז גוט פאר עולם הבא נישט פאר די עולם הוואטס עפפ
און איין ווארט די פאליטישענס ציטערן אז ביים קומעדיגע וואח פארמעסט העט טישלער לויפן אקעגען זיי און אריינקומען שטארק מיטן דעת הקהל ( די וואטס עפפ קהל)