סגל האט געשריבן:העלאו האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:ווי מער אונז גייען אן מיט אונזערע לייכטזיניגקייט, פון ברעכן דאס געזעץ, וואס איז אין פלאץ אונז צו שיצן פון בייזן, זענען מיר בפועל גורם א פארלענגעגרונג אז די אלע וואלנערבל מוזן זיין פארשלאסן אינדערהיים.
ווער האט אונז געגעבן די רעכט, צו פארלענגערן זייערע הויז־ארעסט אורטייל, ווייל אונז פילן זיך זיכער צו דרייען פראנק און פריי איינעם אויפ׳ן צווייטן???
וואספארא מענטשליכקייט איז צו מאכן א גרויסע חתונה ווען זיידע באבע קענען נישט קומען, און יעדער טאם דיק און הערי, קומט זיך פרייען, אויף וועמענ׳ס בלוט טאנצט מען דא, פון די אייגענע פאמיליע???
מען לויפט אין בית המדרש סאשעלייזן, אויף די חשבון וועלן אונזערע עלטערע יודן, בלייבן פארשלאסן לענגער אינדערהיים איינזאם אליינס, וואסאפרא גלייכגילטיגקייט איז דאס????
ווען זענען מיר פארוואנדלט, אין אזא עגאאיסטשע, סעלפישע מאנסטער?!?!?
מען רעדט נישט פון מאכען ריזיגע חתונות מענטשען האבן געוואלט מאכן אין קליינע זאלן קליינע חתונות פארמאכט פאר די פאבליק זענען געגאנגען א פאר צדיקים און געמאסערט עס איז נישט צו גלייבן אז ציוישען היימישע אידן קען מען נישט פארציילן ווי די חתונה איז ווייל מען האט מורא געהאט מען וועט מסר'ן מען האט געדארפט אוועק פארן שעות אוועק אלס פחד פון אייגענע ברודער בשעת טויזענטע גוים דרייען זיך אויף די טרעינס און באסעס אין ביטשעס און דאס איז נישט קיין שום פראבלעם? די פראבלעם וואלט נישט געווארען פון די פאר היימישע קליינע חתונות
אגב האב איך געהערט (נישט מברר געווען) אז ר' שמואל לעוו האט גערעדט מיט די הויכע פענסטער, האבן זיי אים געזאגט אז זיי דארפן נישט די גאנצע זאך, זיי טוען עס נאר מחמת פרעשור פון די מידיע.
לכאורה (אויב ס'איז אמת) האבן זיי אים געמיינט מרמז צו זיין אז מצדם קען מען טוען וואס מען וויל, מען זאל נאר זיכער מאכן אז עס קומט נישט אן צו די מידיע, ודו"ק
די מציאות איז אז די וואך האבן אלע היימישע האלס אפגעזאגט אלע חתונות פון איין מינוט אויפן צווייטען ווען די חתן און מחותנים זענען שוין דא פון חוץ לארץ א חלק זענען שוין געקומען פאר שבועות פון פחד פון די נייע קווארענטין ממילא איז נישט שייך צו זאגן שטופ אפ די חתונה
א פאר עסקנים האבן איינגערעדט זיי גייען ארלעדיגען א דיל אין א דאנק דעם זענען מחותנים מיט משפחות געקומען צו פארען פון אויסלאנד אין די לעצטע מינוט איז מען געוואר געווארען אז נישט נאר זיי האבן גארנישט ארלעדיגט אדרבה זיי זענען געגאנגען מסר'ן און געסטראשעט די זאלן אז זיי גייען זיי פארמסר'ן און פארמאכן זייערע מוסדות וכדי בזיון וקצף