כראפעץ האט געשריבן:לויט דער בוללעטין זעה איך אז עס איז שוין צןגעקומען העכער א האלבע מנין אידן אין די פארגאנגענע דריי וואכן, אויך עטליכע קינדער קע"ה.
פון ווי קומען עפ"י רוב די נייע תושבים?
יא, בעזהשי"ת איז שטארק ניכר דאס געוואוקס פונעם היימשען ציבור אין ווילאוברוק און אין מענאר הייטס. די בתי מדרשים זענען געפאקט עד אפס מקום מיט אנשים, בחורים, וילדי תשב"ר. חסידי גער זוכן צו עפענען א דריטן שטיבל! סקווער פלאצט ארויס פון זייער איצטיגן געדונגענעם בית מדרש. חסידי בעלזא, בימ"ד מקולינץ, ביהמ"ד ערבי נחל- הרב מיללער, אין בימ"ד קאפיטשניץ זענען פילע געפאקטע שוהלן. ב"ה סטעטן איילענד שטייגט בגשמיות וברוחניות (ת"ת, מקוואות, וכו').