גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש,אחראי

שרייב תגובה

וועט איר נאך אמאל שטומען פאר קאומא?

איך קען מיר נישט זעהן וועלן פאר אים
220
74%
איך וואלט געשטומט פאר אים
77
26%
 
סך הכל שטימען: 297

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קואמא איז נישט קיין כופר, ער האט פשוט נעבעך נישט די ריינע אמונה.

סוף כל סוף איז ער נישט אויפגעוואקסן אין רבי'נס בית מדרש....
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

טראץ וואס איך בין אויף די צווייטע זייט פון קאומא אויף אסאך אישו'ס, ספעציעל מיט די קאראנע ווירטשאפט, אויב גייען די היימישע עסקנים און כלל טוער איינזען אז ער איז דער אויסוואל און אים אינדארסירן וועלן מיר שטימען פאר אים.

אויב בין איך אן אלגעמיינער ניו יארקער וויילער וואלט איך נישט געשטימט פאר אים פשוט אלס זיין פערסאנאליטי.
טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן »

ס'נאריש צו רעדן אז מען גייט נישט שטימען קעגן א פאליטישאן וואס האט זיך אלס צוגעשטעלט צו אידן, און האט איצט געטון זאכן וואס איז נישט איינקלאנג מיט אונז, אבער מיינט נישט אונז.
ס'איז זיכער אז ס'נישט ריכטיג די פעולות וואס ווערן איצטערט געטון דורך דעם גובערנעטאר, אבער דו ווייסט נישט ווער ס'האט זיין דער צווייטער - נאכדערצו ווען ער שטעלט זיך געווענליך צו מיט'ן פולן קראפט.

#בעט נישט פאר נייע פריץ
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

איך גיי נישט שטומען פאר איהם

אמת ער שטעלט זיך ארויס און פרובירט צו זיין פעיר מיט די יודן
אבער עס איז גארנישט ווערט אויב איהם אלץ גאווערנער קאסט די לעבן פון אפילו איין יוד און איך רעדט שוין נישט פון הונדטערטע

ער האט נישט געקוקט און די ריכטונג פון די האספיטעלס וואס ער קען טוהן אז די טויט ראטע זאל נישט אזוי ארויפגיין נאר געמאכט פאליסיס וואס האבן צוגעהאלפן אז עס זאל ארויפגיין
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

די אשכול איז געווארען פארמאכט צוליב מאנכע וואס האבען געשריבען קללות אויפען גאווערנאר, ביטע זיך האלטען ציוויל און אריינקומען וועלן.

געפיהלען לויפען זייער היציג און איך מיז זאגען אז איך פארשטיי עס אבער אחרי ככלות הכל האט עס נישט קיין שום תועלת, יא! מיר זענען אומבאהאלפען און נאר השם קען אונז העלפען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

פארוואס זאל איך שטומען פאר אים פארן פאניגן גאנץ נוי יארק
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

געשטימט #1 אבער פארשטייט זיך אז עס ווענט זיך ווער עס גייט לויפן קעגן אים.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

והנה, און איך האב געטראפן א מדרש פליאה: העולם אומר "גייטס שטימען", אל תקרא "שטים" אלא "שטום", שנאמר אל תפתח פה לאתון, ונאמר מי שם פה לקאומאו הלא מי ש"בחר" בו ובמשנתו. ואם כן מה אומנותו של אדם בעולם הזה? ישים עצמו כ"אילם".
אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע זיי מיר מוחל »

היימישער הייקער האט געשריבן:אויב ער וואלט סתם געווען א מנוול דיינו
אויב וואלט ער סתם געווען אן אויסגעשפראכענע כופר דיינו
עאכו"כ וואס ער איז געווען די שליח פון הימעל צו הרג'נען צענדליגע פון אונזערע טייערע ברידער און שוועסטער.

לפע"ד איז קיין שום בצע כסף נישט ווערט אים צו האלטן אויפן טראן. נמחק זאג איך אויף אים מיט א פול מויל און א רוהיגע געוויסן.

סוי א עד דעי קאנדידאט. ווער איז ענדערשט?
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ס'דא ערגעץ וואו וואלן ווער עס איז דער גרעסטער בעל גאווה?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4445
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

איך שטום קיינמאל נישט פאר א געוויסע גוי פערזענדליך (רוב מאל קען איך אפי' נישט זייערע נעמען) איך בין נישט קיין גוי און איך נעם ב''ה נישט קיין שטעלונג און די גוי'שע שיטות (קאנסערוועטיוו, ליבעראל וכ''ו)
אלץ אחריות פארן ציבור שטום איך ערליך פארוועם די קהלות קדושות און מוסדות התורה און געטרייע עסקנים בעטן צו שטומען אזוי ווי בין ערצויגען געווארן.
אויב דאס וועט זיין קאומו וועט זיין קאומו.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

אין א פריימערי אויב לויפט ער קעגן א לינקער גיימער וואויטען פאר אים.
אבער נישט אין א דזשענעראל עלעקשען.
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4445
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

היימישער הייקער האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:
אויב ער וואלט סתם געווען א מנוול דיינו
אויב וואלט ער סתם געווען אן אויסגעשפראכענע כופר דיינו

מען האט קיינמאל נישט געטשעקט די ציצית אין פרייוועטע לעבן פון פאליטיקאנטן און גלות


א. עס איז דא א מרחק ציווישן בודק זיין די ציצית, און איינער וואס שרייט אין פאבליק כפירה. ווער האט אים געבעטן צו רעדן דערפון?
ב. ר' אביגדור מילער ז"ל, קאשוי רב ז"ל, ועוד האבן יא געהאלטן אז מען דארף דאס נעמען אין באטראכט.

א. גוי רעדט און טראכט ווי א גוי דאס האט גארנישט מיט אונז אידען צו טוהן (נאר אויף אזויפיל אז מ'טאר נישט אים הערן - און קיין שום גוי נישט)
ב. אבער לדעת אבותינו ורבותינו הק' זצוק''ל נבג''מ אז מ'האט זיך דירעקט נישט צו טוהן געמאכט האט זיך איצטערט גארנישט געטוישט.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

פארצייטנס האב איך געהאלטן פון אים, בעיקר צוליב זיין פאטער, ביז כ'האב געהערט פון א באקאנטן עסקן געוויסע אינסיידס וואספארא הונט ער איז, די זעלבע עסקנים וועלכע אינדארסירן אים אזוי שיין, זענען גארנישט אנטציקט פון אים.

שטימען וועל איך פאר וועם די מוסדות פארלאנגען.
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

[quote="אורח הכבוד"]איך שטום קיינמאל נישט פאר א געוויסע גוי פערזענדליך (רוב מאל קען איך אפי' נישט זייערע נעמען) איך בין נישט קיין גוי און איך נעם ב''ה נישט קיין שטעלונג און די גוי'שע שיטות (קאנסערוועטיוו, ליבעראל וכ''ו)

קאנסערוואטיוו ליבעראל האט לאו דווקא צו טון מיט גוים מער ווי אידן, א גרעסערע פראצענט ביים היימישן ציבור האבן א שטעלונג אין די ענינים ווי דער אמעריקאנער גאס אין אלגעמיין. די חילוק איז נאר אז מיר נעמען דאס נישט פערזענליך.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

צ/ק ס'ווענדט זיך ווער ס'וועט לויפן אקעגן אים
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

אורח הכבוד האט געשריבן:איך שטום קיינמאל נישט פאר א געוויסע גוי פערזענדליך (רוב מאל קען איך אפי' נישט זייערע נעמען) איך בין נישט קיין גוי און איך נעם ב''ה נישט קיין שטעלונג און די גוי'שע שיטות (קאנסערוועטיוו, ליבעראל וכ''ו)
אלץ אחריות פארן ציבור שטום איך ערליך פארוועם די קהלות קדושות און מוסדות התורה און געטרייע עסקנים בעטן צו שטומען אזוי ווי בין ערצויגען געווארן.
אויב דאס וועט זיין קאומו וועט זיין קאומו.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

כ'קען מיר נישט זען שטומען פאר אים, אבער אויב די פולס וועלן ווייזען אז ער וועט במילא געווינען
מצד זיין נוקם ונוטר נאטור, מיין איז אז ס'לוינט יא צו וועלן פאר אים, פאר ווער ס'קאן אים...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
קול זעקה
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 9:49 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קול זעקה »

ניס קראכער האט געשריבן:כ'קען מיר נישט זען שטומען פאר אים, אבער אויב די פולס וועלן ווייזען אז ער וועט במילא געווינען
מצד זיין נוקם ונוטר נאטור, מיין איז אז ס'לוינט יא צו וועלן פאר אים, פאר ווער ס'קאן אים...


ער ווייסט דען ווער ס'האט געשטימט פאר וועמען?
718-480-5349
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

איך פארשטיי נישט, אויב טאר מען נישט וואוטען לשיטת מאנכע פאר קאומאו צוליב זיין כפירה, וויאזוי קען מען וואוטען פאר סיי וועלכע קריסטליכע גלויביגער? לויט רוב פוסקים וואס האלטן אז די קריסטליכע רעליגיע איז כפירה ממש, וואס איז די חילוק צווישן א קריסט און א אטעאיסט?
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
אנע פשרות
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 10:36 am

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנע פשרות »

שטיגליץ האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, אויב טאר מען נישט וואוטען לשיטת מאנכע פאר קאומאו צוליב זיין כפירה, וויאזוי קען מען וואוטען פאר סיי וועלכע קריסטליכע גלויביגער? לויט רוב פוסקים וואס האלטן אז די קריסטליכע רעליגיע איז כפירה ממש, וואס איז די חילוק צווישן א קריסט און א אטעאיסט?


ברענג נישט אריין קיין מחשבות זרות צו די שמייליגע דא.
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

אורח הכבוד האט געשריבן:איך שטום קיינמאל נישט פאר א געוויסע גוי פערזענדליך (רוב מאל קען איך אפי' נישט זייערע נעמען) איך בין נישט קיין גוי און איך נעם ב''ה נישט קיין שטעלונג און די גוי'שע שיטות (קאנסערוועטיוו, ליבעראל וכ''ו)
אלץ אחריות פארן ציבור שטום איך ערליך פארוועם די קהלות קדושות און מוסדות התורה און געטרייע עסקנים בעטן צו שטומען אזוי ווי בין ערצויגען געווארן.
אויב דאס וועט זיין קאומו וועט זיין קאומו.


דאס שמעקט פון תמימות, דו פאלגסט ווי א זיבעלע, און ווי שאף צו די שחיטה... דו דארפסט זיין קלוג, דו דארפסט פארשטיין בעסער ווי די רבנים. דו וילסט הייסן א חכם, זאג א מיינונג אויף דעם און יענעם רבי'ן אז ער פארשטייט נישט גארנישט. ווילסט זיין ניאך קלוגער, זאג אז דער און יענער עסקן, דו מיינסט ער מיינט דאס אמת'דיג? אה, ער מיינט נאר געלט, ער האט א ים מיט פריוואטע אינטערעסן. אה, יעצט ביזטו א מענטש צום טיש...

הדא היא דאמרי בגמרא חוצפה יסגי. ווער עס האלט זיך א גרעסערער מחוצף און קען בעסער אראפרייסן דעם 'סיסטעם', די הנהגה, ערליכע אידן, ער הייסט גרויס...

חזק ואמץ!
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

שטיגליץ האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, אויב טאר מען נישט וואוטען לשיטת מאנכע פאר קאומאו צוליב זיין כפירה, וויאזוי קען מען וואוטען פאר סיי וועלכע קריסטליכע גלויביגער? לויט רוב פוסקים וואס האלטן אז די קריסטליכע רעליגיע איז כפירה ממש, וואס איז די חילוק צווישן א קריסט און א אטעאיסט?


איך האב נישט דורכגעטון די הלכות, אבער שכל זאגט אז כופר בעיקר (לייען: עטעאיסט) איז ערגער ווי עבודה זרה בשותף.
רצונינו לעשות רצוניך.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

שטיגליץ האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, אויב טאר מען נישט וואוטען לשיטת מאנכע פאר קאומאו צוליב זיין כפירה, וויאזוי קען מען וואוטען פאר סיי וועלכע קריסטליכע גלויביגער? לויט רוב פוסקים וואס האלטן אז די קריסטליכע רעליגיע איז כפירה ממש, וואס איז די חילוק צווישן א קריסט און א אטעאיסט?


דסתםאזוי פערזענליך דארף עס נישט אנגיין
אזוי ווי אבער אונזער קאומא האט זיך אויסגעדריקט אין פובליק און געזאגט אטעאיסטישע סטעיטמענטס אלס גאווערנאר און אויך בנוגע זיין פירערשאפט ווערט עס א שטיקל פראבלעם אויב נישט א גרויסער פראבלעם

עס איז דא דריי ערליי פאליטישאנס
א' א גוי וואס איז אין זיין פריוואטער לעבן א מנוול אדער כופר
ב' א גוי וואס גייט במציאות טוען פעולות אין וואס א יוד טאר נישט זיין קיין שותף דערין
ג' א גוי וואס לויפט אויף אן עמטליכער פלאטפארמע פון פעולות בעיקר וואס א יוד טאר נישט ענדארסן/טוען פעולות

א' גייט קיינעם נישט אן און עס איז אפילו נישט מוכרח אז ר' אביגדור מיללער און קאשוי רב זי''ע האבן געהאט א פראבלעם דערמיט
ב' דא ווערט שוין פראבלעמאטיש אויף וויפיל הייסט במציאות אז ווען מען וואוט פאר אזא איינעם ווייל עס איז דא חשבונות אויף אנדערע זאכן אויך נישט נאר די איסור'דיגע חלקים.
דא איז געווען און נאכאלס דא חילוקי דעות צווישן די גדולים פונעם פריערדיגן דור
ג' איז אויך געווען חילוקי דעות

ביז יעצט האט קאומא אריינגעפיט אין ב'
נאך די פרעסע קאנפערענצן אביסל מער אין ג' לגבי כפירה

ר' אביגדור מיללער, קאשוי רב זי"ע האבן בעיקר פארפירט פון אנפאנג ביי קאטש וואס איז געלאפן אויף אן עמטליכער פלאטפאמע און אלס איד
למעשה האבן זיי שפעטער געהאט א פראבלעם אפילו ביי גוים און אויך לכאורה ווען עס איז א במציאותדיגע פלאטפארמע
אוועטאר
מהיות טוב
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהיות טוב »

האבעך קיינמאל נישט געשטומט פאר עם און איך פלאן נישט צו שטימן פאר אים
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”