אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס
!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך !want to be good » דאנארשטאג מאי 21, 2020 3:46 pm

געוואלטיג האט געשריבן:ברעקינג: יעצט מעלד ר' נפתלי משה אינדיג אז ער האט ערלעדיגט מיט די באאמטע פון מאנט סיינע אז זיי גייען אריינלאזן אי"ה גאנצע 10 שעה!!! פון 9 ביז 7 יעדן טאג
דאס מיינט אז איינמאל די אייז איז עכט דורכגעבראכן ביי א גרויסע שפיטאל וועלן אלע אנדערע מוזן נאכטאנצן האפענטליך
פרטים יבואו

ברוך השם
נישט פארגעסן! די שומר ישראל איז אונזער'ס א נאנטע קרוב!

הרב דפה
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:27 pm

חסדי השם כי לא תמנו!

תגובהדורך הרב דפה » דאנארשטאג מאי 21, 2020 3:48 pm

די מאונט סיני נייעס איז דער לעצטער דורכברוך
שכוח הרב אינדיג כלל ישראל'ס שליח!

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1850
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:18 pm

!want to be good האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:ברעקינג: יעצט מעלד ר' נפתלי משה אינדיג אז ער האט ערלעדיגט מיט די באאמטע פון מאנט סיינע אז זיי גייען אריינלאזן אי"ה גאנצע 10 שעה!!! פון 9 ביז 7 יעדן טאג
דאס מיינט אז איינמאל די אייז איז עכט דורכגעבראכן ביי א גרויסע שפיטאל וועלן אלע אנדערע מוזן נאכטאנצן האפענטליך
פרטים יבואו

ברוך השם
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך טעם וריח » דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:26 pm

ב"ה פאר די פרייליכע נייעס, לאמיר האפן אלע אנדערע גרעסערע שפיטעלער וועלן מיטגיין.

אויב שייך איינער זאל מיטיילן ערשטע עדות אויב מען האט טאקע אריינגעלאזט אין שפיטאל און ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען.

(מען מוז גיין אין ביהכ"ס בעפאר... איינמאל מאיז נעבן פאציענט טאר מען נישט ארויס...)

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך געוואלטיג » דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:29 pm

טעם וריח האט געשריבן:ב"ה פאר די פרייליכע נייעס, לאמיר האפן אלע אנדערע גרעסערע שפיטעלער וועלן מיטגיין.

אויב שייך איינער זאל מיטיילן ערשטע עדות אויב מען האט טאקע אריינגעלאזט אין שפיטאל און ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען.

(מען מוז גיין אין ביהכ"ס בעפאר... איינמאל מאיז נעבן פאציענט טאר מען נישט ארויס...)


כווייס נאכנישט ווען עס הייבט זיך אן אויפן גיידליין שטייט הערשט מאי 26 כהאף אז סמיינט נישט ממש אז מדארף ווארטן ביז דאן
כהאף צו זיין קלאר באלד

גוט פאריקט
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך גוט פאריקט » דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:40 pm

יא מען דארף ווארטן ביז מאי 26 פשוט אויסצואבעטן די טעכנישע דעטאלן מיט די שפיטעלער

yid
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך yid » דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:46 pm

פילאט פראגראם ביי 16 שפיטעלער אריין צו לאזן באזיכער אויף א באגרעניצטע פארנעם וועט זיך אנפאנגן קומענדיגע דינסטאג
באזיכער וועלן מעגן זיין דארט פאר נישט מער ווי 4 שעה, אויסער אויב די העלטה דיערפארטמענט ערלויבט לענגער; בלויז איין באזיכער אויף אמאל אויסער אויב די שפיטאל וויל מאכן אן אויסנאם; באזיכער מוזן זיין מינימום 18 יאר אלט, אויסער אין געוויסע אויסנאמען; מען מוז גיין אנגעטון מיט באשיצונגס קליידונג, אויב נישט קען מען ווערן ארויס געשיקט.

lazy
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך lazy » פרייטאג מאי 22, 2020 12:02 am

קען איינער אויסקלארן וועלכע פון די גרויסע שפיטעלער זענען יא אדער נישט אינקלודעד אינעם פילאט פראגראם?

אוועטאר
מארגן
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך מארגן » פרייטאג מאי 22, 2020 12:05 am

קאלאמביע איז פון די 16?
שמחי פליס קום צוריק
------------------------------------
Morganivelt@gmail.com

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך טעם וריח » פרייטאג מאי 22, 2020 12:27 am

מארגן האט געשריבן:קאלאמביע איז פון די 16?

ל"ע נישט, לויט ווי עס קוקט אויס האבן מען צוגעווארפן א ביינדל דורך געבן א האנטפול קליינע שפיטעלער צו ווייזן - קוק כהאב דיר נאכגעגעבן נידער אראפ די היץ און פארטיג... קיין ערענסטע גרויסע שפיטעלער וואו אסאך אחב"י ליגן לאזן דערווייל נישט אריין מינווייל גייט די רציחות אן אויף א גרויסן פארנעם ה"י

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12812
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג מאי 22, 2020 12:28 am

טעם וריח האט געשריבן:
מארגן האט געשריבן:קאלאמביע איז פון די 16?

ל"ע נישט, לויט ווי עס קוקט אויס האבן מען צוגעווארפן א ביינדל דורך געבן א האנטפול קליינע שפיטעלער צו ווייזן - קוק כהאב דיר נאכגעגעבן נידער אראפ די היץ און פארטיג... קיין ערענסטע גרויסע שפיטעלער וואו אסאך אחב"י ליגן לאזן דערווייל נישט אריין מינווייל גייט די רציחות אן אויף א גרויסן פארנעם ה"י

כ'גלייך דיין שפראך
אינטערעסאנט אז די חברה קדישא ווייסט נישט דערפון לעצטנס
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך Borough Park » פרייטאג מאי 22, 2020 12:30 am

פארוואס זאגט מען 16 ווען ס׳איז 20
A two-week hospital visitation pilot program in 20 hospitals across the state will allow increased visitations for family members and loved ones
https://coronavirus.health.ny.gov/home
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

אוועטאר
מארגן
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך מארגן » פרייטאג מאי 22, 2020 12:31 am

קאלאמביע איז פון די 20?
שמחי פליס קום צוריק
------------------------------------
Morganivelt@gmail.com

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך טעם וריח » פרייטאג מאי 22, 2020 12:31 am

לכאורה האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:
מארגן האט געשריבן:קאלאמביע איז פון די 16?

ל"ע נישט, לויט ווי עס קוקט אויס האבן מען צוגעווארפן א ביינדל דורך געבן א האנטפול קליינע שפיטעלער צו ווייזן - קוק כהאב דיר נאכגעגעבן נידער אראפ די היץ און פארטיג... קיין ערענסטע גרויסע שפיטעלער וואו אסאך אחב"י ליגן לאזן דערווייל נישט אריין מינווייל גייט די רציחות אן אויף א גרויסן פארנעם ה"י

כ'גלייך דיין שפראך
אינטערעסאנט אז די חברה קדישא ווייסט נישט דערפון לעצטנס

זאלן זיי טאקע נישט וויסן, אבער ליידער בלוטיגן נאך הונדעטער אידן וואס זייער נאנטע זענען נאך אין די שדים-הויז הנקרא שפיטאל, וואס די ארדער האט גארנישט פארגרינגערט,

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12812
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג מאי 22, 2020 12:32 am

אבער פארוואס ארבעט מער נישט די רציחות פון די נורסעס?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך טעם וריח » פרייטאג מאי 22, 2020 12:32 am

מארגן האט געשריבן:קאלאמביע איז פון די 20?

לא אמרו רבנן בכפילה ואם שלש אלה כנ"ל

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך Borough Park » פרייטאג מאי 22, 2020 12:34 am

Northwell-Lenox Hill Hospital (Manhattan)
NY Presbyterian- Lower Manhattan (Manhattan)
NYU Langone Orthopedic Hospital (Manhattan)
Mount Sinai Hospital (Manhattan)
Memorial Sloan Kettering Cancer Center (Manhattan)
Hospital for Special Surgery (Manhattan)
H+H-Jacobi Medical Center (Bronx)
Montefiore-Henry and Lucy Moses (Bronx)
H+H- Coney Island Hospital (Brooklyn)
Maimonides Medical Center (Brooklyn)
Interfaith Medical Center (Brooklyn)
Mount Sinai Queens (Queens)
Richmond University Medical Center (Richmond)
Roswell Park Cancer Institute (Erie)
St. Joseph's Hospital Health Center (Onondaga)
Westchester Medical Center (Westchester)
Bassett Medical Center (Otsego)
Albany Medical Center (Albany)
Northwell-Huntington Hospital​ (Suffolk)
Northwell- Plainview Hospital (Nassau)
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

אוועטאר
מארגן
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך מארגן » פרייטאג מאי 22, 2020 12:35 am

שכח
שמחי פליס קום צוריק
------------------------------------
Morganivelt@gmail.com

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך טעם וריח » פרייטאג מאי 22, 2020 12:35 am

לכאורה האט געשריבן:אבער פארוואס ארבעט מער נישט די רציחות פון די נורסעס?

ווער עס זאל לעבן אדער שטארבן איז ביד ה', ווילט איר הערן א קאל פון א חולה וואס איך האב מיטגעהאלטן עטוואס מער פון א שעה צירוק פון די באנעמונג פון די נורסעס צו די אומבאהאלפענע? איר ווילט נישט ווייל איר וועט נישט קענען שלאפן

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך טעם וריח » פרייטאג מאי 22, 2020 12:39 am

טעם וריח האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:אבער פארוואס ארבעט מער נישט די רציחות פון די נורסעס?

ווער עס זאל לעבן אדער שטארבן איז ביד ה', ווילט איר הערן א קאל פון א חולה וואס איך האב מיטגעהאלטן עטוואס מער פון א שעה צירוק פון די באנעמונג פון די נורסעס צו די אומבאהאלפענע? איר ווילט נישט ווייל איר וועט נישט קענען שלאפן

אגב איך מאך חלילה נישט אוועק די געטרייע ארבעט פון די עסקנים וואס געבן אוועק יומם ולילה פאר חולי ישראל, איך בין היינט געווען אין קאנטעקט מיט איינע פון די גרעסטע מיין פריערדיגע תגובה איז נישט געווען פון ארבעל נאר געבויעט אויף זיינע ווערטער.. הלוואי זאלן זיי אנקומען ווייטער

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך Borough Park » פרייטאג מאי 22, 2020 12:42 am

לכאורה האט געשריבן:אבער פארוואס ארבעט מער נישט די רציחות פון די נורסעס?

איך זאג נישט א מענטש האט א באשערטע מענוט
אבער איך מיין אז יעצט לוינט זיך נישט פאר זיי אז מענטשן זאלן גיין איך מיין אז זיי קענען שוין אויך באשטיין אז די סיטי זאל זיך עפענען
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

lazy
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך lazy » פרייטאג מאי 22, 2020 12:48 am

טעם וריח האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:אבער פארוואס ארבעט מער נישט די רציחות פון די נורסעס?

ווער עס זאל לעבן אדער שטארבן איז ביד ה', ווילט איר הערן א קאל פון א חולה וואס איך האב מיטגעהאלטן עטוואס מער פון א שעה צירוק פון די באנעמונג פון די נורסעס צו די אומבאהאלפענע? איר ווילט נישט ווייל איר וועט נישט קענען שלאפן


וועלכע שפיטאל?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12812
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג מאי 22, 2020 1:06 am

Borough Park האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:אבער פארוואס ארבעט מער נישט די רציחות פון די נורסעס?

איך זאג נישט א מענטש האט א באשערטע מענוט
אבער איך מיין אז יעצט לוינט זיך נישט פאר זיי אז מענטשן זאלן גיין איך מיין אז זיי קענען שוין אויך באשטיין אז די סיטי זאל זיך עפענען

טראך

מ'בויעט אויף א טורעם, און ווען עס קומט אויס שיעף, בויט מען א זויל דאס אונטערצוהאלטן
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך אחד הרבנים » פרייטאג מאי 22, 2020 10:51 am

Borough Park האט געשריבן:פארוואס זאגט מען 16 ווען ס׳איז 20
A two-week hospital visitation pilot program in 20 hospitals across the state will allow increased visitations for family members and loved ones
https://coronavirus.health.ny.gov/home

עס איז קודם געווען 16 מען האט שפעטער צוגעלייגט נאך 4.

טעם וריח האט געשריבן:
מארגן האט געשריבן:קאלאמביע איז פון די 16?

ל"ע נישט, לויט ווי עס קוקט אויס האבן מען צוגעווארפן א ביינדל דורך געבן א האנטפול קליינע שפיטעלער צו ווייזן - קוק כהאב דיר נאכגעגעבן נידער אראפ די היץ און פארטיג... קיין ערענסטע גרויסע שפיטעלער וואו אסאך אחב"י ליגן לאזן דערווייל נישט אריין מינווייל גייט די רציחות אן אויף א גרויסן פארנעם ה"י

עטליכע שפיטעלער וואו עס ליגן ליידער אסאך מאחינו בנ״י ובתוכם עטליכע גרויסע
מאונט סיני
לענאקס הילל
מיימאנעדיעס
מעמאריעל
וועסטטשעסטער
ועוד

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: אפדעיטס אויפן פראנט פון פייטן די גזירה פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער

תגובהדורך געוואלטיג » זונטאג מאי 24, 2020 2:22 am

מארגן האט געשריבן:קאלאמביע איז פון די 20?

דערווייל ליידער נישט
זיי האבן פרייטאג גערופן ר' נפתלי משה אינדיג און געזאגט אז זיי קענען געבן א פראגרעם מזאל קענען אלעס מיטהאלטן אויף טעבלעטס... (וואס איז שוין לאנג דא נאר זיי לעשן עס כסדר אויס)
ער האט זיי געזאגט איר קענט בלייבן מיט די טעבלעטס און די פעישענטס וועלן גיין קיין מאונט סיינע ווילאנג מעפענט נישט די טויערן..
לעצט פאראכטן דורך געוואלטיג אום זונטאג מאי 24, 2020 2:40 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, אחד מהחבורה, בלא בלא בלא, חלה לכבוד שבת, פייטל שעפסילקאוו, שכל טוב און 23 געסט