גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש,אחראי

שרייב תגובה

וועט איר נאך אמאל שטומען פאר קאומא?

איך קען מיר נישט זעהן וועלן פאר אים
220
74%
איך וואלט געשטומט פאר אים
77
26%
 
סך הכל שטימען: 297

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א גוט יאר!

באקענעדיג זיך פונדערנאנט מיט די אומקאמפעטענץ און עקשנות פון אונזער גאווערנאר וואס האט די מעגליכקייט היינט צוטאגס אונז צו העלפען און ער העלפט נישט איז די שאלה: וועט איר נאך אמאל שטומען פאר אים?

ביטע שטומען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7666
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

איך האב געשטימט אז יא נאר װעגן אָך אין װי פאר אינז װעלעכע פאריקטע לינקער עס װעט זײן אנשטאט׳ס אים ער איז טאקע לינק אבער דאך פון די אָלד סקול אין מיט געלט אישוס איז ער גאנץ קאנסערװעטיװ
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

געשטימט פאר איינס ווייל דאס איז אמת איך קען מיר נישט זעהן וועלן פאר אים אבער די אמת איז אז ווענט זיך ווער זיין קעגנער וועט זיין. עס קען נאך זיין א גרעסערע צדיק'ל.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

פאר קאומע און פאר טראמפ! אויב אלע וועלן דערלעבן.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

יעצט אויף די מאמענט נישט, כ'האב פיינט די וועג וויאזוי ער הענדעלט די גאנצע קריזיס, און עספעשעלי די עפטער די קריזיס.

בכלליות איז ער גאנץ א גוטער גאווערנער, די חרדיש'ע עסקנים האבן ביי אים א אפענע אויער ווען מ'דארף עפעס.

אויך דארף מען וויסן קעגן וועם ער גייט לויפן, און צו דער אנדערער האט בכלל א שאנס צו זיגן.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8629
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע: טשענל 12

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

איך קען מיר נישט זעהן וועלן פאר אים. פינטל.
רבי! פליז פאקעס...
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

ב שולם האט געשריבן:איך קען מיר נישט זעהן וועלן פאר אים. פינטל.

גא"ם
באט אן די פינטל
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

איך בין נישט קיין דעמקראט און נישט קיין ריפאבליקן( א משהו צי איך צי ריפאבליקן )
אבער א גאווערנער וואס האט זיך עטליכע מאל אויסגעשטרעקט די האלץ פאר היימישע אידן,עטליכע מאל וואס איך געדענק יעצט
ביים אנעקסירן קרית יואל כאטש סאיז נישט געווען פאפולער,
יעצט ביי קראנע ווען 2 קאונטי עקזעקוטיוו פון אראנדזש און ראקלענד פלאס סופרווייזער פון עטליכע טאונ'ס און ווילידזש האבן געבעטן אריינצולייגן קרית יואל און מאנסי אונטער טאטל לאקדאון האט עס די גאווענער איגנארירט
יעדע מאל וואס מען דיסקרימינעט אנקעגן חסידישע אידן קומט ער אויפציעל אויף די זייט פון אידן
אביסל הכרות הטוב ענק דארפן עד דעי פאר גאווערנער?
לעצט פארראכטן דורך לייטער אום דאנערשטאג מאי 21, 2020 3:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איש מבקש
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 10:21 am

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש מבקש »

פרישע קוגל האט געשריבן:
ב שולם האט געשריבן:איך קען מיר נישט זעהן וועלן פאר אים. פינטל.

גא"ם
באט אן די פינטל

און אויב די 'עסקנים' ווי ר' משה דוד - פאר וועמען דו קעמפסט אזוי הייס אז מען דארף זיי פאלגן - וועלן הייסן?
איך בין א מבקש.
איי פארוואס איז מיין ניק 'איש מבקש' נישט סתם מבקש?, ווייל א ניק 'מבקש' איז שוין געווען בעפאר!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

לייטער האט געשריבן:איך בין נישט קיין דעמקראט און נישט קיין ריפאבליקן( א משהו צי איך צי ריפאבליקן )
אבער א גאווערנער וואס האט זיך עטליכע מאל אויסגעשטרעקט די האלץ פאר היימישע אידן,עטליכע מאל וואס איך געדענק יעצט
ביים אנעקסירן קרית יואל כאטש סאיז נישט געווען פאפולער,
יעצט ביי קראנע ווען 2 קאונטי עקזעקוטיוו פון אראנדזש און ראקלענד פלאס סופרווייזער פון עטליכע טאונ'ס און ווילידזש האבן געבעטן אריינצולייגן קרית יואל און מאנסי אונטער טאטל לאקדאון האט עס די גאווענער איגנארירט
יעדע מאל וואס מען דיסקרימינעט אנקעגן חסידישע אידן קומט ער אויפציעל אויף די זייט פון אידן
אביסל הכרות הטוב ענק דארפן עד דעי פאר גאווערנער?

;l;p-
צום פינטעל.

מענטשן מיינען אז מ'איז זיי אלעס שולדיג, און אנשטאטס קוקן אויף אלע טובות קוקט מען אויף איין שלעכטע זאך.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

איך בין בכלל נישט זיכער אז ער גייט בכלל זוכן א פערטן טערמין, ער געדענקט דאך זיכער וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט זיין טאטנס פערטן ביד
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אי"ה
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

לייטער האט געשריבן:איך בין נישט קיין דעמקראט און נישט קיין ריפאבליקן( א משהו צי איך צי ריפאבליקן )
אבער א גאווערנער וואס האט זיך עטליכע מאל אויסגעשטרעקט די האלץ פאר היימישע אידן,עטליכע מאל וואס איך געדענק יעצט
ביים אנעקסירן קרית יואל כאטש סאיז נישט געווען פאפולער,

דארף מען נאר וויסן אין וועמענס אינטערעסן עס איז
כלל ישראל האט וואו זיך צו אויסשפרייטן..

#זעלענקא
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

ער איז א קארופטער פאליטיקאנט וואס איז גוט מיט די גוטע, ער האלט מיט א פשטות אז סאסייעטי זענען א באנדע פערדן און זיי דארפן צוקומען צו א שטארקע פירערשאפט בבחינת עדאלט.

#אן אריינגעוואוטע דיקטאטור


תן לחכם ויחכם עוד, מקען שרייבן און שרייבן.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

איש מבקש האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:
ב שולם האט געשריבן:איך קען מיר נישט זעהן וועלן פאר אים. פינטל.

גא"ם
באט אן די פינטל

און אויב די 'עסקנים' ווי ר' משה דוד - פאר וועמען דו קעמפסט אזוי הייס אז מען דארף זיי פאלגן - וועלן הייסן?

יא
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

ווען די וואלן איז היינט וועט קיינער נישט וועלן וואוטן פאר אים צוליב זיינע סטעיטמענטס קעגן השי"ת רח"ל אדער צוליב זיינע ביטערע מוסדות/שפיטעלער פאלעסיס
אבער אויב ער וועט לויפן וועלן עסקני הכלל שוקל זיין צווישן די קאנדידאטן ווער סקען זיין בעסער פאר אידן דעריבער איז די אנקעטע נישט קיין מציאותדיגע שאלה
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע זיי מיר מוחל »

בקיצור ווענט זיך ווער די קעגנער איז
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געוואלטיג האט געשריבן:ווען די וואלן איז היינט וועט קיינער נישט וועלן וואוטן פאר אים צוליב זיינע סטעיטמענטס קעגן השי"ת רח"ל אדער צוליב זיינע ביטערע מוסדות/שפיטעלער פאלעסיס
אבער אויב ער וועט לויפן וועלן עסקני הכלל שוקל זיין צווישן די קאנדידאטן ווער סקען זיין בעסער פאר אידן דעריבער איז די אנקעטע נישט קיין מציאותדיגע שאלה

speak for yourself, please
מיין שטומע איז רעקארדירט אפאר תגובות ארויפציהר
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אויב ער וואלט סתם געווען א מנוול דיינו
אויב וואלט ער סתם געווען אן אויסגעשפראכענע כופר דיינו
עאכו"כ וואס ער איז געווען די שליח פון הימעל צו הרג'נען צענדליגע פון אונזערע טייערע ברידער און שוועסטער.

לפע"ד איז קיין שום בצע כסף נישט ווערט אים צו האלטן אויפן טראן. נמחק זאג איך אויף אים מיט א פול מויל און א רוהיגע געוויסן.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אין די טובות וואס ער האט יא געטוהן, האט ער זיכער געטוהן מיט זיינע אייגענע אינטערעסן. קיין שום גוי טוט נישט קיין טובה אלס זיין גוט הארץ. א כופר און א מנוול זיכער נישט.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

לכאורה האט געשריבן:אי"ה

דו ווייסט דעם רצון השם?

אויב יא, וויל איך כאפן א שטיקל שמועסל מיט דיר, איך האב אסאך פראגעס וואס גדולי ישראל זענען געווען מסופק וואס דער רצון השם איז.
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

היימישער הייקער האט געשריבן:
אויב ער וואלט סתם געווען א מנוול דיינו
אויב וואלט ער סתם געווען אן אויסגעשפראכענע כופר דיינו

מען האט קיינמאל נישט געטשעקט די ציצית אין פרייוועטע לעבן פון פאליטיקאנטן און גלות

עאכו"כ וואס ער איז געווען די שליח פון הימעל צו הרג'נען צענדליגע פון אונזערע טייערע ברידער און שוועסטער.

ווי ביסטי געווען ווען ער האט זיך געבעטן מען זאל גיין מיט מאסקעס און אבאכט געבן סאשעל דיסטינס און נישט שיסן אידן אין די גאסן מיט מאשין גאנס , ווען ער האט אין זיין פוינט אויף וויא געארבעט סזאל זיין גענוג בעטן און גענוג רעספארעיטערס

נמחק זאג איך אויף אים מיט א פול מויל און א רוהיגע געוויסן
.
קיקט נישט אויס ביזט אין גלות

און וואס איז מיט הכרות הטוב א אידישע מידה דעיס האב איך פירער געשריבן
איך בין נישט קיין דעמקראט און נישט קיין ריפאבליקן( א משהו צי איך צי ריפאבליקן )
אבער א גאווערנער וואס האט זיך עטליכע מאל אויסגעשטרעקט די האלץ פאר היימישע אידן,עטליכע מאל וואס איך געדענק יעצט
ביים אנעקסירן קרית יואל כאטש סאיז נישט געווען פאפולער,
יעצט ביי קראנע ווען 2 קאונטי עקזעקוטיוו פון אראנדזש און ראקלענד פלאס סופרווייזער פון עטליכע טאונ'ס און ווילידזש האבן געבעטן אריינצולייגן קרית יואל און מאנסי אונטער טאטל לאקדאון האט עס די גאווענער איגנארירט
יעדע מאל וואס מען דיסקרימינעט אנקעגן חסידישע אידן קומט ער אויפציעל אויף די זייט פון אידן
אביסל הכרות הטוב ענק דארפן עד דעי פאר גאווערנער?
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

ס'ווענט זוך ווער איז די קעגנער
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

לייטער האט געשריבן:ווי ביסטי געווען ווען ער האט זיך געבעטן מען זאל גיין מיט מאסקעס און אבאכט געבן סאשעל דיסטינס און נישט שיסן אידן אין די גאסן מיט מאשין גאנס ,


:roll: :roll: :roll:

ליייגט הנחות און בויט בנינים
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

לייטער האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:
אויב ער וואלט סתם געווען א מנוול דיינו
אויב וואלט ער סתם געווען אן אויסגעשפראכענע כופר דיינו

מען האט קיינמאל נישט געטשעקט די ציצית אין פרייוועטע לעבן פון פאליטיקאנטן און גלות


א. עס איז דא א מרחק ציווישן בודק זיין די ציצית, און איינער וואס שרייט אין פאבליק כפירה. ווער האט אים געבעטן צו רעדן דערפון?
ב. ר' אביגדור מילער ז"ל, קאשוי רב ז"ל, ועוד האבן יא געהאלטן אז מען דארף דאס נעמען אין באטראכט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”